אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן

אין גמרא (סנהדרין קה. לפי’ רש”י) שטייט אז בעור, דער פאטער פון בלעם, איז גאר געווען לבן הארמי אליינס.
אין תרגום יונתן עה”ת (במדבר כב ה) שטייט אז בלעם איז גאר געווען לבן הארמי אליינס. יא יא.. דער פעטער איז געקומען שעלטן... וואס פעטער? אונזער אייגענע זיידע אליינס (דער פאטער פון רחל און לאה)!!
ווייטער, אין זוהר (חלק ג קצו ב) געפונען מיר אז בלק בן ציפור איז גאר דער זון פון יתרו: "פתח כמלקדמין רבי אלעזר ואמר גם צפור מצאה בית. דא יתרו וכו'”
אביסל שפעטער אין זוהר (קצז א) שטייט אז ער איז גאר געווען אן אייניקל פון יתרו: ”בלק מבני בנוי הוה”
איז דא געווען די מעשה אז משה רבינו’ס שוואגער/נעפיו האט גערופן כלל ישראל’ס זיידע שעלטן?.. אזוי זעהט אויס..
שרייבט עמיצער ווי אינטערעסאנט סאיז, משה רבינו'ס ווייב האט דאך געהייסן ציפורה און איר פאטער ציפור, שטימט אויכעט דאס לשון קיני וואס יתרו ווערט אנגערופן ווייל א ציפור וואוינט אין א קן. זייער אינטערעסאנט.
https://tora-forum.co.il/threads/%D7%91 ... 7%95.6177/

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
צו איז דער איראנער אכמאדינידזשאד א אידישע אפשטאמיגער?
זעה דא
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=770#p4894
זעה דא
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=770#p4894
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
אין אלפא ביתא דבן סירה שטייט אז נבוכדנצר הרשע איז געווען מצאצאי שלמה המלך ומלכת שבא
אין ספר שלשלת הקבלה שטייט:
"אמרו במדרש, שזאת המלכה (פי’ מלכה שבא) נתעברה משלמה ועשתה בת וממנה נולד נבוכדנאצר שחרב הבית. ושמעתי שעדיין נוהג במלכות ההוא לקרא שם מלכיהם דוד או שלמה. באמרם שהם מזרע ההוא".
אין ספר חסידים שטייט:
"ואשר ניצל נבוכדנצר וכו' לפי שצפה הקב"ה שעתיד לגדל ולהיטיב לדניאל חמ"ו וכו' ועל דרך האמת יש טוב טעם כי נבוכדנצר בא מזרע שלמה המלך ע"ה שבא על מלכת שבא וילדה בת ומשם בא נבוכדנצר ונמצא ששלמה המ' ע"ה בנה הבית והוליד זרע שיחריבנו והן הן מפלאות תמים דעים (ספר חסידים).
דער רמ"ע מפאנו אין מאמר "אם כל חי" (חלק ב', סימן כ"ג וכ"ד) שרייבט:
"ולא זכה נבוכדנאצר להקרא אריה, אלא דמבית דוד קאתי מזרעו של שלמה ממלכת שבא, אחרי שגיירה. אלא שלבה לא נכון עמה ולסוף גלתה נבלותה וחזרה לסורה ואולם משלו נתנו לו לנבוכדנאצר זהבה של ירושלים, שהרבה ממנו נתנה אמו סבתא למלך שלמה... ומזליה (של נבוכדנאצר) חזי לחוס הרבה על ירמיהו (כי שלמה נתגלגל בירמיהו)".
אין ספר חסד לאברהם לרבינו אברהם אזולאי (מעין חמישי, סוף נהר כ"ה) שטייט:
"תמר ומלכת שבא ורחב היו גלגל אחד. והיינו ר"ת של תמ"ר. ושלשתם אירע להם דבר אחד שהנה תמר ילדה תאומים. גם מלכת שבא ילדה משלמה בנים, ורחב הצילה ב' השליחים".
