דער נושא פון קוקן ווידיאוס
דער נושא פון קוקן ווידיאוס
לעצטנס האב איך גערעדט מיט מיינס א באקאנטער איבער א געוויסע פרשה וואס די גאס האט גערודערט, און בתוך הדברים האב איך אים געזאגט אז איך שיק אים אריין אין אימעיל אפאר קליפס וואס פארן ארום דערפון,
זאגט ער מיר אז אויב איך האב פיקטשערס זאל איך אים שיקן ווייל ער גייט נישט קענען זעהן די קליפס,
קודם האב איך געמיינט אז ער האט א טעכנישע פראבלעם, אבער ער האט מיר געגעבן צו פארשטיין זייער פשוט אז זינט עס איז ארויסגעקומען א איסור פון די היימישע רבנים (יארן צוריק) קעגן קוקן ווידיאו איז עס ביי זיי אין די משפחה אסור בתכלית האיסור און מען קוקט נישט קיין ווידיאו בשום אופן!
איך האב מיך געגעבן א כאפ ביים קאפ, איין מינוט! מיין רבי האט אונטערגעשריבן א קול קורא אז מען 'טאר נישט' קוקן קיין ווידיאו, און ביי מיר איז עס ממש אזוי מותר בתכלית???
ווי איז דער איסור אזוי שנעל פארגעסן געווארן???
וויאזוי איז דאס געשען אז כהיום איז עס ליידער מותר לכתחילה און די קינדער ווייסן ניטאמאל אז עס ליגט א פראבלעם דערינען???
פון די שענסטע און די בעסטע משפחות הערט מען היינט גאר ווייניג אזא דערהער אז מען קוקט נישט אויף קיין שום ריקעדיגע בילדער, וויאזוי פאסירט אזאנס???
איך האב אנגעהויבן פרעגן מענטשן אבער יעדער פארבייגט די מויל פון די צוויי זייטן כמו לבנה און מען שפאצירט ווייטער (אדער ענדיגט מען צו קוקן דעם ווידיאו ווס מען האלט אינמיטן...), קיינער זוכט נישט צו הערן אזעלכע שאלות...
איך וויל חלילה נישט מקטרג זיין, אבער עס באדערט מיר באמת אז איך האב קינמאל נישט אריינגעטראכט דערין און איך בין נייגעריג צו איך בין דער איינציגסטער און פון ווי דער איסור האט זיך ארויסגעגליטשט.
אלזא, ברענג איך עס דא ארויף, אויב איז דא איינער וואס ווייסט איבער א היתר אדער כמו היתר וואס מען זאל אפילו קענען נוצן נישט רויט צו ווערן פון זעלבסט פארשעמונג זאל זיך אנרופן.
אזוי אויך אויב איינער האט דער קול קורא צו דער האנט זאל עס ביטע ארויפברענגען.
(ארטיקל אריגינעל געשריבן דורך @דאמירן בעלמא - א"וו)

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 537
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 929
דער נושא פון קוקן ווידיאוס
מיט יארן צוריק איז ארויסגעקומען אן איסור דורך כמה גדולים ובראשם מרן הברך משה מ'סאטמאר זי"ע.
למעשה כהיום הערט מען כמעט נישט משפחות וואס קוקן נישט קיין קליפס.
איז נאך דא אן איסור?
וואלטן די רבנים כהיום אויך גע'אסר'ט צו קוקן קליפס?

א געזונטע ווינטער.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5774
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12115
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
- פיילס
-
- 2.png (260.84 KiB) געזען געווארן 1261 מאל
-
- 1.jpg (350.2 KiB) געזען געווארן 1261 מאל
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
לכאורה גייט עס אריין אין א תקנה וואס כלל ישראל האט נישט מקבל געווען
(די גמ' זאגט דאך אז אפי' אויב בית דין הגדול שבירושלים (בזמן הסנהדרין) האט מתקן געווען א תקנה און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען איז עס נישט חל)

איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
20 יאר צוריק איז עס נישט געווען אנגענומען ?
