העלדיש האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:53 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:38 pm
העלדיש האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:25 pm
אוודאי אז מיר האלטן נישט אז א איד קען אליינס אראפנעמען די עול הגליות פון זיך, און זיי פירן זיך פריי אינגאנצן; מיר פארדאמען. יעצט בנוגע אויב ס'איז מותר פאר איד צו פירן א אייגענע לאנד קען מען דן זיין. יעצט די סיבה פארוואס יעדער האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי ווילד אקעגן די ציונים איז וויבאלד עס האט געריסן שטיקער פון כלל ישראל. יעצט געשעט דאס מער נישט, קיינער איז נישט געפאלן פון דעם אין לעצטע יארן.
זיי מיר מסביר פארוואס ווילן האבן א אייגענע מדינה איז ערגער ווי חתונה האבן מיט א שיקסע???
דער אויבערשטער האט אונז געגעבן א לאנד וואס הייסט ארץ ישראל, און ער האט עס קיינמאל פון אונז נישט אוועקגענומען. די פסוק זאגט כי את כל הארץ אשר אתה ראה לך אתננה
ולזרעך עד עולם דאס לאנד איז אונזערס, און נישט די אראבער'ס וכדו'! און צוליב דעם האבן אלע צדיקים פון אלע דורות געשטרעבט אנצוקומען אהין. דאס איז די לאנד פונעם אויבערשטען, און דאס איז די לאנד וואס ער האט אונז געגעבן, און מיר זענען מחויב מיט ישוב א''י!
ליידער ליידער איז מפני חטאנו גלנו מארצינו, דער אויבערשטער האט אונז פארטריבען פון לאנד, אוועקגענומען די ממשלה און פארשפרייט צווישען די פעלקער. אידן האבן מיטגעמאכט אלע דורות צוליב דעם גזירות הגלות, מען האט זיי ג'הרג'עט, געפייניגט, און גערודפט. אלעס פארוואס? מפני חטאנו!
נאך א זאך, נישטא אזא פאלק ווי ישראל, ישראל איז א רעליגיע!
זענען געקומען די אפיקורסים און זיך געוואלט גרינגער מאכן דעם עול הגלות און נעמען אליינס די געזעץ אין די האנט. און דאס איז אן איסור גמור! דאס איז כפירה במלכות שמים, און דאס איז כפירה בגזירת הגלות! און צו דעם איז אפי' די מזרחי מודה! זיי האבן אויך געהאלטן אז די ציונים זענען אפיקורסים גמורים, נאר צוליב אנדערע סיבות האבן זיך אסאך ערליכע רבנים צוגעשטעלט צו זיי בנוגע געוויסע זאכן. ואין כאן המקום להאריך.
נאך א זאך וואס זיי האבן געטוהן מיטן אוועקשטעלן א מדינה, און דאס איז מאכן ישראל פאר א פאלק, און נישט פאר א רעליגיע! דהיינו צו הייסען איד דארף מען נישט האבן קיין תורה, נאר מען דארף האבן אידישע DNA און צילוב דעם באקומט יעדער מיט אידישע DNA סיטעסענשיפ אין די מדינה! דאס איז די צווייטע כפירה.
עכ''פ יש להאריך בזה טובא. איך האב נאך בכלל נישט אנגערירט די מלחמה קעגן די מזרחי...
וואס איז די צווייטע כפירה??? יא, ידער וואס ווערט געבוירן צו א אידישע מאמע איז א ישראל לכל דבר!!! בעסיק הלכה.
און צום פיפטן מאל, די היינטיגע ישראעלי איז נישט קיין גרעסערן כופר ווי דער פרייע איד פון קאנטאקי. ביידע ווייסן אז ס'איז דא א גאט און ביידע האלטן נישט ביים פאלגן וואס דער גאט האלט. און בנוגע די איסור פון יעלה בחומה איז דא נאך שיטות. אבער די טענעריי איז נישט אויב ס'איז יא געווען אסור אדער נישט אסור, די עקזיסטענץ פון די מדינה איז א פאקט. וואס ווילסטו יעצט? פארוואס ווען איז האב הנאה פון די רעגירונג דארטן בין איך א מודה צו א מרידה בה'? וואס איז די מרידה? עובר זיין א הלכה? קען זייו, אבער ליידער האבן די חברה עובר געווען אויף אסאך ערגערס, כריתות און מיתות ב''ד.
