לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
מטות
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 40

לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך מטות »

לאור די שכינות'דיגע אשכול צו מ'לערנט די מאקסימום מיט די קינדער ווערט אראפגעשטעלט א נערעטיוו ווי דעיס איז זיכער אז מ'דארף לערנען די מערסטע וואס איז שייך
די שאלה איז נאר צו מטיט אזוי

האב איך געעפענט די אשכול אלס איינער וואס האלט נישט אז די דגוש דארף זיין אויף נאך א פסוק , נאר די דגוש אין חדר דארף זיין צו לערנען אידישקייט מיט די קינדער און טאקע די מאקסימום שייך
אין ווען סקימט צו לערנען חומש/ גמרא זאל מען לערנען אזויפיל אז די שוואכערע קעפ זאלן אויך נישט ארויס פאלן ווייל פאר זיי דארף מען טאקע די וויכטיגסטע האבן א מוסד

ממילא וויל איך וויסן וואָס דער עולם האלט צו מ'לערנט גענוג יסודי הדת און אידישקייט און מוסר היינט מיט די קינדער
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך יום טוב »

מטות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:30 pm לאור די שכינות'דיגע אשכול צו מ'לערנט די מאקסימום מיט די קינדער ווערט אראפגעשטעלט א נערעטיוו ווי דעיס איז זיכער אז מ'דארף לערנען די מערסטע וואס איז שייך
די שאלה איז נאר צו מטיט אזוי

האב איך געעפענט די אשכול אלס איינער וואס האלט נישט אז די דגוש דארף זיין אויף נאך א פסוק , נאר די דגוש אין חדר דארף זיין צו לערנען אידישקייט מיט די קינדער און טאקע די מאקסימום שייך
אין ווען סקימט צו לערנען חומש/ גמרא זאל מען לערנען אזויפיל אז די שוואכערע קעפ זאלן אויך נישט ארויס פאלן ווייל פאר זיי דארף מען טאקע די וויכטיגסטע האבן א מוסד

ממילא וויל איך וויסן וואָס דער עולם האלט צו מ'לערנט גענוג יסודי הדת און אידישקייט און מוסר היינט מיט די קינדער
הפך בה והפך בה דכולה בה, אין די תורה הקדושה ליגט אלעס מיט קינדער וואס קענען מער דארף מען לערנען מער גמרא חומש משניות נישטא די אויסרייד אז די מוסד איז געמאכט פאר שוואכע ווייל דעמאלטס דארף מען אויך א מוסד פאר די וואס קענען מער

יעצט צו די שאלה, יא מלערנט מוסרמאון מען פראבירט ארייצולייגן יראת שמים, אדרבה אויב האטנאיר א געדאנק וואס מען קען לערנען מער יסודי הדת לאמיר הערן וואס , ועוד אז מוסר און יסודי הדת דארף די טאטע אויך געבן דאס ליגט נישט אך ורק אויפן מלמד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9958

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראדע זייער א וויכטיגע נקודה.

ס'איז דא היינט א ארגאניזאציע קרן חיים זאנוויל, וואס גיבט ארויס ספרים אויף די נושא. ס'איז קלאר אז ס'אינז היינט פי כמה וויכטיגער ווי אמאל, און ניין ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז אלעס ליגט שוין אין די גמרא. סאטמאר רב זצ"ל אהט געהייסן לערנען מוסר און נישט געזאגט "אלעס ליגט אין די גמרא". אויסדרוקליך נישט ריכטיג.

מיר איז געווען א גרויסע שמחה צו הערן פון מיין זון אז זיין מנהל האט אויפגעשטעלט א גאנצע פראגראם פון לערנען די יסודי הדת, און אמאל האב איך עפעס גערעדט אינדערהיים איבער אמונה און מיין אינגל זאגט "יא כמעט די זעלבע האמיר אונז געלערנט אין די יסודי הדת". מיין שמחה איז געווען אין לשער.

איך ווייס נישט וואו אלס מען לערנט דאס, אבער ס'איז לכאורה אסאך אסאך וויכטיגער ווי די אנדערע ענינים וואס מען רעדט דא, קוקנדיג אויפ'ן תכלית.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9958

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פארוואס האלט איך צוריק קרעדיט פון וועמען עס קומט זיך? א מחלת אנושי דאס...

לאמיר אויסזאגן: זיין מנהל איז הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. כהאב שפעטער גערעדט מיט'ן מלמד איבער דעם, האט ער מיר געזאגט אז יא, דער מנהל לייגט אריין זייער אסאך כוחות אין די יסודי הדת, ס'איז ביי אים פון די וויכטיגסטע נושאים.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:50 pm פארוואס האלט איך צוריק קרעדיט פון וועמען עס קומט זיך? א מחלת אנושי דאס...

