'אלף' בית...

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ג' כי תבא, יב' אלול תשפ"ג

א גוטן טאג טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו עפעס גוטס?
מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', האלט מיר אינמיטן ארום שפאצירן ביי טערמינען וואס האבן מיטן קאמפיוטער טעכנילאגיע.

פרישע אלף בית…

יא') סערווער (Server).
דער סערוויר איז א קאמפיוטער וואס ווערט געניצט דורך עטליכע אנדערע קאמפיוטערס, צום ביישפול פירמעס קענען האלטן זייער פיילס אין א לאקאלע סערווער אז אלע זייערע ארבייטער זאלן קענען ציקומען דערצו, מען קען דארט האלטן דרייווערס, אדער פולע פראגראמען.

יב') דרייווערס (Drivers).
קאמפיוטער דרייווערס, אדער הארדוועיר דרייווערס, איז ווידער אמאל א סאופטוועיר, זיין אויפגאבע איז, ווען איינער וויל איינשטעקן א פרינטער אדער סיי וועליכער אנדערע הארדוועיר, דער פרינטער האט זיך א אייגענע סאופטוועיר וואס דער פרינטער פארשטייט, און א יעדער פרונטער פירמע האט זיך זייער מהלך, וואס טוט מען, איז דא קומט אריין א דרייווער וואס איז אינסטראקציעס פארן קאמפיוטער וויאזוי זיך צובאגיין מיט דער ספעציפישע מעשין.

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

א יעדער קאמפיוטער קען געניצט ווערן פאר א סערווער, מיט די ריכטיגע סאופטוועיר אינסטאלירט,
העקערס וועלן אלץ צילן די סערווער, דערפאר ברויך עס זיין גוט פארזיכערט,
אפאר צייכענעס ווען א ביזנעס קען ניצן א סערווער זענען,
1) אלע ארבייטער ברויכן ניצן די זעלבע פיילס.
2) סאופטוועיר אפדעטס הייבט אן אנקומען שווער.
3)די ווילסט אטעמאטישע בעקאופ פאר די אינהאלט פון אלע קאמפיוטערס.

היינט קומט אויפן קאמפיוטער ביים קויפן עטליכע וויכטיגע דרייווערס פרי אינסטאולד,
דאונלאודען דרייווערס איז אלץ גוט זיכער צו מאכן אז עס קומט פונעם פירמעס ארגינעלן וועבסייט
עס ווערט אויס געניצט די פאקט אז מען ברויך עס דאונלאודען דורך מאנכע מיט בייזוויליגע אינטערעסן,
ווינדאוס איז נישט פאראנטווארטליך פאר דרייווער אפדעטס,
פאר נישט געווענליכע דיווייסעס וועט מען אלץ ברויכן א דרייווער ווי צום ביישפול א פינגערפרינט רידער, א לעבל פרינטער.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ד' כי תבא, יג' אלול תשפ"ג

א גוט מארגן טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו עפעס גוטס?

איך וויל אויסנוצן די פלאטפארמע צו געבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער
מיין צוויי יעריג זון האט פארגאנגענעם מאנטאג ארויפגעטרעטן אויף א שפולצייג און האט אויפגעהערט גיין אויף די פיס, ער האט בלויז געמאכט 2 3 טריט, אזוי אז איך זאל פארשטיין אז עס איז נישט ציבראכן ב"ה,
למעשה איז ער אויפגעשטאנען נעכטן דינסטאג און געהיריג ארום געלאפען געטאנצן און געשפרינגן, געלויבט דער הייליגער באשעפער!

מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', האלט מיר אינמיטן ארום שפאצירן ביי טערמינען וואס האבן מיטן קאמפיוטער טעכנילאגיע.

פרישע אלף בית…

יג') קלאוד (Cloud).
א סערווער וואס ליגט נישט ביי דיר אין ביורא נאר ערגעץ ווי איבער די וועלט, מען באניצט זיך דערמיט דורכן אינטערנעט, ווערט געריפן קלאוד.
אימעיל אפרירט דורך קלאוד אין אלגעמיין.

יד') איי פי עדרעס (IP Address).
א יעדער דעווייס וואס איז קאנעקט צו די אינטערנעט בזיצט איר אייגענע איי פי עדרעס, עס איז גלייך ווי צושיקן פאסט מיט די פאראייניגטע שטאטען'ס פאסט סערוויס, וועסטו ברויכן האבן א פאסט קעסטעל, דער פאסט קעסטעל איז דער איי פי אדרעס.

