קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 509
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
- x 672

אין א מעלדונג וואס פארט יעצט ארום ווערט געבראכן די נייעס איבער א אויסערארדנטליכן פראיעקט פון סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג וואס צושטעלן פשוטו כמשמעו ביליגע דירות אין נייע געגנטער פאר חברי הקהלה.
מער פרטים איז דערווייל נשיט באקאנט געווארן, אבער די עצם בשורה דערפרייט דאס הארץ פאר די טויזענטער חברי הקהלה און גאנץ כלל ישראל.
איך האב שוועריקייטן מיטן אטטעטשן די מודעה, ווער עס קען זאל ארויפלייגן ביטע

Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געשמאקע קוקיס האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 3:37 pm חיים שיש בהם הרחבת הדעת!
חברי קהלתינו ואנשי שלומינו פון ברוקלין נעמען אויף ענטוזיאסטיש די פרישע אינציאטיוו "קהליווינג" געווידמעט צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס מיט'ן ארויסהעלפן און באגלייטן אנ"ש צו קענען איינהאנדלען אייגענע רחבות'דיגע הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן
ספעציעלע אפיס מיט פראפעסיאנאלע מומחים אין ריעל עסטעיט וועלן איבערגיין מיט יעדן זיינע אפציעס און העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס
הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די געניטע שטאב טוהן אויסארבעטן אין די טעג מיט דעוועלאפּערס און פארשטייער פון פארשידענע היימישע געגנטער צו קענען אהערשטעלן פאר ביליג הערליכע ברייטע הייזער פאר אנ"ש
אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון וואוילטעטיגע און הילפבארע פעולות וואס הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג האט אונטערגענומען לטובת ותועלת אנ"ש וחברי קהלתינו, איז די נארוואס געגרינדעטע "קהליווינג", כשמו כן הוא א פראיעקט פון קהל צו ערמעגליכן פאר יעדן פון אנ"ש צו קענען לעבן אין זיין אייגענע רחבות'דיגע הויז מיט הרחבת הדעת!
דער דירות קריזיס אין ברוקלין וואס האט זיך געשאפן די לעצטערע יארן, ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג, אז ס'איז פשוט נישט במציאות פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן צו פארמאגן אן אייגענע הויז, שוין אפגערעדט אז אפילו די געציילטע הייזער וואס זענען שוין יא דא אויפן מארקעט צו קויפן, זענען צי קליין פאר סיי וועלכע קינדער געבענטשטע פאמיליע בליעה"ר, נאכדערצו מיט גאר טייערע פרייזן.
נאך מערערע באראטונגען צווישן הנהלת הקהלה מיט די גרעסטע מומחים, איז געלונגען בס"ד פאר קהלתינו הק' אוועקצושטעלן א פולקאמע אפיס, אין וועלכע עס וועלן זיצן מדי יום ביומו ערפארענע בראוקערס, וואס זענען גאר גוט באהאוונט מיט אלע יעצטיגע מעגליכקייטן פון אנדערע געגנטער אינדרויסן פון ברוקלין, וואו הונדערטער און טויזנטער משפחות וואוינען שוין ב"ה גליקליך און צופרידן. זיי וועלן זיך אוועקזעצן מיט סיי ווער פון אנ"ש וואס זוכט צו קויפן אן אייגענע הויז, איבערגיין זיין פינאנציעלע צושטאנד, זיינע אייגנארטיגע געברויכן פון זיין משפחה וכדו', און לויט דעם אים צופאסן די ריכטיגע פראכטפולע הויז, אינעם ריכטיגן געגנט, ועל כולם פאר צוגענגליכע פרייזן אז ער זאל זיך דאס קענען ערלויבן.
די הנהלת הקהלה און קהליווינג שטאב, אין צוזאמענארבעט מיט בארימטע דעוועלאפערס און פארשטייער פון פילע היימישע געגטער ארבעטן אויס גינסטיגע פלענער צו קענען אהערשטעלן הערליכע גרויסע הייזער פאר ביליגע פרייזן לטובת אנשי שלומינו.
