עס שטייט אז עס איז נישט אפראווד צו היילן, אבער עס איז נאכאלס פאררעכנט פאר די FDA ווי FOODתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:15 pmניין, זיי זענען נישט.Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 5:43 pmתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 5:00 pm
אוודאי האבן זיי די רעגירונג אויפן קאפ.
און נאך דער זעלבער אגענטור!
FDA stands for food and drug administration
פאר די געלט האבן די ווייטעמין קאמפאניס אויך, עס איז אויך פאררעכנט ווי אן עסן. מיין פוינט איז אז זיי דארפן נישט קיין אפראוועל אויף סעיפטי ווייל געווענליך איז עס נישט שעדליך. די מעשה וואס מ'האט דא פארציילט איז בסך הכל אז עס איז געווען א סתירה מיט א געוויסע מעדעצין, וואס קען זיין ביי עסן אויכעט
אויף יעדע וויטאמין באטעל שטייט עס מפורש.
וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

דו מיינסט צו זאגן אז עס נישט אזוי שטארק ווי מעדעצין, מסכים. און ווען מ'רעדט פון קענסער וואס געווענליך מאכט יעדע מינוט אויס זאל מען זיך טאקע נישט ארומשפילן דערמיט. אבער אין א פאל וואס דאקטוירים זאגן אז אויפן מינוט זאל מען גארנישט טוהן ווילאנג עס ווערט נישט ערגער, זעה איך בכלל נישט פאר א חסרון צו נעמען מילגרוים זאפט (איך האב נישט מעיין געווען אין דעם ספעציפיש, איך רעד פון די געדאנק)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:25 pm ווילסט פארשטיין די חילוק פון "הילף" ביז "היילונג". אקעי.
איינער משה גייט מארגן אדווערטייזן "א וואנדער רפואה פאר יענע מעשה ל"ע", ער האט געמאכט א קעפסאל פון מילגרוים זאפט. ווידער זיין חבר יענקל, גייט אדווערטייזן "גוטע געזונטע נארהאפטיגע מילגרוים זאפט וואס איז א היף צו צוריקהאלטן יענע מעשה". פארשטייסט אז יענקל איז העכסט אויסגעהאלטן, אבער משה איז אן אכזר וואס האט בלוט אויף זיינע הענט?
איי וואס הייסט?! ס'איז דא העווי סטאדיס!
Pomegranate for Prevention and Treatment of Cancer
רבי איד, די סטאדיס זענע געמאכט פאר דאקטוירים און ריסערטשערס, און פאר אנדערע סתם לידיעה! נישט צו מאכן דערפון אייגענע בויך מסקנות.
איך גיי נישט ח"ו מדמה זיין די צוויי. אבער היות ענקזייעטי איז אזא פארשפרייטע זאך אז פון יעדע מנין אידן ליידן 2 אידן דערויף, דערפאר איז דא אידן רשעים בצורת צדיקים, וואס מאכן דערויף גרויס געלט. איינע פון די וועגן איז, אז מען אדווערטייזט א CBD בפומבי איינמאל און נאכאמאל אז דאס איז די זעלבע גוט, אדער נאך בעסער, ווי מעדיקעישן, פאר אידן וואס "ליידן" אויף ענקזייעטי.
איך האף דו פארשטייסט מיך גענוג קלאר.
ביי ענקזייעטי איז געווענליך די מצב אז אביסל צייט מאכט נישט אויס, בפרט אויב די מענטש איז וויליג, ממילא זעה איך נישט קיין פראבלעם דאס צו פרובירן, אדרבה, אויב עס ארבעט איז עס בעסער ווי מעדעצין צוליב די ווייניגער סייד עפעקטס
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
אבער אין א פאל וואס CBD ארבעט, איז עס דען נישט בעסער פון מעדיקעשיאן? אגב, דו שפילסט היפש אראפ די סייד עפעקטס פון מעדעצין, אבער אכ"מדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:50 pmאודאי האט CBD ווייניגער סייד עפעקטס ווי מעדיקעישן. אבער פיש אויל האט נאך ווייניגער. און מאראנצן נאך ווייניגער.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:17 pm2) מיט א מציאות קען מען זיך נישט קריגן, אפילו א פשוט'ע גוגל סוירטש וועט גלייך זאגן אז די סייד עפעקטס פון SSRI זענען סאך שטערקער ווי CBD. און צו זאגן אז SSRI האט נישט קיין סייד עפעקטס איז מכחיש זיין שמש בצהריםדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm
היפך המציאות. נישט הונדערטער, נישט טויזנטער, נאר "מיליאנען" מענטשן לעבן מיט סערעטאנין מעדיקעישן'ס, אן קיין ברעקל סייד עפעקטס. משא"כ CBD וואס סיי ס'האט סייד עפעקטס און סיי ס'העלפט נישט.
