*אידטיש פארשריפטן* און נאכפאלגנדע אפדעיטס

אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

*אידטיש פארשריפטן* און נאכפאלגנדע אפדעיטס

פאוסט דורך yidtish »

קומט אריין און זעצט אייך צום טיש.

יהא בואכם לברכה.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

Re: ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

ברוכים הבאים צום אידישן טישל, דער איינגענעמער קבוצה 'אידטיש'!

דער "אידטיש פארום" פלאטפארמע איז דא צו ברענגען א געשמאקער ווינקל אויפ'ן רוישיגן געוועב, צו קענען האבן אלע היימישע ידיעות אויף א כשר'ע און געשמאקע פארנעם. קומט אריין און מאכט אייך באקוועם.

כדי צו האלטן די אטמאספער געשמאק בס"ד, און אודאי כשר און אויסגעהאלטן אויפן בעסטן פארנעם אי"ה, האבן מיר מסדר געווען די פאלגנדע פארשריפטן פאר יעדן שרייבער. ביטע ליינט עס מיט אויפמערקזאמקייט פאר אייער און אלעמענס טובה. געדענקט: מיר זענען נישט דא אייך צו קאנטראלירן, מיר זענען בלויז דא צו פארזיכערן אז איר זענט טאקע אויפ'ן פאסיגן פלאץ, און אייער ציל איז די זעלבע ווי אלעמענס: ברענגען ידיעות און טאלאנט, אויסגעהאלטן, געשמאק און אנגענעם, אפגעזען פון וועלכע שטרעמונג, אפגעזען פאר וועמען איר שטימט אין נאוועמבער, און אפגעזען פון וועלכע יארגאנג איר זענט.

די קורצע - אבער זייער קלארע - פארשריפטן:



א. ציל: אונזער ציל איז צו געבן פאר'ן ערוואקסענעם ציבור א פלאטפארמע זיך אויסצושמועסן, און צו ברענגען רייכע אינפארמאציע וואס אינטערעסירן אלעמען.

ב. ואהבת לרעך: אידטיש טאר נישט גענוצט ווערן ח"ו צו ארויסלייגן לשון הרע אויף א יחיד, און אודאי נישט קיין שום שפעט ווערטער אויף רבנים וכדו'. (א פאל וואס רבנים שטיצן אונטער דאס שרייבן קעגן א יחיד, דארף עס עקסטערע רשות פון די מערכת)

ג. דעת תורה: מיר זענען אלע בגדר דעת בעל הבית, נישט דעת תורה. דעריבער: גארנישט ארום די אדמורי"ם, רבנים, דיינים אא"וו קענען נישט דא דיסקוסירט ווערן. איר קענט איבערזאגן אדער ארויפשטעלן די מיינונג פון אייער רב, אבער מ'קען נישט דא 'דיסקוסירן' זייער דעת תורה, און אודאי נישט זייער פערזענליכקייט. והוי זהיר בגחלתן.

ד. טהרת המקום: כדי נישט צו זיין קיין פתח לחטאת, זענען לינקס פון יוטוב, פעיסבוק, און אנדערע אומאויסגעהאלטענע סייטס נישט ערלויבט.

ה. תוכנ'דיג: א תגובה זאל געשריבן ווערן מיט תוכן, ווי איידער קורצע סטעיטמענט'ס הין'ן'צוריק. (צו ערקלערן: שרייבט ווי א שמועס אויף אימעיל, נישט ווי א שמועס אויף א טשעט, וק"ל)

ו. ברודערליך: ווען עס קומט צו קאנקורירנדע זייטן ביי אלגעמיינע פאליטיק אדער להבדיל אידישע מיינונגס פארשידנהייטן, און איר שרייבט עפעס אויף אייער צד, האלט אייך ערוואקסן און לייגט נישט אריין קיין טשעפע ווערטער אויף קיינעם, און אודאי נישט אויף א צווייטן שרייבער. ווען איר שרייבט אייער מיינונג/ידיעה, לאזט א צווייטן שרייבן זיינס. לויפט נישט נאך דאס לעצטע ווארט... האלט דעם אטמאספער געשמאק.

ז. קדושים תהיו: ניבול פה ח"ו, מאן דכר שמי'.

