דער טראגישער עקסידענט פון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל ראש ישיבת אור ישראל - ט' כסלו תשס"ה

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

דער טראגישער עקסידענט פון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל ראש ישיבת אור ישראל - ט' כסלו תשס"ה

פאוסט דורך מירון »

היינט איז די 19’טע יארצייט פון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל ראש ישיבת אור ישראל, וואס איז ליידער אומגעקומען דורך א שווערע באס עקסידענט אין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה געפארן אויף די מקומות הקדושים מיט זיינע באליבטע תלמידים בענעזאם. ליידער הדרכים בחזקת סכנה הן און א שווערע עקסידענט האט ליידער פאסירט ווי דער ראש ישיבה מיט נאך 4 תלמידים זענען פארוואונדערט געווארן ר"ל. דער ראש ישיבה איז איילעניש אריינגעפירט געווארן אינעם תל השומר שפיטאל אין זייער א שווערן מצב מען האט אים דאן צוגעגעבן א נאמען אלימלך אליעזר. נאך א שטיק צייט האט מען מיט די הילף פון גרויסע נגידים אראנדזשירט א ספציעלער פליגער און אים געטרענספער קיין אמעריקא, אבער כך גזרה חוכמתו יתברך - נצחו אראלים את המצוקים און אום ט' כסלו תשס"ה איז ליידער געווען שבק חיים לכל חי לדאבון לב כל תלמידיו, מעריציו וידידיו.

__

רבי אליעזר געלדצעהלער איז געווען א יחיד במינו מיט זיין פייער און פנים צהלות אפילו אלס פריוואטער בירגער, אפגערעדט פון זיין אייגענארטיגע קוואליפיקאציעס פון זיין ראש ישיבה'שאפט וואס האט אריינגעברעגנט א קוואל פון חיזוק ביי זיינע תלמידים. זיין כאריזמא האט געמאכט די בחורים לעבן אן אמת'ע שמחת החיים. ער האט קלאר אריינגעברענגט א נייעם מהלך אין דעם עולם הישיבות וואס האט מקרב געווען אסאך בחורים פונעם אינגען דור לאבינו שבשמים. אסאך פון די אינגעווארג האט מער נישט פארנומען דעם זרוק מרה בתלמידים אויף דעם אופן וואס ס’איז געווען אינעם פריעדיגן דור. זיינע תלמידים האבן זיך באמת געפילט נאנט צו אים ממש ווי צו א טאטע.

יהא זכרו ברוך!

ווער ס’קען מוסיף זיין זאל מוסיף זיין
זאג עפעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:29 pm
x 16

Re: דער טראגישער עקסידענט פון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל ראש ישיבת אור ישראל - ט' כסלו תשס"ה

פאוסט דורך זאג עפעס »

דער עולם הישיבות אין אמעריקא וואלט ווען היינט געהאט א צווייטן פנים אילו זכינו!!

לדורו אבד
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 892
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1528

Re: דער טראגישער עקסידענט פון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל ראש ישיבת אור ישראל - ט' כסלו תשס"ה

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ס'איז געוועהן איין יאר א קאנפערענץ אינטערוויאו אויף קול מבשר מיט א גוטע צען תלמידים וואס זענען דאן געוועהן אויפן באס איינער ווייסט ווי מ'קען עס אויפזיכן?
עס וועט זיין גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
x 9

Re: דער טראגישער עקסידענט פון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל ראש ישיבת אור ישראל - ט' כסלו תשס"ה

פאוסט דורך עס וועט זיין גוט »

זאג עפעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:26 am דער עולם הישיבות אין אמעריקא וואלט ווען היינט געהאט א צווייטן פנים אילו זכינו!!

לדורו אבד
די עולם הישובות האט א אנדערע צורה בזכיתו
זי"ע
שרייב פאוסט