אבער פון צווישן אלע סארט מעדיקעישןס וואס מענטשן נעמען במשכן לעבן, זענען סערעטאנין מעדיקעישן'ס פון די בעסטע פארן גוף מיט אזעלע פיצינקע סייד עפעקטס אז מיליאנען מענטשן לעבן און לאכן דערמיט. די פראצענט וואס האבן דערפון סייד עפעקטס זענען גאר שוואכע עפעקטס, למשל איינער מיט אביסל דייעריע אנהייב אא"וו. אבער, עס העלפט! עס לייזט אים אויס מאפילה לאורה.
משא"כ CBD האט יא סייד עפעקטס, ווי דו הערסט דא פון א בעל המעשה, און היילן קראנקע מענטשן טוט עס נישט.
די מעשה דא איז נישט קיין "סייד עפעקט" נאר א "קאנטרעדיקשאן". דו ווייסט מיט וויפיל מעדעצינען אראנדזש דזשוס קען קאנטרעדיקטן? מיינט דאס אז אראנדזש דזשוס האט סייד עפעקטס?
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
איך בין מסכים אז אסאך מאל איז דוקא די קאנצעטרירטע איבערגעארבעטע דאס וואס העלפט, אבער אין דעם פאל העלפפט פשוטע CBD אויך פאר עפילעפסי, כאטש עס איז מעגליך אז די מעדעצין איז שטערקער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:58 pmאההה. יעצט כאפ איך הערשט דעם יסוד פון דיין טעות.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:17 pm3) EPIDIOLEX איז נישט פשוט'ע CBD, און דערפאר האט עס טאקע א פעטענט, אבער אויף א נאטורליכע פראדוקט כמות שהיא קען מען קיין פעטענט נישט באקומען און דערפאר וועט קיין איין קאמפאני זיך נישט מוטשענען דערמיטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm
היפך המציאות. דער פאקט קענסטו זען פונעם נידון אליינס! CBD אליינס ווערט שוין באנוצט אין געוויסע מעדיקעישן'ס! אבער נאר פאר זאכן וואס עס העלפט טאקע און נאר אויף די וועג וויאזוי ס'העלפט.
דו כאפסט נישט אז סיי וועלכע נאטורליכע זאך איז קיינמאל נישט גענוג שטארק צו ווערן א מעדיקעישן וואס זאל היילן מאסן מענטשן. עס מוז האבן א געוויסע צוזאמשטעל, א מהלך וויאזוי דאס זאל ווערן מעדיקעישן צו קענען היילן. מיינסט טאקע אז איינער וואס האט סיזשערס ל"ע, האט אן אויסוואל, אדער גייט ער צו קול מבשר'ס אינטערוויו און קויפט CBD, אדער גייט ער אין פארמאסי און באקומט EPIDIOLEX, און ביידע גייען היילן?
א רעטעך... כדי די CBD זאל אים היילן ברויך אריינגיין דערין א מאסיווע ארבעט. און דאס טוט דער פארמאסיוטיקל קאמפאני. און דערפאר היילט עס. און דערפאר דארף עס א פרעסקריפשן. כאפסט?
אבער דו האסט פארזעהן מיין עיקר פוינט. ווער זאגט טאקע אז נאטורליכע זאכן כמות שהיא קענען "קיינמאל" נישט העלפן? אפשר איז פשוט נישטא ווער עס זאל מאכן די נויטיגע סטאדיס ווייל מ'קען עס נישט פעטענטן?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
גראדע וויס מיר פון איינעם וואס האט גענומען EPIDIOLEX און עס געראבעט בעסער ווי אנדערע מעדיקעישאן פאר סיעשערס אבער נאך אלס געהאט איינס א חודש אבער נאכן נעמען ריינע סי בי די האט ער נישט געהאט קיין איין סיזשער פאר א לאנגע תקופהWho knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:47 pmאיך בין מסכים אז אסאך מאל איז דוקא די קאנצעטרירטע איבערגעארבעטע דאס וואס העלפט, אבער אין דעם פאל העלפפט פשוטע CBD אויך פאר עפילעפסי, כאטש עס איז מעגליך אז די מעדעצין איז שטערקער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:58 pmאההה. יעצט כאפ איך הערשט דעם יסוד פון דיין טעות.
דו כאפסט נישט אז סיי וועלכע נאטורליכע זאך איז קיינמאל נישט גענוג שטארק צו ווערן א מעדיקעישן וואס זאל היילן מאסן מענטשן. עס מוז האבן א געוויסע צוזאמשטעל, א מהלך וויאזוי דאס זאל ווערן מעדיקעישן צו קענען היילן. מיינסט טאקע אז איינער וואס האט סיזשערס ל"ע, האט אן אויסוואל, אדער גייט ער צו קול מבשר'ס אינטערוויו און קויפט CBD, אדער גייט ער אין פארמאסי און באקומט EPIDIOLEX, און ביידע גייען היילן?
א רעטעך... כדי די CBD זאל אים היילן ברויך אריינגיין דערין א מאסיווע ארבעט. און דאס טוט דער פארמאסיוטיקל קאמפאני. און דערפאר היילט עס. און דערפאר דארף עס א פרעסקריפשן. כאפסט?
