רעפובליקאנער פריימערי וואלן רעזולטאטן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

רעפובליקאנער פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

שטייענדיג קוים איין וואך אפגעריקט פון די אייאווע קאוקעסעס, איז שוין נישט מער ווי נארמאל צו עפענען א אשכול איבער די פריימערי רעזולטאטן, ווי נאר עס וועט אריינקומען וועט מען עס פרובירן דא צו מעלדן
בבקשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:53 pm
x 118

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך בבקשה »

בילד
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5886

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ווער »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:32 pm בילד
סאיז פאר די אייאווע קאוקוס ?
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 627

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך קיינמאל »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:44 pm
בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:32 pm בילד
סאיז פאר די אייאווע קאוקוס ?
אזוי קוקט אויס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

קוים איין טאג אפגעריקט פון די מארגענדיגע קאקוסעס, לאזט זיך מארגן אראפ א גאר שווערע פראסט און אייאווע, עס איז ערווארטעט גאר שווערע פרעסטן דארט, ווי עס וועט זיך מיט די ווינטן שפירן אונטער זערא
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5886

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ווער »

היינט מאנטאג: אנהייב פון רעפּובליקאנער פּרעזידענט פּריימעריס

אייאווע – הונדערטער טויזנטער רעפּובליקאנער וויילער זענען ערווארטעט ארויסצוקומען היינט מאנטאג צו די פּרעזידענט קאקוסעס אין אייאווע. דערמיט הייבט זיך אפיציעל אן דער פּרעזידענט פארמעסט פון דער רעפּובליקאנער פּארטיי, צו ערוויילן א קאנדידאט צו לויפן אין די נאוועמבער וואלן.

דער פארמעסט אין אייאווע איז צווישן דעם געוועזענעם פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ, פלארידע גאווערנאר ראן דעסענטיס, געוועזענע יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי, ביזנעסמאן וויוועק ראמאסוואמי און נאך עטליכע קלענערע קאנדידאטן מיט גאר שוואכע שאנסן אנצוציען אפילו בלויז 1 פּראצענט.

די קאקוסעס ארבעטן דורך פארזאמלונגען אין פילע פּובליק פּלעצער לענגאויס דער סטעיט היינט פארנאכטס, וואו יעדער גיט אריין זייער שטימע. די רעזולטאטן וועלן אנהייבן אריינקומען ארום 8:30 ביינאכט, און ערגעץ אין די שעה-צוויי נאכדעם וועט מען האפנטליך האבן א קלארן געווינער.

ווי עס זעט אויס, וועט טראמפּ זיין דער זיגער פון די קאקוסעס, וואס וועט אים געבן מאמענטום אנצוהאלטן זיין פראנט-ראנער סטאטוס. אין א דורכשניט פון אלע אייאווע אנקעטעס קריגט טראמפּ 51.3 פּראצענט, העילי 17.3 פּראצענט, דעסענטיס 16.1 פּראצענט און ראמאסוואמי 6.6 פּראצענט
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך פארפאלענער »

א קלארקייט איבער די אייאווע קאקוסעס היינט נאכט, אראפגעלייגט דורך די באקאנטער רעפארטער @הכל הבל

עס איז הימל און שניי און קאקוסעס ווען די פאליטישע וועלט פאלגט ווארפט אויס מיט שפאנונג צו הערן די אורטיייל פון א כאפטע קארטאפל קעפ מיט שטרויענע היטן

רעזולטאטן גייען אריינקומען צוביסלעך און דאטא אנאליסטן וועלכע "ווילן שוין האבן געזעהן גענוג" וואס פריער גייען האלטן אן אויג אויף יעדע שניי ברעקעלע אינפארמאציע וואס קומט אריין און פרובירן פאראויסצוזאגן וואס עס באדייט פארן גרעסערן בילד

האפנטליך וועלן באגאבטע אייוועלט עקספערטן נישט לאזן פלאן די נייעס הונגעריגע ליינער און באריכטן לעבעדיג נאכאנאנדע אנטוויקלונגען איבער רעזולטאטן פון פרינסקינטס וועלכע קומען אריין און טייל וועלן פרובירן אפצולערנען און פארשטיין די בילד וועלכע שפילט זיך אויס

דעריבער קען זיין בענעפיטירנד צו באקומען א שטיקל בליק פון פאראויס איבער די מאפע און איר דעמאגראפיקס בעסער צו פארשטיין ווען מען דערמאנט נעמען פון געוויסע ראיאנען און געגנטער און וואס זייער ראלע אין די פארמעסט

אייאווע איז צוזאמגעשטעלט פון 99 קאונטיס אבער אויב דארף מען זיי בעסער קאנצעטרירן וואלט געווען גוט עס צו צושניידן אין 4 בלאקס וועלכע האבן פארמירט די עלעקטאראט אין די לעצטע עטליכע רעפובליקאנע קאקוסן

די 4 ראיאנען וועלכע מיר וועלן אויסרעכענען דעקן מער פון 90 פון די אפגעגעבענע שטימען אין 2016 למספרם און זענען וואו טראמפ, דעסאנטיס און העילי האבן פארברענגט מערסטנס פון זייער צייט אויפן קאמפיין צוג

