לזמר עריצים - ניגוני גוים

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך נקודות טובות »

אין שלחן ערוך סימן נ''ג סעיף כ''ו שרייבט דער רמ''א, ושליח ציבור המנבל את פיו או שמרנן בשירי גוים ממחין בידו שלא לעשות כן, ואם אינו שומע מעבירין אותו.
מפשטות לשון הרמ''א איז משמע אז דער פראבלעם איז אז ער זינגט גוי'שע ניגונים ביים דאווענען.

די אמת איז אבער אז נישט דאס זאגט דער רמ''א, נאר די מקור פון די רמ''א איז אין ספר כלבו כמבואר בדרכי משה, און נאכקוקענדיג אין כל בו זעהט מען אז די פראבלעם איז אינגאנצען עפעס אנדערש. דער כלבו ברענגט דאס פון א תשובות הרי''ף. נו לאמיר זעהן וואס דער רי''ף שרייבט, דער רי''ף שרייבט בזה הלשון. שליח ציבור שמרנן בפיו שירי ישמעאלים ומוציא מפיו דברי נבלה מסלקין אותו ממשרתו, ועליו ועל כיוצא בו נאמר נתנה עלי בקולה על כן שנאתיה.
דער רי''ף רעדט קלאר פון א מציאות ווי א שליח ציבור זינגט ניגוני גוים שלא בשעת התפילה און די פראבלעם איז אז מיטן נאכזינגען זייערע ווערטער איז ער מוציא דברי נבלה. און אזוי שרייבט אויך דער כל בו. שליח ציבור שעושה דברים שאינם הוגנים כגון שמוציא מפיו דברי נבלות וכיוצה בזה כגון שמרנן בשירי העורב. ממחין בידו שלא לעשות כן, ואם אינו שומע מסלקין אותו.
האמיר דא זייער קלאר געזעהן אז די פראבלעם פונעם רמ''א איז ווען א ש''ץ זינגט ניגוני הגוים שלא בשעת התפילה מיט די ווערטער און ער איז מנבל פיו, דעמאלט איז א פראבלעם. אבער סתם זינגען דעם טאן (אפי' בשעת התפילה) איז נישט קיין פראבלעם.

די מגן אברהם קומט אבער און לייגט צו אז דאס וואס די רמ''א רעדט איז ווען ער זינגט ניגונים וואס די גוים זינגען ביי די עבודה זרה, און זיין מקור איז אין ספר חסידים וואס מיר וועלן שפעטער נאכברענגען.
מען קען נישט אפלערנען די מגן אברהם אז ער איז מוסיף לדברי הרמ''א אז נישט נאר אויב ער זינגט דברי נבלה, נאר אפי' אויב ער זינגט ניגוני עבודה זרה איז שוין אויך א פראבלעם. ווייל די מגן אברהם ברענגט עס פון ספר חסידים. און דארט איז קלאר נישט דאס די פראבלעם.

אין ספר חסידים סימן רל''ח שרייבט ער בזה הלשון. לא ילמד אדם לגלח אותיות, ולא ינגן זמר נעים. פן ינגן הגלח בעבודה זרה שלו אותו ניגון, וכל שמנגנים בפני עבודה זרה לא יעשה אותו ניגון להקב''ה.
פשט אין די ווערטער איז, אז אפי' די ניגון איז ממקורו א אידישע ניגון דאך אויב נעמט עס דער גלח און מאכט פון דעם א ניגון לעבודה זרה, איז נישט גלייך צו זינגען דעם ניגון פארן אויבערשטען. וואס דאס לאזט די דברי המגן אברהם א שטיקעל פלא, און ע''כ מוז מען זאגן אז ער קריגט מיטן רמ''א (אדער עכ''פ מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי).

פאר מיר גייען ווייטער דארף מען צולייגען אז דער באר היטב ברענגט א תשובות הב''ח, און נאכקוקענדיג אין ב''ח תשובה קכ''ז שרייבט ער בזה הלשון. מה שמזמרי' בבתי כנסיות בניגוני' שמזמרי' בהם בבית תפלתם. נראה שאין אוסר אלא דווקא באותן ניגונים שהם מיוחדי' להעכ"ם מאחר שהוא חוק לע"ז כמו מצבה שאסורה בכל מקום מפני שעשאוה כנעני' חוק לע"ז. און ער ענדיגט צו דארט, אבל אם אינם מיוחדי' נראה דאין בזה איסור דבהא ודאי איכא למימר דלא מינייהו גמרינן. און אזוי שרייבן די מחצית השקל, פרמ''ג, שועה''ר, משנה ברורה.

למעשה האבען מיר דא צוויי פראבלעמען, איינס איז א ש''צ וואס איז מנבל את פיו וואס ווי דער לבוש איז מסביר איז די פראבלעם ''שכיון שהוא מרגיל את עצמו בניבול פה ובשירי נכריות מטמא את רוחו ואת גופו, ועוד אפי' בעת תפלתו אי אפשר שאינו מחשב על זה, והרי תפילתו עכורה ולא זכה''. און נאך א פראבלעם איז דא מיטן זינגען ניגוני עבודה זרה ביים דאווענען וואס לויט די ספר חסידים איז עס אסור אפי' עס איז א אידישע ניגון וואס די גוים האבן גענומען, און לויט די ב''ח והפוסקים איז עס דוקא ביי א ניגון וואס איז מיוחד נאר לעבודה זרה.