ח. אמונה טהורה: דער חפץ חיים האט געזאגט אז ציונות (באדייט: א אידישע מדינה לפני ביאת משיח) איז טומאת עמלק. ביטע נישט שרייבן קיין שום הודאה למינות.

ט. נישט קיין פלאטפארמע אנצוהייבן א 'ספין': ביטע נוצט נישט דעם פלאטפארמע אנצוהייבן בויען א 'ספין', בפרט מיט מיס-אינפארמאציע, עכ"פ אזוי לאנג ווי דאס איז נישט באריכטעט אויף אנערקענטע פלאטפארמעס. ווער עס נוצט אידטיש פאר אזעלכע זאכן וועט מוזן טרעפן אנדערע מקומות, ווייל אזאנס טוט בא'עולה'ן דעם ציבור.

י. וועהלן מעמבערס: מיר וועלן פרובירן צו האלטן אן אויג אויף א מעמבער וואס צילט צו גיין אין א צווייטע דירעקציע, און אים אוועקשיקן, אזוי ארום זאלן די איבריגע חברים קענען שמועסן נארמאל אן קיין איבריגע צענזור.

יא. דער עולם ווארט צו זען אייערע ידיעות און טאלאנטן... יאללא.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

ווי שוין געזאגט, איז דא ניקס וואס זענען באקאנט אויף אנדערע פלעצער, און מען פרובירט דא זיך צו איינשרייבן מיט אזא נאמען.
אונז האמיר אפגעזאגט צענדליגער אזעלכע, וויבאלד דאס טוט בא'עוולה'ן אנדערע, ווי פארשטענדליך. מ'האמיר נאר אנגענומען די וואס אונז האמיר געזען באיזה אופן אז ס'איז דער ריכטיגער מענטש.
היות אבער ס'איז דא געציילטע וואס אונז האמיר מאיזה סיבה תולה געווען אז זיי זענען די ריכטיגע בעלי השם, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א אומריכטיגע אפשאצונג, האבן מיר זיי שוין צוריק ארויסגעשפארט.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

טייערע חברים וידידים.

מיר האלטן שוין נאך 3 טעג וואס דער פארום גייט אן מיט א הערליכע שיינקייט און שטארקייט, און האט זיך אין די 3 טעג ארויסגעשטעלט מיט א געוואלדיגע גוטע התחלה.

נאך וואס היינט האט זיך אנטוויקלט א שטיקל שמועס וואס האט געדארפט אראפגענומען ווערן, און נישט ווייל איינער האט געמיינט שלעכטס, האבן מיר זיך צונויפגעשמועסט די חברי המערכת און געזען פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט א קלארשטעלונג.

אידטיש טאר נישט אין קיין פאל גענוצט ווערן צו בארעדן רבנים אויף קיין שום וועג, און אפילו דעבאטירן איבער פסקים און דעת תורה פון רבנים ומורי הוראה.
איר קענט גערן ברענגען בריוון און מודעות, אדרבה ואדרבה, אבער שמועסן און דעבאטעס זענען געמאכט פאר זאכן וואס זענען נוגע דעת בעל הבית, און מיר זענען נישט דא צו דעבאטירן קיין דעת תורה.

דאס איז אייגענטלי אריינגעשטעלט געווארן אין די אריגינעלע פארשריפטן אויך, נאר אפשר נישט גענוג קלאר און שטארק.

נעמט אין באטראכט אז דאס איז א שטארקער יסוד צו קענען האלטן אונזער פארום ריין און ערליך.

אין די זעלבע צייט ווילן מיר אויפמערקזאם מאכן; ווען איר זעט עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, אדער קומט נישט נאך אונזערע סטאנדארטן, ביטע האלט אייך נישט צוריק פון באריכטן דעם תגובה. מיר שטייען על המשמר, און מיר דארפן אייער הילף.

יישר כח.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

מיר ווילן מעלדן אז די טעמע איבער געקענסלטע זינגערס אין סאטמאר, איז געווארן ארויסגעפירט.

די סיבה איז, ווייל ס'איז די רעדע פון עטליכע געשעענישן וואס זענען אנדערש איינס פון צווייטן, און יעדע איינע האט אנדערע הייקעלע נקודות, און אלע אינאיינעם ברענגט צו פראבלעמען וואס שטערט פאר אונזער לויטערקייט סיי אין בין אדם לחבירו און סיי אין בין אדם למקום.