די ערשטע אויף די ליסטע זענען די רעליגיעזע באוואוינטע קאונטיס וועלכע זענען אין די לעצטע 3 קאקוסן געגאנגען פארן זיגער אין די סטעיט און דעסאנטיס פארלייגט גרויסע כחות אויף די געמיינדע

אט די קאונטיס זענען געווענליך קלענער און מער רורעל און אין די לעצטע 3 פארמעסטן זענען 40 פון די 99 קאונטיס געגאנגען מיטן קאנדידאט וועלכע איז געווען בעפארצוגט צו די קריסטליכע עוואנגליסטן און אויסגעמאכט ארום 46 טויזנט שטימען אין 2016 למספרם וואס איז געווען ארום א פערטל פון די טאטאל טוירנאוט

דעסאנטיס וועט דארפן געווינען אדער כאטש אריינקומען א נאנטע נומער 2 אין די גרעסטע טייל פון די קאונטיס אויב וויל ער האבן א גוטע נאכט און די עלעמענט פון וועם מיר רעדן זענען טאקע צושפרייט לענגאויס די סטעיט אבער הויפטזעכטליך קאנצעטרירט אין די פאלגענדע 3 געגנטער

די צפון מערב ווינקל פון די סטעיט איז די היים צו א גרויסע פאפולאציע פון וואס מען רופט די דאטש אמעריקאנער וועלכע ווערן באטראכט ווי די מערסט קאנסערוואטיווע אין לאנד

די רעדע איז פון אזעלכע קאונטיס ווי סיאקס און ליאן וועלכע זענען דאמינירט דורך די סארט וויילער וועלכע האבן אין 2000 למספרם געשטימט פאר גערי באוער איבער דזשארדזש בוש

א צווייטע גרופע פון דאטש אמעריקאנער אינאיינעם מיט אנדערע עוואנגאליסטן זיצן אין די אויסשטעט פון די מאינס צו דרום און מזרח פון די הויפטשטאט און רעכנט אריין אזעלכע קאונטיס ווי דזשעספער, ווארען, מאריאן און מאהאסקא

די לעצטע געגנט אין צפון פון צענטער פון די סטעיט וועלכע פארמאגט מיטלמעסיגע קאונטיס וועלכע זענען נישט זייער גרויס און נעמט אריין אזעלכע קראונטיס ווי הארדין און גראנדי וועלכע האבן אינאיינעם א באדייטנדע טייל פון די סארט וויילער

די צווייטע בלאק פון וויילער זענען די וועלכע זענען מער געבילדעט און די מער שטודירטע און באזירט אויף אנקעטעס איז עס וואו העילי דארף אריינקומען שטארק און זי האפט טאקע אריינצוקומען מיט א גרויסע אויבערהאנט אין די סטעיט'ס ארובאן געגנטער

אין 2012 און אין 2016 למספרם האבן בלויז 3 פון די קאונטיס געשטיצט ראמני און רוביא וועלכע האבן געהייסן צו זיין די מער סאפיסטיקירטע קאנדדיאט אבער אין 2016 למספרם האבן זיי אויסגעמאכט ארום 24 טויזנט שטימען

3 אנדערע גרויסע פון די סארט קאונטיס, אריינגערעכנט פאלק קאונטי (וועלכע איז אין די מאינס) האבן געשטימט פאר די אזויגערופענע פארגעשריטענע קאנדידאט אין די לעצטע 3 פארמעסטן און אין 2016 למספרם געהאט מער פון 50 טויזנט שטימען

דאס מיינט אז ווען מער רעכנט צוזאם די אלע 6 קאונטיס קען זיך עס רעדן פון 75 טויזנט שטימען וואס איז מער פון 40% פון די 2016 למספרם טאטאל און זענען געגנטער וואו העילי ערווארט צו האבן א גוטע שאנס

די געגנטער זענען וואו די גרויסע סטעיט אוניווערסיטעטן זענען קווארטירט ווי סטארי אייאווע (אייאווע סטעיט אוניוועריסטעט איז דארט) און דזשאנסאן קאונטי (אוניווערסיטעט אוו אייואווע איז דארט) אדער גרויסע סיטיס וואו פאלק קאונטי'ס די מאינס אוןאירע רייכע פארשטעט אין איר גרעניץ קאונטי דאלאס

די זעקס קאונטיס פארמאגן די גרעסטע טייל פון מענטשן מיט א 4 יאר קאלעדזש דעגרי און רעכנט אויך אריין דעווענפארט וועלכע איז א גרויסע סיטי אין סקאט קאונטי און אסאך קאפארעיט עקזעקוטיוון וועלכע ארבעטן אין אילינאי וואוינען דארט

עס נעמט אויך אריין סידער רעפידס וועלכע איז א שטארק פארנומענע מעטרא געגנט און געפונט זיך אין לין קאונטי

די דריטע גרופע איז א קאאליציע פון בלויע קאלנער קאונטיס וועלכע זענען גענויגט צו שטיצן די ווייניגער קאנסערוואטיווע קאנדידאט און האבן געשטימט פאר ראמני אין 2008 און אין 2012 למספרם און טראמפירט אין 2016 למספרם

