דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

קוקסטו ווידיאוס

יא
81
81%
ח”ו
19
19%
 
Total votes: 100

אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 400

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

פאוסט דורך דאפלטער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:51 pm
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
און דאס איז אויך נאר אויפן "כלי"? אדער פון די רבנים נעמסטו סתם אזוי נישט אן קיין איסורים?
דו האסט פארמעקט די ערשטע האלבע שורה?

"במחזות כלי זה".
מען קען זיך טענה'ען וואס די בשום צורה ואופן מיינט.. פיין

און די צווייטע קול קורא?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1590
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2559

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך טיפע טאשן »

unnamed (18).png
unnamed (18).png (403.86 KiB) געזען געווארן 800 מאל
פיילס
unnamed (17).png
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 547
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 999

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואלף »

יאפ, איך געדענק נאך די פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' אהרן מאשקאוויטש מנהל בשם דעם רבין זאל זיין געזונט (מרן הברך משה), טעלעוויזשן איז טמא, און ווידיאו איז טויזענט מאל ערגער!
טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:10 pm
x 20

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך טאג »

צו די אוסרים דא: איז זיצן אויף די אינטערנעט עפעס בעסער?
און ששש וואס טוט זיך מיט מוזיק???
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3782
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6169

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואוילער »

וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:12 pm טעלעוויזשן איז טמא, און ווידיאו איז טויזענט מאל ערגער!
יא יא, אזוי פאנגט זיך עס אן, מ'זיצט אויפן טעלעוויזן, ביז מ'קומט צו רח״ל צו קוקן ווידיאו...
היום אומר לו עשה כך וכו'
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 547
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 999

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואלף »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:21 am
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:12 pm טעלעוויזשן איז טמא, און ווידיאו איז טויזענט מאל ערגער!
יא יא, אזוי פאנגט זיך עס אן, מ'זיצט אויפן טעלעוויזן, ביז מ'קומט צו רח״ל צו קוקן ווידיאו...
היום אומר לו עשה כך וכו'
דער רבי שרייבט אינעם בריוו

הרבה אבות נזיקין אית בי' ויכול לצמוח על ידו מכשולות גדולות בראיות האסורות וכיו"ב הרבה יותר מהכלי תועבה טעלעוויזשאן שכבר נאסרה ע"י גדולי ישראל ובראשם כ"ק מרן דודי הגה"ק זי"ע
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 563

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך העלדיש »

איך מיין אז איינער וואס קוקט ווידיאס (אזוי ווי מיר) קען נישט אריין רעדן מיט א גלייכע דעת אין דעם נושא. אזוי ווי עס איז באקאנט די כלל א איינער וואס טוט א עבירה מער ווי איין מאל נעשה לו כהיתר. אבער אפי' אן דעם, רוב מענטשן קענען נישט אנעמען אז זיי טוען עפעס שלעכט, דעריבער וועלן זיי ליבערשט טרעפן אלע התירים...

לאמיר גיין אביסל ווייטער, די אלע וועלכע זיצן אויף סטאטוס, וואס זאגן זיי אויף קוקן אויף א פרוי? זיי טענה'ן עפ''ר אז עס הייסט נישט קיין הסתכלות, ווייל... אפי' אויב עס איז אנגענומען לויט רוב פוסקים אז קוקן אויף א פרוי וועלכע איז נישט צניאות'דיג איז זיכער אסור... בקיצור פרעג דיין לאקאלן רב.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 659
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 904

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך מאטאווירט »

טאג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:52 am צו די אוסרים דא: איז זיצן אויף די אינטערנעט עפעס בעסער?
און ששש וואס טוט זיך מיט מוזיק???
מערק אן אז דא קומט נישט פאר א מאסן דעמאנסטראציע קעגן ווידיאו קוקער.

בס"ה פרובירט מען זיך צונויפשמועסן איבער דעם ענין.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:10 pm
x 20

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך טאג »

מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 12:54 pm
טאג האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:52 am צו די אוסרים דא: איז זיצן אויף די אינטערנעט עפעס בעסער?
און ששש וואס טוט זיך מיט מוזיק???
מערק אן אז דא קומט נישט פאר א מאסן דעמאנסטראציע קעגן ווידיאו קוקער.

