וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
מאנטאג אווענט -פרשת שמות
א גוטען אווענט,
נאך אפאר לייכטע שויערס צופרי , איז היינט געווען גאנץ א לאטישע טאג.
היינט נאכט וועט די לאו פרעשור סיסטעם ארויס גיין אין די אטלענטיק. א היי פרעשור מיט א קיהלע לופט מאסע וועט אריינקומען און ברענגען שיינע זוניגע און אביסעל העכער ווי נארמאלע לופט פון היינט נאכט ביז מיטוואך.
א שטורם וואס מען האט לכתחילה ( א וואך צוריק) געמיינט אז קען אונז באגרייפען און ברענגען רעגן אדער שניי וועט זיך ארויסגליטשען אין ים.
מער פון א קליינע מעגליכקייט פאר אפאר לייכטע שניי אדער רעגן שויערס מיטוואך נאכט וועט דאס נישט ברענגען אבער עס איז א וויכטיגע שטיקעל אין די יסודות פון די נעקסטע וואכעדיגע שניי שטורם.
די שטורם וועט ארויפגיין ביז איסטערן קאנאדע אין בלייבען שטעקען אין א פלאץ וואס מען רופט די 50/50 בלאק.
דאנערשטאג ווערט זוניג נאך א פארוואלקענטע נאכט און קעלטערע לופט וועט אנהויבען זיך אריינצוריקען פאר דאנערשטאג נאכט ביז שבת. אפילו אין די שטאט וועט עס בלייבען אין די העכערע 30׳ערס דורכ׳ן טאג און אין די 20׳ערס ביינאכט.
שבת הייבט זיך אהן טייל זוניג אבער וואלקענעס וועלען זיך אריינגליטשען נאכמיטאג פון א שטורם אין די סאוטאיסט יונייטעד סטעיטס . די שטורם קען זיין אונזער ערשטע ווינטערדיגע שטורם פון די יאהר און מעגליך אונזער ערשטע שניי אין שטאט נאך א לאנגע צייט.
די פונקטליכע טרעק און וויפיל קאלטע לופט עס וועט זיין אוועיליבעל פאר די שטורם איז נאך נישט צו פונקטליך באוויסט. די וועטער מאדעלס מיט יעדע פון זייערע מיינונגען שפאנען פון רעגן צו שניי , א העפטיגע שניי שטורם , א געמיש, אדער אינגאנצען א מיס.
דערווייל גייען מיר מיט דער מיינונג אז עס וועט זיין מערסטענס שניי אפילו אין שטאט ,מוצאי שבת.
אויב דער שטורם בלייבט נאנט געניג וועט עס אריינשלעפען קעלטער לופט און שנייען ביז זונטאג נאכמיטאג. פלעצער אין אונזער ריאון קענען זעהן פון 6-12 אינטשעס.
מאנטאג ווערט זוניג און גאנץ קאלט מיט א שטארקע ווינט אונטער די שטורם. עס קען זיין א צווייטע שטורם ארום דינסטאג אדער מיטוואך אבער די שטורם וועט שוין זיין מערסטענס רעגן, מיט די מעגליכקייט פון שניי אפסטעיט ביים אנהויב, עס וועט זיך טוישען צו א שווערע רעגן שטורם דערנאך מיט פארפלייצונגען מעגליך ווען די רעגען צולאזט די שניי פון די מוצאי שבת און זונטאג שטורם.
#וועטער באריכט

שכח!
פון וועלכע שטאט רעדט מען?
פון וועלכע שטאט רעדט מען?
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
אינטערוויו: שניי שטורעם מעגליך ערווארטעט אויף מוצאי שבת קודש: ר' יקיר ביגעלאייזן, וועטער עקספערט
https://www.yiddish24.com/interviews/12/98016
https://www.yiddish24.com/interviews/12/98016
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
דינסטאג אווענט -פרשת שמות
א גוטען אווענט,
נאך א קאלטע פרימארגען איז היינט געווען גאנץ א שיינע טאג.