אין אן אלטער כתב יד מזמן הראשונים שטייט:
''ושמעתי: שלמה בנה בית המקדש, ובנו החריבה, דכתי': ויתן לה המלך את אשר שאלה, ואיתערו שבא על מלכת שבא ונפק מתמן נבוכדנצר'.
עכ”פ, דער זון/איינקל פונעם בונה בית ה’ האט עס זאגאר חרוב געמאכט. הפלא ופלא!! און אויב איז שלמה המלך מגולגל געווארן אין ירמיהו הנביא און בן סירא ירמיהו הנביא’ס קינד ברענגט אונז די דאזיגער נייעס איז עס נאך גג על גג.

- עפעס א ניק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:07 pm
- x 14
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
אן אינטערעסאנטער טעמע דאס...
תשבי יתרץ קושיות ואשכולות.
תשבי יתרץ קושיות ואשכולות.
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
אין מדרש רות רבה (ב ט) שטייט אז רות און ערפה זענען געוועזן שוועסטערס.
יעצט לאמיר חשבונען
אין גמרא סוטה מב: שטייט אז גלית הפלישתי איז געוועזן א זון פון ערפה
אין מגילת רות שטייט: ובעז הוליד את-עובד. ועבד הוליד את-ישי, וישי הוליד את-דוד.
נו.. האט דוד המלך געהארגעט זיין עלטער עלטער עלטער פעטער..!!
יעצט לאמיר חשבונען
אין גמרא סוטה מב: שטייט אז גלית הפלישתי איז געוועזן א זון פון ערפה
אין מגילת רות שטייט: ובעז הוליד את-עובד. ועבד הוליד את-ישי, וישי הוליד את-דוד.
נו.. האט דוד המלך געהארגעט זיין עלטער עלטער עלטער פעטער..!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
זייער אינטערעסאנט און זייער זיס.
שכוח @מסתמא!
שכוח @מסתמא!
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
דאס אז קרובים זאלן זיך קריגן איז נישט אזוי זעלטן.
צ.ב.ש. די ענגלישע און דייטשע קעניגן וואס זענען געווען אויף די קעגנערישע צדדים אין די ערשטע וועלט קריג, זענען געווען ערשטע קאזינס.
צ.ב.ש. די ענגלישע און דייטשע קעניגן וואס זענען געווען אויף די קעגנערישע צדדים אין די ערשטע וועלט קריג, זענען געווען ערשטע קאזינס.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
ווי אויך דער רוסישער צאר וואס איז אויך געווען פארמישט אין די קריג.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 8:26 pm דאס אז קרובים זאלן זיך קריגן איז נישט אזוי זעלטן.
צ.ב.ש. די ענגלישע און דייטשע קעניגן וואס זענען געווען אויף די קעגנערישע צדדים אין די ערשטע וועלט קריג, זענען געווען ערשטע קאזינס.
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
מיין רבי אין זיין קעגנער זענען אויך ברודערס.......
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
@מסתמא האמיר הנאה
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
גאר אינטרעסאנט דעם אשכול עהם.. טעמע.
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
זייער אינטערעסאנט!
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
דתן און אבירם זענען געווען שוואגערס.
דער מצרי האט מאנס געווען די ווייב פון דתן און דתן האט געוואלט איר גט’ן צוליב זיין כבוד. זי האט עס דערציילט אירע ברודער און זיי זענען זיך געקומען אננעמען פאר איר הארגענען איר מאן. קומט אויס אז אבירם, איר ברודער, האט געהויבן די האנט אויף דתן.
רשע למא תכה רעך איז געזאגט געווארן אויף אבירם.
דתן’ס ווייב און אבירם זענען געווען שוועסטער ברודער.
לחיים!
ועיין בילקוט מעם לועז פרשת קרח ובמדרש דברי הימים למשה רבינו (שמות ב יג)

אויב אזוי איז דער מקלל געווען א זון פון דתן, היות רש"י זאגט אז נאר ביי 1 פרוי איז געשען אזא מעשה.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 10:08 pm דתן און אבירם זענען געווען שוואגערס.
