דער אויפרייס וואס איז נישט געשען!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
עפעס אנדערש
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:26 pm
x 17

דער אויפרייס וואס איז נישט געשען!

פאוסט דורך עפעס אנדערש »

פעטרעאס האט זיך געזעצט ביים שפיץ פונעם בערגל, דער סטאדע שאף האט צושטייטלעך אראפגענידערט צום טייכל. א געשמאקע ווינטל האט געבלאזן געמיטלעך און מילד געשאקעלט די ווייץ זאנגען.

פעטרעאס נעמט ארויס זיין פייפערל פון זיין טאשקע, מאכט זיך באקוועם אויף די ווייכע גראז און פארברענגט מיט עטליכע מוזיקאלישע לידעלעך וואס ער האט זיך צובלאזן מיט פארגעניגן. אנטקעגן איבער דעם טאל, האט זיך דערהויבן דער מעכטיגער וואולקאן בארג 'לונקימעי', וואו פעטרעאס ווערט פארגאפט פון דעם הערליכן פאנאראמע, באטראכטנדיג די שפיצן פונ'ם בארג און די געוויקסן וואס וואקסן דארט, און דא און דארט באמערקט ער עטליכע נעסטן פון געוויסע סארטן פויגל וואס האבן זיך געמאכט זייערע היימען אויף א שפיץ פון א פעלז. ער דערקוויקט זיך מיט דעם רואיגן נאכמיטאג, ווי די שעפעלעך פאשן זיך געמיטליך און כאפן א טרינק וואסער פונעם טייכל צו בארואיגן זייער דורשט, און ער קען כאפן א דרימל. אזוי זיצנדיג רואיג האט ער געטראכט צו זיך ווי ער האט ליב זיין דארף וואו ער וואוינט. רוב איינוואוינער האבן זיך אפגעגעבן מיט פעלד ארבייט און האדעווען באשעפענישן, אבער לעצטנס האבן זיך אריינגעריקט עטליכע פאבריקן וואס האבן פאבריצירט קופערנע געשיר. ער האט עס עכט נישט געגליכן, ער פאר זיך האט ליב ווען אלעס בלייבט פונקט ווי אמאל.

א גערויש פון טיפעדיגע קלויען וועקן אים פלוצלינג אויף פון זיינע געדאנקן. דערשראקענערהייט גיבט זיך פעטרעאס א שטעל אויף צו זען פון וואו קומט דער אפקלאנג. ער קוקט אראפ צום טייכל וואס איז אונטן פונעם טאל, און א מאדנע סצענע שפילט זיך אפ פארנט פון זיינע אויגן: דער גרויסער לאמא וואס ער נוצט צו פירן דעם גאנצן סטאדע שאף, טופעט נערוועזערהייט מיט זיינע פאדערשטע פיס, און טאנצט מיט זיינע הונטערשטע פיס אזוי הין און צוריק.

פעטרעאס קוקט זיך צו מיט וואונדער און אנגסט און ווייסט נישט וואס צו טראכטן. ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אז א לאמא זאל זיך אויפפירן אזוי מאדנע. אזוי קוקנדיג באמערקט ער ווי עטליכע שאף וואס שטייען הונטער דעם לאמא, נעמען זיך אויך טאנצן אויפן זעלבן צוגאנג ווי ער האט נאר וואס מיטגעהאלטן דעם גרויסן לאמא אפפירן. "גאר מאדנע!" מורמעלט ער זיך אונטער אינגאנצן פארוואונדערט.

צומארגנס האט זיך דער ספעקטאקל נאכאמאל אפגעשפילט אויפן זעלבן פארמאט און אויפן זעלבן פלאץ. די שאף וואס קומען אהין ביים וואסער טאנצן אויף א מאדנע וועג. ער מאכט אפ אז ער מוז דאס פארציילן פאר זיינע פריינט.

ביינאכט נאכן צוריק ברענגען דעם גאנצן סטאדע צום שטאל אינעם דארף, האט ער זיך געטראפן מיט זיינע פריינט -די אנדערע פאסטוכער- און ער האט זיי פארציילט וואס עס קומט פאר לעצטנס מיט זיינע שאף וואס גייען ארויס אין מאדנע טענץ. "איז דאס נעבן דעם לונקימעי בארג?!" פרעגט א נידריג געוויקסיגער פאסטוך. "יא, פונקט אזוי! נעבן דעם טייך", ענטפערט פעטרעאס. "דער אמת איז..... אויך מיינע שעפעלעך האבן זיך דארט אויפגעפירט מאדנע!" זאגט דער פאסטוך פארטראכטערהייט. "אויך ביי מיר איז עס געשען", רופט זיך אן אן אנדערע פאסטוך, אראפנעמענדיג זיין שטרויענעם היט פון זיין קאפ.