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

אויף א אינדעווידיואלע אויפן איז פארהאן קלאוד סערוויסעס פאר פריי פון אפצאל ווי צום ביישפול גאגעל דרייוו פין גאגעל, אדער וואן דרייוו פין מייקרסאופט, אפי' דראפ באקס האט א פרייע אפציע אויף א בגרעניצטע פארנעם.
דער גרעסטער קלאוד פראוויידער איז עמעזאן!... יא די ווייסט זיכער פין זיין געשפטעל דא ביים קארנער (עקשעלי דא אויבן), זיי דעליווערן פאר פרא קליק,
וואס קלערסטע ווי מאכט עמעזאן מער פראפיט??? זייער 'עי דאבעליו עס' (עמעזאן וועב סערוויסעס) איז היבש גרעסער און פראפיטיבעל פון זייער געשעפט, איבער 100,000 מער ארבייטער, מיט ארום 80 ביליען און רעוועניא אין 2022.
דערנאך קומט אזארע פין מייקרסאופט, דערנאך גאגעל קלאוד.

פינקט ווי צו איינשטעקן עפעס אין די פלאג צו באקומען עלעקטריק ברויכן די אייזענעס זיין א גוויס אויסשטעל די זעלבע איז זיך צו קאנעקטען אויף א ווירטאלע אויפן וועט א יעדער דיווייס האבן אן איי פי,
א יעדער סעלפאון האט א איי פי אדרעס,
מען קען נאכגיין א דיווייס דורך די איי פי אדרעס, און אזוי אויך וועלן העקערס אריינקומען דורכן איי פי און רוב פעלער, אויב איז עס נישט געניג באהיטן.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ד' נצבים וילך, כ' אלול תשפ"ג

א גוט אווענט טייערע ברודער! וואס טוט זיך? וואס מאססטו עפעס גוטס?

מיר זאגן יעדען אונדערפרי ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, לאמיר פרובירן געדענקן שטענדיג, ווען אלעס קלאפט איז עס נישט ביי דיפאולד, איינער איז משפיע!

לאמיר גיין א ביסל ווייטער מיט די א' ב', היינט וועל מיר שרייבן וועגן טערמינען וואס איז ארויפגעקומען אין איינע פון די טעמעס דא אויף אידטיש, איך גלייב אז עס איז א ריכטיגע ביישפול פון אונזער פארווארט, אז מען שעמט זיך פשוט צופרעגן א' ב', לאמיר אנהייבן.

פרישע אלף בית…

טו') דענלי (Danley).
א פירמע אין דזאראדזיע, וואס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2005 למספרם, האט זיך א נאמען געגעבן דענלי נאך איינער פין די גרינדער און אייגענטאמער, זיי פראדעצירן הויעכהילכערס און אלעס ארום.

טז') פוינט סאורס (point source).
א גוויסער וועג וויאזוי סאונד ווערט פארשפרייט ווערט געריפען פוינט סאורס, וויבאלד די מהלך וואס ווערט געניצט איז אז עס שטופט סאונד מיט גאר א שטארקע קראפט פון איין פונקט כדי צו דערגרייכן זייער ווייט מען זאל נישט ברויכן ניצן מערערע הויעכהילכערס.

יז') ליין ערע (Line Array).
ביי גרויסע צוזאמקומען ווען געווענליכע אינדעווידאלע הויעכהילכערס קען נישט דעקן דעם באדען, איז איינע פון די וועגן אויסצושטעלן עטליכע הויעכהילכער צוזאמען אין פארעם פון די ענגלישע בוכשטאב J ביי די זייטן פונעם פלאטפארמע, דאס ווערט אנגעריפן ליין ערע. (אדער בענענע ספיקערס, אויף מאמע לשון.)

לאמיר זעהן אביסל ווייטער פון אלף…

ליין ערע און פוינט סאורס ווערן ברייט באניצט פאר גרעסערע צוזאמקומען, עס איז דא א פאר גרויסע חלוקים צווישן די ביידע,
פוינט סאורס ווער געווענליך זיין ביליגער וויבאלד מען ברויך ווייניגער.
פוינט סאורס וועט דעקן א גרעסערע באדן, וויבאלד עס געט פולע ענערגיע.
ליין ערע וועט אבער זיין קלארער, וויבאלד ער געט זיך אפ בעיקר מיט נידריגע און מיטלגארטיגע פריקווענסי.
פוינט סאורס קען בעסער קאנטרילירט ווערן רעכטס און לינקס, ארויף אראפ, משא"כ מיט ליין ערע וואס קען בלויז קאנטרעלירט ווערן ארויף אראפ.