דער מצרי האט מאנס געווען די ווייב פון דתן און דתן האט געוואלט איר גט’ן צוליב זיין כבוד. זי האט עס דערציילט אירע ברודער און זיי זענען זיך געקומען אננעמען פאר איר הארגענען איר מאן. קומט אויס אז אבירם, איר ברודער, האט געהויבן די האנט אויף דתן.
רשע למא תכה רעך איז געזאגט געווארן אויף אבירם.
דתן’ס ווייב און אבירם זענען געווען שוועסטער ברודער.
לחיים!
ועיין בילקוט מעם לועז פרשת קרח ובמדרש דברי הימים למשה רבינו (שמות ב יג)
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
דאס איז שוין א השמטה אין רש"י מלכים.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 5:46 pm אין אלפא ביתא דבן סירה שטייט אז נבוכדנצר הרשע איז געווען מצאצאי שלמה המלך ומלכת שבא
אין ספר שלשלת הקבלה שטייט:
"אמרו במדרש, שזאת המלכה (פי’ מלכה שבא) נתעברה משלמה ועשתה בת וממנה נולד נבוכדנאצר שחרב הבית. ושמעתי שעדיין נוהג במלכות ההוא לקרא שם מלכיהם דוד או שלמה. באמרם שהם מזרע ההוא".
אין ספר חסידים שטייט:
"ואשר ניצל נבוכדנצר וכו' לפי שצפה הקב"ה שעתיד לגדל ולהיטיב לדניאל חמ"ו וכו' ועל דרך האמת יש טוב טעם כי נבוכדנצר בא מזרע שלמה המלך ע"ה שבא על מלכת שבא וילדה בת ומשם בא נבוכדנצר ונמצא ששלמה המ' ע"ה בנה הבית והוליד זרע שיחריבנו והן הן מפלאות תמים דעים (ספר חסידים).
דער רמ"ע מפאנו אין מאמר "אם כל חי" (חלק ב', סימן כ"ג וכ"ד) שרייבט:
"ולא זכה נבוכדנאצר להקרא אריה, אלא דמבית דוד קאתי מזרעו של שלמה ממלכת שבא, אחרי שגיירה. אלא שלבה לא נכון עמה ולסוף גלתה נבלותה וחזרה לסורה ואולם משלו נתנו לו לנבוכדנאצר זהבה של ירושלים, שהרבה ממנו נתנה אמו סבתא למלך שלמה... ומזליה (של נבוכדנאצר) חזי לחוס הרבה על ירמיהו (כי שלמה נתגלגל בירמיהו)".
אין ספר חסד לאברהם לרבינו אברהם אזולאי (מעין חמישי, סוף נהר כ"ה) שטייט:
"תמר ומלכת שבא ורחב היו גלגל אחד. והיינו ר"ת של תמ"ר. ושלשתם אירע להם דבר אחד שהנה תמר ילדה תאומים. גם מלכת שבא ילדה משלמה בנים, ורחב הצילה ב' השליחים".
אין אן אלטער כתב יד מזמן הראשונים שטייט:
''ושמעתי: שלמה בנה בית המקדש, ובנו החריבה, דכתי': ויתן לה המלך את אשר שאלה, ואיתערו שבא על מלכת שבא ונפק מתמן נבוכדנצר'.
עכ”פ, דער זון/איינקל פונעם בונה בית ה’ האט עס זאגאר חרוב געמאכט. הפלא ופלא!! און אויב איז שלמה המלך מגולגל געווארן אין ירמיהו הנביא און בן סירא ירמיהו הנביא’ס קינד ברענגט אונז די דאזיגער נייעס איז עס נאך גג על גג.
--
א פיינע אשכול דאס!
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
שלומית בת דברי'ס מאן איז געווען משבט דן, און דתן ואבירם זענען משבט ראובן.שוש אשיש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 12:27 amאויב אזוי איז דער מקלל געווען א זון פון דתן, היות רש"י זאגט אז נאר ביי 1 פרוי איז געשען אזא מעשה.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 10:08 pm דתן און אבירם זענען געווען שוואגערס.