בס"ה פרובירט מען זיך צונויפשמועסן איבער דעם ענין.
און איך נעם נישט א טייל דערין?
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1544
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 3109

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

גוואט חו ווייל הלואי נישט
חזן
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:28 pm
x 1

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך חזן »

למעשה דו אלע וואס לאזען נישט דו קונדער קוקען וו'ד'אס קוקען שפעטער אין ישיבה דו מערסטע און דו ערגסטע ווידיאס ר''ל
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 328
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 266

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך ר' משה »

חזן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:37 pm למעשה דו אלע וואס לאזען נישט דו קונדער קוקען וו'ד'אס קוקען שפעטער אין ישיבה דו מערסטע און דו ערגסטע ווידיאס ר''ל
שקר!!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4126
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5358

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך שמח »

חזן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:37 pm למעשה דו אלע וואס לאזען נישט דו קונדער קוקען וו'ד'אס קוקען שפעטער אין ישיבה דו מערסטע און דו ערגסטע ווידיאס ר''ל
שקר!! סתם א נאסע לאלעך ארויפגעלייגט אויף די פילע ערליכע שטובער! ס'האט וויאזוי מ'איז מחנך די קינדער בכללות צו מ'מאכט אידשקייט פאר א פרעשער מער ווי די אמת'ע תורה'דיגע מהלך.

זאגן אזא סטעיטמענט נעמט זיך נישט פון קלוגשאפט! דו ארבעטסט מיט בחורים? די קענסט די מציאות?! סאיז קלאר נישט געוואנדן אין דעם, ס'איז אמת אז ליידער איז דא פון ערליכע שטיבער וואס האבן באקומען א בליק אויף אידשקייט ווי מ'וויל זיי אפהאלטן פון מאכן א לעבן און מיינן אז אינדרויסן איז דא בעסערס און קומען ליידער און צו אזעלכע זאכן, אבער ס'איז דא די זעלבע (אדער אפי' מער!) און די אנדערע שטובער.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 523
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 707

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ער מיינט אפשר צו זאגן אז די קינדער לאזט ער נישט קוקן, אבער ער אליין קוקט יא ...
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 211

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

איך האב געוואלט אויפמאכן אן אשכול איבער די נושא, זע איך אז איד טיש איז ברוך השם רייך מיט שרייבערס און טעמע'ס, און די טעמע איז אויך שוין אנגערירט געווארן.

למעשה איז דאס נאכנישט בשלימות אויסגעשמועסט געווארן. איך האב א חבר וואס איז פייער אנטקעגן די איסור, ממש ער שרייט אז דאס גייט אריין אין כלל פון את אשר היתרת אסרת וכו', איך בין נישט ממש אזוי, אבער דאך בין איך געווארן היבש איבערגענומען פון זיינע ווערטער.

וואס ער טענה'ט איז אזוי. א) די באקאנטע ארגאנאזאציע וואס האקט אנטקעגן ווידיאוס, אפילו כשר'ע קליפס פאררופן זיך פאלטשערהייט אויף די אמאליגע קול קורא כאילו דאס האט א שייכות מיט די יעצטיגע מציאות, און למעשה איז עס נישט אזוי. ב) די גאנצע יסוד האיסור פון אמאל איז בכלל נישט געווען צוליב וואס הרב קעפעטש שרייט אז מען האט גע'אסר'ט ווידיאוס וויבאלד "ווידיאוס האט א כח המושך" און ממילא אלס "לא פלוג" מיז מען אסר'ן אפילו כשר'ע, ווען מען קוקט אריין אין די אמאליגע קול קורא זעט מען אז נישט דאס איז געווען זייער דאגה בכלל, און שטייט ניטאמאל ענליכס צו זיינע ווערטער, און דעריבער קען מען נישט מיט די כח פון הרגשים מדמה זיין מילתא למילתא און זאגן אז וויבאלד מען גייט קוקן כשר'ע גייט מען אטאמאטיש אויך קוקן טריפה'נע. עס גייט נישט אזוי. ג) לויט די טענות פון הרב קעפעטש קען מען פונקט אזוי אסר'ן היינט בילדער אויף א סקרין, מען טאר מער נישט כאפן קיין פיקטשער'ס, וויבאלד ווער עס גייט זיך צוגעוואוינען צו קוקן פיקטשער'ס גייט אויך קוקן שפעטער שלעכטע פיקטשער'ס. מען קען נישט אזוי מאכן נייע איסורים מיט א נייע תורה.