איי"י ע"ם נא"ט סא"ו שא"ר
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1928
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 6307
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
ווענצעך ווען
למשל די איצטיגע תקופה האב איך מיך נאכאמאל פארגענומען בל"נ זיך צוריקצוהאלטן פון קוקן קליפס און ווידיאס, און די קבלה האלט שוין אן א תקופה ב"ה
און אזוי זענען דא אסאך אידן וואס האלטן זיך צוריק, על אף זיי זענען פאפולערע פיגורן, מויל מאכער'ס און אנדרייערס.
עס איז מיר א פלאס יעדן טאג וואס איך בין מיך מתגבר, און ל"ע נישט אזא שטארקע מיינוס ווען איך קוק א קורצע קליפה. (ווייל נאך א לאנגע האב איך הארץ וויי פארן פעניען די צייט אומזיסט...)

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
איך מיין אז עס איז קיינמאל נישט געווען אנגענומען ביי רוב כלל ישראל
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
- אלכסנדר נחמן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 193
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
- x 126
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
כמעט נישט מעגליך נישט צי קוקען
רוב קורסעס זענען ווידיאוס היינט
רוב קורסעס זענען ווידיאוס היינט
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 175
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 275
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
לייג צו אן אפציע "יא, ליידער".מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:33 pm לעצטנס האב איך גערעדט מיט מיינס א באקאנטער איבער א געוויסע פרשה וואס די גאס האט גערודערט, און בתוך הדברים האב איך אים געזאגט אז איך שיק אים אריין אין אימעיל אפאר קליפס וואס פארן ארום דערפון,
זאגט ער מיר אז אויב איך האב פיקטשערס זאל איך אים שיקן ווייל ער גייט נישט קענען זעהן די קליפס,
קודם האב איך געמיינט אז ער האט א טעכנישע פראבלעם, אבער ער האט מיר געגעבן צו פארשטיין זייער פשוט אז זינט עס איז ארויסגעקומען א איסור פון די היימישע רבנים (יארן צוריק) קעגן קוקן ווידיאו איז עס ביי זיי אין די משפחה אסור בתכלית האיסור און מען קוקט נישט קיין ווידיאו בשום אופן!
איך האב מיך געגעבן א כאפ ביים קאפ, איין מינוט! מיין רבי האט אונטערגעשריבן א קול קורא אז מען 'טאר נישט' קוקן קיין ווידיאו, און ביי מיר איז עס ממש אזוי מותר בתכלית???
ווי איז דער איסור אזוי שנעל פארגעסן געווארן???
וויאזוי איז דאס געשען אז כהיום איז עס ליידער מותר לכתחילה און די קינדער ווייסן ניטאמאל אז עס ליגט א פראבלעם דערינען???
פון די שענסטע און די בעסטע משפחות הערט מען היינט גאר ווייניג אזא דערהער אז מען קוקט נישט אויף קיין שום ריקעדיגע בילדער, וויאזוי פאסירט אזאנס???
איך האב אנגעהויבן פרעגן מענטשן אבער יעדער פארבייגט די מויל פון די צוויי זייטן כמו לבנה און מען שפאצירט ווייטער (אדער ענדיגט מען צו קוקן דעם ווידיאו ווס מען האלט אינמיטן...), קיינער זוכט נישט צו הערן אזעלכע שאלות...
איך וויל חלילה נישט מקטרג זיין, אבער עס באדערט מיר באמת אז איך האב קינמאל נישט אריינגעטראכט דערין און איך בין נייגעריג צו איך בין דער איינציגסטער און פון ווי דער איסור האט זיך ארויסגעגליטשט.
אלזא, ברענג איך עס דא ארויף, אויב איז דא איינער וואס ווייסט איבער א היתר אדער כמו היתר וואס מען זאל אפילו קענען נוצן נישט רויט צו ווערן פון זעלבסט פארשעמונג זאל זיך אנרופן.
אזוי אויך אויב איינער האט דער קול קורא צו דער האנט זאל עס ביטע ארויפברענגען.
(ארטיקל אריגינעל געשריבן דורך @דאמירן בעלמא - א"וו)
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
שקר וכזב, איך פארמאג ביי מיר ניין קול קורא'ס פון אלע רבנים פון כלל ישראל, סאטמאר, אגודה און אחינו בני ישראל הספרדים, (נישט די פון ארגנטינה...)