דער מצרי האט מאנס געווען די ווייב פון דתן און דתן האט געוואלט איר גט’ן צוליב זיין כבוד. זי האט עס דערציילט אירע ברודער און זיי זענען זיך געקומען אננעמען פאר איר הארגענען איר מאן. קומט אויס אז אבירם, איר ברודער, האט געהויבן די האנט אויף דתן.
רשע למא תכה רעך איז געזאגט געווארן אויף אבירם.
דתן’ס ווייב און אבירם זענען געווען שוועסטער ברודער.
לחיים!
ועיין בילקוט מעם לועז פרשת קרח ובמדרש דברי הימים למשה רבינו (שמות ב יג)
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
איר טאטע איז געווען משבט דן. נישט איר מאן.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:48 pmשלומית בת דברי'ס מאן איז געווען משבט דן, און דתן ואבירם זענען משבט ראובן.שוש אשיש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 12:27 amאויב אזוי איז דער מקלל געווען א זון פון דתן, היות רש"י זאגט אז נאר ביי 1 פרוי איז געשען אזא מעשה.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 10:08 pm דתן און אבירם זענען געווען שוואגערס.
דער מצרי האט מאנס געווען די ווייב פון דתן און דתן האט געוואלט איר גט’ן צוליב זיין כבוד. זי האט עס דערציילט אירע ברודער און זיי זענען זיך געקומען אננעמען פאר איר הארגענען איר מאן. קומט אויס אז אבירם, איר ברודער, האט געהויבן די האנט אויף דתן.
רשע למא תכה רעך איז געזאגט געווארן אויף אבירם.
דתן’ס ווייב און אבירם זענען געווען שוועסטער ברודער.
לחיים!
ועיין בילקוט מעם לועז פרשת קרח ובמדרש דברי הימים למשה רבינו (שמות ב יג)
הרב @שוש אשיש רש”י זאגט קלאר דארטן אז דער מקלל איז געווען דער זון פון יענעם מצרי פון יענע מעשה און שלומית בת דברי למטה דן איז געווען זיין מאמע, יענע פרוי.
העמיר מוזן זאגן אז איר מאן דתן איז געווען פון שבט ראובן און זי פון שבט דן. און קודם מתן תורה האבן זיך די שבטים משדך געווען צווישן זיך, עכ”פ א יצאנית מיט א דתן זיכער...
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
אין פרקי דר"א שטייט אז איר מאן איז אויך געווען משבט דן.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:18 pmאיר טאטע איז געווען משבט דן. נישט איר מאן.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:48 pmשלומית בת דברי'ס מאן איז געווען משבט דן, און דתן ואבירם זענען משבט ראובן.
הרב @שוש אשיש רש”י זאגט קלאר דארטן אז דער מקלל איז געווען דער זון פון יענעם מצרי פון יענע מעשה און שלומית בת דברי למטה דן איז געווען זיין מאמע, יענע פרוי.
העמיר מוזן זאגן אז איר מאן דתן איז געווען פון שבט ראובן און זי פון שבט דן. און קודם מתן תורה האבן זיך די שבטים משדך געווען צווישן זיך, עכ”פ א יצאנית מיט א דתן זיכער...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 313
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
שוש אשיש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 12:28 amדאס איז שוין א השמטה אין רש"י מלכים.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 5:46 pm אין אלפא ביתא דבן סירה שטייט אז נבוכדנצר הרשע איז געווען מצאצאי שלמה המלך ומלכת שבא
אין ספר שלשלת הקבלה שטייט:
"אמרו במדרש, שזאת המלכה (פי’ מלכה שבא) נתעברה משלמה ועשתה בת וממנה נולד נבוכדנאצר שחרב הבית. ושמעתי שעדיין נוהג במלכות ההוא לקרא שם מלכיהם דוד או שלמה. באמרם שהם מזרע ההוא".