לאמיר אויסזאגן: זיין מנהל איז הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. כהאב שפעטער גערעדט מיט'ן מלמד איבער דעם, האט ער מיר געזאגט אז יא, דער מנהל לייגט אריין זייער אסאך כוחות אין די יסודי הדת, ס'איז ביי אים פון די וויכטיגסטע נושאים.
אמת מיין אינגל האט מיר אויך דערציילט איבער דעם און דאס איז א געוואלדיגע זאך און איך האב נישט געמיינט חלילה צו זאגן אז מען דארף דאס נישט אדרבה ואדרבה ווי מער אלץ בעסער, איך האב נאר געמיינט ארויס צו ברענגען איבער קדושת התורה אז דאס הייליגט און איידלט א מענטש , אבער אוודאי דארף מען לערנען מוסר און יראת שמים
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

איך פערזענלעך האלט אז מ'וואלט ווען געדארפט מער לערנען וועגן אמונה און זיסקייט פון אידישקייט, וואס איך פערזענלעך האב נישט צופיל באקומען דערפון אין מיינע אינגע יארן נאר זיך אליין אויפגעבויט מיט די צייט.
אז מ'טויגט טויגט מען...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך אנדערער »

ביי די מיידלעך לערנט מען אסאך מער ווי ביי יונגלעך אבער אויך נישט גענוג
קעניגרייך
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:56 pm
x 9

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך קעניגרייך »

אז די פרעגסט וועגן חדר, מיינעך, אז און חדר היינט לייגט מען נאך אריין היינט די זעלבע מאס אידישקייט ווי אונזערע עלטערן האבן באקומען 30 יאר צוריק.

איי, אונזערע עלטערן האבן נישט געטראגן שמאלע הויזן?
קודם ווען זיי זענען געווען קינדער איז געווען די מאדע ברייטע הויזן.
צווייטענס אונזערע תשב”ר גייען נישט אזוי ווייל זיי ווילן, נאר ווייל דאס געט זיי די מאמע אנצוטון צופרי.

אלזא, אידישקייט מיט קינדער און חדר איז נישט שוואכער ווי אמאל.

ווי ס’כאפט יא א חילוק, און שוין איינמאל... איז אין ישיבות, ווי די בחורים ווערן ציטיילט לויט ווי גוטע קעפ מען האט. און נישט ווי ערליך אדער וויפיל יראת שמים מען פארמאגט.

דאס איז וואס גיבט די געפיל אז לא המעשה הוא העיקר אלא המדרש.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 504

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך קיינמאל »

ווען איך האב געלערנט אין חדר האט מען אריינגעלייגט זילטש
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 394
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 253

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך גראסערי »

קעניגרייך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:28 am
ווי ס’כאפט יא א חילוק, און שוין איינמאל... איז אין ישיבות, ווי די בחורים ווערן ציטיילט לויט ווי גוטע קעפ מען האט. און נישט ווי ערליך אדער וויפיל יראת שמים מען פארמאגט.

דאס איז וואס גיבט די געפיל אז לא המעשה הוא העיקר אלא המדרש.
און נאך די חתונה ווען עס קומט צו ברענגען פרנסה, זענען די ענגליש/ קומפיוטערס קענערס שנעלערע קאנדידאטן פאר זשאבס ועוד

# א חלק פון די אידישקייט איז טאקע צו ממאס זיין וויאזוי די וועלט קיקט דאס אן, אפילו די תורה וועלט
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

► Show Spoiler
אידישקייט האט גארנישט צוטוהן מיט שמאלע הויזן..... נישט דאס איז די יסודי הדת....
אז מ'טויגט טויגט מען...
קעניגרייך
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:56 pm
x 9

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך קעניגרייך »

► Show Spoiler
י''ו מיס''ד מי''י פוינ''ט
שרגא ליפשיץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:10 pm
Location: בארא פארק
x 30

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך שרגא ליפשיץ »

צ''ק

זיכער אז יא! יא, מען פארציילט סיפורי צדיקים און מען האקט אריין מוסר מיט צוואנג. אבער ווי פיל קינדער באקומען א געזונטע שטארקע אידישע חינוך? וויפיל קינדער קומען ארויס מיט א עכטע שטאלץ און שמחה צו זיין א איד? וויפיל קינדער ווייסן די באדייט פון זיין א איד?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך יום טוב »

שרגא ליפשיץ האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:15 pm צ''ק

כן די מוסדות פראבירט די מאקסימום און מען פראבירט אלס מוסיף צו זיין אבער ווענדט זיך אסאך אין וואס מען זעהט אינדערהיים וואס משטרעבט און וואס מען איז מחשיב און וואס די שמחה איז , די מוסד קען נישט ריפלעיסן עלטערן די ענין פון די בליק אויף אידישקייט האט זייער אסאך מיט די עלטערן