די צוויי קלענערע הויעכהילכער וואס מען לייגט לעצטענס פארענט פונעם אויבן אן אין גרויסן בית המדרש אין ק"י ווען די אויבן אן איז ביי מזרח, קוקט מיר אויס צו זיין דענליס פוינט סאור הויעכהילכער.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
ר׳ יואל קליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 53

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ר׳ יואל קליין »

יישר כח פאר דיין שיינע טעקעס!
בנוגע דענלי…. ביטע… איר האט נישט ריכטיג די פאקטן. אויך נישט בנוגע ליין עררעי.
זעהט אויס ווי האסט געמאכט א גוגל סערטש און אמגעקומען צו אומריכטיגע אינפאו.

בכלל, ווי קומט ספיקערס צו קאמפיוטערס??!!
נעקסט גייסטו שרייבן וויאזוי א פראטין סקימער רייניגט א ריף טאנק און ארבייט נאר מיט זאלץ אינעם וואסער?

באדעם ליין.
כ׳קען שטעלן א דראפ באקס לינק ווי א פראפעסער דאג דשאונס איז מסביר דענלי און ליין עררעי. אבער נישט אין דעם אשכול.
דו שרייב ווייטער וועגן קאמפיוטערס…
ר׳ יואל קליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 53

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ר׳ יואל קליין »

https://www.dropbox.com/s/efwbqx2jcz2a4 ... e.mp4?dl=0

מנהלים, אפשר קען מען מאכן א סאונד סיסטעם טעמע און עס אהין שטעלן
ר׳ יואל קליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 53

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ר׳ יואל קליין »

ר׳ יואל קליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 53

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ר׳ יואל קליין »

אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

א גרויסן יישר כח פאר אייער הערות, איך האב געקוקט וואס די האסט געדאפבאקסט (נאר די ערשטע), איך מיין אז מיר זענען אייניג.

ר׳ יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:17 pm יישר כח פאר דיין שיינע טעקעס!
בנוגע דענלי…. ביטע… איר האט נישט ריכטיג די פאקטן.
דענלי איז נישט קיין פירמע און דזארדזיע? אדראבא פארעכט מיר!
אויך נישט בנוגע ליין עררעי.
ביטע זיי מסביר וואס עס איז אויב מעגליך! איך וואלט זייער הנאה געהאט.
זעהט אויס ווי האסט געמאכט א גוגל סערטש און אמגעקומען צו אומריכטיגע אינפאו.
אמת, איך בין נישט פון די סארט וואס ווערן געבוירן וויסענדיג אלעס! איך לערן וואס איך ווייס נישט, און איך פראביר עס צו ברענגען על שלחן מלכים.
אומריכטיגע אינפאו? לאוו דאוקא, ענדרעשט באצייכנט אלץ, דינט נישט אייער אונטערעסן.

בכלל, ווי קומט ספיקערס צו קאמפיוטערס??!!
איר האט נישט געליינט די פארווארט און די קעפעל. איך פראביר ברענגען אלף בית, און טאקע זיך האלטן צו בלויז א' ב' נישט צו מאכן טיף און קאמפליצירט פארן ברייטן המון איבער אלעס און אלעמען, ווען אימער עס קומט אריין הויעכע ווערטער וואס געווענליך אזאלעכע וואס טוען דערין ווייסן די באדייט און צומאל שעמט מען זיך צו פרעגן, יא, איך האב אנגעהויבן מיט קאמפיוטער טערמינען, אגב איר קענט ארויסהעלפן!
נעקסט גייסטו שרייבן וויאזוי א פראטין סקימער רייניגט א ריף טאנק און ארבייט נאר מיט זאלץ אינעם וואסער?
מעגליך.

באדעם ליין.
כ׳קען שטעלן א דראפ באקס לינק ווי א פראפעסער דאג דשאונס איז מסביר דענלי און ליין עררעי. אבער נישט אין דעם אשכול.
דו שרייב ווייטער וועגן קאמפיוטערס…
איך גלייך ענדרעשט ווען מען פרעגט מיר אפ מיט געשריבענע ווערטער, ווי איידער מיר דראפבאקסן פראפעסארן.