מיר שפירן וויכטיג עס קלאר צו מאכן ווייל בעצם איז געווען דארט א סאלידע נקודה פונעם פותח האשכול איבער די נושא פון זינגערס זאגן מיינונגען אין אידישקייט ענינים, אבער כאמור האבן מיר עס געמוזט ארויספירן למען טהרת מקומינו. מעגליך מען וועט קענען צוריקברענגען טיילן דערפון.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

*וויכטיג* א קלארע אויסשמועס בנוגע אונזערע גיידליינס

פאוסט דורך yidtish »

נאכ'ן זיין אפן עטליכע חדשים ב"ה, און באגלייטן עטליכע מאל ווען עס האט זיך געמאכט הייקעלע טעמעס, און נאכ'ן מעיר זיין פאר חברים אין אישי בנוגע זייערע תגובות און פארשטיין וועלכע נקודות זענען יא אדער נישט גענוג קלאר, און נאכ'ן אויסשמועסן נאכאמאל צווישן די מנהלים און גבאי קודש, זעמיר געקומען צו א פארשטענדעניש אז ס'איז וויכטיג ארויסצוקומען צו די חברים ביים טיש מיט א מער קלאר און דייטליכע גיידליין, וואס דעבאטירט מען יא און וואס נישט, וואס הייסט פאליטיק און וואס נישט, וואס הייסט אן אקטועלע טעמע און וואס הייסט א מחלוקות.


1) מחלוקות / פאליטיק
עס מאכט זיך מחלוקות צווישן אידן, ליידער. אמאל איז עס צווישן פריוואטע יחידים, בערל און שמערל האבן א דין תורה איבער א פארקינג לאט, דאס רופט די וועלט מחלוקות... און אמאל איז עס צווישן ציבור'ישע מענטשן, דער ראש הקהל האט רעזיגנירט ווייל דער גבאי האט אים פארראטן, אדער דער רב האט ארויסגעטרעטן קעגן א מכשול אינעם ביהמ"ד קעגנאיבער, דאס רופט די וועלט פאליטיק...

קיין איינע פון די זענען אודאי נישט ערלויבט דא במקום הנקי אידטיש. בשום פנים ואופן.


2) אקטועלע טעמעס מיט צוויי זייטן
ווידער איז דא אקטועלע מיינונגס פארשידנהייטן. איינער האלט אז ס'איז צו קאלט אין שול, און איינער האלט אז מ'דארף מער עירקאנדישן.

אזעלכע און ענליכס... זענען אודאי ערלויבט צו דעבאטירן. כמובן, ברודערליך און אנגענעם, קיינער וויל נישט קיינעם פארקילן נאר יעדער זעט די מציאות אנדערש... און מען שמועסט זיך אויס.

אבער, די וואס מוזן אריינקומען בייסיג ביי אזא שמועס, בפרט ווען ס'איז נישט קעגן די טאפיק נאר קעגן מענטשן אדער שרייבער, די שיקט מען צוריק, לתועלת המקום.


3) אקטועלע טעמעס, פארכאפט אין פאליטישע זייטן
ווידער זענען דא אקטועלע טעמעס וואס זענען (צומאל אומשולדיג..) פארכאפט געווארן אין פאליטיק.

לדוגמא, די בייק לעינס אין וומסב"ג זענען גוט אדער נישט? אן אקטועלע טעמע. אבער עקסידענטלי... איז די קהילות וואס פארן אויף אומאן ר"ה, וואס דארט איז דא א בייק לעין, די האלטן אז די בייקלעינס אין וומסב"ג זענען די בעסטע זאך. ווידער די קהילות וואס פארן אויף שבועות קיין מעזיבוש, וואס דארט איז נישטא קיין בייק לעין, די האלטן אז די בייקלעין אין וומסב"ג איז שמד ממש, אדער א רשעות'דיגע דיזעסטער פארן טרעפיק.

אזעלכע טעמעס ווערן כמובן הייקל, אבער אויף אידטיש קען ממילא שרייבן בלויז ווער עס קען אדורכמאכן א קעפטשא טעסט אז זיין מח ארבעט... און די ארבעט איז צו: "צוטיילן די אקטועלע חלק פון די פאליטיק".