די נייע אינציאטיוו ווערט אויפגענומען מיט אויסטערלישע פרייד ביי אלע אנ"ש, מיט האפענונג אז דאס וועט לינדערן די יעצטיגע אומדערטרעגליכע מצב פון די איינוואוינער אין ברוקלינער אומגעגנט. יעדער וועט ווערן אויפגעראכטן! אינגעלייט וועלן קענען אנהויבן א לעבן מיט הרחבת הדעת, עלטערן וועלן קענען טרעפן פאסיגע הייזער פאר זייערע קינדער, און אונזער ציבור וועט זיך אויסברייטערן לשם ולתפארת!
פונקטליכע דעטאלן און פלענער וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
איר זענט זיכער אז זיי גייען צושטעלן דירות פאר ביליג?
לויט ווי כ'האב געהערט וועלן זיי אוועקשטעלן א אפיס צו העלפן מענטשן מופן צו ביליגע געגנטער.
אדרבה, ווער קען אויסקלארן?
לויט ווי כ'האב געהערט וועלן זיי אוועקשטעלן א אפיס צו העלפן מענטשן מופן צו ביליגע געגנטער.
אדרבה, ווער קען אויסקלארן?
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
לאמיר האפן.
אויב איז עס טאקע אזוי איז עס א געוואלדיגע זאך.

קנאת סופרים תרבה חכמה.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
ווי איך פארשטיי קומט ביידע.
דירות פאר ביליג אין קרית יטב לב, און עקסטער אן אפיס צו צופאסן דירות פאר מענטשן לויטן געברויך פון יעדן יחיד - וואס דאס איז קהליווינג.
א גאניאלער איינפאל!

היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
סאטמאר ק"י מיט ביליגע דירות אין קרית יואל פאר חברי הקהילה
סאטמאר וומסב"ג מיט מוטיגן ארויסצומופן פון וומסב"ג מיט פינאנציעלע הילף
מ'ווארט אז נאך קהילות זאלן זיך אנשליסן, ענדליך א רעוועלוציע אין די ענין פון די דירות קריזיס ויסעו להרחבת הדעת בסייעתא דשמיא, ונזכה ונחיה ונראה
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
אהא, יישר כח פארן אויסקלארן.
געוואלדיגע געדאנק! לאמיר האפן ס'זאל זיך אויסארבעטן למעלה מן המשוער.
האקט מיט דברים של טעם.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
איז דאס מער ווי א אפיס וואס וועט העלפן מאכו א פלאן וויאזוי צי קויפן א הויז אדער אויב איך וויל סייווי קויפן וועלן זיי מיר העלפן ווי איך קען קויפן?
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
עס איז אביסל א אינטערסאנטע זאך א קהלה וואס מוטיגט ארויסצומופן פון זייער שטאט!אני-הק' האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 9:58 pmסאטמאר ק"י מיט ביליגע דירות אין קרית יואל פאר חברי הקהילה
סאטמאר וומסב"ג מיט מוטיגן ארויסצומופן פון וומסב"ג מיט פינאנציעלע הילף
מ'ווארט אז נאך קהילות זאלן זיך אנשליסן, ענדליך א רעוועלוציע אין די ענין פון די דירות קריזיס ויסעו להרחבת הדעת בסייעתא דשמיא, ונזכה ונחיה ונראה
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
עס איז אפשר אינטערעסאנט, אבער עס איז די ריכטיגע זאך צו טין!אמת האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 10:14 pmעס איז אביסל א אינטערסאנטע זאך א קהלה וואס מוטיגט ארויסצומופן פון זייער שטאט!אני-הק' האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 9:58 pmסאטמאר ק"י מיט ביליגע דירות אין קרית יואל פאר חברי הקהילה
סאטמאר וומסב"ג מיט מוטיגן ארויסצומופן פון וומסב"ג מיט פינאנציעלע הילף
מ'ווארט אז נאך קהילות זאלן זיך אנשליסן, ענדליך א רעוועלוציע אין די ענין פון די דירות קריזיס ויסעו להרחבת הדעת בסייעתא דשמיא, ונזכה ונחיה ונראה
