צינדן א ליכט לעילוי נשמת

אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

צינדן א ליכט לעילוי נשמת

פאוסט דורך דער ידען »

מען קען זעהן יעדען טאג יודען אין ביהמ"ד צינדען לעכט לע"נ, איין לעכט, עס איז דא וואס צינדען צוויי גאר, אדער מער...
עס איז זיכער בלי ספק אז יסודתה בהררי קודש, אבער וואס איז די מקור פון דעם, און וואס איז טאקע די גרויסע עילו פאר די נשמה??
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך דער ידען »

בעצם טרעפט מען שוין א מקור אין די גמרא (מסכת ברכות דף נ"ב ע"ב) משנה: אין מברכין בורא מאורי האש במוצאי שבת על הנר של מתים. זאגט די גמרא כל מת שמוציאים לפניו נר ביום ובלילה אין מברכים עליו וכו', זאגט רש"י הקדוש: כל מת שהוא אדם חשוב ומוצאים לפניו נר ביום לכבדו אף אם מוציאים בליל מוצ"ש אין מברכים עליו, לפי שנעשה לכבודו ולא להאיר וכו' עכ"ל.
זעהן מיר פון רש"י אז מען פלעגט צינדען לעכט פאר א אדם חשוב.
דאנק
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:32 pm
Location: ניו יארק
x 34

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך דאנק »

רבינו בחיי מיין איך אין פ' בהעלותך רעדט ארום פון עס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך וואוילער »

פארשטייט זיך אז אזא נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן לארכה ולרחבה דורך הרה״ג שלום שרגא פאפלאנאש.
כ'האב עס נישט, אבער ס'איז זיכער דא צו באקומען.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך דער ידען »

דאנק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 8:02 pm רבינו בחיי מיין איך אין פ' בהעלותך רעדט ארום פון עס
לכאורה מיינסטו פרשת תרומה.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך דער ידען »

נאך א גמרא ווי מען זהעט א שטיקעלע מקור - אין כתובות דף קג. שטייט א מימרא פון רבי וואס ער האט געזאגט בתורת צוואה "נר יהא דלוק במקומי" - שטייט אין שיטה מקובצת אז פשט דערפון איז מען זאל אנצינדען לעכט ווען ער גייט אוועק פון די וועלט.
דאנק
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:32 pm
Location: ניו יארק
x 34

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך דאנק »

דער ידען האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:30 am
דאנק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 8:02 pm רבינו בחיי מיין איך אין פ' בהעלותך רעדט ארום פון עס
לכאורה מיינסטו פרשת תרומה.
גערעכט
ועשית מנורת זהב טהור. ע"ד הפשט היה ענין המנורה במשכן ובמקדש כדי לקבוע בנפש מעלת הבית ויראתו וכדי שתהיה יראת המקום ההוא קבועה בלבבות רשומות במחשבות, וכענין שכתוב (ויקרא יט) ומקדשי תיראו, ומזה הוצרכה להיות מחוץ לפרוכת ולא לפנים מן הפרוכת שכן כתיב (ויקרא כד) מחוץ לפרכת העדות באהל מועד יערוך וגו' כדי שיהיה הענין נראה מפורסם לכל יוצא ובא ויראו רבים וייראו ועוד כדי להורות שאינו צריך לאורה שלנו ולפיכך היתה של זהב שהיא מעולה שבכל המתכות, והיו הנרות שבעה שהוא חשבון בינוני בהיותו היקף אמצעי.

וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה, ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה מפני שהיא חתיכת אור חצובה באור השכל, ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה אע"פ שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט, ועל כן המשילה שלמה ע"ה לנר הוא שאמר (משלי כ) נר ה' נשמת אדם.
ביז אהער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 9:22 pm

Re: צינדען א לעכט לעילו נשמת - וואס איז דאס???

פאוסט דורך ביז אהער »

לכאורה איז די ענין דווקא בביהכנ"ס, עס ווערט געברענגט אין ראשונים אז די נשמות דרייען זיך בביהכנ"ס, אדער על קבר המת, אדער בבית האבל במשך די שבעה צוליב וואס די נשמה דרייט זיך דארט במשך די שבעה, און כמבואר ברבינו בחיי איז די נשמה נהנה פון די שלהבת.

נאך א ענין איז דא בביהכנ"ס, די מצוה פון באלייכטן דעם ביהכנ"ס ווי עס שטייט באורים כבדו את ה', עס ווערט שוין געברענגט אין ראשונים צו גאר אפילו אין חז"ל, אבער דאס קען זיין לכאורה ענדערש מיט לעקטער. ווייל דאס איז א ענין פון טון א מצוה פון באלייכטן א ביהכנ"ס און מ'טוט די מצוה לע"נ..

אדער צינדן ליכט אינדערהיים נאכן שבעה האט לכאורה נישט קיין פשט. וה"ה לכאורה מיט'ן סתם אנצינדן א לעכט סיי וואו..
שרייב פאוסט