נאר וואס דען, די אמאליגע קול קורא (אויב מען גייט מדייק זיין אין די לשון, שטייט קלאר וואס די פראבלעם איז. און דאס איז אז ביז דעמאלס איז געווען טעלעוויזשען, און דעמאלס איז ארויסגעקומען ווידיאוס אויף די זעלבע מין פארמאט ווי טעלעוויזשען וואס יעדער האט געקענט קוקן ביי זיך אינדערהיים, און אויף די נייע גרויסע כלי וואס האט אויסגעזעהן אזוי ווי טעלעוויזשען איז נאר געווען צו באקומען גויאישע ווידיאוס.

דעריבער האבן די רבנים גע'אסר'ט ווידיאוס וועגן די צוויי טעמים וואס עס שטייט אין די קול קורא, איינס וויבאלד מען וועט קומען קוקן חלילה טריפהנע ווידיאוס, ווייל דאס איז געווען די מציאות אז עס איז נאר געווען צו באקומעו טריפה'נע ווידיאוס אויף די כלי. און צווייטנס וויבאלד די כלי האט אויסגעזעהן אקוראט די זעלבע ווי די כלי הטעלעוויזשען, ממילא איז דא די חשש אז עס וועט דורכדעם אריינקומען טעלעוויזשען אויך. [און אין די פאלגענדע יארן נאכדעם, אפילו אין די נ' יארן, איז אויך בעיקר נאר געווען צו באקומען גויאישע, על כל פנים 99 פראצענט איז געווען גויאישע, און כשר'ע ווידיאוס איז געווען א גאנצע עבודה צו מאכן, ממילא סתם ווידיאוס איז געווען גויאישע].

די ביידע טעמים איז נישט שייך ביי די היינטיגע כשר'ע ווידיאוס, קודם כל אויב איז דאס כשר איז דאס כשר. און די צווייטע טעם וויבאלד דורך דעם וועט אריינקומען אויך די טריפה'נע "וויבאלד עס קוקט אויס די זעלבע" איז אויך נישט שייך, וויבאלד היינט האט יעדער איינער א קאמפיוטער אדער א קעמרע ביי זיך, וואס מען אויף דעם זען גענוג און נאך כשר'ע ווידיאוס, איז בכלל נישט שייך צו זאגן אז אפשר דורך דעם וועט אריינקומען די טריפה'נע ווידיאוס, וויבאלד די עיקר חשש איז געווען ווילאנג מען האט בלויז געקענט קויפן ווידיאוס, און מען האט בלויז געקענט קויפן די די גויאישע האט מען חושש געווען אז די גויאישע גייט אריינקומען, היינט אבער האט יעדער גענוג און נאך כשר'ע, מיליאנען כשר'ע קליפס, און עס איז בכלל נישט מער בהישג יד די גואישע ווי די אידישע אז מען זאל דארפן אויף דעם חושש זיין.

נאכדעם האט ער נאך חילוקים, אבער בעיקר איז דאס כנ"ל, און זייט איך בין אויך קלאר געווארן אין דעם גריצלט מיר יעדעס מאל ווי איך הער ווי הרב הנ"ל רעדט אז די אמאליגע רבנים האבן דאס גע'אסר'ט וויבאלד יעדע ריקעדיגע זאך האט א כח המושך וכו' וכו' . אז הרב קעפעטש וויל מאכן א נייע איסור געזונטערהייט, אבער מיט די אמאליגע איסור האט דאס נישט גארנישט.

ער האט נאך ראיות וואס ער האט צוזאמגענומען פון חשוב'ע רבנים וואס האבן אדער אליינס געזען ווידיאוס פון זייערע זיידעס און רבי'ס, אדער וואס האבן אזוי געפסקנט פאר זייערע בני משפחה אז זיי מעגן קוקן כשר'ע ווידיאוס. און א חלק פון די רבנים זענען אדער אליינס געווען אדער קינדער פון די אוסרים אין תשמ"ב.