אבער דו האסט פארזעהן מיין עיקר פוינט. ווער זאגט טאקע אז נאטורליכע זאכן כמות שהיא קענען "קיינמאל" נישט העלפן? אפשר איז פשוט נישטא ווער עס זאל מאכן די נויטיגע סטאדיס ווייל מ'קען עס נישט פעטענטן?
די סיבה איז אז EPIDIOLEX איז נאכגעמאכט סיטעטיש און איז נישט ארגינעל און אדם עץ השדה די קערפער פארשטייט די בעסטע צי נאטירלעך
אוודאי דארף מען נאך אלס גיין מיט שכל און מיטן דאקטער מי וויסן ווי איין און ווי אויס אבער די מציאות איז אז ווען נאטירלך ארבעט ארבעט עס בעסער און פארשטייט זיך אז אנע סיי עפעקטס
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 401
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 297
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
ריכטיג, זיי זענען נאר רעגולירט ווי עסן, אז עס איז נישט ח"ו סם.Who knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:11 pmעס שטייט אז עס איז נישט אפראווד צו היילן, אבער עס איז נאכאלס פאררעכנט פאר די FDA ווי FOODתינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:15 pmניין, זיי זענען נישט.Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 5:43 pm
פאר די געלט האבן די ווייטעמין קאמפאניס אויך, עס איז אויך פאררעכנט ווי אן עסן. מיין פוינט איז אז זיי דארפן נישט קיין אפראוועל אויף סעיפטי ווייל געווענליך איז עס נישט שעדליך. די מעשה וואס מ'האט דא פארציילט איז בסך הכל אז עס איז געווען א סתירה מיט א געוויסע מעדעצין, וואס קען זיין ביי עסן אויכעט
אויף יעדע וויטאמין באטעל שטייט עס מפורש.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9217
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
Who knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:30 pmדו מיינסט צו זאגן אז עס נישט אזוי שטארק ווי מעדעצין, מסכים. און ווען מ'רעדט פון קענסער וואס געווענליך מאכט יעדע מינוט אויס זאל מען זיך טאקע נישט ארומשפילן דערמיט. אבער אין א פאל וואס דאקטוירים זאגן אז אויפן מינוט זאל מען גארנישט טוהן ווילאנג עס ווערט נישט ערגער, זעה איך בכלל נישט פאר א חסרון צו נעמען מילגרוים זאפט (איך האב נישט מעיין געווען אין דעם ספעציפיש, איך רעד פון די געדאנק)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:25 pm ווילסט פארשטיין די חילוק פון "הילף" ביז "היילונג". אקעי.
איינער משה גייט מארגן אדווערטייזן "א וואנדער רפואה פאר יענע מעשה ל"ע", ער האט געמאכט א קעפסאל פון מילגרוים זאפט. ווידער זיין חבר יענקל, גייט אדווערטייזן "גוטע געזונטע נארהאפטיגע מילגרוים זאפט וואס איז א היף צו צוריקהאלטן יענע מעשה". פארשטייסט אז יענקל איז העכסט אויסגעהאלטן, אבער משה איז אן אכזר וואס האט בלוט אויף זיינע הענט?
איי וואס הייסט?! ס'איז דא העווי סטאדיס!
Pomegranate for Prevention and Treatment of Cancer
רבי איד, די סטאדיס זענע געמאכט פאר דאקטוירים און ריסערטשערס, און פאר אנדערע סתם לידיעה! נישט צו מאכן דערפון אייגענע בויך מסקנות.
איך גיי נישט ח"ו מדמה זיין די צוויי. אבער היות ענקזייעטי איז אזא פארשפרייטע זאך אז פון יעדע מנין אידן ליידן 2 אידן דערויף, דערפאר איז דא אידן רשעים בצורת צדיקים, וואס מאכן דערויף גרויס געלט. איינע פון די וועגן איז, אז מען אדווערטייזט א CBD בפומבי איינמאל און נאכאמאל אז דאס איז די זעלבע גוט, אדער נאך בעסער, ווי מעדיקעישן, פאר אידן וואס "ליידן" אויף ענקזייעטי.
איך האף דו פארשטייסט מיך גענוג קלאר.
ביי ענקזייעטי איז געווענליך די מצב אז אביסל צייט מאכט נישט אויס, בפרט אויב די מענטש איז וויליג, ממילא זעה איך נישט קיין פראבלעם דאס צו פרובירן, אדרבה, אויב עס ארבעט איז עס בעסער ווי מעדעצין צוליב די ווייניגער סייד עפעקטס
א מין לייכטזיניקייט דאס. ביי מיר איז "מאכן א איד ליידן יסורי איוב" פאר 2 יאר, א שרעקליכע געשעעניש!
בפרט ווען ס'איז מעשים בכל יום.
