הרה"ק רבי יהודה לייב המוכיח מפולנאה - כ"א טבת

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

הרה"ק רבי יהודה לייב המוכיח מפולנאה - כ"א טבת

פאוסט דורך דער ידען »

מארגן כ"א טבת איז די יארצייט פון הרה"ק רבי יהודה לייב מפולנאה זצ"ל - באקאנט אלס "דער מוכיח פון פולנאה"
ער איז געווען פון די ערשטע תלמידי הבעל שם טוב זי"ע, תיכף נאכן התגלות הבעש"ט בשנת תצ"ד.
ער האט מקרב געווען די הייליגער "תולדות יעקב יוסף" צום בעל שם טוב!!
אין שם הגדולים ווערט געברעגט אז ער איז אויך געווען א תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש זי"ע.
אויף זיין מציבה שטייט בזה"ל "איש קדוש, צדיק וישר, מורה צדק לעמו, ה"ה הרב המפורסם התורני והרבני המופלא ומופלג בתורה וחסידות, מורי ורבי ומוכיח.....

ער איז אוועק כ"א טבת שנת תק"ל לגנז"מ.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

Re: הרה"ק רבי יהודה לייב ה"מוכיח" מפולנאה - כ"א טבת

פאוסט דורך דער ידען »

אין תשואות חן פון רבי גדלי' מליניץ (א תלמיד פונעם בעש"ט הק') ווערט געברענגט א מור'דיגע ווארט פון רבי יהודה לייב:
עס שטייט (שמואל כ') מקרה הוא בלתי טהור הוא וגו'
אויב א יוד גלייבט אז "מקרה הוא", עס איז נאר א מקרה עס איז פערצופאל אזוי געשען, דעמאלטס איז זיכער אז "בלתי טהור הוא"...
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

Re: הרה"ק רבי יהודה לייב המוכיח מפולנאה - כ"א טבת

פאוסט דורך דער ידען »

הרה"ק רבי משה פון סלאוויטא האט אמאל פארציילט א דבר נורא (מובא באור הגנוז) - ווען ער איז געווען א יונג קינד פון זיבן אכט יאר, האט אים זיין הייליגע טאטע רבי ר' פנחס'ל קאריצער געוויזן א פייערדיגע זויל אויפן גאס, און ער האט אים געזאגט אז רבי אריה לייב די מוכיח פון פולנאה איז אוועק, "און זאלסט געדענקען אז עס איז געווען אויף די וועלט א מענטש וואס לאחר פטירתו איז געווען א א עמודא דנורא".
שרייב פאוסט