היינט נאכט וועט נישט זיין אזוי קאלט אין שטאט און די נעקסטע צוויי טעג זעהן אויס צו זיין מערסטענס זוניג און קיהל. א קאלד פראנט וועט אדורכקומען דאנערשטאג און אריינברענגען א פרישע קעלטערע לופט מאסע. טעמפרעטורס וועלען זיין אין די 20׳ערס ביינאכט אפילו אין שטאט און בלייבען אין די 30׳ערס פרייטאג.
א שטורם וועט זיך דיוועלאפען אין די סאוט און ארויפקומען די איסט קאוסט. די וועטער מאדעלס וואקעלען זיך אין א פונקטליכע טרעק און אונז וועלען מיר וויסען וואס צו ערווארעטען ביז כאטש דאנערשטאג נאכמיטאג.
דערווייל זעהט עס אויס גאנץ סעיף צו זאגען אז אפסטעיט באקומט א גוטע שניי פון דער שטורם.
די שאלה בלייבט יעצט אויס די שטאט און אנדערע פלעצער נאנט צום וואסער וועלען בלייבען קאלט געניג פאר שניי. אפאר אינטשעס זעהן אויס גאנץ מעגליך אבער עס אנז נאך נישט א זיכערע זאך.
נאך די שטורם וועט זיין ווינטיג אבער שענער מאנטאג פאר א נייע און דאס מאל א רעגן שטורם קומט אהן פאר דינסטאג.
די צווייטע שטורם קען ברענגען שווערע רעגן און שטארקע ווינטען.

שנעלע אפדעיט- די געים מיט די וועטער מאדעלס גייט ווייטער. היינט נאכמיטאג האבען זיי כמעט אלע צירוקגעצויגען פון שניי און געוויזען רעגן פאר די שטאט און סאוט צו לעיקוואוד אדער איסט צו לאנג איילענד.
דער נעקסטע סעט מאדעלס , כאטש די אמעריקאנער האט געוויזען פארקערט מער שניי פאר די שטאט ווי העכער אפסטעיט.
עס זענען נאך דא אפאר שטיקלעך פון דעם פאזזעל וואס מען דארף אויסרעכענען. איך וויל נישט ווערען טעקניקעל אבער בקיצור עס איז צו פרי צו זאגען ווי די שווערסטע שניי פאלט און אויך צו פרי צו זאגען אז דער שטאט באקומט מער רעגן ווי שניי… דער אריגענעלער מעפ שטייט דערווייל , און איבערנאכט וועלען מיר זעהן די נייע וועטער מאדעלס און טרענדס. געווענטליך ווען די שטיקלעך פון די שטורם זענען אויפן מעפ ווערען די פראדיטשענס אסאך מער אקיוראט.

וועטער עקספערטן קוקן ווייטער נאך א מעגליכע ווינטער שטורעם מוצאי שבת שמות און זונטאג וארא
דערווייל איז נאך אלס נישט קלאר פונקטליך וואס יעדע געגנט וועט באקומען, ס'איז געוואנדן אין אסאך פאקטארן, אריינגערעכנט די שטארקייט פונעם שטורעם, און די טרעק פונעם שטורעם, וואס דאס וועט אסאך אויסמאכן צו ס'וועט פאלן רעגן אדער שניי אדער ביידע, און צו ס'וועט זיין א ערנסטע רעגן אדער שניי, אדער נישט אזוי שטארק. דורכאויס די נעקסטע 24 ביז 48 שעה וועלן זאכן זיך אנהייבן אויסקלארן, דערווייל קוקט אויס ווי די בעסטע שאנס פאר א ערנסטע שניי איז אין די האדסאן וואלי און קעטסקילס ראיאן. ס'איז אבער נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז אויך געגענטער נענטער צום קאוסט וועלן באקומען שניי, און די זעלבע איז אויך מעגליך אז די האדסאן וואלי און די קעטסקילס וועלן נישט באקומען אזא ערנסטע שניי. די שטורעם קען זיך אנהייבן אנהייב מוצאי שבת און וועט אנהאלטן ביז זונטאג צופרי, אבער לייכטערע שניי אדער רעגן קען נאך אנהאלטן ביז אריין אין די נאכמיטאג שעות

איבערנאכט האבען זיך די מאדעלס אסאך געטוישט. רוב מאדעלס (אויסער דער אמעריקאנער , וואס ווייזט בכלל א שוואכע שטורם),
ווייזען א שטורם וואס קומט ארויף און שטערקערט זיך אין ים ארום אונזער ריאון. די מאדעלס ווייזען א העפטיגע שניי פאר די שטאט און אביסעל ווייניגער ווי מען גייט נארט און אפסטעיט.