די רעדע איז פון 5 קאונטיס וואס זענען דובוקיו, קלינטאן, מאסקאטין, פלעימאוט און פאטאוואטימיע און אלע פון זיי זיצן ביים גרעניץ מיט די מיסיסיפי גרעניץ און איר ריווער און מעגליך קען מען איינשליסן א זעקסטע קאונטי וועלכע איז וואודבערי און גייט אויך אין יענע דירעקציע און זיי אלע אינאיינעםהאבן באטראפן ארום 20 טויזט שטימען אין 2016 למספרם

די ראיאן איז נישט עקאנאמיש שפרודלנד און די פאפולאציע אין די אויבנדערמאנטע וואודבערי איז היינט קלענער ווי זי איז געווען אין 1960 למספרם ווען אויך די אנדערע קאונטיס זענען נישט ערנסט געוואקסן אדער גאר געשרונקן אין די לעצטערע יארן

צו פארשטיין וויפיל געוויכט טראמפ לייגט אויף יענע פלעצער איז גענונג אנצואווייזן אז טראמפ האט אלעס אינאיינעם באזוכט אייאווע ארום 25 מאהל און 5 פון די באזוכן זענען געווען אין די באטרעפנדע קאונטיס

איידער מיר לייגן אראפ די פעדער קען נאך זיין אינטערסאנט צו דערמאנען אז בלעקהאוק קאונטי איז די פיפט גרעסטע קאונטי אין די סטעיט און געוויסע אנאליסטן באטראכטן עס ווי איינע פון די בעסטע ביישפילן וועלכע קענען אפשפיגלען די סענטימענטן אין די סטעיט

זיי האבן גראדע נישט אייביג צוגעטראפן די געוואונער און אין 2012 למספרם האבן זיי געשטימט פאר ראנד פאול אבער האט זיך פארט ערואורבן א נאמען פון א קאונטי וועלכע קען זיין א שטיקל אנדייטונג וואו זאכן בלאזן

צום ווידערזעהן אין ניו העמפשיר

א גוטן אוונט!
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

פרודיקשן פון קאלווין קאלעדזש
טראמפ 55
דיסענטיס 18
העילי 14
ראמעסוועמי 10
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

איך האב שוין עפעס צו מיר וועל איך זאגן מיין פרודיקשן, איך האב עס געשריבן נעכטן און געמעקט סאוי וועל מיר ברענגן די סקרינשאט
איך האב עס געמעקט פשוט ווייל עס איז די ערשטע מאל איך טוה עס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

Screenshot_20240114_135024_Chrome.jpg
Screenshot_20240114_135024_Chrome.jpg (110.99 KiB) געזען געווארן 782 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5886

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ווער »

איך פיל אז דיסענטיס גייט האבן ארים 30%
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 13892

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך פליט »

דער עולם זאגט פאר גרויסע סורפרייזעס, כמיין די גרעסטע סורפרייז וועט זיין אויב אלעס וועט פארן ווי געראכטן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

MSNBC
די ענטרי פאול זאגט פאר נישט גוטע נייעס פאר העילי
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

CNN exit polls
האלטס אז ביידען האט באמת געוואונען די 2020 עלעקשאן
28 פראצענט יא
68 פראצענט ניין
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך געטטער »

Resuls
פיילס
iowa.PNG
iowa.PNG (26.47 KiB) געזען געווארן 712 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

1 פראצענט געציילט
טראמפ 74.6 - 238
דיסענטיס 15.4 - 49
העילי 5.3 - 17
ראמעסוועמי 4.1 - 13
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך געטטער »

!!Breaking
פיילס
win.PNG
win.PNG (534.47 KiB) געזען געווארן 705 מאל
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך געטטער »

געטטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:32 pm!!Breaking
.
פיילס
wins.PNG
wins.PNG (5.85 KiB) געזען געווארן 701 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

CBS רופט פאר טראמפ
Screenshot_20240115_203421_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240115_203421_WhatsApp.jpg (173.47 KiB) געזען געווארן 700 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

רופט פאר טראמפ
Screenshot_20240115_203516_Google.jpg
Screenshot_20240115_203516_Google.jpg (124.68 KiB) געזען געווארן 697 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:26 pm CNN exit polls
האלטס אז ביידען האט באמת געוואונען די 2020 עלעקשאן
28 פראצענט יא
68 פראצענט ניין

63% זאגן אז טראמפ איז ווייטער פיט צו זיין פרעזידענט אפילו ער ווערט געפינען שילדיג אויף א פארברעכן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

פרעזידענט טראמפ איז דערקלערט געווארן די געווינער אין די 2024 אייאווע רעפובליקאנער פרעזידענטליכע קאוקעס.
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך געטטער »

bbc
פיילס
bbc.PNG
bbc.PNG (3.99 KiB) געזען געווארן 690 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

ען בי סי רופט פאר טראמפ
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12908
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30084

Re: רעפובליקאנע פריימערי וואלן רעזולטאטן

פאוסט דורך ניקל »

פאקס רופט פאר טראמפ
שרייב פאוסט