פון דער אידשער ניגון כ'מיין אז ס'קומט פון סקולען
'דער שבת קודש קומט'
איך זוך די ווערטער פון דעם ניגון...
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: איך זיך די ווערטער פון די ניגון...
שבת שבת קודש
קומט דאך אויף דער וועלט
שבת שבת קודש
.אלץ ווערט אפגעשפעלט
שבת אויפן וואסער
שבת אויפן פעלד
שבת אין-דערויסען
.שבת אין געצעלט
שבת שבת קודש
באלד זעקס טוזינט יאהר
קומט דער ליבער שבת קודש
.פינקט גענוי אין קלאר
שבת שבת קודש
דער ליבלינג פון דעם יוד
ער ליבט דעם שבת און ער שעצט עם
.ווי דעם אוג ער היט
שבת קודש גייט מיט אונז ציזאמען
אויף אלע וועגען
אויף אלע שטייגען
.איבער אלע ימים
און דעם גרויסען גלות קלעם
אין פחד און אין שרעק
גייט מען אויף קידוש השם
.פון שבת נישט אוואק
געשעפטען גרויסע מיט פערדינסט
לאזט מען אפ מיט שרעק
ווי דער שבת קומט צוגיין
.ווארפט מען אלץ אוועק
Re: איך זיך די ווערטער פון די ניגון...
כ'מיין אז ס'איז דא א צווייטע ניגון טאקע פון סקולעןרואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:03 pmשבת שבת קודש
קומט דאך אויף דער וועלט
שבת שבת קודש
.אלץ ווערט אפגעשפעלט
שבת אויפן וואסער
שבת אויפן פעלד
שבת אין-דערויסען
.שבת אין געצעלט
שבת שבת קודש
באלד זעקס טוזינט יאהר
קומט דער ליבער שבת קודש
.פינקט גענוי אין קלאר
שבת שבת קודש
דער ליבלינג פון דעם יוד
ער ליבט דעם שבת און ער שעצט עם
.ווי דעם אוג ער היט
שבת קודש גייט מיט אונז ציזאמען
אויף אלע וועגען
אויף אלע שטייגען
.איבער אלע ימים
און דעם גרויסען גלות קלעם
אין פחד און אין שרעק
גייט מען אויף קידוש השם
.פון שבת נישט אוואק
געשעפטען גרויסע מיט פערדינסט
לאזט מען אפ מיט שרעק
ווי דער שבת קומט צוגיין
.ווארפט מען אלץ אוועק
אויב איינער קען ברענגען
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: איך זיך די ווערטער פון די ניגון...
אה יעצט געפונען!
דער שבת קודש קומט - מאדמו"ר מסקולען זצ"ל
דער שבת קודש קומט
ער איז דאך פון ג-ט באשטימט
צו קומען אין דיין הארץ און דיין נשמה
דיר צו ברענגן א גאנצן נחמה
נעם אים אויף פאר דעם חשובסט'ן גאסט
מיט אלעם'ן וואס דו האסט
רוה אין אים און פארשוועך אים נישט מיט געשעפט און מלאכה
וועט דיר דערפאר ג-ט בענשטען מיט פיל ברכה
געדענק דעם שבת צו הייליגען
מיט אים דיין נשמה צו פאראייביגן
שטיי אויס דעם נסיון דעם שבת צו היטען
וועט דיר דערפאר ג-ט בענשטען מיט אלעם גוטען
די זכות פון שבת קודש איז זייער גרויס
ער לאזט זיך דאך אייביג נישט אויס
און אז די וועסט דעם שבת רוען
וועסטו דאך א גאנצן וואך אויפבליען
געבענטשט וועסטו ווערן פון מקור הברכה
מיט שפע ברכה והצלחה
עס וועט דיר תמיד זיין גוט און וואויל
אז די וועסט נישט מאכן פון דעם שבת חול
צו אלע וואונדען איז דער שבת א רפואה
צו אלע צרות א ישועה
אוועק אלע פינסטערנישען פאר דעם שבת ליכט
פאר זיין הייליגן געזיכט
נעם דעם שבת און הארץ אריין
וועט דיר ליכטיג און פרייליך זיין
וועסט דערלעבן די ישועה פון כלל ישראל
ובא לציון גואל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!