אין ספר חסידים שטייט:
"ואשר ניצל נבוכדנצר וכו' לפי שצפה הקב"ה שעתיד לגדל ולהיטיב לדניאל חמ"ו וכו' ועל דרך האמת יש טוב טעם כי נבוכדנצר בא מזרע שלמה המלך ע"ה שבא על מלכת שבא וילדה בת ומשם בא נבוכדנצר ונמצא ששלמה המ' ע"ה בנה הבית והוליד זרע שיחריבנו והן הן מפלאות תמים דעים (ספר חסידים).
דער רמ"ע מפאנו אין מאמר "אם כל חי" (חלק ב', סימן כ"ג וכ"ד) שרייבט:
"ולא זכה נבוכדנאצר להקרא אריה, אלא דמבית דוד קאתי מזרעו של שלמה ממלכת שבא, אחרי שגיירה. אלא שלבה לא נכון עמה ולסוף גלתה נבלותה וחזרה לסורה ואולם משלו נתנו לו לנבוכדנאצר זהבה של ירושלים, שהרבה ממנו נתנה אמו סבתא למלך שלמה... ומזליה (של נבוכדנאצר) חזי לחוס הרבה על ירמיהו (כי שלמה נתגלגל בירמיהו)".
אין ספר חסד לאברהם לרבינו אברהם אזולאי (מעין חמישי, סוף נהר כ"ה) שטייט:
"תמר ומלכת שבא ורחב היו גלגל אחד. והיינו ר"ת של תמ"ר. ושלשתם אירע להם דבר אחד שהנה תמר ילדה תאומים. גם מלכת שבא ילדה משלמה בנים, ורחב הצילה ב' השליחים".
אין אן אלטער כתב יד מזמן הראשונים שטייט:
''ושמעתי: שלמה בנה בית המקדש, ובנו החריבה, דכתי': ויתן לה המלך את אשר שאלה, ואיתערו שבא על מלכת שבא ונפק מתמן נבוכדנצר'.
עכ”פ, דער זון/איינקל פונעם בונה בית ה’ האט עס זאגאר חרוב געמאכט. הפלא ופלא!! און אויב איז שלמה המלך מגולגל געווארן אין ירמיהו הנביא און בן סירא ירמיהו הנביא’ס קינד ברענגט אונז די דאזיגער נייעס איז עס נאך גג על גג.
--
א פיינע אשכול דאס!
ס'נישט קיין השמטה נאר א הג"ה, וואס קומט פון א ספר'ל מיט'ן נאמען אגודת שמואל געדרוקט ארום 300 יאר צוריק, וואס האט אסאך שטותים אבער אויך זאכן וואס האבן אמת'ע מקורות, און דאס איז איינס פון די מיט מקורות.
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
נו העמיר מוזן זאגן אז דתן האט איר למעשה גע’גט. זי איז געווען דתן’ס גרושה.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:31 pmאין פרקי דר"א שטייט אז איר מאן איז אויך געווען משבט דן.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:18 pmאיר טאטע איז געווען משבט דן. נישט איר מאן.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:48 pm
שלומית בת דברי'ס מאן איז געווען משבט דן, און דתן ואבירם זענען משבט ראובן.
הרב @שוש אשיש רש”י זאגט קלאר דארטן אז דער מקלל איז געווען דער זון פון יענעם מצרי פון יענע מעשה און שלומית בת דברי למטה דן איז געווען זיין מאמע, יענע פרוי.
העמיר מוזן זאגן אז איר מאן דתן איז געווען פון שבט ראובן און זי פון שבט דן. און קודם מתן תורה האבן זיך די שבטים משדך געווען צווישן זיך, עכ”פ א יצאנית מיט א דתן זיכער...