דאס אז יעדער וואס ווערט געבוירן צו א אידישע מאמע איז א איד, איז א מחייב און נישט קיין פטור. אויב ביסטו געבוירן געווארן צו א אידישע מאמע ביסטו מחויב בתורה ומצוות, און אויב ביסטו עס נישט מקיים במזיד ביסטו בכלל מומר. און א מומר איז נישט קיין איד! כמבואר בשלחן ערוך אז א מומר האט נישט קיין שום דין ווי א איד. סיי לגבי דיני פיקוח נפש, אפילו משיב זיין אן אבידה וואס ער האט פארלוירן טאר מען נישט. און עס גייט אפי' אזוי וויייט ווי מורידין ולא מעלין!
די כופרים און אפיקורסים האבן געוואלט, און ווילן ווייטער דאס אויסריייסן. זיי ווילן מאכן ''עם ישראל'' זיי ווילן מאכן ''מדינת ישראל''. זיי ווילן אז א איד זאל זיין ווער עס איז א סיטעזין אין מדינת ישראל. און מען פארקויפט עס נאך בלשון הגמ' אז כל הדר בארץ ישראל דומה כמי שיש לו אלו' וכל הדר בחוצה לארץ דומה כמי שאין לו אלו' דאס איז די גרעסטע כפירה במלכות שמים!
ניין, מיר זענען אידן וויבאלד מיר האלטן די תורה הקדושה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אויפן בארג סיני, כי הם חיינו ואורך ימינו! מיר זענען אידן וויבאלד ווען דער אויבערשטער זאגט אונז אז יעצט וויבאלד מיר אידן האבן ליידער נאכגעלאזט אין געוויסע מצוות התורה איז נגזר געווארן א גזירת הגלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו. און מיר זענען מקבל עול מלכות שמים ועול הגלות, ווייל דאס איז יעצט רצון ד'. מיר גלייבען אז די אלע רדיפות וואס כלל ישראל איז אריבער במשך הדורות איז גזירה שאין לנו רשות להרהר אחריה, און אן אייגענע מיליטער וועט נישט העלפן צו דעם. (און אפילו אויב פאר די גשמיות'דיגע אויג זעהט אויס אז יא, ווייסען מיר נאכאלץ אז מען טאר נישט) מיר ווייסען אז די הלכה בידוע אז עשו איז א שונה ליעקב, און דאס איז נישט צוליב דעם וואס מיר זענען פרום/חאניאקיש און נישט אהערגעשטעלט, נאר דאס איז רצון ד' און עס איז א טובה פאר כלל ישראל!
די כופרים ואפיקורסים ווילן די זאכן אויסרייסען, זיי ווילן אויסרייסען די אמונה וואס באגלייט אידן שוין דריי טויזענט יאר זייט יציאת מצרים, זיי ווילן אויסרייסען די תורה הקדושה, זיי ווילן אויסרייסן שם השם! היל''ת!
יעצט דו פרעגסט פארוואס מיר פראטעסטירן נישט אויף די פרייע פון קאנטאקי? די תירוץ איז אז מיר פראטעסטירן אויך נישט אנקעגן די ציונים, מיר פראטעסטרין נאר אנקעגן זייערע פארשאלטענע גזירות חטוטי שכבי, גיוס בנים ובנות, דאס איינפירן חילול שבת בפרהסיא, וכדומה.
די אלע כינוסים וואס מען מאכט אנקעגן ציונות, איז כדי מיר זאלן חלילה נישט פארכאפט אין די כפירה!
די איד/גוי פון קאנטאקי דארף מען נישט מאכן קיין עקסטערע כינוסים זיך מחזק צו זיין, ווייל דאס איז די טאג טעגליכע נסיון פון כלל ישראל שוין פאר דריי טויזענט יאר צו וויסען און צו לעבן מיט דעם ואבדיל אתכם מכל העמים. אבער ציונות איז א כפירה במלכות שמים וואס מען קען כופר זיין אפי' מען איז לבוש ככהן גדול לפני ולפנים, און אפילו מען שאקעלט זיך ביים דאווענען און מען פירט טיש און מען קוויטעלט טויזענטער חסידים! און אויף דעם פעלט כסדר אויס חיזוק אז מען זאל חלילה נישט נתפעל ווערן פון פרומע אידן וואס היטען אלע תרי''ג מצוות, אבער פרייען זיך מיט די הצלחה פון די ציונים!