א ראי' האט ער אויך געברענגט, אז מאווי פראזשעקטערס וואס מען פלעגט קענען קוקן אויף די וואנט, און איז שוין געווען צו באקומען אין די כ' יארן אויף א ברייטע פארנעם, האט מען קיינמאל נישט גע'אסר'ט, נישט אין די קול קורא פון תשמ"ב און נישט פארדעם, ווייל זייער פראבלעם איז נישט געווען ריקעדיגע ווידיאוס, זייער פראבלעם איז געווען "טריפה'נע ווידיאוס". און אויב ריקעדיגע ווידיאוס וואלט געווען א פראבלעם וואלטן זיי אויך פארדעם און דעמאלס גע'אסר'ט מאווי פראזשעקטערס. ושתיקתם איז מוכיח אז דאס איז בכלל נישט געווען ביי זיי א פראבלעם.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 547
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 999

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואלף »

@נישט קיין בהלה
אלעס פיין און וואויל, שיינע חילוקים, אבל מפני שאנו מדמין נעשה מעשה? אפשר ביזטו גאר דער מדמה מילתא למילתא שלא כענין?

בקיצור, דאס אלעס איז גוט אויף צו שמועסן, אבער אויף הלכה למעשה דארף מען א פסק און א דעת תורה וואס זאל באשטעטיגן אז דער איסור אויף ווידאו איז נישט געזאגט געווארן לויטן היינטיגן מציאות, און וויפיל איך האב געהערט פון רבנים האבן זיי געזאגט אז ניין, ס'נישט נשתנה געוארן, אלזא דערווייל בהא סלקינא אז האיסור במקומו עומד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15952

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:23 pm @נישט קיין בהלה

וואלטסט געווען גערעכט, ווען לכה"פ 50% פרומע אידן וואלטן געהאלטן אזא איסור.

משא"כ ווען ס'איז נישט קיין 10%, קומט זייער שטארק אריין וואס ער זאגט.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 547
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 999

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואלף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:48 pm

וואס האב איך מיט יענעם?

מיין רבי האט עס גע'אסר'ט.

און מיין רבי דארף עס מתיר זיין.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3345

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך אנדערער »

נקודה למחשבה. אמאל איז ווידעא געווען ענטערטעינמענט. היינט קומען שוין אפלייענסעס מיט א לינק צו א ווידעא פאר די אנסטראקשנס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15952

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:48 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:23 pm @נישט קיין בהלה
אלעס פיין און וואויל, שיינע חילוקים, אבל מפני שאנו מדמין נעשה מעשה? אפשר ביזטו גאר דער מדמה מילתא למילתא שלא כענין?

בקיצור, דאס אלעס איז גוט אויף צו שמועסן, אבער אויף הלכה למעשה דארף מען א פסק און א דעת תורה וואס זאל באשטעטיגן אז דער איסור אויף ווידאו איז נישט געזאגט געווארן לויטן היינטיגן מציאות, און וויפיל איך האב געהערט פון רבנים האבן זיי געזאגט אז ניין, ס'נישט נשתנה געוארן, אלזא דערווייל בהא סלקינא אז האיסור במקומו עומד
וואלטסט געווען גערעכט, ווען לכה"פ 50% פרומע אידן וואלטן געהאלטן אזא איסור.

משא"כ ווען ס'איז נישט קיין 10%, קומט זייער שטארק אריין וואס ער זאגט.
וואס האב איך מיט יענעם?

מיין רבי האט עס גע'אסר'ט.

און מיין רבי דארף עס מתיר זיין.
מיין פוינט איז נישט "ווייל יענער מעג, מעג איך אויך".

נאר, אויב איז געווארן "דער פאקט" אז יעדער האט דאס, איז זייער גילטיג דן צו זיין פארוואס דער אמאליגער איסור זאל שוין נישט נוגע זיין.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 547
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 999

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואלף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:04 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:48 pm

וואלטסט געווען גערעכט, ווען לכה"פ 50% פרומע אידן וואלטן געהאלטן אזא איסור.

משא"כ ווען ס'איז נישט קיין 10%, קומט זייער שטארק אריין וואס ער זאגט.
וואס האב איך מיט יענעם?

מיין רבי האט עס גע'אסר'ט.

און מיין רבי דארף עס מתיר זיין.
מיין פוינט איז נישט "ווייל יענער מעג, מעג איך אויך".