די שאלה איז יעצט אויב איז דא א פראבלעם צו זינגען א ניגון, אפילו אויב ס'איז א ניגון עבודה זרה, אויב ווייסט מען נישט די ווערטער דערפון. לויט ווי מיר האבן געברענגט פון לבוש איז די פראבלעם אז בשעת מען זינגט דאס ליגט במחשבה זייערע ווערטער, וואס לויט דעם קומט אויס אז אויב קען מען נער דעם טאן איז נישט קיין פראבלעם. און אזוי איז אויך משמע אין תשובות דברי חיים או''ח ח''ב סימן י''ז.

מצד אחר די חיד''א קוקט איז משמע אז ער איז נישט גורס די גאנצע איסור. אין ברכי יוסף סימן תק''ס ברענגט ער א תשובה פון מעשה רוקח וואס איז אריינגעדריקט אין ספר מעשה רוקח הלכות תפלה פרק ח' ווי ער רייסט שטארק ארינטער די וואס זינגען קדיש וכדו' אויף ניגוני גוים, און ער ברענגט זיך א ראיה פון ספר שתי ידות פון רמד''ל. די חיד''א אבער קריגט זייער שארף, און ער שרייבט אז דער מעשה רוקח האט פארזעהן דאס אז דער רמד''ל האט אליינס ארויפגעלייגט זיינע ניגונים אויף אראבישע טענער, און ער שרייבט קלאר אז ער גלייכט די אראבישע סטייל ניגונים.

לענין הלכה איז דא א לאנגע תשובה אין ציץ אליעזר חלק י''ב תשובה י''ב.

איבער זינגען סתם ניגוני גוים וואס איז נישט קיין מינות וניבול פה.
דער רמב''ם אין פירוש המשניות אבות פרק א משנה י''ז. איז דארט מאריך אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר די עיקר איז די אינהאלט דערפון.

עכ''פ ס'איז אן אריכות דברים, מען בעט אז דער עולם זאל אריינקומען קלאר און האפענטלעך וועלן מיר אלע קענען הנאה האבן פון פרישע ידיעות.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 236

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך dev »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:28 pm איבער זינגען סתם ניגוני גוים וואס איז נישט קיין מינות וניבול פה.

שכ'ח @נקודות טובות פארן עפענען און שיין אויסשמועסן די טעמע

קען זיין ע"פ הלכה אויס איז טאקע נישט קיין פראבלעם צו זינגען גויאישע ניגונים, ווייסעך נישט,

אבער בכגון דא האט אמאל ר' הלל יואל קעפעטש גאזאגט, די ניגון איז טאקע נישט טרייף אבער ס'איז סתם פוסט און לער, טא פארוואס זינגען פוסטע ניגונים א בחינה ווי זיצן און רעדן סתם שטותים אינדערצייט ווי מ'קען זינגען אידישע ניגונה וואס די תנועות זענען מלא תוכן וגעגועים
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך נקודות טובות »

dev האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:43 pm

אבער בכגון דא האט אמאל ר' הלל יואל קעפעטש גאזאגט, די ניגון איז טאקע נישט טרייף אבער ס'איז סתם פוסט און לער, טא פארוואס זינגען פוסטע ניגונים א בחינה ווי זיצן און רעדן סתם שטותים אינדערצייט ווי מ'קען זינגען אידישע ניגונה וואס זענען מלא תוכן וגעגועים
אט איז די לשון הרמב''ם.
ראיתי זקנים וחסידים מאנשי תורתנו כשיהיו במסיבת יין כחופה או כזולתה, וירצה אדם לשיר שיר ערבי, ואפילו היה עניין השיר ההוא שבח הגבורה או הנדיבות והוא מן החלק האהוב, או בשבחי היין, ירחיקו זה בכל צד מן ההרחקה ואין מותר אצלם לשמעו. וכשישורר המשורר פיוט מן הפיוטים העבריים, ולא ירחיקוהו ולא ירע בעיניהם עם היות בדברים ההם המוזהר ממנו או הנמאס. וזה סיכלות גמורה. שהדיבור לא יאסר ויותר ויאהב וימאס ויצווה באמירתו מצד הלשון שנעשה בו, אבל מצד עניינו, שאם יהיה עניין השיר ההוא מעלה יתחייב לאומרו באיזה לשון שיהיה, ואם היה בו כוונת השיר ההוא פחיתות (באיזה לשון שיהיה) אסור לאומרו באיזה לשון שיהיה.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך וואוילער »

ש'כח @נקודות טובות

בנוגע די מעוז צור ניגון, עס פלעגט מיר אלס באדערן די נקודה וואס @dev ברענגט ארויס, די ניגון איז פיסט און ליידיג, גייט איבער און איבער איין נער'ישע פאל אויף 6 חרוזים.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ביי אונז זינגט מען דעם ניגון, אבער אביסל פארדרייט פון די ארגינעלע וועג, עס שפירט זיך ווי א היימישע חסידישע תנועה.

