דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

געזונטע שמועסן און ידיעות
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 276

דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

פאוסט דורך world champion »

ווען מען לייגט גוט צו קאפ און מען טראכט גוט אריין, זעט מען אז אלע מענטל העלט פראבלעמען אויף דער וועלט אליינס, וואלט מען נאך געקענט לעבן דערמיט, די זאך וואס געשעט נאכדעם דאס מאכט עס אנליוועבל... די זאך איז: טראומע.

טראומע פון א זאך קנייטשט דעם מענטשנ'ס מוח מיט א נישט נאטורליכע נישט געזונטע קנייטש, און אזוי גייט עס ווייטער, מען באקומט טראומע פון די אלטע טראומע און עס ווערט אזא חוט המשולש לא במהרה ינתק... ה"י.

וואס איז די עצה?

נאכן פארשטיין וואס די עיקר פראבלעם אויף חיי יום יום איז, קען מען זיך העלפן בלויז דורך אפשטעלן די ווייטערע טראומע און דירעקט נישט דורך פאוקעסן אויף די אלטע טראומע.

ווי אזוי שטעלט מען אפ פון באקומען נייע טראומע?

אויף דעם איז דא איין עצה: עקסעפטן די וועלט מיט איר באשאפער אלטס פאקט, און באמת וויסן אז אונז זענען נישט בעל הבית דא, און אז מיר האבן כלל וכלל נישט ארויס אפילו א האלבע בליק וואס דא גייט פאר אויף דער וועלט, וואס דאס גייט העלפן די מענטש צו זיין באקוועם ווי ער איז יעצט, ווי זאכן זענען יעצט.

טא פארוואס דאגנה'נען?! פארוואס ווילן עפעס אנדערש ווי די מציאות, וואס די מציאות איז די תכלית העולם?!

לסיכום הענין, דאס איז כנראה פשט פון דעם באקאנטן מימרא "כל העולם כולו גשר צר מאוד והעיקר והכלל שלא לפחד כלל", לכאורה איז שווער דאס איז די איינציגסטע פראבלעם דא פחד, עס איז ליידער דא אהן א שיעור פראבלעמען ה"י?

נאר די תירוץ איז ווי געשמועסט... די פראבלעם איז ליוועבל, די פחד דאס מאכט עס אנליוועבל. וואס איז די עצה? באמת וויסן אז כל העולם כולו גשר צר מאוד!
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 8

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

פאוסט דורך יודעלע »

אקעי!
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 152

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

פאוסט דורך בינת הלב »

בעצם איז טראומע פון די סאמע הויפט באשטאנדטיילן פון אונזער וועזן. אונזער גאנצע נאטורליכע אינסטינקטיווע דראנג צו סוקיוריטי און פארזיכערונג אין א וועלט וועלעכע איז עקטשולי פיהל מיט דעינדזשערס און שלעכטע זאכן ארבייט מיט 'טראומע'.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
בעל מנוחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:44 pm
x 2

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

פאוסט דורך בעל מנוחה »

בינת הלב האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:54 am בעצם איז טראומע פון די סאמע הויפט באשטאנדטיילן פון אונזער וועזן. אונזער גאנצע נאטורליכע אינסטינקטיווע דראנג צו סוקיוריטי און פארזיכערונג אין א וועלט וועלעכע איז עקטשולי פיהל מיט דעינדזשערס און שלעכטע זאכן ארבייט מיט 'טראומע'.
זייער שיין
יא עס איז א סטראטעגיע פונעם מענטשליכן נאטור זיך צו באשיצן פון סכנות
אבער ביטע מרחיב זיין בדיבור (כתיבה) מיט דיין גאלדענעם פעדער וואס דו מיינסט צו זאגן מיט דעם.
אבער ווי אזוי קען מען קען מען זיכער מאכן אז די סטראטעגיע וואס איז דא דיר צו באשיצן ווערט נישט דיין שונא וואס ארבעט קעגן דיר?
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 26

Re: די פראבלעם פון אלע פראבלעמען: טראומע, און א אריינבליק אויף די עצה בעז"ה

פאוסט דורך אהרן זאב »

סא דו ווילסט זאגן אז מקען נישט היילן טראומא מיט גיין צו טעראפי?
חנה
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:45 pm
x 1

Re: דער פראבלעם פון אלע פראבלעמען; טראומע, און אן אריינבליק אויף דער עצה בעז"ה

פאוסט דורך חנה »

אגב נעכטן געהערט פון א גרויסע טעראפיסט, אז פיזישע סימנים פון א שניט וכו׳ וועט אויך נאר בלייבן אויף לאנגע יארן צוליב די טראומא אינעם סוב-קאנטשעס,
הושע נא חנה דוד הושענא
שרייב פאוסט