ביינאכט האט פעטרעאס מיטגעטיילט מיט זיין טאטן דעם מאדנעם ספעקטאקל. "די שעפעלעך זענען געטאנצן?!", פרעגט זיין טאטע באזארגטערהייט. "ביזטו זיכער מיט וואס דו פארציילסט מיר דא?!". "יא, זיי האבן זיך אויפגעפירט זייער מאדנע", ענטפערט פעטרעאס אומבאקוועם. זיין טאטע זינקט איין אין זיינע געדאנקן: "דאס איז זייער פארדעכטיגט... אינגאנצן נישט פשוט!" זיפצעט זיך דער טאטע אונטער.

"פעטרעאס! היינט וועסטו ארויסגיין פאשען די שאף שפעטער!" האט אים זיין טאטע איבעראשט צומארגנס אינדערפרי. "צוערשט דארפן מיר צוגיין שמועסן מיט דעם דארפ'ס ווארטזאגער, מיסטער הוגנוס, אונז דארפן מיר אים אינפארמירן איבער וואס איז פארגעקומען נעכטן".

הוגנוס איז געווען דער מערסט געלערנסטע אין דעם דארף, ער איז געווען באקאנט אין פארשידענע חכמות, און ער האט צוגעהאלפן מיט עצות פאר ווער עס איז געקומען בעטן.

הוגנוס איז געזעצן אויף א באנק אין זיין גארטן און געזופט טיי פון זיין טעפל. הערנדיג א גערויש פון דערנענטערנדע פיסטריט, האט ער זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן: "ברוכים הבאים מיינע פריינט! מיט וואס האב איך דעם כבוד פאר דעם פלוצלינג'דיגע באזוך?". דער טאטע פון פעטרעאס האט זיך אנידערגעבויגן מיט א באגריסונג, און געבעטן פון זיין זון: "פארצייל פאר הוגנוס וואס דו האסט נעכטן געזען!". הוגנוס האט זיך אראפגעזעצט, און זיי פארבעטן צו זיצן נעבן זיך. פעטרעאס האט פארציילט אויף די מאדנע טענץ פון די שאף וואס קומט לעצטנס פאר, ווען הוגנוס הערט זיך צו מיט אינטערעסע ביז ער ענדיגט אלעס פארציילן, און דאן ארויסגעלאזט א שווערע קרעכץ. ער האט זיך פארזינקן זיין קאפ אין זיין האנט פלאכן פאר לאנגע מינוטן, דערנאך האט ער אויפגעהויבן זיין קאפ, און געוואנדן זיין בליק אין ריכטונג פון דעם גרויסן לונקימעי בארג, וואס האט זיך געהויבן אריבער דעם דארף, און ער האט זיך אנגערופן שטיל: "די בהמות האבן סענסיטיווע חושים מער פון וואס די מענטשן האבן!", און גלייך פארגעזעצט: "דאס לעצטע וואלקאנישן אויפרייס פון דעם לונקימעי איז פארגעקומען פאר מער פון הונדערט יאר צוריק. די געראטעוועטע וואס האבן דאס איבערגעלעבט האבן פארציילט אז בעפאר דעם אויפרייס, האבן זיך די באשעפענישן אויפגעפירט מיט א מאדנע אויפפירעכץ. איר פארשטייט? עס איז דא זאכן וואס זיי ווייסן בעסער פון אונז". אן אנגעצויגענע שטילקייט האט זיך פארשפרייט. "הייסט דאס..... אז דער בארג האלט ביים אויפרייסן אין דער נאנטער צוקונפט?" האט געפרעגט איינער פון די אנוועזנדע מיט שרעק. "איך האב זייער מורא אזוי", האט הוגנוס ארויסגעמורמלט שטילערהייט ווען זיין בליק זינקט צום ערד.

דער קלאנג האט זיך גאר שנעל פארשפרייט ווי א פייער אין א דארן פעלד, און אין א קורצע צייט איז נישט געווען איינער אינעם דארף וואס האט נישט געוואוסט איבער דעם בעפארשטייענדן סכנה. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך גלייך צאמגענומען עטליכע פריוואטע חפצים און אנגעהויבן צו אנטלויפן פונעם דארף. אנדערע האבן אנגעלאדענט זייערע וועגענער מיט זייער האב און גוטס. פעטרעאס האט זיך יענעם טאג נישט דערווייטערט צו ווייט מיט זיין סטאדע. ער האט געקוקט פונדערווייטענס אויף דעם דראענדיגן בארג. "דו ווייסט? דאס איז מאדנע!" ווענדט זיך צו אים איינער פון די פאסטעכער. "גאר גרויסע עקספערטן וואס האבן זיך דא געדרייט, האבן אלע באשטעטיגט אז דער בארג איז אינגאנצן נישט שעדליך!". פעטרעאס האט גארנישט רעאגירט. די לעצטערע געשעענישן האבן אים אינגאנצן צושטורעמט. עס האט זיך אים גארנישט געגליסט צו פארלאזן זיין באליבטער דארף, אבער ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ווייל א שפאנענדע און ציטערנדע אטמאסטפערע האט געהערשט אין דעם קליינעם דארף.

