רבי אהרן מטשערנאביל ז"ל - ח' כסליו תרל"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2161

רבי אהרן מטשערנאביל ז"ל - ח' כסליו תרל"ב

פאוסט דורך מירון »

רבי אהרן טשערנאבלער ז"ל איז געבוירן צו זיין פאטער רבי מאטעלע טשערנאבלער - דער מגיד פון טשערנאבל ז"ל אין יאר תקמ"ד וי"א תקמ"ז לפ"ק. ער איז געווען תלמיד פונעם זיידן דער הייליגער מאור עינים, פון זיין טאטן און פון דער הייליגער צדיק רבי ברוך ממעזשביזש זצ"ל.

כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם: אין זיינע יגענט יארן האט ער געוואוינט און טיילוויייז אויפגעצויגן געווארען ביי זיין זיידע דער הייליגער מאור עינים. ער איז געווען דער עלצטער פון די שמונה קני המנורה – די אכט הייליגער זון פון רבי מאטעלע טשערנאבלער.

רבי אהרן האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט א טאכטער פון רבי גדליה מליניץ בעל מחבר ספר קדוש תשואות חן. ובזיווג שני האט חתונה געהאט מיט בת רבי צבי מקאריסטשאוו ז"ל, בן רבי אברהם מקאריסטשאוו ז"ל, חתן המאור עינים זצ"ל.

זיינע קינדער פון מחברת הקודש הראשון:
  • הצדיקת מרת חי’ שרה, אשת רבי ישראל, בן רבי יצחק אייזיק ז"ל, חתן רבי נחמן מברסלב ז"ל, ובזיווג שני אשת רבי שלמה מלודמיר נכדו של רבי שלמה מקרלין ז"ל.
  • רבי מרדכי מלויעוו ז"ל
  • רבי ברוך אשר ז"ל
  • הצדיקת מרת פיגא אשת הקדוש דוד משה משטארטקוב
ער האט לכאורה נישט געהאט קיין קינדער פון זיין צווייטן מחברת הקודש.

רבי אהרן איז נפטר געווארן זקן ושבע ימים אין טשערנאביל, שם חלקת מחוקק ספון. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2161

Re: רבי אהרן מטשערנאבל ז"ל - ח' כסליו תרל"ב

פאוסט דורך מירון »

פון גליון מגנזי המלך:

רבי אהרן טשערנאבלער איז געווען דער עלטסטער זוהן פון רבי מאטעלע טשערנאבלער. ס'איז א פלא, רבי מאטעלע טשערנאבלער האט געהאט אכט זוהן, איינעם האט ער א נאמען געגעבן נאכ'ן פאטער, ער האט געהייסן מנחם נחום (הרה"ק רבי מנחם נחום ממקארוב ז"ל), די אנדערע זיבן האבן געהייסן נאך די שבעה רועים, ער האט געהאט א זוהן 'אברהם' דער טריסקער מגיד, 'יצחק' איז געווען רבי איציקל סקווערער, 'יעקב' האט געהייסן דער טשערקאסער, ער האט געהייסן רבי יעקב ישראל, 'משה' איז געווען רבי משה קאריסטשאבער, 'אהרן' האט געהיייסן רבי אהרן טשערנאבלער, 'דוד' האט געהייסן רבי דוד'ל טאלנער, 'יוסף' האט ער נישט געהאט, נאר ער האט געגעבן א נאמען 'יוחנן' (הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ז"ל) האט ער אמאל געזאגט הוא יוסף הוא יוחנן, פארוואס האט ער נישט א נאמען געגעבן יוסף? ווייל ס'וועט שאדן פאר א שידוך ווייל ס'וועט זיין א פראבלעם מיט צוואת רבי יהודה החסיד, זיין שווער האט נישט געהייסן אזוי... נאר זיינס א מחותן האט אזוי געהייסן.

רבי אהרן טשערנאבלער האט געהייסן 'אהרן', נאך רבי אהרן קארלינער. זיין פאטער רבי מאטעלע טשערנבאלער איז געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביי רבי אהרן קארלינער.

רבי אהרן קארלינער איז יונגערהייט אוועק, ווען רבי מאטעלע טשערנאבעלער איז א חתן געווארן האט שוין רבי אהרן קארלינער נישט געלעבט, דער תנאים איז געווען ביים מגיד (ממעזריטש), און רבי מענדעלע וויטעבסקער האט געליינט די תנאים אזוי דערציילט די וועלט, און ער האט געזאגט ווען ער האט געליינט די תנאים 'בת המנוח הרב רבי אהרן', האט ער אוועק גע'חלש'ט, האט ער שפעטער געזאגט אז ער געזעהן רבי אהרן קארלינער, און ער האט זייער געלאכטן האט ער גע'חלש'ט פונעם גרויסן אור, ער האט אים טאקע געקענט בחייו, אבער גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, האט ער זיך דערשראקן, ווייל ער האט זייער געלאכטן.