ווייל דאס איז א גרויסער טויש מיז מען זעהן אויב דאס איז געווען נאר איין מאדעל ראן אדער דאס איז די נייע ריכטינג די מאדעלס האבען אנגעהויבען אויפצוכאפען און בלייבען מיט דעם.
אויב די נייע מאדעלס איבערנאכט זענען גערעכט באקומען מיר מערסטענס שניי און נישט רעגן אין שטאט און א שיינע אמאונט פון 6-10 אינטשעס …..
שפעטער וועלען די שארט רענד׳ג מאדעלס ארויסקומען אין מער וועט קענען זעהן מער אינפארמאציע וועגען וואס גייט טאקיע געשעהן.

מיטוואך אווענט -פרשת שמות
א גוטען אווענט,
היינט איז געווען די צווייטע טאג פון זון מיט וואלקענעס, מיט קיהלע טעמפרעטורס.
היינט נאכט וועט ווערען פארוואלקענט, מיט אפאר שוואכע פראנטס און שוואכע שטורם סיסטעמס. מער ווי אפאר לייכטע שויערס און שניי שויערס איז נישט ערווארטעט.
א שטערקערע קאלד פראנט וועט אדורכקומען דאנערשטאג און אריינברענגען א פרישע קעלטערע לופט מאסע, טעמפרעטורס וועלען זיין אין די 20׳ערס ביינאכט [אפילו אין שטאט] און בלייבען אין די 30׳ערס פרייטאג.
נאך וואס פרייטאג צונאכטס וועט זיין גוט קאלט, קומט א שטורם אהן פון די סאוט. די שטורם וועט ארויפקומען די איסט קאוסט. די וועטער מאדעלס וואקעלען זיך נאכאלץ לגבי דער פונקטליכע טרעק און שטארקייט פון די שטורם.
מען קען זיך גאנץ זיכער אנגרייטען פאר א פיינע שניי אפסטעיט, די שאלה איז לגבי די שטאט. ווי איך זעה עס, וועלען מיר באקומען אפאר אינטשעס, און לכאורה ציברעכען די רעקארד פון כמעט 700 טעג אהן אן אינטש שניי. דאס איז א שטורם וואס גאנץ קליינע טוישענגען אין די טרעק קען אויסמאכען א גרויסע חילוק.
די שניי זעהט אויס זיך אנצוהייבען שבת נאכמיטאג און די שווערסטע רעגן/שניי וועט פאלען ביינאכט. זונטאג קען מען זעהן א טויש צירוק צו לייכטע שניי איבעראל בשעת ווען די שטורם רוקט זיך ארויס.
א קאלטע היי פרעשור סיסטעם וועט איבערנעמען ביז דינסטאג אווענט ווען א צווייטע און שטערקערע שטורם קומט אהן. די צווייטע שטורם וועט נעמען א טרעק צו אונזער לינקס. וואס דאס מיינט אז רוב פון די שטורם וועט זיין רעגן און ווינט. אפסטעיט, קען זיין קאלט געניג פאר שניי און אייז, פאר עס גייט איבער צו רעגן ביי שפעט דינסטאג נאכט אדער מיטוואך.
