ליכטיגע זון ברילן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3072
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9049

ליכטיגע זון ברילן

פאוסט דורך פופציגער »

אויף געדרייטע שטראזן, ברייט געפלאסטערט, בארג ארויף און צוריק אראפ, צווישן בערג קאלירט פונעם הערבסט און א העל בלויע הימל וואס שמייכלט מיט'ן אומפארגלייכבארע נאטור שמייכל, רוקט זיך מיין קאר שלונגענדיג געמיטליך א מייל נאך א מייל אונטער די פלינקע רעדער.

א לידל שפילט אין קאר, פיין אנגעווארימט אויפ'ן לעדערנעם זיץ, מיט א קאווע צו די זייט, שפינען זיך לייכטע מחשבות פון לעבהאפט און גליק, טרוימען פון רואיגקייט און ליבע, פון אן אטמאספעהר וואו אלעס שמייכלט און גלאנצט.

דאס גאנצע געזונדל אין קאר אריינגעזעצט, שמייכעלעך שפרייטן זיך צווישן די קליינע אויערן און ציען אויס די ווייך רויע בעקעלעך. מ'פארט אויף א שבת אין קאנטרי.

די רואיגקייט, די פאזיטיווע געשפאנטקייט, די ברייטקייט אין מח, די זיסע מחשבה’לעך, וואס קומען אפיר רייזנדיג אויף שיינע וועגן, צווישן הימליש באגילדעטע פאנאראמעס, און אונטער’ן לויטער'ן הימל טעפיך, זענען אומבאשרייבליך. א געשאנק וואס נאר מאמע נאטור קען ריכטיג שענקען. א גאט געבענטשטע אטמאספעהר.

אנטבלויזט צום נאטור, צווישן פעלדער און שטחים מיט גראז און קליינע געוואוקסן, טרעף איך זיך מיטאמאל קוקן אין פנים אריין א דאזע ליכטיגקייט וואס שטראמט צו מיינע אויגן מיט א פעסטקייט וואס מיינע צארטע אויגעלעך פארנעמען נישט און די ווייכע אויגן לעפלעך שפרינגען אינסטינקטליך אויף דאס צו באקעמפפן.

השמש בגבורתו, די זון קוקט מיר אין געזיכט אריין און נעמט מיר ארום מיט ווארימע שטראלן. די גרעסטע ליכטיגקייט, די ווארימסטע שטראלן, די סימבאל פון לוסט און ליבליכקייט, די זון שטראלן.

איך וואלט זיך אפגעשטעלט און אויסגעצויגן די ביינער אויפ'ן פעלד, לאזנדיג דערביי די זיסע פריינטליכע שטראלן ארומנעמען מיין קערפער און דורכווארימען די גלידער.

אבער איך דארף אצינד אנקומען צו מיין דעסטינאציע.

איך בין אונטערוועגנס, איך ברויך גיין ווייטער, און מיט דעם שפע פון זון שטראלן ווערן מיינע אויגן פארבלענדעט.

מיינע ערווארטונגען טאנצן ארויף א שטאפל. באלד ווען מ'וועט אנקומען וועל איך גוט געניסן פון די גלאטע זון שטראלן. באלד באלד, גראד ווען מ'קומט אן.

אבער נישט יעצט. יעצט פארט מען.

אינעם זייטיגן שופלאד ליגט צוגעגרייט דער לעזונג. די טונקעלע זון ברילן ווערן ארויסגענומען און ארויפגעלייגט איבער די געווענליכע ברילן, און יעצט קען מען זיך רוקן ווייטער.

מיין קליינע צדיק'ל וויל אבער פארשטיין "פארוואס טוט טאטי אן שווארצע גלעזער? טאטי, זעסט יעצט אלעס שווארץ?".


***

מיין רייזע אינעם דרייווער-לאזן קאר, דער לוקסוסריעזער קאר גערופן "לעבן", איז עטוואס אנדערש.

איך בין ממש נישט אין קאנטראל, און איך געטרוי דעם אומזעהבארן כח, די השגחה עליונה, וואס פירט דעם קאר.

איך זיץ ביים פאדערשטן זיץ און מיינע אויגן זענען צוגעשמידט צום ראוד. איך קוק ארויס, מיינע בליקן פאראויס, מיט ערווארטונגען גרויס.

