צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:53 pm
Screenshot .png
וויפיל איך פארשטיי, הייסט נישט אגודה נעמען איינער פון די פעטוועיס, זיי הייסן בכלל נישט יא טוהן אדער נישט טוהן, סך הכל וואס זיי זאגן איז אזוי, אונז האב מיר דורכגעטוהן די 7 פעטוועיס, 4 פון דעם זענען שייך פאר ישיבות. אויב וויל א ישיבה נעמען א פעטוועי, שטעלן מיר צו די אינפארמאציע, די מעלות, די חסרונות, די מהלך, וכו' וויאזוי נאכצוקומען די פעטוועי. די עיקר זאך זאגן זיי אז זיי האפן צוצשטעלן גענוג אינפארמאציע אז די ישיבה זאל אליין קענען מאכן די החלטה, וואס זיי ווילן.
איבערגעטייטש אויף אידיש, בקיצור.
► Show Spoiler
לכבוד די מנהלים און אדמינסטרעיטערס
איהר האט שוין מעגליך באקומען פון די סקול דיסטריקט א מעסידזש בנוגע עקוויליניסי, מיר וויל קלארשטעלן די שריט וואס איהר זאלט נעמען אין באטראכט.
לויט די גיידענס, ביז דעסמבער ערשט מוז מען שוין האבן א פעטוועי אויסגעקליבען, אבער עס מוז נישט זיין אויסגעפירט ביז די נעקסטע 2 יאר
אין אונזער וועבינער האבן מיר שוין אויסגערעדט אז ס'איז דא 4 פעטוועיס וואס איז נוגע פאר ישיבות.
רעידזשענס.
עקררעדעיטשען.
סטעיט-עפראוועד עססמענטס
סקול דיסטריקט ריוויו
מיר פלאנען צו שיקן א סעריע פון אימעלס, דורכצוטוהן די פעטוועיס, כדי איהר זאל קענען מאכן א פאסיגע באשלוס. פאר יעצט נעמט אין באטראכט די פאלגענדע
די איינציגסטע עססמענטס וואס זענען דערווייל עפראוועד דורך די סטעיט, זענען די סטעיט עססמענטס, אויב פלאנט איהר צו ניצן אן אנדערע עססמענט, וועט עס קודם דארפן ווערן עפראוועד דורך די סטעיט.
אויב פלאנט איהר צו ווערן עקרעדיטעד, דאן מאכט זיכער אז די עקררעדישען אגונטור גיבט אריין די פאפירן.
פאר פראגן, ביטע שיקטס אונז אן אימעיל
מיר גלייבן אז מיר וועלן נאך מאכן מער וועבינארס, מיר וועלן אייך מודיע זיין ווען עס וועט זיין איינס
סיינט ארויף אויף אונזער וואטסעפפ
סיינט ארויף אויף אונזער מעילינג ליסטע
חתימות
פאראגראף וואס דער אפטיילונג פון אגודה טוהט.