בכלל קומט מער א ווינטערדיגע וועטער פאטטערן מיט קעלטערע לופט פון וואס מהאב מיר געהאט דיצעמבער. און א פיינע פאר שטרומס וואס גייען אדורך גיין, איינס פון די שטורמס קען טאקע ברענגען אן עכטע שניי אפילו פאר די שטאט.

א גוט מארגען, עס איז געווען אן אינטערסאנטע וואך נאכציגיין אלע וועטער מאדעלס, ארויף און אראפ קודם באקומט די שטאט א העפטיגע שניי , דער נעקסטע נישט , איינמאל מען איז שוין געווען גרייט אויפצוגעבען אינגאנצען. קומט א וועטער מאדעל און כאפט אונז אריין ווייזענדיג א הויפן שניי, נאר עס צו פארלירען די נעקסטע ראן. אין אקיוטאל מיז איך מודה זיין אז איך בין געווען אביסעל skeptical, ) איך ווייס נישט די אידישע ווארט פאר עס) אבער איך האב אויך מיטגעטאנצען מיט די אלע טשענד׳געס .
למעשה אמאל ווען די יורא האט געוויזען עפעס האט מען זיך געקענט פארלאזען אויף דעם, דער אמעריקאנער מאדעל פלאפט ארום ווי א פיש , אבער די יורא איז אמאל געווען ״קעניג״ ווען עס קומט צו וועטער. זיי האבען געמאכט אן אפגריעד אפאר יאהר צירוק , זייט דעמאלטס האט עס פארלוירען איהר שיין, אין ווארפט ארויס וועטער פרידיקטשען וואס געשעהן נישט אדער טוישען זיך דראסטיש.
וואס וויל איך ציקומען דא איז אז סארי, עס זעהט נישט אויס ווי די שטאט און סאוט אדער איסט פון די שטאט באקומען מער ווי רוב רעגן , מיט אביסעל שניי און אנהויב , און אפשר צום סוף ווען די שטורם פארט ארויס.
איינע פון די בובות זענען אז דאס יאהר איז ממש נישט דא קיין קעלט אויף אונזער זייט פון די יונייטעט סטעיטס. אפילו אפסטעיט ווי עס וועט יא זיין א גוטע שניי פאלען טעמפרעטורס צו ארום די פארפרוירינגס פונקט 32°, ביי די עיקר שטורם. מיט וואסערען ארום אונז פון העכערע 40׳ערס און א שטארקע איסט צו אפילו נארטאיסט ווינט האט דער שטאט נישט קיין fighting chance , צו בלייבען שניי.
דאס הייסט climatology און science , נישט וועטער מאדעל פאלאווערס ווי אונז ובתוכם אני. איך גלייב אז אונז וועלען מיר יא זעהן א גוטע שניי דער ווינטער.
אבער this one is not it.
אויב עס מאכט אונז פילען בעסער די נעשענעל וועטער סערוויס קען אויך אריינפאלען און טוישען זייער וועטער 180°.
דא האט איהר די נעכטיגע נאכמיטאג וועטער discussion און די היינטיגע מארגען אפדעיט .
נעכטען זאגען זיי 3-6 אינטשעס פאר די שטאט און ארום , און 2-4 לאנג איילענד וכו׳
היינט צופרי שרייבען זיי אז נאו יארק סיטי און לאנג איילענד זעהט ווייניגער ווי אן אינטש. סאו סארי דאס איז נישט אונזער שטורם…אויב איך וואלט געקענט וואלט איך ארויף צו מיין פלאץ אין וואדבוירן און דארט געזעהן א שיינע שניי , אבער עס איז ווינטעררייזט, און איך ארבייט פרייטאג און זונטאג, סאו …. עס איז נישט קיין אפציע.
אני וועי , מיר וועלען אי״ה נאך זעהן קעלט און שניי , עס זעהט אויס ווי עס וועט זיך ציביסעלעך ווערען טאקע קאלט , און דער אל העפענדיג וועט מען קענען באקומען א שניי אפילו אין שטאט.