ס'איז נישט געווארן אנגענומען? בפשטות האט עס א דין פון א געהעריגע איסור דרבנן וואס מען איז געהעריג מחויב צו אננעמען..
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
און דאס איז אויך נאר אויפן "כלי"? אדער פון די רבנים נעמסטו סתם אזוי נישט אן קיין איסורים?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
- פיילס
-
- וידיא 3-4.png (570.32 KiB) געזען געווארן 1070 מאל
-
- Screenshot_20230811-055743_Samsung Notes.jpg (122.17 KiB) געזען געווארן 1070 מאל
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 175
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 275
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
איך מיין אז אזא פאוסט קומט נישט פון קאממען סענס... לפי דברך וואלט נישט געווען קיין שום איסור אויף ווידעאו ווען עס איז נישט דומה צו טעלעוויזשן?? ווייל מען קוקט אויף א קלענערע אדער גרעסערע סקרין פאלט אוועק די איסור??דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
א קול קורא אויף א פירצה איז נישט קיין פסוק אין תנ"ך, מאמר חז"ל, אדער א ראשון צו מדייק זיין זוכן ווי מען ארויסקוועטשן א קולא, און לו יהא כדבריך, שטייט אין די קול קורא זייער קלאר:
לחזות בכלי משחית...
וכך דרכו של היצר מתחילה התית לראות בקסטות של מה בכך, ואח"כ בג"ע רח"ל..
עס איז זעלבסטפארשטענליך, מען דארף נישט זיין קיין נביא צו זעהן קלאר ווי איינס ברענגט דאס צווייטע ביי קינדער און בחורים היינט צוטאגס והקונטרס ווי איז יוסעלע יוכיח, חוץ די פאקט עס פארטעמט די מוחות אפי' ביי ערוואקסענע, און עס איז א ברייטע פתח צוצוקומען צו ראיות אסורות ואין כאן צורך בכלל להאריך.
לדעתי, וואלטן קיין איינע פון די אוסרים נישט מתיר געווען היינט צוטאגס ווען די פראבלעם ווערט נאר ערגער און ערגער... די איינציגסטע היתר איז עבר ושנה נעשה לו כהיתר...
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 175
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 275
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
די איסור ווערט נאכנישט אויס וועגן דעם...אלכסנדר נחמן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:32 am כמעט נישט מעגליך נישט צי קוקען
רוב קורסעס זענען ווידיאוס היינט
אויב עס איז באמת לצורך זאל יעדער פרעגן זיין @לאקאלער רב
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5774
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12115
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
דו האסט פארמעקט די ערשטע האלבע שורה?דאפלטער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:44 pmאון דאס איז אויך נאר אויפן "כלי"? אדער פון די רבנים נעמסטו סתם אזוי נישט אן קיין איסורים?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
"במחזות כלי זה".
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5774
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12115
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
יא אזוי איז משמע פון פארשידענע לשונות.לאקאלער רב האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:45 pmאיך מיין אז אזא פאוסט קומט נישט פון קאממען סענס... לפי דברך וואלט נישט געווען קיין שום איסור אויף ווידעאו ווען עס איז נישט דומה צו טעלעוויזשן?? ווייל מען קוקט אויף א קלענערע אדער גרעסערע סקרין פאלט אוועק די איסור??דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
מייען פוינט איז אז ס'איז דעמאלס געווען א נייע זאך אז מען ברענגט אריין אין שטוב א כלי וואס מען לייגט אריין א דיסק און עס ווייזט מאווי'ס אדער חתונות. "קליפס" איז א נייע דערהער אז יעדע טעלעפאן כאפט אפ א מחזה פונקט ווי א בילד נאר רוקעדיג. ס'איז נישט קיין פרעזענטאציע און איז נישט דומה צו טעלעוויזשן.