אלענפאלס א שיינעם דאנק פאר אייער הערה!
ר׳ יואל קליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 53

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך ר׳ יואל קליין »

איך האב נישט קיין אינטערסען, און ביטע נישט פרעזענליך. איך בין פאר פאקטן און אמת.
אז דו פארשטייסט נישט די ווידיאו פון דאג דשאונס, דאן אפשר לאז סאונד מיט ספיקערס פאר אנדערע?
קענסט מיר רופן, כ'וועל דיר גערן ענטפערן, דאן קענסטו עס שרייבן מיט דיין קרעדיט.
בדרך אגב האבעך פאר בערך 5-4 יאר צוריק געשריבן א דיטעילד ארטיקל פאר א 10 יעריג אינגל צו פארשטיין. כ'האב עס געלייגט אויף אייוועלט. איך האב דאן ניטאמאל געוואוינט אין קרית יואל.

נאך א פאקטאר.
עס זענען דא אידן וואס געבן זיך אוועק בלב ובנפש פאר די סאונד, פארן האבן\געבן, "עני" מיינונג, פאדערט פון יעדן ריספעקט מיט ריסורטש.
ריספעקט אז די אידן וועלן טאן דאס בעסטע מיט וואס מ'האט. ווען מ'ווייסט וואס גייט אריין דערין, איז די בילד אנדערש.
ריסורטש, איינער האט געשריבן וועגן א מייק וואס האט געקראצט ביי א מעמד וואס דרויסענדע געדינגענע פירמע האט צוגעשטעלט. איך גיי נישט אריין די סיבה פארן קראצן. נאר די איינע פונקט, אז פאר מ'נעמט א פעינט בראש, ביטע ווייס אויף וועלכע קאנוועס דו גייסט שמירן...
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך מאטאווירט »

ברררר...

בשם דעם גאנצן ציבור בעט איך דא ידידינו @אלף טויב זאל צוריקקומען אהער מיט זיינע אלף בית.

א שאנדע דאס אז איינער וואגט זיך אריינצוקומען אראפרייסן הרב טויבעלע דא ביי אים אין חצר
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ב' נח, א' חשון תשפ"ד.

א גוט מארגן טייערע ברידער!

באמערקונג: איך פרוביר צו ברענגען די מערסט אויפריכטיגע אינפערמאציע לויט מיינע מעגליכקייטן פאר די ליינער, ווען עס פאסירט אז איך בין נישט אקוראט קען עס מיר אנטמוטיגן, וויבאלד איך וויל קיינעם פארפירן.

א פרייליכע יאר איז אויפן האריזאנט, לאמיר לאזן די מלחמה דאגות און מיטשענישן, פארן איש מלחמה, ד' איש מלחמה וכו. שלעפ די צינגל ארויס מיטן פיסן האלטער פונעם באקוועמע סאפע, געב א טיפער אטעם, נאך איין שאקל די ריקן זאל זיך זעצן, און געגאנגען.

פרישע אלף בית…

סארטן דראטען, לאמיר כאפן א בליק אויף די 4 סארטן דראטן וואס ווערט מערסט געניצט צו פארבינדן די מאנינטער מיטן קאמפיוטער, ווי א גרויסטייל ווייסט נישט וואס צי בעטן פונען IT פראוויידער, נאר מען הייבט ענדרעשט אן קעקעצן.

יח') ווי דזשי עי (Video Graphics Array VGA).
דאס איז די עלצטע, און ווערט נאך געניצט מיט עלטערע מאדעלן, ערצייגט דורך דענמאלטס'דיגן פירער אין קאמפיוטער מעניפעטשארער IBM, אין יאר 1987 למספרם.
יח') ווי דזשי עי (Video Graphics Array VGA).
יח') ווי דזשי עי (Video Graphics Array VGA).
cable-vga.jpg (20.17 KiB) געזען געווארן 973 מאל

יט') די ווי איי (digital visual interface DVI).
ער האט איבערגענימען די אויבן אן דערנאך וואס VGA איז שנעל אלט געווארן מיטן אויפקום פון נייערע סארט מאנינטערס, דאס האט שוין א גוטע רעזעלאשען צו א מאקסימען פון 1920x1080 פיקסעלס.
יט') די ווי איי (digital visual interface DVI).
יט') די ווי איי (digital visual interface DVI).
cable-dvi.jpg (22.68 KiB) געזען געווארן 973 מאל