א גוטען טאג.

די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט א 'ווינטער שטורעם וואטש' פאר פילע געגענטער אין פענסעלוועניע און אין אפסטעיט ניו יארק, אריינגערעכנט סאליווען און אלסטער קאונטיס, וואס איז אין קראפט פון שבת נאכמיטאג ביז זונטאג ביינאכט, ווי מ'ערווארט א טאטעל פון צווישן 5 און 9 אינטשעס. ווי אויך איז ארויסגעלייגט געווארן א 'ווינטער שטורעם וואטש' פאר אראנדזש, ראקלענד, און צפון וועסטשעסטער קאונטיס, ווי מ'ערווארט אביסל ווייניגער, צווישן 4 און 8 אינטשעס
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
ערשטע גרויסע שניי שטורעם פון ווינטער תשפ"ד ערווארטעט אויף מוצאי שב"ק שמות און זונטאג וארא
ענדליך קען מען שוין גריסן א גוטן ווינטער! דער ווינטער איז דא.
היינט פרייטאג איז ערווארטעט צו זיין א שיינע זוניגע טאג, אבער מער אויף די קעלטערע זייט, ס'פארבלייבט א גאנצן טאג אין די דרייסיגער.
מארגן שב"ק וועט זיין פארוואלקנט, שפעט נאכמיטאג אדער אנהייב מוצאי שבת איז ערווארטעט אז ס'וועט אנהייבן צו פאלן א שניי. ס'קען פאלן מיט א שטארקייט פון צייט צו צייט דורכאויס מוצאי שבת, און אזוי אויך זונטאג, ביז ערגעץ אין די נאכמיטאג שעה'ן אדער ביינאכט.
דערווייל שרייבנדיג די שורות הערשט נאך א שטיקל אומקלארקייט פונקטליך וויפיל שניי מאנסי און די אומגעגנט וועט באקומען, אבער ס'קוקט אויס לעת עתה אז ס'וועט פאלן
כאטשיג אן ערך פון 6 צו 8 אינטשעס. אבער יעצט בשעת’ן שרייבן די שורות דאנערשטיג אווענט, קומען אריין מער און מער
פרישע אנדייטונגען, אז עס קען גאר אנקומען צו דאבעל דידזשעד נומערן.. (10+)
א פרישע שטורעם איז ערווארטעט נעקסטע וואך דינסטאג, דאס מאל קען זיך עס אפשר אנהייבן אלס שניי אדער ווינטערדיגע געמיש, אבער וועט זיך אריבערטוישן צו א שווערע רעגן דורכאויס דינסטאג, און בעיקר דינסטאג ביינאכט, אינאיינעם מיט מאכטפולע ווינטן וואס לויט די יעצטיגע אויסקוק קען עס גרייכן ביי 50 צו 60 מייל א שעה!
א לעכטיגן שב"ק און א גוטן ווינטער!
קרעדיט- קול הציבור/וועטער באריכט - מאנסי

אפדעיט-פרייטאג צופרי, אין ענגליש איז דא א ווארט , throw in the towel אדער stick a fork in it .אונז זענען מיר אדורכגעגאנגען א וואך פון וואטשען די וועטער מאדעלס, האפענדיג, אה יעצט ווייזט דער יורא אזוי….יעצט ווייזט די אמעריקאנער אזי, איין מינוט וואס ווייזט די קענעדיען מאדעלס.
רבותי מען דארף אמאל קומען צו דעם פלאץ פון throw in the towel.
פאר די שטאט פון נאו יארק וועט דאס נישט זיין א שניי שטורם.
די מערסטע אונז זעהן מיר אויס צו באקומען איז א סלאפפי געמיש. דאס גייט זיין א שיינע שטורם פאר מאנסי, נאך מער פאר מאנרא און נאך מער פאר די קעטסקילס.