אינטערסאנט אז רבי מאטעלע טשערנאבלער האט א נאמען געגעבן דעם זוהן אהרן נאכ'ן שווער, כאטש ער איז יונגערהייט אוועק. רבי אהרן טשערנאבלער האט יא מאריך ימים געווען, ער איז געווען א גרויסער זקן איבער ניינציג יאהר איז ער געווען!

ס'דא וואס זאגן אז דער בעלזער רב (הרה"ק רבי אהרן ז"ל) האט געזאגט 'די וועלט זאגט אז איך הייס נאך רבי אהרן טשערנאבלער, דערווייל הייס איך נאך רבי אהרן קארלינער.

ס'איז דא הסכמה פונעם רבי'ן ר' זושא אויפן מאור עינים וואס איז גע'חתמ'עט כ"ג חשון, און ס'שטימט עפעס נישט, ווייל ער שרייבט דארט לסדר ולפרט "והנה פרח מטה אהרן" (והוא פסוק בפ' קרח שבימות הקיץ). ס'איז דא וואס האבן געזאגט אז ער האט געמיינט א רמז אויף רבי אהרן טשערנאבל'ער וואס איז געווען זייער חביב אויפן זיידן דער מאור עינים . אזוי האט מען געזאגט פשט, ס'איז א פלא.
_

דער בעלזער רב – רבי ישכר בער – איז געווען א גרויסער חסיד פון רבי אהרן טשערנאבלער, ער האט געגעסן קעסט דארט צען יאר (בהיותו חתנו של הרה"ק רבי ישעי' משולם זושא ז" ל בן הרה"ק רבי אהרן מטשערנאבל ז"ל) ער האט גערעדט זייער געהויבן פון רבי אהרן טשערנאבלער.

ווען דער בעלזער רב רבי ישכר בער האט חתונה געהאט, איז זיין פאטער דער בעלזער רב רבי יהושע'לע געפארן צו די חתונה, און ער איז אוועק געפארן אינמיטן די שבע ברכות, ער האט געזאגט אז ער האט מורא געהאט צו בלייבן דארט, און ער איז באלד אוועק געפארן, ער האט געזאגט אז די ערד ברענט דא... ער האט זיך אפילו נישט געזעגנט פונעם מחותן און איז אוועק געפארן, און באלד נאכדעם איז מען אים געקומען זוכן.

ס'איז היינט דא די ארכיוון - מ'האט געעפנט אין רוסלאנד די ארכיוון - איז דא אז דער בעלזער רב רבי יהושע'לע איז געפארן קיין רוסלאנד, די רוסישע רעגירונג האט שטארק גערודפ'ט די טשערנאבלער רבי'ס, און זיי האבן געמאכט א גזירה זיי זאלן נישט טארן ארום פארן, ס'האט געהייסן 'צאדיקאוו', אזוי האט געהייסן די גזירה. אז זיי האבן געוואלט ערגעץ פארן האבן זיי געמוזט בעטן אן ערלויבעניש, ווען צו פארן, וואו צו פארן, די סיבה פארוואס זיי פארן, די רעגירונג איז געווען אזוי שטרענג, די רוסישע רעגירונג, די צאר'ישע רעגירונג. בעלזא האט באלאנגט פאר עסטרייך, איז היינט דא אין די ארכיוון פון די רוסישע רעגירונג פונקטליך דעם פאס נאמבער פונעם בעלזער רב, די דאטום ווען ער איז אריבער די גרעניץ, ער מיט די רעביצין און די קינדער, מ'האט זיי נאכשפיאנירט, די געהיים אגענטן זענען זיי נאכגעגאנגען וואס דער בעלזער רב טוהט אין רוסלאנד, פו נקטליך וואו זיי האבן גענעכטיגט, וואו מ'איז איינגעשטאנען, מ' האט מיר געזאגט אז היינט קען מען צוקומען צו די ארכיוון.