דאס הייסט, מען מעג דעבאטירן, ברודערליך, די אקטועלע חלק. וואס איז א בייקלעין, פארוואס איז עס יא א פראבלעם, פארוואס איז עס נישט, וואס וויל גאווערנאר פאטאקי און וואס וויל לי זעלדין. אבער "אָן די צוגעקלעבטע חלק הפאליטיק שבו". די מינוט איינער פארט אריין אין "דיין ראה"ק האט דאך אליינס געכאפט א היטש מיט א בייקלעין אין מעזיבוש", אדער "דער בייקלעין איז שמד, ווער עס זאגט אז נישט דארף איבערדאווענען תכנת שבת"... דער איז שוין אריינגעפארן אין די חלק הפאליטיק. און ער קען נישט דא מאריך ימים זיין.

ודי בזה למבינים.

ומהיום והלאה, נאכן עס מסביר זיין קלאר, האפן מיר עס צו קענען האלטן גאר שארף אפגעטיילט נאכמער ווי ביז היינט, און נישט דארפן אזויפיל נעגוישיעיטן אין אישי...


4) ספינס
ווי ערווענט אין די פארשריפטן, טאר דער סייט נישט גענוצט ווערן צו פארשפרייטן ספין'ס. דהיינו, א) יעדע זאך וואס ווערט געשריבן אלס פאקט און שטעלט זיך ארויס צו זיין אנדערש, און אזוי אויך ב) יעדע נייעס/טיטל/דערקלערונג וואס איז נישט אפיציעל אנערקענט דורך יענע קהלה אין זייער צייטונג וכדומה, וועט פארעכנט ווערן ווי א ספין און דער שרייבער איז אחראי דערויף, ווייל אידטיש איז נישט דער פלאץ צו אנהייבן בויען אזעלכע סארט אגענדעס, אפגעזען וועלכע זייטן און פאר וועלכע צוועקן.

לאמיר ווייטער פארברענגען געשמאק, און ווען עס קומט אריין א טעמע וואס בארירט איינע פון די אויבנדערמאנטע, לאמיר געדענקען די קלארע ליניעס. יישר כח!
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

Re: ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

מ'האט געעפנט א נייע אונטערהאלטונג פארום, און אריבערגעלייגט אלע אשכולות וואס באלאנגען אהין.

ביטע זיך האלטן צו די פארשריפטן.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

Re: ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

ווי מיר דארפן אייך נישט ערקלערן, לייגן מיר אריין שטארקע כוחות אז אידטיש זאל זיין אן איינגענעמער ווינקל און ברענגען די געשמאקסטע ערפארונג פאר די באנוצער.

נעמענדיג אין באטראכט ווי שנעל די טרעפיק אויפ'ן סייט איז געוואקסן, און נאך וואס לעצטנס איז קלאר געווארן אז מען דארף אויפנעמען פרישע חברי המערכת ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט, טוען מיר איינמעלדן אז די קבוצה פון חברי המערכת איז אויסגעברייטערט געווארן מיט


2 פרישע מערכת מעמבערס

ה"ה ידידינו @לעכטיג און ידידינו @הכל רווח.


יהא בואם לברכה.

ווי איר שטעלט זיך געוויס פאר, זענען די נייע חברי המערכת נישט ניי צו אידטיש, אבער וועלן זיין אקטיוו מיט די מערכת ארבעט אונטער די נייע גרין געפארבטע ניקס.

אין דעם געלעגנהייט ווילן מיר נאכאמאל דערמאנען, אויב זעט איר עפעס וואס טויג נישט, ביטע האלט אייך נישט צוריק פון דרוקן דעם באריכט קנעפל.

הצלחה רבה.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

Re: ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

וויכטיגע מעלדונג בנוגע די נייעס בחצרות הקודש

אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר גענומען פאר א שטיקל מיסיע צו באטראכטן דעם בחצרות הקודש פארום, וואו עס ווערן געפאוסט נייעס און באריכטן פון אלע חצרות הקודש.

דער מהלך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט באלד אין אנהייב איז געווען אז עס איז דא איין צענטראלע בחצרות אשכול וואו עס ווערן געמאלדן אלע נייעס, און באזונדער אשכולות פאר יעדע קהלה.

