הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע - ב' שבט תק"ס

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע - ב' שבט תק"ס

פאוסט דורך דער ידען »

מארגן ב' שבט פאלט די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע,
רבי ר' זושא איז דאך געווען געוואלדיג אויסגעארבעט "במידת האמת" כידוע,
ער האט געהאט די זכיה צו מקרב זיין, זיין הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך לדרכי החסידות, וואס עד היום איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך די מורה דרך פאר כלל ישראל בדרכי החסידות.
רבי ר' זושא אליין איז נתקרב געווארן לחסידות הערשט נאך זיין טאטע "רבי אליעזר ליפמאן'ס פטירה", ווייל נאך זיין טאטע'ס פטירה איז ער געגאנגען וואווינען ביי זיין פעטער "רבי אלימלך פיילט ממעזריטש ז"ל, וואס ער איז געווען די משמש ביים הייליגען מגיד פון מעזריטש זי"ע.
כידוע האט ער מקבל געווען גלות צוזאמען מיט זיין הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זי"ע..

ער איז נסתלק געווארן ב' שבט תק"ס, 13 יאר נאך רבי ר' אלימלך'ס פטירה, און ער איז נטמן אין אניפאלי.. ווער ווייסט ווער נאך איז נטמן אין אניפאלי??? און פארוואס???

איבער רבי ר' זושא איז דא גאר אסאך צו שרייבן "ובפרט זיין גרויס אהבת ישראל", מיר זענען מכבד אלע געסט צו קומען שרייבן וואס זיי ווייסען מער איבער דעם הייליגען צדיק זי"ע..
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

Re: הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע - ב' שבט

פאוסט דורך דער ידען »

אסאך פרעגן פארוואס האט רבי ר' זושא נישט געפירט קיין רביסטעווע:
די הייליגער קוז'יגלוב'ער שרייבט (בספרו ארץ צבי - מועדים) אז דער הייליגער מגיד פון מעזריטש האט געזאגט פאר רבי ר' זושא ער זאל נישט פירן קיין אדמור"ת, ווייל ער איז שוין למעלה מזה..
רמ"ח פון סלונים שרייבט (ע' קט"ז) אז אזוי ווי רבי ר' זושא איז געווען א יתום אלס קינד, האט ער נישט געהאט ווער עס זאל לערנען מיט אים די תורה, און ווען עס איז אים שווער געווארן א רש"י האט ער זיך גענומען וויינען, און רש"י אליין איז אים געקומען מתרץ זיין זיינע ווערטער.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

Re: הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע - ב' שבט תק"ס

פאוסט דורך דער ידען »

דער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:50 am מארגן ב' שבט פאלט די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע,
רבי ר' זושא איז דאך געווען געוואלדיג אויסגעארבעט "במידת האמת" כידוע,
ער האט געהאט די זכיה צו מקרב זיין, זיין הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך לדרכי החסידות, וואס עד היום איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך די מורה דרך פאר כלל ישראל בדרכי החסידות.
רבי ר' זושא אליין איז נתקרב געווארן לחסידות הערשט נאך זיין טאטע "רבי אליעזר ליפמאן'ס פטירה", ווייל נאך זיין טאטע'ס פטירה איז ער געגאנגען וואווינען ביי זיין פעטער "רבי אלימלך פיילט ממעזריטש ז"ל, וואס ער איז געווען די משמש ביים הייליגען מגיד פון מעזריטש זי"ע.
כידוע האט ער מקבל געווען גלות צוזאמען מיט זיין הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זי"ע..

ער איז נסתלק געווארן ב' שבט תק"ס, 13 יאר נאך רבי ר' אלימלך'ס פטירה, און ער איז נטמן אין אניפאלי.. ווער ווייסט ווער נאך איז נטמן אין אניפאלי??? און פארוואס???

איבער רבי ר' זושא איז דא גאר אסאך צו שרייבן "ובפרט זיין גרויס אהבת ישראל", מיר זענען מכבד אלע געסט צו קומען שרייבן וואס זיי ווייסען מער איבער דעם הייליגען צדיק זי"ע..

דריי צדיקים וקדושים זענען נטמן אין אניפאלי!

ואלו הם: די ערטער האט מען מטמין געווען דארטן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זי"ע, משום מעשה שהיה (מגיפה, רבי זושא האט געפוילט ביים רעגירונג מען זאל אריינלאזן די מגיד, ואכמ"ל).
נאכדעם האט מען מטמין געווען דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע.
אזוי אויך איז דארטן נטמן הרה"ק רבי יהודה לייב מאניפאלי זי"ע, בעל "אור הגנוז".
די הייליגער מגיד פון טשערנאביל זי"ע האט געזאגט אז מען שפירט דארט א טעם גן עדן!!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע - ב' שבט תק"ס

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש מר"ר זושא זצ"ל.
פיילס
אוהל הקדוש.png
שרייב פאוסט