מ'דארף דערויף מאכן א ויצעקו אויף אלע גאסן.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9217
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
לייבל פריש האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:17 pmגראדע וויס מיר פון איינעם וואס האט גענומען EPIDIOLEX און עס געראבעט בעסער ווי אנדערע מעדיקעישאן פאר סיעשערס אבער נאך אלס געהאט איינס א חודש אבער נאכן נעמען ריינע סי בי די האט ער נישט געהאט קיין איין סיזשער פאר א לאנגע תקופהWho knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:47 pmאיך בין מסכים אז אסאך מאל איז דוקא די קאנצעטרירטע איבערגעארבעטע דאס וואס העלפט, אבער אין דעם פאל העלפפט פשוטע CBD אויך פאר עפילעפסי, כאטש עס איז מעגליך אז די מעדעצין איז שטערקער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:58 pm
אההה. יעצט כאפ איך הערשט דעם יסוד פון דיין טעות.
דו כאפסט נישט אז סיי וועלכע נאטורליכע זאך איז קיינמאל נישט גענוג שטארק צו ווערן א מעדיקעישן וואס זאל היילן מאסן מענטשן. עס מוז האבן א געוויסע צוזאמשטעל, א מהלך וויאזוי דאס זאל ווערן מעדיקעישן צו קענען היילן. מיינסט טאקע אז איינער וואס האט סיזשערס ל"ע, האט אן אויסוואל, אדער גייט ער צו קול מבשר'ס אינטערוויו און קויפט CBD, אדער גייט ער אין פארמאסי און באקומט EPIDIOLEX, און ביידע גייען היילן?
א רעטעך... כדי די CBD זאל אים היילן ברויך אריינגיין דערין א מאסיווע ארבעט. און דאס טוט דער פארמאסיוטיקל קאמפאני. און דערפאר היילט עס. און דערפאר דארף עס א פרעסקריפשן. כאפסט?
אבער דו האסט פארזעהן מיין עיקר פוינט. ווער זאגט טאקע אז נאטורליכע זאכן כמות שהיא קענען "קיינמאל" נישט העלפן? אפשר איז פשוט נישטא ווער עס זאל מאכן די נויטיגע סטאדיס ווייל מ'קען עס נישט פעטענטן?
די סיבה איז אז EPIDIOLEX איז נאכגעמאכט סיטעטיש און איז נישט ארגינעל און אדם עץ השדה די קערפער פארשטייט די בעסטע צי נאטירלעך
אוודאי דארף מען נאך אלס גיין מיט שכל און מיטן דאקטער מי וויסן ווי איין און ווי אויס אבער די מציאות איז אז ווען נאטירלך ארבעט ארבעט עס בעסער און פארשטייט זיך אז אנע סיי עפעקטס
א קלאסישע הסתה והדחה וואס קען קאסטן (קען קאסטן? ס'קאסט!!) אידישע לעבנס.
נישט ווערד צו ענטפערן אפילו אויף די דיטעילס פון די מעשה. א חלק פונעם עולם הדמיון, השם יצילנו.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
איר האט פארזעהן מיין אויספיר: אוודאי דארף מען נאך אלס גיין מיטן דאקטערדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:59 pmלייבל פריש האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:17 pmגראדע וויס מיר פון איינעם וואס האט גענומען EPIDIOLEX און עס געראבעט בעסער ווי אנדערע מעדיקעישאן פאר סיעשערס אבער נאך אלס געהאט איינס א חודש אבער נאכן נעמען ריינע סי בי די האט ער נישט געהאט קיין איין סיזשער פאר א לאנגע תקופהWho knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:47 pm
איך בין מסכים אז אסאך מאל איז דוקא די קאנצעטרירטע איבערגעארבעטע דאס וואס העלפט, אבער אין דעם פאל העלפפט פשוטע CBD אויך פאר עפילעפסי, כאטש עס איז מעגליך אז די מעדעצין איז שטערקער.
אבער דו האסט פארזעהן מיין עיקר פוינט. ווער זאגט טאקע אז נאטורליכע זאכן כמות שהיא קענען "קיינמאל" נישט העלפן? אפשר איז פשוט נישטא ווער עס זאל מאכן די נויטיגע סטאדיס ווייל מ'קען עס נישט פעטענטן?
די סיבה איז אז EPIDIOLEX איז נאכגעמאכט סיטעטיש און איז נישט ארגינעל און אדם עץ השדה די קערפער פארשטייט די בעסטע צי נאטירלעך
אוודאי דארף מען נאך אלס גיין מיט שכל און מיטן דאקטער מי וויסן ווי איין און ווי אויס אבער די מציאות איז אז ווען נאטירלך ארבעט ארבעט עס בעסער און פארשטייט זיך אז אנע סיי עפעקטס
א קלאסישע הסתה והדחה וואס קען קאסטן (קען קאסטן? ס'קאסט!!) אידישע לעבנס.
נישט ווערד צו ענטפערן אפילו אויף די דיטעילס פון די מעשה. א חלק פונעם עולם הדמיון, השם יצילנו.
