א קינד וואס עסט נישט
א קינד וואס עסט נישט
א קינד עסט נישט, ממש צוויי לעפלעך, צוויי ביסן ברויט, און מער נישט, ער פארלירט מען אוןן מער פונטן, וואס קען מען טוהן.
איינער מיט זאכליכע עצות?
ייש"כ
איינער מיט זאכליכע עצות?
ייש"כ
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: א קינד וואס עסט נישט
און טאמער איינער האט א עצה, נעמסטו עס אן? זעמער דען דאקטורים?
Re: א קינד וואס עסט נישט
וואס עפעע א דאקטאר, ווען ס'וואלט געווען א פיצל'ס און דאס קינד גייט אויס, מוז מען פליען צום דאקטאר. אבער אז ס'איז נאכנישט ממש געפערליך און נישט ממש א ניי געבוירן, איז גוט צו הערן וואס אנדערע זאגן, נאך פאר ס'וועט אנקומען צו א מצב פון מוזן גיין צום דאקטאר... אלזא האט איינער ווירקזאמע עצות?
פאר א סיבה איז דא אזא מין מושג ביי אידישע קינדער פון איש את רעהו יעזורו...
איך האף אז דו ביסט נישט יעדע פינף מינוט ביים דאקטאר פאר אן אנדערע סיבה....
פאר א סיבה איז דא אזא מין מושג ביי אידישע קינדער פון איש את רעהו יעזורו...
איך האף אז דו ביסט נישט יעדע פינף מינוט ביים דאקטאר פאר אן אנדערע סיבה....
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 130
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
- x 181
Re: א קינד וואס עסט נישט
קודם כל ווי אלט איז דאס קינד?
ווי לאנג עסט עס שוין נישט?
באקומט עס גענוג פליסיגקייטן?
איז דא א סיבה פארוואס ס'עסט נישט? פיהלט עס נישט גוט, ס'זעהט זיך אן עפעס א מיחוש, אדער סתם אזוי ס'האט נישט ליב צו עסן, ווי מען רופט עס א קליינער עסער
ווי לאנג עסט עס שוין נישט?
באקומט עס גענוג פליסיגקייטן?
איז דא א סיבה פארוואס ס'עסט נישט? פיהלט עס נישט גוט, ס'זעהט זיך אן עפעס א מיחוש, אדער סתם אזוי ס'האט נישט ליב צו עסן, ווי מען רופט עס א קליינער עסער
Re: א קינד וואס עסט נישט
האט געווענליך יא ליב צו עסן, וועלט זיך געפערליך וואס ער האט ליב און וואס נישט
אבער לעצטנ'ס אפי' זאכן וואס ער האט ליב, ווארפט אוועק, אזוי ווי דו זאגסט, קליינע עסער...
אבער לעצטנ'ס אפי' זאכן וואס ער האט ליב, ווארפט אוועק, אזוי ווי דו זאגסט, קליינע עסער...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: א קינד וואס עסט נישט
האבעך אמאל געהערט קיין איין קינד איז נאך נישט געשטארבן פון הונגער אין א הויז פול מיט עסן אפי' ער האט נישט געוואלט עסן די סאפער די לעצטע פאר טאג אבער קינדער זענען שוין יא געווארן ....... פון זיי צווינגען צו עסן
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 130
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
- x 181
Re: א קינד וואס עסט נישט
זעה ס'זאל האבן אסאך פליסיגקייט ער זאל נישט ווערן ח"ו דיהיידרעיטעט, דאן מוז ווערן באהאנדעלט אין שפיטאל
ס'דא קינדער וואס זענען גרויסע עקשנים, אז זיי זעהן מען מאכט נישט קיין עסק וועט עס זיך נעמען עסן
אבער דא קיקט נישט אויס דא דער פאל, וויל סתם נישט עסן, ס'איז נישט גענוג אינטרעסאנט
פאר אזא פאהל, איז די בעסטע צו פארשפילן מיט א מעשה ביכל וואס האט בילדער (דערציילונגען פון צדיקים, מחניים, מיט די פלאסטיג), און מען מאכט עקשאן וואס ער האט פאן, דערווייל שלא במכוון ריקט מען אריין א טעלער זופ (אדער מיט שטיקלעך ברויטעלעך איינגעטינקן), אדער ברויטעלעך אנגעשמירט מיט אוועקאדוי (אדער אנדערע געשמיראכטסער... כ'האב גענומען עפעס וואס איז געזונט און זיי האבן עס ליב), אדער שטיקלעך באנדאש,
ס'דא קינדער וואס האבן ליב דוקא אליינס צו עסן, און יא לאז אים ווערן שמוציג, מען וועט עס נאכדעם אפקלינען
Re: א קינד וואס עסט נישט
ווי אלט איז די קינד???
Re: א קינד וואס עסט נישט
מיין מאמע פלעגט זאגן, אז דאס קינד עסט נישט, האט ער זיך ווארשיינליך אנגעגעסן מיט נאש.
און די באבע פלעגט זאגן, אז ווען דאס קינד וועט זיין הונגעריג, וועט ער שוין אליינס עסן.
און די באבע פלעגט זאגן, אז ווען דאס קינד וועט זיין הונגעריג, וועט ער שוין אליינס עסן.
Re: א קינד וואס עסט נישט
גראדע איז דא אזא מחלה/פראבלעם געדענק'עך נישט יעצט די נאמען דערפון כמיין סאיז אפילו לעצטנס געווען א קאמפיין דערוועגן...זשאסט סעיאינג, מוז נישט זיין אייער קינד האט דעם פראבלעם אבער א סאך מאל לוינט'צעך דעי עקסטערע פאר מינוט צו טשעקן צו זיין אויף די זיכערע זייט....
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 807
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 927
Re: א קינד וואס עסט נישט
דו מיינסט אנערעקסיע.בעקיטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:20 am גראדע איז דא אזא מחלה/פראבלעם געדענק'עך נישט יעצט די נאמען דערפון כמיין סאיז אפילו לעצטנס געווען א קאמפיין דערוועגן...זשאסט סעיאינג, מוז נישט זיין אייער קינד האט דעם פראבלעם אבער א סאך מאל לוינט'צעך דעי עקסטערע פאר מינוט צו טשעקן צו זיין אויף די זיכערע זייט....
איך מיין אז דאס קען נישט געשען מיט גאר אינגע קינדער.