כ') עדש די עם איי (High Definition Multimedia Interface HDMI).
דא איז שוין געקומען דער געדאנק פון צוזאמשטען אודיאו אינאיינעם מיט ווידיאו, אן קיין געברויך פאר באזינדערע ספיקערס.
כ') עדש די עם איי (High Definition Multimedia Interface HDMI).
כ') עדש די עם איי (High Definition Multimedia Interface HDMI).
cable-hdmi.jpg (22.29 KiB) געזען געווארן 973 מאל
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

כא') די פי (DisplayPort DP).
פאר אומבאקאנטע אורזאכן האט זיך די סארט נישט איינגעגעבן אויף א פולער פארנעם כאטש אירע שטארקייטן ווי, סטיריאו אודיאו, גאר הויכע רעזעלאשען, אא"וו, עס קומט אריין מער און מער אבער היבש פאמעלעך, זעהט אוים דער באפעלקערונג איז צופרידן פון HDMI און מען זיכט נישט עפעס בעסערס.
כא') די פי (DisplayPort DP).
כא') די פי (DisplayPort DP).
cable-dp.jpg (15.63 KiB) געזען געווארן 971 מאל

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך מאטאווירט »

יישר כח טויבעלע פאר’ן צוריקקומען!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

די עלעקטעריק גריד.png
די עלעקטעריק גריד.png (652.77 KiB) געזען געווארן 905 מאל
ב' תולדות, כט' חשון תשפ"ד.

א גוט מארגן טייערע ברידער!

לאמיר זיך געבן א שטיקל שאקל פאראויס.
וועלן מיר זיך ריקן בע"ה צו עלעקטריק בכלל, עס קען זיין זייער נוצבאר צו האבן א שטיקל אנאונג וואס טוט זיך דארט, סיי ביים קויפן עפליינסעס, ביים אנגרייטן א שבתון און די עלעקטאריק ברעקערס זענען דיר מודיע אז זיי זענען בכלל נישט מיט געפארן וועקאציע, און ביים בויען די בחן'טע סוכה'לע וואו דער עולם ווערט פליצלונג ערפארענע עלעקטערישנס(?!?!), בינדט אייך צו און געפארן.

אונזער היינטיגע אלף בית וועט זיך באציען צו די 3 מערסט באניצטע סארט מעסטאנגען פאר עלעקטעריק.

פרישע אלף בית…

כב') וואטס (Watts).
דער מאס פון עלעקטעריק ווערט גערעכנט און וואטס, צום ביישפול א פענסטער אירקאנדישן פון 600 וואטס, וועט נוצן 600 וואטס צו ארבעטן, די זעלבע א 60 וואט לייט באלב, און אזוי ווייטער.

כג') וואלטס (Volts).
די פרעשער ווערט גערעכנט ביי וואלטס, לאמיר עס צוגלייכן צו וואסער, פרעשער קען זיין און אזוי ווייניג וואסער וואו אין א סעלצער באטל, און דערנאך קען מען גיין צום סינק ווי עס רינט אסאך מער וואסער אבער קען צומאל זיין ווייניג פרעשער.

כד') עמפס (Amps).
די פולער נאמען איז Amperage, דאס איז וואו מען רעכענט די גלויף אויף איין מאל, די קארענט, מיטן ביישפול פון וואסער וועט עס באדייטן א שמאלע רער קען טראגן 1 גאל, א דיקע רער וועט קענען טראגן 7 גאלן אויף איין מאל,
פאר מער עמפס וועט מען דארפן א דיקירע דראט.

אביסל ווייטער פון אלף…

אלע פון די דריי זאכן זענען דירעקט פארבינדען, צום ביישפול ווילסט וויסן וויפול וואטס א געוויסע עלעקטעריק אוטלעט קען צושטעלן וועט מען רעכענען וואו פאלגענד.
וואלטס X עמפס = וואטס
110 וואלטס, מאלטעפלייט, 20 עמפס, איקאולס, 2200 וואטס.
220 וואלטס, מאלטעפלייט,10 עמפס, איקאולס, 2200 וואטס.