און בעיקר נישט פארגעסן צו פארלאזן א טרער ביי והאר עינינו בתורתיך ודבק ליבינו במצוותיך ויחד לבבינו לאהבה וליראה את שמיך זיך נישט איינרעדן אז מיט די אייגענע פעולות קען מען דאס דערגרייכן , מיר דארפן טון אונזערע חיובים אין חינוך אבער נישט פארגעסן אז די עיקר איז תפילה און סייעתא דשמיא אויף ערליכע געבענטשטע דורות אהובים למעלה ונחמדים למטה
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

קעניגרייך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:01 pm
► Show Spoiler
י''ו מיס''ד מי''י פוינ''ט
סארי, באט דו האסט נישט געשריבן קיין שום פוינט.... (עכ"פ נישט אויף אונזער נושא...).
אז מ'טויגט טויגט מען...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך אנדערער »

יום טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:03 pm
שרגא ליפשיץ האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:15 pm צ''ק

זיכער אז יא! יא, מען פארציילט סיפורי צדיקים און מען האקט אריין מוסר מיט צוואנג. אבער ווי פיל קינדער באקומען א געזונטע שטארקע אידישע חינוך? וויפיל קינדער קומען ארויס מיט א עכטע שטאלץ און שמחה צו זיין א איד? וויפיל קינדער ווייסן די באדייט פון זיין א איד?
כן די מוסדות פראבירט די מאקסימום און מען פראבירט אלס מוסיף צו זיין אבער ווענדט זיך אסאך אין וואס מען זעהט אינדערהיים וואס משטרעבט און וואס מען איז מחשיב און וואס די שמחה איז , די מוסד קען נישט ריפלעיסן עלטערן די ענין פון די בליק אויף אידישקייט האט זייער אסאך מיט די עלטערן

און בעיקר נישט פארגעסן צו פארלאזן א טרער ביי והאר עינינו בתורתיך ודבק ליבינו במצוותיך ויחד לבבינו לאהבה וליראה את שמיך זיך נישט איינרעדן אז מיט די אייגענע פעולות קען מען דאס דערגרייכן , מיר דארפן טון אונזערע חיובים אין חינוך אבער נישט פארגעסן אז די עיקר איז תפילה און סייעתא דשמיא אויף ערליכע געבענטשטע דורות אהובים למעלה ונחמדים למטה
זייער וויכטיג צו פארלאזן טרערן אבער אויב ווייזט מען נאכדעם פאר די קינדער אז יענער מיט די שיינע קאר איז מען מער מקנא ווי יענער וואס האט גענדיגט שס האט מען אלעס חרוב געמאכט
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

Re: לערענט מען היינט יסודי הדת אידישקייט מיט די קינדער די מאקסימום מעגליך?

פאוסט דורך יום טוב »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:05 am
יום טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:03 pm
שרגא ליפשיץ האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:15 pm צ''ק

זיכער אז יא! יא, מען פארציילט סיפורי צדיקים און מען האקט אריין מוסר מיט צוואנג. אבער ווי פיל קינדער באקומען א געזונטע שטארקע אידישע חינוך? וויפיל קינדער קומען ארויס מיט א עכטע שטאלץ און שמחה צו זיין א איד? וויפיל קינדער ווייסן די באדייט פון זיין א איד?
כן די מוסדות פראבירט די מאקסימום און מען פראבירט אלס מוסיף צו זיין אבער ווענדט זיך אסאך אין וואס מען זעהט אינדערהיים וואס משטרעבט און וואס מען איז מחשיב און וואס די שמחה איז , די מוסד קען נישט ריפלעיסן עלטערן די ענין פון די בליק אויף אידישקייט האט זייער אסאך מיט די עלטערן

און בעיקר נישט פארגעסן צו פארלאזן א טרער ביי והאר עינינו בתורתיך ודבק ליבינו במצוותיך ויחד לבבינו לאהבה וליראה את שמיך זיך נישט איינרעדן אז מיט די אייגענע פעולות קען מען דאס דערגרייכן , מיר דארפן טון אונזערע חיובים אין חינוך אבער נישט פארגעסן אז די עיקר איז תפילה און סייעתא דשמיא אויף ערליכע געבענטשטע דורות אהובים למעלה ונחמדים למטה
זייער וויכטיג צו פארלאזן טרערן אבער אויב ווייזט מען נאכדעם פאר די קינדער אז יענער מיט די שיינע קאר איז מען מער מקנא ווי יענער וואס האט גענדיגט שס האט מען אלעס חרוב געמאכט
אמת ויציב
שרייב פאוסט