רבינו מנוח על הרמב''ם איז מסביר, אז די ברכה זאגן מיר אויף דעם וואס דער אויבערשטער האט באשאפען די פיס פון די מענטש אויף אזא וואונדערליכען וזה לשון קדשו.
און אזוי ברענגט אויך דער יסוד ושורש העבודה, שער האשמורת.וראה תכונה נפלאה שעשה הבורא במצעדים, שהם בעלי גידים רבים, גידי תנועה והרגש, לפי שהם צריכים תנועה רבה, ולהם פרקים הרבה עם קשרים חזקים, שאם היה פרק אחד היו משתברים מרוב בנקל מרוב ההליכה, וכשהם מפרקים רבים הם נקלים להסוב לכל צד שירצה, והכין השם עור הכף קשה, מפני דריסת הקוצים והברקונים ולכתם במקום קשה. ועוד תכונה אחרת שכף הרגל חלולה כדי שלא יתגלגל בעלותו ההרים הגבוהים.
דער רוקח שרייבט, אז די ברכה האט אין זיך צעהן ווערטער און דאס איז אנקעגן דאס וואס א מענטש קען רוקען די פוס צען מיני וועגן. (עיין מס' אהלות פרק א' משנה ח') און ווי אויך איז דאס אנקעגען די עשר פרסאות וואס א מענטש קען גיין אין איין טאג.
דער ערוך השלחן שרייבט ער אז דאס איז אן הודאה אויף דעם וואס מיר גייען נאר אויף צוויי פיס און די קאפ איז אויף ארויף, און נישט אזוי ווי די בהמות וחיות וואס גייען אויף אלע פיר, און צוליב דעם גייען זיי מיט די קאפ אראפ.
דער ראב''ן לערנט פשט אין די ברכה, מיט דעם פסוק אין משלי (כ' כ''ד) מד' מצעדי גבר ואדם מה יבין דרכו. א מענטש קען זיך מאכען אסאך פלענער, אבער דאס וואס ער זאל למעשה טוהן ווערט געפירט נאר פון אויבערשטען. און ווי אויך איז א מענטש נישט בכח צו גיין אין ערגעץ אן דעם וואס דער אויבערשטער פירט אים (עיין ברלב''ג ובמלבי''ם שם) וואס אויב אזוי איז ער טאקע דער מכין מצעדי גבר.
די נוסח הברכה זענען דא אסאך ראשונים וואס ברענגען כנוסח הגמ' המכין מצעדי גבר, מצד אחר זענען דא אנדערע ראשונים וואס ברענגען א נוסח אשר הכין מצעדי גבר. די מגן אברהם זאגט אז דער מנהג איז אשר הכין. (למעשה מיין איך אז די וועלט זאגט, המכין מצעדי. און דאס איז לכאורה אלץ מנהג האר''י)