די זעלבע פארקערט, די ווייסט די וואטס און וואלטס, אבער נישט די עמפס, רעכענט מען וואו פאלגענד.
וואטס / וואלטס = עמפס
2200 וואטס, דיוויידעד, 110 וואלטס, איקאולס, 20 עמפס.
2200 וואטס, דיוויידעד, 220 וואלטס, איקאולס, 10 עמפס.

אזוי אויך אויב ווייס איר נאר וואטס און עמפס, און איר ווילט געוואר ווערן וויפול וואלטס.
וואטס / עמפס = וואלטס
2200 וואטס, דיוויידעד, 20 עמפס, איקאולס, 110 וואלטס.
2200 וואטס, דיוויידעד, 10 עמפס, איקאולס, 220 וואלטס.

אויב לערנט איר גמאטרי' פון צייט צו צייט האט איר לכאורה פארשטאנען די אויבערשטע עקזעמפלארן.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3547
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5603

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך וואוילער »

אלף טויב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:50 pm די עלעקטעריק גריד.pngב' תולדות, כט' חשון תשפ"ד.

א גוט מארגן טייערע ברידער!

לאמיר זיך געבן א שטיקל שאקל פאראויס.
וועלן מיר זיך ריקן בע"ה צו עלעקטריק בכלל, עס קען זיין זייער נוצבאר צו האבן א שטיקל אנאונג וואס טוט זיך דארט, סיי ביים קויפן עפליינסעס, ביים אנגרייטן א שבתון און די עלעקטאריק ברעקערס זענען דיר מודיע אז זיי זענען בכלל נישט מיט געפארן וועקאציע, און ביים בויען די בחן'טע סוכה'לע וואו דער עולם ווערט פליצלונג ערפארענע עלעקטערישנס(?!?!), בינדט אייך צו און געפארן.

אונזער היינטיגע אלף בית וועט זיך באציען צו די 3 מערסט באניצטע סארט מעסטאנגען פאר עלעקטעריק.
► Show Spoiler
געוואלדיג!

כ'וואלט הנאה געהאט פון א איבערזיכט אין פלאס און מיינעס, שווארצע ווייסע, וכו'.

יישר כח!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
new news
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 11:06 pm
x 40

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך new news »

אלף טויב האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:48 am ב' נח, א' חשון תשפ"ד.
כ') עדש די עם איי (High Definition Multimedia Interface HDMI).
דא איז שוין געקומען דער געדאנק פון צוזאמשטען אודיאו אינאיינעם מיט ווידיאו, אן קיין געברויך פאר באזינדערע ספיקערס.
cable-hdmi.jpg
וואס איז די מיני - מייקרא ?
וואס איז געשעהן מיט טיפ ב ?
אידישע גוגל

מיר וואקסן קיינמאל נישט עכט אויף, מיר לערנען זיך נאר וויאזוי זיך צו אויפפירן אין פובליק.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

new news האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:01 am
► Show Spoiler
וואס איז די מיני - מייקרא ?
וואס איז געשעהן מיט טיפ ב ?
יישר כח פארן פרעגן, באמת איז עס זייער שווער צו שרייבן, יעדע סארט האט עטליכע שטאפלען דערין, איך האב עס פראבירט צוזאמנעמען לויט די סארטן, אן אריינגיין און שטאפלען.
פאלגענד איז א בילד פון 3 שטאפלען אין HDMI דראט.
בילד פון 3 שטאפלען אין HDMI דראט.jpg
בילד פון 3 שטאפלען אין HDMI דראט.jpg (24.88 KiB) געזען געווארן 833 מאל
איין סארט האב איך יא אינגאנצן אויסגעלאזט באוויסטזיניג, דאס איז די טאנדערבעלט מער באקאנט אלץ USB C, איך האב עס נישט געשריבן פאר עטליכע סיבות, 1) איך האב עס אליין נאכנישט אינגאנצן ארויס, 2) עס ווערט ביז דערווייל נאכנישט געניצט אויף די אויפן, כאטש עס האט די פולער מעגליכקייט דערפאר. און נאך.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

ווייער קאלער קאודס.jpg
ווייער קאלער קאודס.jpg (149.97 KiB) געזען געווארן 800 מאל
ד' וישב, כג' כסלו תשפ״ד.

א גוט מארגן מיינע פריינד!