דעם קומענדיגן צופרי האט פעטרעאס געטראפן זיין טאטן אנלאדענען זיין וואגן געשיקטערהייט מיט פעקלעך. "אין עטליכע שטונדן לאזן מיר זיך ארויס!" האט אים זיין טאטע געמאלדן. פעטרעאס האט זיך ארויסגעלאזט פאר א לעצטע איבערזוכט אויף די פארלאזטע דארף שטראזן. פלוצלינג האט אים אנעכאפט א גליסטעניש צו באזוכן נאך איינמאל ביי דעם טאל נעבן דעם טייך. טראץ דעם געפאר וואס דראעט אויף דעם דארף, האט ער אנגעהויבן צו לויפן צו די פעלדער און זיך אוועקגעשטעלט נעבן דעם טייך, פרובירנדיג צו איינזאפן אין זיך די פאנאראמישע אויסקוק צום לעצטן מאל, ער האט זיך צוגעבויגן צום טייך צו נעמען אביסל פון די קילע וואסערן און זיך אפגעשוואנקן זיין געזוכט, ווען א שטעכער פליג זשומעט אים אין זיינע אויערן.

ער הייבט זיך אויף און קוקט זיך ארום, באמערקט ער א וואלקן פון שטעכער פליגן וואס דרייען זיך ווי אין א טאנץ. פעטרעאס איז געווארן צושטאכן אויף זיין גאנצע גוף און האט אנגעהויבן צו טאנצן ווילדערהייט, אין א פריוו זיך צו באפרייען פון די שטעכערייען. "די דאזיגע שטאכן מאכט מיר טאנצן צו אלע זייטן!" טראכט ער צו זיך, און אזוי באמערקט ער פלוצלינג א גאנצע רייע פון אפפאל פון די בהמות אויסגעשפרייט לענגאויס דעם טייך, וואס פון דארט קומען ארויס די אלע שטעכעדיגע פליגן.

פעטרעאס גיבט א שריי אויס הויעך צו ווער עס וויל הערן: "אכן נודע הדבר! נישט קיין וואלקאן אויסברוך געשעט דא! די שאף האבן געטאנצן פשוט צוליב די שטעכערייען פון די פליגן, וואס האבן זיי געהאלטן אין איין פייניגן...". ער לויפט שנעל צוריק צו זיין טאטע און מעלדט אים איין אז מען קען אויפהערן מיט די פאקעריי, עס קומט נישט קיין שום אויסברוך. דער קלאנג האט זיך שנעל פארשפרייט אינעם גאנצן דארף, און יעדער האט ארויסגעלאזט א זיפץ פון אפאטעמונג.

**********

עס איז וויכטיג צו געדענקן: נישט ווייל דער וואס איז אייביג דער טאן געבער, און זאגט זיין מיינונג מיט דעם גרעסטן קאנפידענץ, אנפירנדיג דעם גאנצן קרעמל ביים קאווע טישל, מיינט דאס אז ער ווייסט וואס ער רעדט. ווייל יעדער קען מאכן א טעות און זיך נארן.
אונז האבן טאקע געווענליך א נייגונג אנצונעמען וואס ער זאגט, דאך מעג מען זיך אבער האלטן ביי זיך מיט דעם אייגענעם מיינונג, און אליינס פרובירן צו דערגיין דעם אמת, און זיך נישט פארכטן צו זאגן די געפונסען, אפילו עס איז אנדערש ווי דער אנגענומענער מיינונג ביי מאנכע.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 744
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1278

Re: דער אויפרייס וואס איז נישט געשען!

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער שיין! הערליך געשריבן! יישר כח
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1025
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1419

Re: דער אויפרייס וואס איז נישט געשען!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

פיין פיין
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: דער אויפרייס וואס איז נישט געשען!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גוט גוט...

הערליך אראפגעשריבן.

דער אויספיר וואלטסטו אפשר געקענט שענער צולייגן... לויט דיין מאס טאלאנט וואס ליגט אינעם משל. למשל, רעד פון די זומענדיגע נעבעכדיגע פליגן וואס באוועגן יענעמס מיינונג.
עפעס אנדערש
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:26 pm
x 17

Re: דער אויפרייס וואס איז נישט געשען!

פאוסט דורך עפעס אנדערש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 6:56 pm גוט גוט...

הערליך אראפגעשריבן.

דער אויספיר וואלטסטו אפשר געקענט שענער צולייגן... לויט דיין מאס טאלאנט וואס ליגט אינעם משל. למשל, רעד פון די זומענדיגע נעבעכדיגע פליגן וואס באוועגן יענעמס מיינונג.
איך האלט אנדערש...
שרייב פאוסט