און טאקע יענער האט טאקע פרובירט מיטן ראט פון זיי דאקטער כוועל מעגליך ארויסגעבן די נאמען פון די דאקטער אויב יענער וועט לאזן
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9217
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
אה, מיט דעם אויספיר בין איך זייער מסכים.לייבל פריש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:05 pmאיר האט פארזעהן מיין אויספיר: אוודאי דארף מען נאך אלס גיין מיטן דאקטער► Show Spoiler
און טאקע יענער האט טאקע פרובירט מיטן ראט פון זיי דאקטער כוועל מעגליך ארויסגעבן די נאמען פון די דאקטער אויב יענער וועט לאזן
אבער די מעשה טאר נישט גענוצט ווערן צו צורעדן אנדערע, אן דעם אויספיר.
און די שרעקליכע מעשה וואס @ישר והפך האט דא דערציילט, זאגט אז די פארקויפער האבן אים צוגערעדט צו טון פארקערט. 'נישט' דערציילן פארן דאקטאר. און דאס איז דער רוב אין דעם אינדוסטרי, ליידער.
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
א גוטן אלע אידן איך וויל נישט חלילה ווערן פארשלעפט צו וויכוחים איך האב בלויז געוואלט אז ווער עס וויל זאל קענען הערן אביסל לעבעדיגע עדות פון אייגענע פראקטיק וואס חברה הצלה זאגט מיר אז איך בין נישט די ערשטער און נישט די צווייטער.
נאר אפאר זאכן יא. די ערשטע זאך וויל איך דאנקען דעם באשעפער דא ברבים אז נאך עטליכע וואכן וואס איך בין אראפ פון די סיבידי און ארויף אויף די נייע מעדיקעישן האב איך די וואך שבת ויחי געהאט א שבת וואס איך האב שוין זייער זייער לאנג נישט געהאט ב"ה ב"ה, אוי איך קען קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט אבער קיינער זאל עס טאקע נישט דארפן פילן.
יעצט בנוגע צו סיבידי איז געווען די פראבלעם איז מיר נישט א ספק ס'איז זיכער אז יא, ווייל עס איז נישט דא א אנדערע סיבה פארוואס די זאלאפט האט אויפגעהערט ארבעטן. למעשה ביז איך בין באגאנגען די נארישקייט און עס געסטאפט נעמען האט עס דאך געהאלפן ממש מוראדיג. דעיס אז איך האב עס געסטאפט איז זיכער געווען א טעות אבער ס'איז נישט דא אזא זאך אז סטאפן א מעדיקעישן זאל מאכן אז ס'זאל נאמאר ארבעטן. נאך אפאר וואכן צוריק אנהייבן וואלט עס געדארפט העלפן פונקט ווי פארדעם נאר היות כהאב גענומען סיבידי אויף די אנווייזונגען פון דער וואס פארקויפט עס האב איך ליידער געליטן צוויי גאנצע יאר שווערע אפס ען דאונס פאר קיין שום איד געווינטשן.
און בענין אויב מ'זאל עס טרייען ווען ס'איז נאכנישט וויכטיג צו נעמען מעדיקעישן איז ערשטנס זעסט די פאקט אז איך בין געווארן איבערגערעדט פון די אינטערוויוס און אויך פון יענעם פריוואט פערזענליך אז מעדיקעישן איז א בדיעבד און סיבידי איז די בעסטע זאך סוי דאס איז זיכער שעדליך און ממילא איינער וואס ווערט אריינגעכאפט דערין איז לכאורה אין א סכנה צו ליידן. אויך זעסטו אז איך האב אלעס גענומען פונקטליך לויט ווי יענער האט מיר געהייסן און כסדר ארויף מיט די דאוז מער און מער און יענער האט נאכאלס נישט געזאגט אקעי סטאפ איט פרעג דיין דאקטאר. ממילא וואלט איך עדווייסד מענטשן זאלן שטיין ווייטער דערפון אינגאנצן און עכט וואלטן די צייטונגען און קול מבשר געדארפט פרעגן א שאלה צו זיי מעגן אדווערטייזן אזעכע קאמפאניס וואס קען מאכן מענטשן ליידן אומזיסט.
דער באשעפער זאל העלפן יעדער זאל פילן גוט און יעדער זאל מאכן געלט און קיינער זאל נישט פילן דעטראפן נאר פלעין טון וואס איז ריכטיג אן קיין נגיעות. א יישר כח פאר יעדן וואס האט מיר געלייקט דא אנהייב ס'איז געווען א חיזוק.