מען האט שוין אריינגעלייגט שלאפלאזע נעכט צו וואטשען יעדער וועטער מאדעלס אראפגיין אין פלאמען און ווייזען אז דאס איז צווי שטורמס. א שניי שטורם מיט א 25-30 מייל וועסט און נארט פון שטאט אבער פונעם שטאט און אראפציר סאוט און איסט איז דאס א
רעגן שטורם.
קומענדיג צו דער מסקנא קען מען אוועקלייגען די שטיוועל ( אויסער אויב איהר זענט פון סקווירא) און צירוק ווארפען דער שאוויל אין די בעיסמענט.
דאס איז טאקע דיסאפפאונטינג אבער די תכלית איז אז אמאל דארף מען פארגעסען פון אן איידיע און גיין ווייטער.
אין שטאט ווי אויך לעיקוואוד גרייטס אייך פאר אביסעל רעגן געמישט מיט שניי אין אנהויב , שבת שפעט נאכמיטאג און אפילו צום סוף שטורם אויף זונטאג קען עס זיך טוישען פאר א וויילע צו שניי אבער עס בלייבט צו מילד צו קענען קלעבען.
אין מאנסי קען מען זעהן 4-8 אינטשעס, 8-10 אינטשעס אין מאנרא און נאנט צו א פוס אין טייל פלעצער אין די קעטסקילס.
די עיקר איז אז מען זאל האבען א שיינע לעכטיגע שבת און עוד חזון למועד, האפענדיג וועט מען באקומען א שניי שטורם שפעטער אין ווינטער .
א גוט שבת , איך וויל דאנקען יעדער לייענער , בפרט די וואס האבען געשריבען און געקלערט אויף וועטער גערעדט פאר א וואך פון ארויף און אראפ, אויב דאס איז די ערגסטע אז עס וועט זיין א רעגנשטורם ב״ה עס זאל נישט זיין קיין גרעסערע פראבלעמען ביי כלל ישראל.
א גוטען ערב שבת און א לעכטיגען שבת קודש!

האלטענדיג נענטער ווערט מער אויסגעקלארט אז דאס מאל איז נישט די רעדע פון א גרויסע שניי שטורעם ווי ס’האט אויסגעקוקט פאריגע וואך, נאר ס’וועט זיין מער ווי א עוורידזש טיפיקל ווינטערדיגע שניי.
די שניי קען זיך שוין אנהייבן היינט נאכט, לויט טייל שאצונגען מער אנפאנג נאכט און לויט אנדערע שאצונגען מער שפעטער ביינאכט, און וועט אנהאלטן ביז מארגן נאכמיטאג.
ס’וועט זיין א רואיגע שיינע שניי, ווי אויך א טרוקענע שניי וואס וועט זיך גוט אנקלעבן איבעראל צוליב די קאלטע טעמפראטורן אין די צוואנציגער. ווען אלעס וועט זיין פארטיג קען מען זיך דערזעהן מיט ארום 2 צו 3 אינטשעס, מיט א שטיקל מעגליכקייט פאר ביז 4 צו 5 אינטשעס.
שפעטער אין די וואך ארום פרייטאג איז דא א מעגליכקייט פאר נאך א ווינטער שטורעם וואס קען ברענגן נאך א שיינע שניי אין די טריי סטעיט געגנט.
קרעדיט קול הציבור - וועטער באריכט.