נאר, אויב איז געווארן "דער פאקט" אז יעדער האט דאס, איז זייער גילטיג דן צו זיין פארוואס דער אמאליגער איסור זאל שוין נישט נוגע זיין.
נו אוודאי דן זיין, אבער דן זיין.

נישט מיר בעלי בתים וועלן פסק'נען אויף די אייגענע האנט
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 547
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 999

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך וואלף »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:59 pm נקודה למחשבה. אמאל איז ווידעא געווען ענטערטעינמענט. היינט קומען שוין אפלייענסעס מיט א לינק צו א ווידעא פאר די אנסטראקשנס
זייער א גוטע נקודה למחשבה וואס דארף אויך ארויפגעברענגט ווערן על שלחן מלכים ביי די אסיפה
...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5778

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:48 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:23 pm @נישט קיין בהלה
אלעס פיין און וואויל, שיינע חילוקים, אבל מפני שאנו מדמין נעשה מעשה? אפשר ביזטו גאר דער מדמה מילתא למילתא שלא כענין?

בקיצור, דאס אלעס איז גוט אויף צו שמועסן, אבער אויף הלכה למעשה דארף מען א פסק און א דעת תורה וואס זאל באשטעטיגן אז דער איסור אויף ווידאו איז נישט געזאגט געווארן לויטן היינטיגן מציאות, און וויפיל איך האב געהערט פון רבנים האבן זיי געזאגט אז ניין, ס'נישט נשתנה געוארן, אלזא דערווייל בהא סלקינא אז האיסור במקומו עומד
וואלטסט געווען גערעכט, ווען לכה"פ 50% פרומע אידן וואלטן געהאלטן אזא איסור.

משא"כ ווען ס'איז נישט קיין 10%, קומט זייער שטארק אריין וואס ער זאגט.
וואס האב איך מיט יענעם?

מיין רבי האט עס גע'אסר'ט.

און מיין רבי דארף עס מתיר זיין.
עס איז אן איסור וואס האט זיך קיינמאל נישט איינגעגעבן ביי כלל ישראל, און דאס איז בכלל פון א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בו. די גזירה איז בטל.
viewtopic.php?p=50459#p50459
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1261
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2930

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך דעת קדשי »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:48 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:23 pm @נישט קיין בהלה
אלעס פיין און וואויל, שיינע חילוקים, אבל מפני שאנו מדמין נעשה מעשה? אפשר ביזטו גאר דער מדמה מילתא למילתא שלא כענין?

בקיצור, דאס אלעס איז גוט אויף צו שמועסן, אבער אויף הלכה למעשה דארף מען א פסק און א דעת תורה וואס זאל באשטעטיגן אז דער איסור אויף ווידאו איז נישט געזאגט געווארן לויטן היינטיגן מציאות, און וויפיל איך האב געהערט פון רבנים האבן זיי געזאגט אז ניין, ס'נישט נשתנה געוארן, אלזא דערווייל בהא סלקינא אז האיסור במקומו עומד
וואלטסט געווען גערעכט, ווען לכה"פ 50% פרומע אידן וואלטן געהאלטן אזא איסור.

משא"כ ווען ס'איז נישט קיין 10%, קומט זייער שטארק אריין וואס ער זאגט.
וואס האב איך מיט יענעם?

מיין רבי האט עס גע'אסר'ט.

און מיין רבי דארף עס מתיר זיין.
וואס איז עס אנדערש ווי שייטלעך???אינדערהיים איז עס געווען ביי אסאך חסידישע אידן מופרך מכל וכל און היינט גייען אפי' צאנזע אייניקלעך מיט דעם אינדערצייט וואס דער צאנזער רב שרייבט א ס'איז א דאוריתא
כ''ש ווידיאוס וואס קיינער האט נישט געשריבן אזוי שארף.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4126
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5358

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

פאוסט דורך שמח »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:59 pm נקודה למחשבה. אמאל איז ווידעא געווען ענטערטעינמענט. היינט קומען שוין אפלייענסעס מיט א לינק צו א ווידעא פאר די אנסטראקשנס
נוקודה למחשבה: רוב אינסטרוקציעס ווידעאס טאר א איד נישט קוקן! עס ווערט על פי רוב געזאגט און געוויזן דורך נשים.

שרייב פאוסט