דער קאר שלינגט מיילן, טעג לויפן אריבער, איך זע טרוימען, איך זע א צוקונפט, איך האלט מיינע אויגן פאראויס.

ארומגענומען מיט גוטס, שיינע פאנאראמעס און ליבליכע האריזאנטן. איך זיץ אין מיין קארעלע און איך קוק ארויס צו געניסן פון די אלע גוטע זאכן.

ארומגענומען מיט חסדים, יא, איך אנערקען עס שוין, איך זע זיך שוין מאכן דעם רייזע אין בערג פון פאזיטיוויטעט, עס איז שוין להגיד בבוקר חסדיך.

מיין הערצעלע זינגט, ער האלט שוין ביים לעבעדיגן פאל, ער זעט שוין פרייד, ער שפירט שוין בעסער, ער זעט שוין ליכטיגקייט.

געפילן זענען ווי דער וועטער, אמאל זעט ער אלעס פארוואלקנט, אמאל איז רעגנדיג, אמאל אייז גליטשיג, און צו יעדע וועטער דארף מען זיך צופאסן.

היינט אבער זעט ער אלעס ציכטיג לויטער. מיין געפיל מורמלט מיר אריין אין אויער "היינט איז דיין טאג. ענדליך וועט דיר זיין גוט. שטרעק אויס דיינע ארעמעס און ענטפאנג מיט ליבשאפט דיין טאג פון סוקסעס".

מיטאמאל ווערט אבער אלעס צעבלאזן. שווארצע ברילן שטעלן זיך אריין צווישן מיינע אויגן און דעם ציכטיגן זיכט, און אלעס ווערט פארטונקלט.

וכאן הבן שואל, טאטי, פארוואס פונקט ווען דער וועטער איז אזוי שיין טוסטו מיר אן שווארצע גלעזער? אלעס ווערט יעצט שווארץ פאר די אויגן!

אבער וואס ווייס איך. יעצט בין איך דער קינד אינעם קאר סיט. איך זיץ און האלט מיט דעם רייזע, און ווייניג פארשטיי איך און באגרייף איך וואס מ'דארף אמאל טון צו קענען דערגרייכן דעם דעסטינאציע.

דער דרייווער ווייסט אבער יא. ער ווייסט און זעט אלעס. ער ווייסט אז צומאל אויפ'ן וועג צו גוטס דארף מען אנטון זון ברילן כדי די שטראלן זאלן נישט פארבלענדן אויפ'ן וועג. אמאל דארף מען טונקעלע ברילן אויפ'ן וועג זיך רוקנדיג אריין אינעם אור.

ער ווייסט גענוי וואס פאר מיר איז גוט. ער נעמט מיר אויף דעם רייזע און האט אנגעגרייט פאר מיר א גלענצנדער עתיד. איז פארוואס זאל איך ווערן איבערגענומען פון טונקעלע ברילן אונטערוועגנס?

יא, מיין ציכטיגע עתיד איז צוגעגרייט. איך ווער נישט פארלוירן ווען זאכן אונטערוועגנס זעען אויס צו גיין אין אן אנדערן דירעקציע.

להגיד בבוקר חסדיך, אויך ווען עס קוקט אויס ווי ואמונתך בלילות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6754
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15717

Re: ליכטיגע זון ברילן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW!

WOW!

און א דריטע מאל.

הערליך הערליך! ס'איז נישט קיין משל!... ס'איז איין שטיק נמשל.

צו ארויסברענגען די טיפע פונקט: נישט נאר די דעסטינאציע איז לעכטיג; די גאנצע רייזע איז א מחי'!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3758
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6112

Re: ליכטיגע זון ברילן

פאוסט דורך וואוילער »

אה, געוואלדיגע חיזוק ווערטער!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3758
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6112

Re: ליכטיגע זון ברילן

פאוסט דורך וואוילער »

לכאורה על שם די ארטיקל הייסט עס ״@פופציגער'ס ברילן״
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
נאכנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:51 pm
x 88

Re: ליכטיגע זון ברילן

פאוסט דורך נאכנישט »

Wow this is good
דאנקע שעהן
שרייב פאוסט