די נאציאנאלע וועטער סערוויס הטא אויך געהעכערט די די ערווארטעטע צאל שניי אין ניו יארק סיטי און אין די האדסאן וואלי צו א דורכשניטליכע 2 ביז 4 אינטשעס, און האבן אויך צוגעלייגט לאנג איילענד צו א ווינטער וועטער אדווייזערי. דערווייל קוקט ווייטער אויס אז די שניי וועט זיך אנהייבן לייכטערהייט אין די ערשטע העלפט פון היינט ביינאכט, און וועט ווערן מער פארשטערקערט נאך מיטל נאכט, און וועט אנהאלטן ביז מארגן נאכמיטאג. אין די זעלבע צייט איז ווייטער דא א מעגליכקייט אז אין די קאוסטל געגענטער, אריינגערעכענט לעיקוואד און ניו יארק סיטי, וועט זיך עס טוישן פאר א שטיק צייט צו האגל אדער פארפרוירענע רעגן וואס קען צולייגן א שיכט פון גלאזיגע אייז. און לויט טייל שאצונגען קען זיך עס טוישן צו פלעין רעגן ספעציעל אין לעיקוואד
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
אין מאנסי האט דערווייל באקומען אפשר אן אינטש און קרית יואל נאך ווייניגער.
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
און סענטרעל פארק איז איז געבראכן געווארן די רעקארד פון איבער 700 טעג אן קיין אינטש שניי
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
קרעדיט - וועטער באריכט קול הציבור
און צום דריטן מאל...
יא! נאכדעם וואס געוויסע מענטשן האבן שוין געהאט אויפגעגעבן אויפן היי יעריגן ווינטער למחצה ולשליש ולרביע, איז דער ווינטער ענדליך אנגעקומען בתפארתו. מיר האבן שוין געהאט איין שניי, און נאך א שניי, און יעצט האלט מען שוין ביים דריטן מאל... ווי מ’זאגט מקח איז געשלאסן און זכה לו. ווי אויך איז דריי חזקה, און מ’קען שוין זאגן מיט פולע באק ציינער ‘ווינטער איז דא’!! ספעציעל אז מיר האבן נישט נאר שניי אליינס, נאר אויך זיין שותף איז דא, די ציפעדיגע פרעסטן.
ענליך צו פריער אין די וואך איז דאס מאל אויך ערווארטעט א שיינע רואיגע לייכטע שניי פון בלויז עטליכע אינטשעס, אבער איין זאך איז אנדערש, אז דאס מאל וועט מען ווארשיינליך האבן לויטער שניי, אן קיין אייז אדער האגל אריינגעמישט אינעם רעסעפי.
ס’קען זיך שוין אנהייבן שפעט דאנערשטאג ביינאכט אדער פרייטאג פארטאגס, אבער די עיקר שניי איז ערווארטעט צו פאלן דורכאויס פרייטאג בייטאג, און וועט זיך אפשטעלן ערגעץ
אנהייב פרייטאג צונאכטס.
דאס באדייט אז די אלע וואס דארפן טרעוולען אויף שבת צו אנדערע געגענטער איז בעסער אז מ’זאל זיך ארויסלאזן אין די פארמיטאג שעה’ן, כאטשיג מ’רעדט נישט לעת עתה פון קיין צי ערנסטע שניי, אבער היות צוליב די קאלטע טעמפראטורן איז ערווארטעט אז די שניי וועט זיך גוט אנקלעבן איבעראל, איז דא א מעגליכקייט אז די וועגן און שטעגן וועלן זיין אנגעלייגט, און ס’וועט דויערן היפש לענגער אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן.
ווען די שניי וועט זיך אפשטעלן וועט אראפקומען א פרישע דאזע פון גאר קאלטע לופט, און ס’איז ערווארטעט א גאר קאלטע שבת אינאיינעם מיט ציפעדיגע ווינטן.

קומענדע טשאנס פאר שניי, רעגן אדער ביידע איז קומענדע וואך מאנטאג תרומה. עפעס זעהן זיי אבער נאכנישט קלאר. (די אמת איז אז ביי שניי זענען זיי קיינמאל צו קלאר).
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
קרעדיט לבונה זכה מאייוועלט
ניו יארק סיטי און לעיקוואד הייבט זיך עס אן מיט רעגן, און טוישט זיך צו שניי דינסטאג פארטאגס / צופרי.
וויפיל שניי ס'וועט זיך פאקטיש אנזאמלען איז געוואנדן אין די טעמפראטור, וואס איז געוואנדן אין שטארקייט פון שטורעם, גענויע טרעק פון שטורעם, און נאך.