באקומען אין אימעיל פון א גרויסער עסקן וואס האט שוין געהאלפען טויזנטער אידן בעיניני רפואה:
ביטע שטעל ארויף מיינע ווערטער אויף איטיש
איך וויל נישט שאדן מאכן פאר טויזנטער אידן וואס האבן ניצן פון CBD אין די שווערסטע מצבים דעריבער וויל נישט ענטפערן קיין וויכחים וואס וועט ארויפברענגען דעם פאלשן אשכול אבער איינמאל פאר אלעמאל קלארצישטעלן
ווייל היות מוועט דא געפיטערט פון איינעם וואס האט כנראה OCD אזש ער פאלט אריין אין געוויסע איינרעדענישן גאר שטארק
דעריבער איז וויכטיג קלארצישטעלן די מציאות הדברים
(דער שרייבער אויף איטיש איז גראדע א צווייטער וואס נעמט נעבעך די אינפא פון יענעמס קעיס)
לפי ידיעתי רעדט זיך עס פון א אינגערמאן א מאמין אין א דאויסער (כישוף מאכער) אין וו"ב צי וועם דער אינגערמאן איז געגאנגען 5 יאר צוריק און זי האט אים געווארענט נישט צוצורירן CBD אין די צייט וואס CBD איז ארויסגעקומען אין די היימישע מארקעט (און מחשש פרנסה האט יענע קייטל אפגעמאכט אז עס איז דראגס א זאך וואס די FDA באשטעטיגט אז עס איז נישט)
אבער ער האט נישט געפאלגט די כישוף און פארט געווואלט פרובירן און ער געהאט אויסטערלישע סוקסעס מיט CBD נאך וואס די מעדיקעישן זאלאפט האט אים נישט גוט געארבעט ער האט געהאט אפס און דאונס אזוי ווייט אז ער האט נישט געקענט פאסטן יום הקדוש (עס מאכט זיך אסאך ווייל נישט יעדע מעדעצין ארבעט גוט פאר יעדן) און ער האט געהאט 5 יאר סוקסעס נישט נאר מיטן פאסטן יום הקדוש נאר מיט נאך אסאך זאכן וואס נאר זיין טעראפיסט מיט מיר האבן מיטגעהאלטן ער איז געשטיגן למעלה מן המשוער אנע באמפס אינמיטן, א זאך וואס מהערט ווייניג ביי מענטעל קעיסעס אין משך פון 5 יאר
ער האט מיר כמעט יעדן טאג גערופן און כסדר אויפגעוויסן אז ווען ער לאזט בטעות אויס די CBD זעהט ער ווי עס טויג אים נישט די מצב און אויך ווען ער לאזט אויס די מעדעצין טויג עס ווייטער נישט אזוי אז ער זעהט אז ער מוז האבן ביידע און אזוי האט דער כישוף מאכער מסכים געווען זעענדיג די מציאות מיט די אויגן
יעצט אויב וואלט מענטשהייט געווען ישרות וואלט זיין קעיס געווען די גרעסטע באווייז אז CBD שאדט נישט פאר די זאלאפט נאר אדרבה עס ארבעט א מחי' אינאיינעם
אבער היות דער אינגערמאן האט פארגאנגענעם חוה"מ נישט גענומען געהעריג קיין מעדיקעישאן א זאך וואס איז סתם אזוי סוסייד איז ער נאך יו"ט אריינגעפאלן אין א שווערן מצב
היות ער איז אנגעקומען צי איינעם פון הצלה וואס איז אנגעגעסן קעגן נאטירלעך (אפשר מיט רעכט קעגן די בעלי דמיון און אומאחריותדיגע פארשוינען וואס פון די איז דא גענוג און מדארף יעדע זאך גיין במתינות מיט א דאקטער וכדומה אפצישאצן שכר כנגד ההפסד צי וויסן וואס יא און וואס נישט) האט יענער גלייך געגלייבט דעם פאציענט וואס האט דאן גערעט פאר פייער און פאר וואסער אבער ווער ווי מיר וויסט דען נישט וואס מיט אים האט פאסירט ווען די לעצטע 5 יאר עד היום הזה קלינגט ער מיר יעדן טאג
און היות מרס... בעל הכישוף פון וו"ב האט אים געזאגט אז די CBD איז די פראבלעם האט ער געגלייבט מיטן גאנצן הארץ און עס איבערגעגעבן אזוי אויף דעם אופן און דער הצלה מעמבער האט שוין גערעט מיט א דאקטער וואס האט אין געשאקעלט מיטן קאפ אז אפשר טאקע ויצא הקוגעל הזה
יעצט לגופו של ענין מהאט געברענגט דארט א לינק פון א שטודיע וואס זאגט אז עס קען אפשוואכן די זאלאפט אבער דארט רעדט מען פון IV וואס מיינט אז ביידע קומען אריין אינאיינעם וואס מיט דעם איז באקאנט אז CBD דארף מען אפטיילן כאטש א שעה פון אנדערע מעדעצינען וואס דאן איז לא קרוב זה אל זה
איך ווייס אז ער גייט טענהן אז ער רעדט פון א אנדערע מעשה אבער איך ווייס עס בידיעה ברורה נאך רעדן מיט יענעם הצלה מעמבער פון וועם מרעדט און נאך אסאך קלארקייט וואס איך קען נישט שרייבן אלס קאנפידעשנעל
און לאמיר צוקומען צום פוינט וואס איז נוגע אפילו אויב די פטפוטי דברים וועלן פארקרומען די מאטיוון פון מיינע ווערטער
היות מהאט אנגעדרייעט די אלע שמועות דא האב איך געטראכט אז אפשר דאך איז דא עפעס דערין און אויב יא איז אדרבה העמיר אנרופן די סוחרים פון CBD און זיי אנזאגן אכט צי נעמען איבער דעם דעריבער האב איך געפרעגט ביי טעקסט א גרויסן סעקייעטריסט אין מאנסי וואס טויזנטער חרדישע אידן ניצן אים און איך ניץ אים אויך פאר טייל פון מיינע פאציענטן און כוועל ארויפשטעלן וואס ער האט מיר געשריבן
Me to the Dr.: Hi Dr. some one tells me in name of Dr's that they see CBD makes problems
If it's true let me know please
Dr.: No problems with CBD. I recommend it every day
Me: And you see results it should helping people?