נ.ב. וואו אין פרקי דר”א איז די מקור?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 313
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
דאס איז דאך א בפירוש'ע רש"י! אויפ'ן פסוק אין תהלים (קאפיטל נ' פסוק כ') תֵּשֵׁב בְּאָחִיךָ תְדַבֵּר בְּבֶן אִמְּךָ תִּתֶּן דֹּפִי, איז רש"י מסביר אז מילא מען שלאגט זיך מיט א ברודער דורכ'ן טאטן, מען רייסט זיך דאך איבער די ירושה. דאס איז פשט אז דער פסוק חידוש'ט זיך 'בבן אמך תתן דופי' אז מען שלאגט זיך גאר מיט א ברודער דורך די מאמע וואס ירש'נט ניטאמאל. דאכצעך אז דיין רבי מיט זיין קעגנער זענען ברודער (אויך) פון איין טאטע...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 313
Re: אינטערעסאנטע קירבה’שאפטן ביי היסטארישע פערזענליכקייטן
נעקסטע וואך (אויב משיח וועט חלילה נאכנישט דא זיין) וועלן מיר פאסטן א תענית וואס ווערט אנגערופן צום גדליה. ווי יעדער ווייסט איז דער תענית נקבע געווארן וויבאלד אין דעם טאג (אדער צוויי טעג פריער נאר מען שטופט עס אפ צוליב יום טוב) איז גע'הרג'עט געווארן גדליה בן אחיקם, וועלכער נבוזראדן האט געשטעלט אויף די שארית הפליטה אין ארץ ישראל נאכ'ן חורבן בית ראשון. די דאזיגע מארד האט געברענגט אז די רעשטלעך שארית הפליטה זאלן אנטלויפן קיין מצרים, און ארץ ישראל (פונקטליכער: ארץ יהודה) איז געווארן גענצליך פארוויסט, אזש פאר די קומענדיגע 52 יאר איז אפילו א פייגעלע נישט דורכגעפלויגן דאס לאנד.
אין פסוק ווערט גדליה אנגערופן עטליכע מאל גדליהו בן אחיקם בן שפן (מלכים ב כ"ה כ"ב, עטליכע מאל אין ירמיה).
אין ספר מרפא לשון (לרמ"ד וואלי זצ"ל, א תלמיד פונ'ם רמח"ל) שטעלט ער צו אן אינטערעסאנטע זאך:
אין ספר ירמיה קאפיטל כ"ו, דערציילט די פסוק אז אין די ערשטע יאר פון מלכות יהויקים איז ירמיה געקומען מיט א שלעכטע נבואה, און די כהנים און די (פאלשע) נביאים האבן געוואלט הרג'ענען ירמיהו הנביא. דערציילט דארט די פסוק איבער די ויכוח וואס דאס פאלק (וואס איז נאך דאן געווען ערליך כמבואר בערכין יז.) און די שרים, וועלכע האבן נישט געוואלט מען זאל אים הרג'ענען, האבן געפירט מיט די כהנים און נביאים. די ויכוח איז געגאנגען הין-און-צוריק, און דער פסוק פירט אויס "אַךְ יַד אֲחִיקָם בֶּן שָׁפָן הָיְתָה אֶת יִרְמְיָהוּ לְבִלְתִּי תֵּת אֹתוֹ בְיַד הָעָם לַהֲמִיתוֹ", אז א מענטש (און עס קוקט אויס אז מען רעדט פון א באקאנטער מענטש) מיט'ן נאמען אחיקם בן שפן איז געווען דער וואס האט ענדגילטיג געראטעוועט ירמיהו'ס לעבן.
זאגט רמ"ד וואלי אז דער אחיקם בן שפן איז טאקע דער טאטע פון גדליהו בן אחיקם, וואס אין זכות וואס ער האט זיך אנגענומען פאר ירמיה האט ער זוכה געווען אז זיין זון איז נתעלה געווארן לגדולה.
---------
אני הקטן האב צוגעלייגט צו די צושטעל עטליכע נקודות;
- קודם כל טרעפט מען נאכמאל א מענטש מיט דעם נאמען, אין סוף מלכים צווישן די וועלכע יאשיהו המלך האט געשיקט פרעגן חולדה הנביאה וואס די געפינענע ספר תורה באדייט. אויב רעדט מען פון דעם זעלבן אחיקם בן שפן שטימט גוט דאס וואס דער פסוק אין ירמיה שרייבט כאילו מען רעדט פון א באקאנטער מענטש, ווייל ער איז דאך געווען א שר בבית המלכות.