לעת עתה לאמיר זיין קאנסערוועטיוו, א סלאשי קאדינג ביז א אינטש אויף קארס ביימער און גראז.
אין די האדסאן וואלי ראיאן, א שטייגער ווי מאנסי און קרית יואל וועט זיך עס גלייך אנהייבן מיט א מיקס, און אפילו אין די געציילטע פלעצער ווי ס'וועט זיך אנהייבן מיט פלעין רעגן וועט נישט דויערן צי לאנג ביז ס'וועט זיך טוישן צו שניי, און די טעמפראטור איז ערווארטעט צו פאלן אונטערן פרירונגס פונקט, און מעגליך אפילו אין די הויכע צוואנציגער.
א דורכשניטליכע 8 ביז 12 אינטשעס איז ערווארטעט "לעת עתה" אין די האדסאן וואלי ראיאן, ווי אראפציר וועט זיין נענטער צו די 8, און ווי ארויפציר נענטער צו די 12.
די קעטסקילס ראיאן קען באקומען א גוטע פיס שניי, מעגליך מיט א שיינע שמיץ אריבער.

- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
וויפיל שניי איז כעת ערווארטעט?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: וועטער באריכטן אין די היימישע שטעט
קרעדיט וועטער באריכט - קול הציבור.
שניי שטורעם ערווארטעט אויף קומענדיגן דינסטאג תרומה
די פערטע שניי פונעם היי יעריגן ווינטער (און ערשטע אין די סיטי) איז ערווארטעט צו באטרעפן גרויסע טיילן פון אפסטעיט ניו יארק - אריינגערעכנט מאנסי און די אומגעגנט - פון שפעט מארגן ביינאכט ביז דינסטאג נאכמיטאג.
מארגן מאנטאג קען מען נאך אריינכאפן צו געניסן פון א שיינע וועטער, פארמיטאג קען נאך זיין זוניג, נאכמיטאג וועט ווערן מער און מער פארוואלקענט, טעמפראטורן אין די מיטעלע הויכע פערציגער.
מארגן נאכט איז ערווארטעט פארוואלקענטע הימלען. שפעט ביינאכט, ווארשיינליך נאך חצות הלילה וועט אנהייבן צו פאלן א געמיש פון נאסע שניי און רעגן, וואס וועט זיך צוביסלעך טוישן צו בלויז שניי, ווען די טעמפראטור וועט פאלן אונטערן פרירונגס פונקט.
דינסטאג פארטאגס און צופרי וועט די שניי זיך פיל פארשטערקערן, ס'קען אראפקומען ביי א ראטע פון 1 ביז 2 אינטשעס פער שעה, באגלייט מיט ווינטן פון 20 ביז 30 מייל פער שעה, און קען אזוי אנהאלטן פאר א גרויסע חלק פון דינסטאג פארמיטאג.
דינסטאג נאכמיטאג וועט זיך עס שוין אנהויבן בארואיגן, און ערגעץ אין די מיטעלע שפעטע נאכמיטאג שעות וועט עס שוין זיין גענצליך פערטיג.
די נאציאנאלע וועטער סערוויס האט ארויסגעלייגט א "ווינטער שטורעם וואטש" פאר ראקלענד קאונטי צווישן א רייע אנדערע קאונטיס אין ניו יארק און ניו דזשערזי און אין ארומיגע סטעיטס, און ס'איז ערווארטעט אז ס'וועט שפעטער געאפגרעיד ווערן צו א "ווינטער שטורעם ווארענונג".
לויט די יעצטיגע אויסקוק קען מען ערווארטן אין מאנסי ארום א האלבע פיס שניי, ס'איז אבער מעגליך אז ס'קען זיין ביז 8 צו 9 אינטשעס, מיר וועלן בעז"ה צוריקקומען מארגן צופרי מיט א פרישע אפדעיט.
הצלחה רבה!