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
רבי יואל ראטה מהיכל הקודש ברסלב, האט אויך געמוטיגט זיין עולם זיך ארויסצוציען צו זיין נייע שטעטל אין ליבערטי, אפי' די עיקר קהילה אין ישיבה איז נאך אלס אין וומסב"ג און איך מיין אז ער וואוינט נאך אויך אין וומסב"ג, אויסער זומער ווען ער געפינט זיך אין שטעטל (אנשטאט קאנטרי...)מיילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:50 amעס איז אפשר אינטערעסאנט, אבער עס איז די ריכטיגע זאך צו טין!אמת האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 10:14 pmעס איז אביסל א אינטערסאנטע זאך א קהלה וואס מוטיגט ארויסצומופן פון זייער שטאט!אני-הק' האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 9:58 pm
סאטמאר ק"י מיט ביליגע דירות אין קרית יואל פאר חברי הקהילה
סאטמאר וומסב"ג מיט מוטיגן ארויסצומופן פון וומסב"ג מיט פינאנציעלע הילף
מ'ווארט אז נאך קהילות זאלן זיך אנשליסן, ענדליך א רעוועלוציע אין די ענין פון די דירות קריזיס ויסעו להרחבת הדעת בסייעתא דשמיא, ונזכה ונחיה ונראה
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
- x 9
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
אינגאנצן נישט דומה, די שטעטל אין ליבערטי איז ''זיין'ס''.אני-הק' האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:59 amרבי יואל ראטה מהיכל הקודש ברסלב, האט אויך געמוטיגט זיין עולם זיך ארויסצוציען צו זיין נייע שטעטל אין ליבערטי, אפי' די עיקר קהילה אין ישיבה איז נאך אלס אין וומסב"ג און איך מיין אז ער וואוינט נאך אויך אין וומסב"ג, אויסער זומער ווען ער געפינט זיך אין שטעטל (אנשטאט קאנטרי...)
דא רעדט מען פון העלפן יעדן יחיד טרעפן א פלאץ וואס איז עאייגענט פאר אים, דאס איז שוין א חידוש
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1355
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
ערשטנס, דאס איז ווערד צו באגריסט ווערן. ווי יעדער זאגט שוין, א קהלה זאל מוטיגן דאס אוועקמופן, איז א חידוש! איך קלער אז דאס מיינט די בלומינגראוו געגנט וואו דער ראה"ק האט אליינס שטחים, אפשר קומט דארט א פרישע פראיעקט? לאמיר ווארטן און זען.
אבער צום נאמען קהליווינג, איך וואלט געטוישט נאמען אסאפ. עס פאסט נישט.
אבער צום נאמען קהליווינג, איך וואלט געטוישט נאמען אסאפ. עס פאסט נישט.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
- x 9
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
זעלבע ווי קהל-לייף, טאקע אינטערסאנט אז זיי נוצן ענגלישע ווערטער פאר קהל'שע עניניםאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:39 am ערשטנס, דאס איז ווערד צו באגריסט ווערן. ווי יעדער זאגט שוין, א קהלה זאל מוטיגן דאס אוועקמופן, איז א חידוש! איך קלער אז דאס מיינט די בלומינגראוו געגנט וואו דער ראה"ק האט אליינס שטחים, אפשר קומט דארט א פרישע פראיעקט? לאמיר ווארטן און זען.
אבער צום נאמען קהליווינג, איך וואלט געטוישט נאמען אסאפ. עס פאסט נישט.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1355
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
ניין, קהלייף האב איך זייער ליב. ווייל דער אייטעם הייסט פאקטיש אזוי. "לייף אינשורענס".
פונקט ווי למשל מ'זאל זאגן "קהל רענטעלס" פאר רענטעל דירות, אפילו ס'איז ענגליש איז עס אבער כמו אידיש, ווייל פאטעיטא קוגל איז אויך שוין א אידישע ווארט...