-רש"י זאגט (ירמיה ל"ט י"ד) אז גדליה בן אחיקם איז געווען פון די אידן וועלכע האבן געפאלגט ירמיה און זיך איבערגעגעבן צו די כשדים, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן. לפי הנ"ל איז זעלבסטפארשטענדליך פארוואס ער האט אנגענומען ירמי'ס נבואות און אים געפאלגט - זיין טאטע איז דאך געווען דער וואס האט זיך געשלאגן פאר ירמיה און געהאלטן אז ער איז א נביא אמת!
- רש"י זאגט אין פרשת פנחס "כל מי שמעשיו ומעשה אבותיו סתומים ופרט לך הכתוב באחד מהם ליחסו לשבח הרי זה צדיק בן צדיק ואם יחסו לגנאי כגון (מ"ב כה) בא ישמעאל בן נתניה בן אלישמע בידוע שכל הנזכרים עמו רשעים היו." לפי זה איז דער גדליה בן אחיקם, וואס עס שטייט אין פסוק אין ירמיה ווי שווער ער האט געארבעט צאמצוהאלטן און מחזק זיין די שארית הפליטה, איז דאך זיכער אז אחיקם און שפן זענען אויך געווען צדיקים.
(אגב, דער ישמעאל בן נתניה וואס רש"י ברענגט איז דער וואס האט גע'הרג'עט גדליה, און טאקע יענע פסוק ברענגט רש"י אלס יחסו לגנאי.)
- רוב מאל ווערט גדליה אנגערופן אין פסוק גדליהו בן אחיקם, אדער פלעין גדליהו. געציילטע מאל שטייט ארויס זיין נאמען, זיין טאטע'ס נאמען און זיין זיידעס נאמען. די ערשטע מאל וואס ער ווערט בכלל דערמאנט (סוף מלכים ב'), איז דאך זעלבסטפארשטענדליך - מען דארף דאך וויסן פון וועמען מען רעדט. דערנאך אין ספר ירמיה, וואו ער ווערט דערמאנט צענדליגער מאל אלס גדליהו בן אחיקם אדער סתם גדליהו, ווערט ער פיר מאל דערמאנט אלס גדליהו בן אחיקם בן שפן. איין מאל איז עס ווען גדליה האט גענומען די פירערשאפט לייצעס אין די הענט אריין, און איין מאל איז ווען די פסוק דערציילט ווי ער איז געווארן גע'הרג'עט. די אנדערע צוויי מאל איז קאפיטל ל"ט פסוק י"ד און קאפיטל מ' פסוק ה', ווי דער אויבערשטער כביכול און (להבדיל?) נבוזראדן האבן משכנע געווען ירמיהו אוועקצוגיין פון די גולים צוריק צו די שארית הפליטה. עס איז ווי זיי זאלן זאגן: מען רעדט דאך דא פון דיינס א ידיד, דער זון פון אחיקם בן שפן וואס האט געראטעוועט דיין לעבן!
---
נאך א חשבון וואס קען זיין אמת אבער איך האב נישט קיין מקור אז ס'איז טאקע אזוי: אין פסוק טרעפט מען שָׁפָ֨ן בֶּן־אֲצַלְיָ֤הוּ בֶן־מְשֻׁלָּם֙ הַסֹּפֵ֔ר, דער שרייבער פון יאשיהו המלך. איז מעגליך אז ער איז געווען דער טאטע פון אחיקם בן שפן, וועלכער האט אויך געדינט אינ'ם קעניגליכן הויף ווי געשמועסט. דער שפן הסופר איז געווען שטארק אינסטרומענטאל ביי די פרשה פון די געטראפענע ספר תורה און איז געווען פון די שליחים וועם יאשיהו האט געשיקט צו חולדה הנביאה פרעגן וואס דאס מיינט.