Dr: yes
Me: Ok thanks and you don't see it interact with any medications?
Dr: nothing
ביטע ארויפשטעלן און מיר נישט איבערעגעבן וואס מרעדט נאכדעם ווייל איך גיי אין קיין וויכחים נישט אריינגיין כוויל נישט אריינשפילן אין די הענט פון די מערכה פירער קעגן א רפואה מיטל פון השי"ת פאר אונזער שוואכן דור וואס אפילו מיט אלע מעדעצינען וואס קומען כסדר ב"ה ארויס צי העלפן מענטשן איז נאך דא גאר אסאך אידן וואס דראפן זיך אויף גראדע ווענט יארן לאנג און ווארטן אויף א ישועה
און עס וואונדערט מיר ווי ערנסטע מענטשן קענען ווערן אריינגעשלעפט אין אזא שטות וואס קען שאדן מאכן אזויפיל אידן וואס וואס וועלן ליידן יסורים נוראים אויב מוועט זיי אפשרעקן דערפון און קען ווען פארמיטן ווערן מיט CBD וכדומה
און אויב א דאקטער זאגט אייך אנדערש אדרבה פאלאוט אייער דאקטער אבער מאכט נישט קיין מערכות און דרייט נישט איבער וועלטן אויף הבל הבלים
זעה באגעלייגט די באריכט אז איינס פון 3 אין אמעריקא נעמען CBD וואס מיינט ארום 100 מיליאן מענטשן
https://www.google.com/search?q=1+in+3+ ... afe=strict
https://store.samhsa.gov/sites/default/ ... 04-003.pdf
אויב איינער בעהט מיין נאמען אין אישי קענסטו עס געבן געזינטערהייט איך קען יעדן ווייזן מיין קאנווערסעישאן מיטן דאקטער

כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען. אדער, קייכן.
איינער נעמט די דרייסטקייט צו דערציילן א סטארי וואס בדידי' הוה עובדא, מיט אלע דיטעילס און אלע קלאפער געצייג, קומט ארויף איינער וואס וויל שטיפן CBD און גיט א שמיר ארויף: יענער ליידט אויף OCD מיט מעשיות מיט כישוף מאכערס... ניטאמאל ווערט זיין מעשה אפגעענטפערט נאר פשוט געשאסן די מעסענדזשער מיט א גאן און פארטיג. "דו פארצייל נישט דיין סטארי ווייל דו ביסט א וויזויהייסטעס".
און די גרעסטע חכמה איז נאך אז ער ווערט דא דער פרומער וואס איז קעגן דאוזערס... חחח.
רשעות, טפשות, כ'ווייס נישט וויאזוי דאס אנצורופן. איך וואלט געראטן די הנהלה דאס צו פארמעקן! א מין אויפפירונג דאס. אויב האט נאך איינער געהאט א ברעקל טראסט אין די דראג-האנדלער קען עס פון דעם תגובה אליינס אויסגעקלארט ווערן.
רבי איד! קיינער ליידט נישט אויף OCD! נאר 'איר' ליידט אויף CBD! קריכט אראפ פון כלל ישראל און אלעס וועט זיין בסדר.

@לייבל פריש אנשטאט ווייזן דיין קאנווערסעישאנס מיט "א" דאקטאר, איז דא אסאך א בעסערע עצה.
מאך א קאמפיין אז יעדער זאל פרעגן "זיין" דאקטאר! פשוט ווייל דו ביסט דאקטאר מיינדעד... סוי דאס וועט זיין די בעסטע עצה.
מאך א קאמפיין אז יעדער זאל פרעגן "זיין" דאקטאר! פשוט ווייל דו ביסט דאקטאר מיינדעד... סוי דאס וועט זיין די בעסטע עצה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
זעמיר מסכים איז וואס איז די רשעות דאדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:50 pm @לייבל פריש אנשטאט ווייזן דיין קאנווערסעישאנס מיט "א" דאקטאר, איז דא אסאך א בעסערע עצה.
