פרשן הפרשה - פרשת שמות

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 562

פרשן הפרשה - פרשת שמות

פאוסט דורך העלדיש »

פרשת שמות - א ראבאט



דער פראפעסער איז געזעצן פון אונטער די גלאז און געמאכט די לעצט מינוטיגע הכנות פאר דעם גורל'דיגע מאמענט, א מאמענט פאר וועלכע ער ווארט שוין יארן לאנג. יעצט וועט קלאר ווערן אויב עס האט זיך געלוינט די יארן הארעוואניע וואס ער האט אינוועסטירט אין דעם פראיעקט. זיין הארץ האט אים ווילד געקלאפט, דער פראפעסער האט געציטערט פון די רעזולטאטן. צו גייט ער דא זיין צונער פון זיינע קאלעגן?!
גענוג געקווענקולט, האט ער אפגעמאכט, מיט צוגעמאטע אויגן האט ער גענומען זיין דיקן פינגער און דאס אראפגעדרוקט פעסט אויף די רויטע קנעפל. די פראפעסאר האט אנגעטון זיינע דיקע גלעזער און אנגעשפיצט זיינע אויגן צו די אנדערע זייט פון די גלאזערנע וואנט. די מאשין האט שטילערהייט געציילט פון צען אויף אראפ. דריי צוויי איין... זערא...

שוין באלד זיבן יאר וואס פראפעסאר קריסטאפער שיינפעלד אינוועסטירט זיין געלט כוח און מוח צו ערפינדן זיין אייגענע ווערסיע פון 'עי איי' ראבאטן. א ראבאט וועלכע וועט שטעלן אין שאטן די אלע ביז עצטיגע מאשינען. די קונץ פון זיינע זאכן איז אז די ראבאטן וועלן קענען אליינס טון זיין זאכן איינגערעכנט רעדן איינער מיט די צווייטע אן קיין שום מענטשליכע אינטערווענץ מען וועט זיי נישט דארפן פראגראמירן. די ראבאט וועט אליינס אויפכאפן נייע זאכן און אליינס קלוגער ווערן.
יארן זענען אריבער און די פראפעסער האט געמאכט לאנגזאמע פארשריט. אצינד שטייט ער דא ביי זיך אין קווארטיר און גרייט זיך צו אויספראבירן זיין ראבאט. די פראפעסער האט געווארט מיט שפאנוג.
ווען די מאשין האט דערגרייכט זערא האבן זאכן זיך א ריק געגעבן. מיטאמאל זענען די אלע אייזערנע ביינער פארוואנדלט געווארן אין רוקעדיגע זאכן.

די דריי פראבע ראבאטן האבן זיך אויפגעשטעלט אויף זייערע פיס און אנגעהויבן זייערע לעבן מיט א חיות. די גרעסטע פון די דריי האט ארומשפאצירט מיט שטאלץ בשעת ווען די קלענערע וואקן אים ביי די זייט.
די פראפעסער האט זיי נאכגעקוקט צו זען ווי אזוי זיי גייען קאמיוניקירן צווישן זיך. אין דעם ווענד זיך מיין גאנצן סוקסעס האט ער צו זיך געקלערט מיט אנגסט.

'ריק זיך ביטע' האט די קליינע ראבאט זיך געלאזט הערן מיט זיין מאדנע עלעקטראנישע שטומע בעטנדיג פון דעם גרויסן ראבאט אז ער זאל זיך פאר אים ריקן.

פון די אנדערע זייט פענסטער האט א ברייטע שמייכל איינגענומען די פראספעסערס באקן, אה, ס'צאלט זיך אויס די ארבעט! מיין רייזע צו סוקסעס האלט שוין ביי איר לעצטע סטאנציע. און זיין דמיון האט ער שוין געזען ווי די גרויסע מידיע נעצן שלאגן זיך פאר א אינטערוויו מיט אים.
'ניין', איך בין פיל גרעסער פון דיר און איך וועל זיך נישט ריקן!'' האט די גרויסע ראבאט געזאגט מיט א שחצנות. די פראפעסער האט זיך געהויבן די ברעמען, וואס? דער אייזערנע קלאץ האלט זיך גרויס? כ'מיין ווער מיינט ער ער איז? איך האב אים דאך ערצייגט און איך מאך אים ארבעטן. מיט כעס האט ער צוגעמאכט דעם מאשין...