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 175
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 275
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
יא יא, אזוי הייבט זיך אלעס אן... ס'איז משמע נאר אזוי און נאר אזוי און מען מעג שוין אלעס...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:55 pmיא אזוי איז משמע פון פארשידענע לשונות.לאקאלער רב האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:45 pmאיך מיין אז אזא פאוסט קומט נישט פון קאממען סענס... לפי דברך וואלט נישט געווען קיין שום איסור אויף ווידעאו ווען עס איז נישט דומה צו טעלעוויזשן?? ווייל מען קוקט אויף א קלענערע אדער גרעסערע סקרין פאלט אוועק די איסור??דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
מייען פוינט איז אז ס'איז דעמאלס געווען א נייע זאך אז מען ברענגט אריין אין שטוב א כלי וואס מען לייגט אריין א דיסק און עס ווייזט מאווי'ס אדער חתונות. "קליפס" איז א נייע דערהער אז יעדע טעלעפאן כאפט אפ א מחזה פונקט ווי א בילד נאר רוקעדיג. ס'איז נישט קיין פרעזענטאציע און איז נישט דומה צו טעלעוויזשן.
גארנישט פערזענליך מיין פריינד, איך קוק ליידער אויך דא און דארט, געדענק נאר אז עס איז גארנישט אזוי גלאטיג און מען דארץ פרובירן זיך צוריקצוהאלטן ווי ווייט מעגליך.
און לגבי קליפס, עי"ל א קלארע איסור פון התאחדות הרבנים.
צו מחלק זיין צווישן קליפס און ווידעאוס דארף מען א דעת תורה, נישט קיין דעת בעה"ב ..
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5774
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12115
Re: איז קוקן "קליפס" אסור???
משנת תשפ"ב, אחר שכבר הונהג להיתר, גם ע"י הרבה רבנים באופן אישי.לאקאלער רב האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:10 pm און לגבי קליפס, עי"ל א קלארע איסור פון התאחדות הרבנים.
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
נניח אז די בתי דינים כהיום האבן בכח (להלכה) צו גוזר זיין גזירות איז עס אבער א גזירה שלא נתפשטה בכל ישראל וואס איז נישט חל אפילו פון חז"ל כבמבואר בע"ז דף לו. די עכטע קשיא איז וויאזוי האבן זיי בכח צו אסר'ן (כמובן, אז מ'רעדט פון כשרע ווידיאוס) עפ"י החתם סופר ועוד אחרונים אז מ'קען נישט גוזר זיין גזירות חדשות נאך חז"ל.
- סטעישאן וועעגן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
- x 312
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
דער לשון פון התאחדות איז "שומר נפשו ירחק"
אויב איז עס א געהעריגע איסור דרבנן, פ''וו שרייבן זיי נישט "אסור בתכלית האיסור!"
אויב איז עס א געהעריגע איסור דרבנן, פ''וו שרייבן זיי נישט "אסור בתכלית האיסור!"
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
כ'מיין אז גאר אסאך ערליכע און היימישע רבנים קוקן לעת הצורך.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
וואס איז שקר וכזב ?דאפלטער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:32 pmשקר וכזב, איך פארמאג ביי מיר ניין קול קורא'ס פון אלע רבנים פון כלל ישראל, סאטמאר, אגודה און אחינו בני ישראל הספרדים, (נישט די פון ארגנטינה...)
ס'איז נישט געווארן אנגענומען? בפשטות האט עס א דין פון א געהעריגע איסור דרבנן וואס מען איז געהעריג מחויב צו אננעמען..
אז רוב כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען ?
(אוודאי איז איז דא קול קורא'ס פון אלע גדולים, אבער א איסור דרבנן וואס כלל ישראל איז נישט מקבל איז נישט חל)
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
איך מיין אז וואו קליפס איז גענצליך מותר האלט מען זיך נישט צרוק פון געהעריגע מאוויס.
למשל אז לאנדאס אין קרית יואל פארקויפט די נייע מאווי סלאוויטע קען שטארק באדערן פאר ערליכע אידן.
למשל אז לאנדאס אין קרית יואל פארקויפט די נייע מאווי סלאוויטע קען שטארק באדערן פאר ערליכע אידן.
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
אבער נאר לעת הצורך.
און ס'מאכט זיך נישט אזוי סאך די סארט צרכים.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
אויב איז מותר לעת הצורך איז עס נישט קיין איסור דרבנן !
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס
ס'קען זיין אזא זאך אז מ'אסר'ט חוץ אין פאל פון א צורך.