פונקט ווי למשל מ'זאל זאגן "קהל רענטעלס" פאר רענטעל דירות, אפילו ס'איז ענגליש איז עס אבער כמו אידיש, ווייל פאטעיטא קוגל איז אויך שוין א אידישע ווארט...
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
איך וואלט ענדערש געטוישט אסאפ די נאמען פונעם טיש....אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:39 am ערשטנס, דאס איז ווערד צו באגריסט ווערן. ווי יעדער זאגט שוין, א קהלה זאל מוטיגן דאס אוועקמופן, איז א חידוש! איך קלער אז דאס מיינט די בלומינגראוו געגנט וואו דער ראה"ק האט אליינס שטחים, אפשר קומט דארט א פרישע פראיעקט? לאמיר ווארטן און זען.
אבער צום נאמען קהליווינג, איך וואלט געטוישט נאמען אסאפ. עס פאסט נישט.
יעדער האט זיך זיין וועג פון טראכטן..
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
איך וואלט ביידע נעמען אראפ געוואוט
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1355
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
זעצעך אויס אז וויאזוי ס׳גוי׳אישט זיך (אנליין אינגעלייט) אזוי אידישט זיך (קהל׳ס ערנסטקייט)אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:06 am
חח.. ביסט אויך גערעכט!...
אבער דא שטערט מיר נישט אזוי ווייט די יא-נישט געשמאק צו זאגן-ליינען-נוצן, נאר די 'ערנסטקייט'. ס'פילט עפעס נישט פאסיג פאר קהל.
הושע נא חנה דוד הושענא
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 509
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
- x 672
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
די מודעה איז טאקע צום ערשט געמאלדן געווארן אויף אנליין פלאטפארמעסחנה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:02 amזעצעך אויס אז וויאזוי ס׳גוי׳אישט זיך (אנליין אינגעלייט) אזוי אידישט זיך (קהל׳ס ערנסטקייט)אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:06 am
חח.. ביסט אויך גערעכט!...
אבער דא שטערט מיר נישט אזוי ווייט די יא-נישט געשמאק צו זאגן-ליינען-נוצן, נאר די 'ערנסטקייט'. ס'פילט עפעס נישט פאסיג פאר קהל.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
געהאלטן די זעלבע ענגליש? פאני? נישט אזוי...אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:39 am ערשטנס, דאס איז ווערד צו באגריסט ווערן. ווי יעדער זאגט שוין, א קהלה זאל מוטיגן דאס אוועקמופן, איז א חידוש! איך קלער אז דאס מיינט די בלומינגראוו געגנט וואו דער ראה"ק האט אליינס שטחים, אפשר קומט דארט א פרישע פראיעקט? לאמיר ווארטן און זען.
אבער צום נאמען קהליווינג, איך וואלט געטוישט נאמען אסאפ. עס פאסט נישט.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
קוק ווער עס רעדט איבער נעמען.. שטייסט יענעם איז גרינג צו דן זיין, אבער זיך..אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:39 am ערשטנס, דאס איז ווערד צו באגריסט ווערן. ווי יעדער זאגט שוין, א קהלה זאל מוטיגן דאס אוועקמופן, איז א חידוש! איך קלער אז דאס מיינט די בלומינגראוו געגנט וואו דער ראה"ק האט אליינס שטחים, אפשר קומט דארט א פרישע פראיעקט? לאמיר ווארטן און זען.
אבער צום נאמען קהליווינג, איך וואלט געטוישט נאמען אסאפ. עס פאסט נישט.
א געוואלדיגע זאך דאס העלפן ארויסמופן!
די בענעפיט איז נישט נאר פארן מופער נאר אויב האבן זיי טאקע א שטח אין בלומיגרוב קענען זיי מיט דעם אויך סטעבעלעזירן די פרייזן דארט.
אין אויב זענען זיי גאר סוקסעספול קענען זיי נאך אראפ ברענגען די פרייזן אין שטאט אויך.
Re: קהליווינג פראיעקט וועט צושטעלן ביליגע דירות פאר חברי הקהלה - סאטמאר מהר"יי וויליאמסבורג
האט עס עפעס שייכות מיט לעיקפראנט פלארידע?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............