מאך א קאמפיין אז יעדער זאל פרעגן "זיין" דאקטאר! פשוט ווייל דו ביסט דאקטאר מיינדעד... סוי דאס וועט זיין די בעסטע עצה.
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9217
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
דער אדווערטייזמענט זאגט "איך פארשטיי בעסער ווי דעם דאקטאר".לייבל פריש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:51 pmזעמיר מסכים איז וואס איז די רשעות דאדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:50 pm @לייבל פריש אנשטאט ווייזן דיין קאנווערסעישאנס מיט "א" דאקטאר, איז דא אסאך א בעסערע עצה.
מאך א קאמפיין אז יעדער זאל פרעגן "זיין" דאקטאר! פשוט ווייל דו ביסט דאקטאר מיינדעד... סוי דאס וועט זיין די בעסטע עצה.
יענעמס אינטערוויו'ס זאגן "קום צו מיר, גיי נישט צום דאקטאר".
הצלה זאגט "מענטשן ליידן וועגן די CBD איינרעדענישן".
א בעל המעשה דא זאגט "מ'האט מיר פארפירט נישט צו פרעגן דעם דאקטאר און כהאב געליטן 2 יאר".
און דו ברענגסט דא פון יענעם א וואנזיניגע תשובה אז עפעס א דאקטאר... האט קלאר געזאגט... אז ס'אינטערעקט נישט... בלא בלא בלא. יעצט פרעגסטו וואס די רשעות איז?
וויפיל איך וויל מיך איינהאלטן דא קען איך נישט. דער אשכול נעמט מיר ארויס פון די כלים. רבותי, הצילו!!! ס'איז צייט פאר אן אויפוואכונג אז די יעניגע זאלן אראפקריכן פון כלל ישראל, און יעדער זאל "יא" פרעגן זיין דאקטאר וואס ער האט צוטון, און נישט פאלן פאר די ליגנערישע בלאפערישע געלט פרעסער און בעלי דמיון צוגלייך!!!!
יא, @ישר והפך איז גערעכט! קול מבשר טאר אזא זאך נישט אדווערטייזן! ער טאר נישט זיין א טייל פון די הסתה והדחה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
אינטערסאנט תהלים איד שרייט אז מדארף א סעקייעטריסט נישט סתם א דאקטער ברענגט מען דא א שמועס מיט א ריזן סעקייעטריסט אין מאנסי וואס טויזנטער אידן ניצן
Me to the Dr.: Hi Dr. some one tells me in name of Dr's that they see CBD makes problems
If it's true let me know please
Dr.: No problems with CBD. I recommend it every day
Me: And you see results it should helping people?
Dr: yes
Me: Ok thanks and you don't see it interact with any medications?
Dr: nothing
און ער שרייט ווייטער הצילו..
נישטא ווער זאל קייכן ...
לאמיר אלע ווייטער שרייען הצילו..
Me to the Dr.: Hi Dr. some one tells me in name of Dr's that they see CBD makes problems
If it's true let me know please
Dr.: No problems with CBD. I recommend it every day
Me: And you see results it should helping people?
Dr: yes
Me: Ok thanks and you don't see it interact with any medications?
Dr: nothing
און ער שרייט ווייטער הצילו..
נישטא ווער זאל קייכן ...
לאמיר אלע ווייטער שרייען הצילו..
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9217
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 344
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 388
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
ברענגט פראף אז ער זאגט אזוי איך האב עס נישט געהערטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:01 pmדער אדווערטייזמענט זאגט "איך פארשטיי בעסער ווי דעם דאקטאר".לייבל פריש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:51 pmזעמיר מסכים איז וואס איז די רשעות דאדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:50 pm @לייבל פריש אנשטאט ווייזן דיין קאנווערסעישאנס מיט "א" דאקטאר, איז דא אסאך א בעסערע עצה.
מאך א קאמפיין אז יעדער זאל פרעגן "זיין" דאקטאר! פשוט ווייל דו ביסט דאקטאר מיינדעד... סוי דאס וועט זיין די בעסטע עצה.
יענעמס אינטערוויו'ס זאגן "קום צו מיר, גיי נישט צום דאקטאר".
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
אויסגעטראכט פון אויבן ביז אונטן יעדע דיטעיל עקסטער און איך בין פערזענליך באליידיגט. איך האף אז כאטש וועט דעיס דינען פאר א ווארענונג צו אנדערע אידן נישט צו אריינפאלן אין אזעכע הענט, כהאב נישט קיין וועטער.
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
איך בין סתם נייגעריג. @לייבל פריש דו ווייסט ווער @ישר והפך איז?
אדער איז זיין געשיכטע א באקאנטע?
אדער איז זיין געשיכטע א באקאנטע?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 156
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
- Location: new york
- x 259
Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
מיט די שורה זענען אלע מודה ...לייבל פריש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:18 am
עני וועי לאמיר עס לאזן יעדער פאר זיין דאקטער און לאמיר אלע אראפקריכן פונעם ציבור...
צוריק צי די גמרא...