* * *

די אויבערשטער האט באפוילן פאר משה רבינו צו זיין צו די אידן און זיי פארציילן זי פרייליכע בשורה אז אט אט גייען זיי שוין ווערן באפרייעט. משה האט נישט געוואלט גייען, ער האט געזאגט פאר באשעפער; ''לא איש דברים אנכי'', איך בין נישט דער מענטש.
די באשעפער האט אים גע'ענטפערט אויף דעם; ''מי שם פה לאדם?!'' וואס איז א מענטש? איך בין דאך דער וואס געבט אים אריין די דיבור אין מויל.

א מענטש דארף צו קומען צום באשעפער יעדן רגע און יעדער מינוט, א מענטש לעבט די גאנצע צייט בלויז דורך די חיות וואס הקב''ה שענקט אים. איז ווי קען זיך א מענטש גרויס האלטן? די גאנצע מענטש איז דאך איין גרויסן גארנישט!
דאס האט די באשעפער גע'ענטפערט פאר משה. דו דארפסט נישט מורא האבן צו רעדן פאר קיינעם, ווייל זיי אלע זענען מיינע ערפינדונגען. איך האב יעדן באשאפן און יעדער איז בעצם אייניג. פונקט ווי מען פארשטייט אז א ראבאט האט זיך נישט מיט וואס צו גרויסן איבער קיינעם, ווייל, ווער איז ער? די זעלבע איז מיט אונז. אונז זענען בעצם בלויז פארגעשריטענע 'עי איי'...

* * *

די גרויסע שילד אויפן טיר האט פאר יעדן קלאר געמאכט אז אין דעם שוהל נעמט מען נישט ארויס קיין סמארטפון. אלע וועלכע זענען געקומען אין דעם בית המדרש האבן ערליך איינגעהאלטן די תקנות המקום, אזוי ווי נארמאלע מענטשן.

אלע חוץ פון בונם.
בונם איז א מולטי מיליאנער און די אלע תקנות רעדן נישט צו אים, ער איז פיל העכער דערפון. בונם קען מען הערן פלוידערן ביי הויעך ביי שמונה עשרה און ער לאכט פון אלע כאניאקן…
מיט זיין נאז געבויגן אויף הונדערט אכציג דעגרי ווארפט ער אן א פחד אויף אלע מתפללים.

רוב מענטשן שרעקן זיך פון אזא איינער און קיינער וועט אים נישט אפירהאלטן אויף זיינע פרעכע מעשים וועלכע פארשעמען דעם בית ה', אזוי איז די מציאות ליידער מענטשן שפירן 'אינטימידעיטעד'.

אבער לאמיר ארויסנעמען א לעקציע פון די תורה'ס רייד די וואך. מי שם פה לאדם??? בונם מיט זיין שטאלצן גייסט איז נישט מער ווי א ראבאט אינעם באשעפער’ס ארסענעל.




גוט שבת!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 562

Re: פרשן הפרשה - פרשת שמות

פאוסט דורך העלדיש »

Untitled document (1) (3).pdf
(36.73 KiB) דאונלאודעד 10 מאל
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 745
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1296

Re: פרשן הפרשה - פרשת שמות

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער שיין!!

יישר כח!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1028
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1437

Re: פרשן הפרשה - פרשת שמות

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יישר כח
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3731
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6040

Re: פרשן הפרשה - פרשת שמות

פאוסט דורך וואוילער »

שיין שיין! יישר כח!
יעדער קען דאס נוצן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
שרייב פאוסט