אויפן אנפראגע פון אונזער ידיד ערעב @וואוילער וועלן מיר היינט שרייבן איבער די 3 ווייערס וואס ליגן און רעזידענשיל הייזער און די פאראייניגטע שטאטען, אין אנדערע פלעצער איז עס אנדערשט געוואנדן לויט די געזעצן אין יעדן ארט,

צום ערשט לאמיר מאכן א שטיקל הקדמה, צו מאכן עלעקטאריק טוען עפעס ברויך עס זיין א פולן קרייז (electrical circuit), דארפאר וועסטו קיינמאל זעהן אן עלעקטעראנישע דעווייס וואס אפערירט מיט בלויז איין ווייער, מיר וועלן היינט שרייבן פון אלטענעריט קארענט (AC) וואס דאס איז וואס מען באקומט אין די הייזער פונעם ביל שיקער, מיר וועלן מיטן אייבערשטנס הילף צרוקומען אן אנדערעס מאל שרייבן וועגן דיירעקט קארענט (DC) וואס אלע קאמפיוטערזירטע דעווייסעס אפערירן דערויף.

פרישע אלף בית…

כה') לייוו, הייסע, ווייער (Live or hot wire).
די רויטע, געלע, בלויע, וועט אלץ זיין א לעבעדיגע ווייער, שווארטץ און אלגעמיין איז אויך לעבעדיג אבער קען אויך צומאל זיין די נאטרעל אויב איז נישטא קיין ווייסע ווייער דערנעבן.

כו') נאטרעל, ווייער (Neutral wire).
דאס איז אויך גראונדעד, באהאפטן צו די ערד, געווענליך א ווייסע ווייער, זיין אויפגאבע איז צו פארענדיגן דעם קרייז וואו אויבן געשריבן.

כז') ערד, גראונד, ווייער (Ground or Earth wire).
ער קימט געווענליך אריין ווען זאכן הייבן אן גיין דרום (South), צום ביישפיל די לעבעדיגע ווייער כאפט א קראץ און ער כאפט אן אייזן און שטיפט אהין עלעקטאריק וועט די ווייער עס שיין צופירן צום ערד, עס זאל חלילה נישט פאסירן אן עלעקטאריק פייער, עס וועט געוונליך נישט זיין ארומגענומען, אויב יא וועט עס זיין גרין.

אביסל ווייטער פון אלף…

עלעקטעריק איז אנדרעשט פון וואסער מיט דעם אז די זעלבע צייט וואס די ניצט עס ברויך עס ווערן פראדעצירט, מען קען עס נישט האלטן אין רעזעווארן.
דאס איז לכאורה פון די גרעסטע שוועריקייטן וואס סאולער האט מיטן אריינקומען אויף א מאסיווע פארנעם, די קאסטן פון די בעטעריס וואס מען ברויך צו קענען אראפגיין פונען גריד איז זייער הויעך, און מען ברויך גאר אסאך דערפון צוקענען באמת לעבן דערויף אין א פארוואלקענטע וואך.

איך האף ביזט קליגער געווארן מיט עפעס, אדער כאטש אויסגעקלארט.
הצלחה מיט שמחה!
צום ווידער זעהן בקרוב!

אויב זעהסטו ערגעץ ווי איך בין נישט ריכטיג, אדער די האסט א ספעציפישע טערמין וואס דו ווילסט וויסן, ביטע קלאפן אויף מיין פריוואטע צומער, יישר כח.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3547
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5603

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך וואוילער »

@אלף טויב א גרויסן יישר כח.
דעס איז ממש אויפן שפיץ גאפל אז נאר איינער וואס ווייסט שוין עפעס קען פארשטיין, אבער כ'האב הנאה געהאט.

וואס מיינסטו צו זאגן מיט
אלף טויב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:08 am כו') נאטרעל, ווייער (Neutral wire).
דאס איז אויך גראונדעד, באהאפטן צו די ערד,
פארוואס דארף מען אן עקסטערן גראונד אויב אזוי?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך אלף טויב »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:04 pm
► Show Spoiler
פארוואס דארף מען אן עקסטערן גראונד אויב אזוי?
דאס איז צו ערגענצן די קרייז (circuit), קיין איין עלעקטעראנישער מעשין וועט נישט ארבעטן אן דעם.
די גראונד איז פאר זיכערהייט סיבות, און פאל זאכן גייען אנדערשט וואו געפלאנט.
Moshe Moloch
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:00 am
Location: קרית יואל
x 3

Re: 'אלף' בית...

פאוסט דורך Moshe Moloch »

אפשר שרייבט מען ווײטער אין דעם פארום
שרייב פאוסט