און עס צו נעמען א טריט ווייטער, איז שפן הסופר דער שרייבער פון יאשיהו ווארשיינליך געווען דער טאטע פון גמרי' בן שפן, דער שרייבער פון יהויקים המלך (דער זון פון יאשיהו) אין וועמענס ביורא ברוך בן נרי' האט פארגעליינט די נבואה פון ירמי', און וועלכער האט זיך געבעטן ביים קעניג נישט צו פארברענען די הייליגע מגילה (ירמי' לו).
לפי זה קומט אויס אז:
דער זיידע שפן בן אצליהו בן משולם איז געווען דער שרייבער פון יאשיהו המלך.
זיין זון גמריהו בן שפן האט איבערגענומען די שרייבער פאסטן ביי יאשיהו'ס זון יהויקים.
שפן'ס אנדערער זון אחיקם בן שפן איז געווען א שר ביי יאשיהו (ער ווערט אויך דערמאנט ביי די פרשה פון די ספר תורה) און ביי יהויקים און ער איז דער וואס האט געראטעוועט ירמיה.
אחיקם'ס זון און שפן'ס אייניקל גדליה איז געווען דער מנהיג פון די שארית הפליטה נאכ'ן חורבן, ביז ער איז בארבאריש ערמארדעט געווארן דורך ישמעאל בן נתניה.
למעשה אבער האב איך זיך בארעכנט אז שפן הסופר איז זיכער נישט דער טאטע פון אחיקם בן שפן דער מיניסטער, צוליב א פסוק אין מלכים (ב' כ"ב י"ב). די פסוק רעכנט דארט אויס די דעלעגאציע וואס יאשיהו האט געשיקט צו חולדה הנביאה (וועלכע איז, אגב, געווען א ירמיה'ס א קרובה כמבואר במגילה יד:, אפשר וועל איך באלד שרייבן א לענגערע שמועס דערוועגן): וַיְצַו הַמֶּלֶךְ אֶת חִלְקִיָּה הַכֹּהֵן וְאֶת אֲחִיקָם בֶּן שָׁפָן וְאֶת עַכְבּוֹר בֶּן מִיכָיָה וְאֵת שָׁפָן הַסֹּפֵר, וְאֵת עֲשָׂיָה עֶבֶד הַמֶּלֶךְ לֵאמֹר: וואלט ווען אחיקם בן שפן געווען א זון פון שפן הסופר וואלטן ער נישט געשטאנען פאר זיין טאטן, און עס וואלט מסתמא געשטאנען 'את שפן הסופר ואת אחיקם בנו' וכדומה. בלייבן מיר נאר מיט גדליה בן אחיקם א זון פון אחיקם בן שפן דער מיניסטער.

כטרעף אין ילקוט שמעוני תרנז וז”ל: ביריה בן בנו של דן נשא אשה משבטו שלומית בת דברי למטה דן באותו הלילה באו עליו נוגשי פרעה והרגוהו ובאו על אשתו והרת והולד, ע”כ.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:50 pmנו העמיר מוזן זאגן אז דתן האט איר למעשה גע’גט. זי איז געווען דתן’ס גרושה.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:31 pmאין פרקי דר"א שטייט אז איר מאן איז אויך געווען משבט דן.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:18 pm
איר טאטע איז געווען משבט דן. נישט איר מאן.
הרב @שוש אשיש רש”י זאגט קלאר דארטן אז דער מקלל איז געווען דער זון פון יענעם מצרי פון יענע מעשה און שלומית בת דברי למטה דן איז געווען זיין מאמע, יענע פרוי.
העמיר מוזן זאגן אז איר מאן דתן איז געווען פון שבט ראובן און זי פון שבט דן. און קודם מתן תורה האבן זיך די שבטים משדך געווען צווישן זיך, עכ”פ א יצאנית מיט א דתן זיכער...
נ.ב. וואו אין פרקי דר”א איז די מקור?
עכ”פ העמיר מוזן זאגן אז סזענען פארהאנען דא אגדות חלוקות ווייל סשטייט קלאר אין אנדערע מדרשים (מובא לעיל מהילקוט מעם לועז, ובאלשיך מוסיף שדתן היה שוטר) אז דאס האט פאסירט מיט אשת דתן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)