יעצט זעענדיג וואס @dev שרייבט טראכט איך עס איבער און יא... עס שטימט. א חלק פונעם טויש איז אז דער אנהייב גייט שטארק אויף אראפ.

א שאד מ'קען נישט דא מאכן וואויסנאוטס... (מיט א וואויסטשענדזשער שטייצעך)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:46 pm ביי אונז זינגט מען דעם ניגון, אבער אביסל פארדרייט פון די ארגינעלע וועג, עס שפירט זיך ווי א היימישע חסידישע תנועה.

יעצט זעענדיג וואס @dev שרייבט טראכט איך עס איבער און יא... עס שטימט. א חלק פונעם טויש איז אז דער אנהייב גייט שטארק אויף אראפ.

א שאד מ'קען נישט דא מאכן וואויסנאוטס... (מיט א וואויסטשענדזשער שטייצעך)
וואלט געוועהן אינטערעסאנט צו הערן.

וואויסנאויטס קען מען טאקע נישט, אבער מ'קען עטעטשן א פייל.
אפשר קענסטו אדער איינער פון די משפחה עס שפילן אויף אן איסטרומענט?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@וואוילער איינער פון די בני החבורה על השולחן, שאין אני מכירו, האט זיך אנגעטראגן דאס צו איבערזינגען אדער איבערשפילן, כהאב עס ווען דו האסט עס וועט דער עולם הנאה האבן...

ייש"כ למפרע!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:23 am ש'כח @נקודות טובות

בנוגע די מעוז צור ניגון, עס פלעגט מיר אלס באדערן די נקודה וואס @dev ברענגט ארויס, די ניגון איז פיסט און ליידיג, גייט איבער און איבער איין נער'ישע פאל אויף 6 חרוזים.
ס'קריכט טאקע אויף די נערווען, אבער ביי יונים דאכט זיך מיר זינגט מען יא די אנדערע וואס די קינדער קענען סאו האט מען נאר 5 בתים...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
קלונימוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:59 am
x 28

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך קלונימוס »

dev האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:43 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:28 pm איבער זינגען סתם ניגוני גוים וואס איז נישט קיין מינות וניבול פה.
דער רמב''ם אין פירוש המשניות אבות פרק א משנה י''ז. איז דארט מאריך אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר די עיקר איז די אינהאלט דערפון.

עכ''פ ס'איז אן אריכות דברים, מען בעט אז דער עולם זאל אריינקומען קלאר און האפענטלעך וועלן מיר אלע קענען הנאה האבן פון פרישע ידיעות.
שכ'ח @נקודות טובות פארן עפענען און שיין אויסשמועסן די טעמע

קען זיין ע"פ הלכה אויס איז טאקע נישט קיין פראבלעם צו זינגען גויאישע ניגונים, ווייסעך נישט,

אבער בכגון דא האט אמאל ר' הלל יואל קעפעטש גאזאגט, די ניגון איז טאקע נישט טרייף אבער ס'איז סתם פוסט און לער, טא פארוואס זינגען פוסטע ניגונים א בחינה ווי זיצן און רעדן סתם שטותים אינדערצייט ווי מ'קען זינגען אידישע ניגונה וואס די תנועות זענען מלא תוכן וגעגועים
האף איך אז דיינע געגועים זיינען נישט אויף די זעלבע ענינים ווי די אלטע וואלאחישע געגועים וואס ווארעמט אזוי אן דאס הארץ...
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 236

Re: לזמר עריצים - ניגוני גוים

פאוסט דורך dev »

קלונימוס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:40 pm
dev האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:43 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:28 pm איבער זינגען סתם ניגוני גוים וואס איז נישט קיין מינות וניבול פה.
דער רמב''ם אין פירוש המשניות אבות פרק א משנה י''ז. איז דארט מאריך אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר די עיקר איז די אינהאלט דערפון.

עכ''פ ס'איז אן אריכות דברים, מען בעט אז דער עולם זאל אריינקומען קלאר און האפענטלעך וועלן מיר אלע קענען הנאה האבן פון פרישע ידיעות.
שכ'ח @נקודות טובות פארן עפענען און שיין אויסשמועסן די טעמע

קען זיין ע"פ הלכה אויס איז טאקע נישט קיין פראבלעם צו זינגען גויאישע ניגונים, ווייסעך נישט,

אבער בכגון דא האט אמאל ר' הלל יואל קעפעטש גאזאגט, די ניגון איז טאקע נישט טרייף אבער ס'איז סתם פוסט און לער, טא פארוואס זינגען פוסטע ניגונים א בחינה ווי זיצן און רעדן סתם שטותים אינדערצייט ווי מ'קען זינגען אידישע ניגונה וואס די תנועות זענען מלא תוכן וגעגועים
האף איך אז דיינע געגועים זיינען נישט אויף די זעלבע ענינים ווי די אלטע וואלאחישע געגועים וואס ווארעמט אזוי אן דאס הארץ...
וואלאחישע געגועים מה זאת??
שרייב פאוסט