שטעלט זיך ארויס, אז ס'האבן זיך געעפנט אשכולות איבער יעדע קליינע אפצווייג פון יעדע חסידות, און דאס שטויסט זייער אן דעם סייט, סיי אינעם בחצרות פארום, און נאכמער ביי אקטיווע אשכולות.

נאכ'ן באטראכטן די זאך האבן מיר געזען אז רוב פון די אשכולות ווערן גענוצט צו פאוסטן מודעות און נייעס, אזעלכע וואס וואלטן באלאנגט אינעם צענטראלן אשכול, און נישט נאר קיין שמועסן ווערן נישט דארט, נאר ניטאמאל קיין לייקס זעט מען געהעריג. קיינער ברויך עס נישט עכט.

אין קורצן, עס דינט נישט קיין שום תועלת, נאר אויב עפעס פארקערט. קיינער האט נישט קיין נערוון צו קלעטערן צווישן אזויפיל אשכולות.

אלזא, קומען מיר מיט א פרישן פלאן, וואס מיר האבן דורכגעטון צווישן די חברי המערכת און קוקט אויס צו זיין גוט, אבער מיר ווילן הערן פון די @איינגעשריבענע באנוצער וואס זייער מיינונג איז דערויף.

דער פלאן איז אז פון היינט און ווייטער וועט זיין איין צענטראלע בחצרות אשכול וואו צו לייגן נייעס און געשעענישן, און דערנאך וועט יעדע קהלה האבן איין אשכול פאר שמועסן.

דאס הייסט, לדוגמא, איין אשכול פאר "שמועסן צווישן חסידי סאטמאר מהר"א" און דארט וועט מען רעדן פון אלע סאטמאר מהר"א נייעס פון איבעראל. עס וועט דינען ווי א טשעט גרופע צווישן חסידי מהר"א.

א שטארקע מעלה וועט עס האבן, אז אזעלכע אשכולות וועלן זיין געווידמעט נאר פאר חברי הקהלה, און מען וועט אפיציעל קענען אכטונג געבן אז אנדערע זאלן נישט אריינקומען טראלן און העצן.

איך קלער דאס קען זיין זייער געשמאק, אדרבה, קומט אריין דא אהער און לאזט אייך הערן.

הצלחה רבה.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

Re: ברוכים הבאים - אידטיש פארום

פאוסט דורך yidtish »

yidtish האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:00 pm
► Show Spoiler
אפדעיט:

נאכן זען אז דער ציבור איז שטארק פאר דעם געדאנק, האמיר געטון למעשה, צוזאמגעשמאלצן אלטע אשכולות און אהערגעשטעלט אן אשכול כללי פאר חסידי מהר"א און אן אשכול כללי פאר חסידי מהרי"י

דאס זענען געווען די צוויי וואס האט לע"ע אויסגעפעלט צו שמעלצן, אנדערע האט מען בלויז געטוישט אשכול נאמען ס'זאל דינען פאר אן אשכול כללי, און מיר בעטן אז בעתיד זאל מען זיך האלטן דערצו, נישט עפענען קיין אשכולות פאר יעדן אפצווייג פונעם חסידות, נאר איין אשכול כללי וואס זאל דינען פאר אינערליכע שמועסן צווישן אנ"ש.
אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 501

Re: *אידטיש פארשריפטן* און נאכפאלגנדע אפדעיטס

פאוסט דורך yidtish »

וויכטיגע מעלדונג

היות עס איז געקומען צו אונזער אויפמערקזאמקייט אז א געוויסע ניק האט פרובירט צו נוצן דעם "פריוואטע מעסעדזש" אפציע צו קאנטעקטן ניקס מיט אומפאסיגע מאטיוון, ווילן מיר קלארשטעלן אז מיר וועלן שטיין דערויף מיט'ן גאנצן שטארקייט, און נישט לאזן אביוזן קיין שום פונקציע אויף "אידטיש", און אודאי נישט פאר אומפאסיגע זאכן.

מיר ווילן בעטן אז אויב מאכט זיך אזא זאך, אדער אויב איינער האט געהאט אזא ערפארונג דא אויף אידטיש, ביטע נישט צעגערן איידער'ן באריכטן צו די הנהלה, און עס וועט ווערן גענומען ערנסט מיט די נויטיגע שריט.
פארשפארט