דעמאלטס ווען דער בעלזער רב האט זיך משדך געווען מיט רבי אהרן טשערנאבלער, איז ר' מרדכי פעלץ )מחסידי בעלזא המובהקים) מיט געפארן לכבודו פון בעלזער רב, און ער האט זייער געטשעפעט רבי אהרן טשערנאבלער, ווייל זיין פאטער רבי מאטעלע טשערנאבלער איז נסתלק געווארן זיצנדיג ביים טיש אינמיטן לערנען, האט מען אזוי געלאזט דעם ספר געעפנט אויפן טיש, אזוי ווי בחיים חיותו, און מ'האט דעם שטוב פארשפארט. לכבודו פונעם בעלזער רב האט רבי אהרן טשערנאבלער געעפנט דעם שטוב, און געוויזן פאר'ן גאסט דעם צימער וואו זיין פאטער איז נסתלק געווארן און וואו ס'איז אויפגעמישט דאס ספר, און דער ר' מרדכי פעלץ איז צוגעגאנגען און האט פארמאכט דאס ספר, און ס'האט זייער פארדראסן פאר רבי אהרן טשער נאבלער, האט ער זיך אנגערופן פאר'ן בעלזער רב 'איך האב געמיינט אז איר ברענגט אייך מיט א מרדכי, דערווייל זעה איך אז איר האט מיטגעברענגט מיט זיך גאר א המן...'. ער איז געווען א חסידישער איד, א קלוגער איד, א תלמיד חכם, נאר ער איז געווען א שארפער.

דער בעלזער רב האט שטארק מקרב געווען רבי מאטעלע הארנאסטייפלער'ס אייניקלעך, ער האט געזאגט אז דאס איז ווייל ווען ער האט חתונה געהאט קיין טשערנאבל, איז דער ברודער (הרה"ק רבי ארי' לייבוש ז"ל ממאגרוב) אויך געווארן א איידעם אין טשערנאבל )אצל הרה"ק רבי מנחם נחום מלויעב ז"ל בן הרה"ק רבי אהרן זיי האבן חתונה געהאט צוזאמען, 10 מטשערנאבל ז"ל(, איין וואך ער, און די צווייטע וואך דער אנדערער, דער בעלזער רב (אביהם הגה"ק מהר"י ז"ל) איז דעמאלטס געפארן קיין טשערנאבל צו די צוויי חתונות דארט - און דער בעלזער רב האט געזאגט אז איינעם איז ער מסכים איבער צו לאזן, און איינעם וויל ער אהיים נעמען, איז געווארן א מדובר ווער ס'זאל בלייבן און ווער נישט, האט מען געזאגט אז מ'וועט פרעגן רבי מאטעלע הארנאסטייפלער ז"ל, האט ער געזאגט אויפן שפעטער'דיגן בעלזער רב - רבי ישכר בער - אז ער זאל בלייבן, איז ער געבליבן אין טשערנאבל, ער האט געוואוינט דארט עטליכע יאר, ממילא איז ער מכיר טובה די אייניקלעך פון רבי מאטעלע, ווייל לכבוד אים איז ער געבליבן אין טשערנאבל.
__

דער בעלזער רב איז זייער נתפעל געווארן פון טשערנאבל, כ'האב געהערט אז דער טאטע ז"ל האט געזאגט אז דער בעלזער רב האט גענומען איידימער טשערנאבלער אייניקלעך, און האט געזאגט איך וויל האבן א אויבן-אן פון טשערנאבלער אייניקלעך.
__

דער בעלזער רב רבי ישכר בער איז טאקע געבליבן דעמאלטס אין טשערנאבל ביי רבי אהרן טשערנאבלער, און געגעסן דארט קאסט צען יאר, דערנאך האט אים דער בעלזער רב אהיים גערופן ער זאל קומען אהיים. מ'האט געזאגט אז וועגן דעם איז ער )המהרי"ד ז"ל( אוועק געפארן פון טשערנאבל, ווייל שבת אינדערפרי האט דער בעלזער רב געלערנט גמרא מיט תוס', איז אדורך געגאנגען דארטן א איד, און האט אים געזעהן לערנען גמרא תוס', האט אים דער געטשעפעט אויף דעם [מכיון שאינו עוסק בספרי חסידות]. און ער האט עס דערציילט פאר'ן פאטער, האט אים רבי יהושע'לע געזאגט, 'איך וויל נישט אז דו זאלסט זיין דארטן'. און ער איז טאקע דעמאלטס אהיים געפארן קיין בעלזא. דעם בעלזער רב'ס רעביצין איז זייער אומצופרידן געווען אין בעלזא, אין טשערנאבל איז געווען מער הרחבה, און אין בעלזא איז געווען מער בצמצום, הכלל, האט זי אהיים געשריבן א בריוו, און זי בעהט דארט אז רבי אהרן טשערנאבלער זאל שרייבן א בריוו קיין בעלזא, אז מ'זאל זעהן אז זיי זאלן האבן מער. רבי אהרן טשערנאבלער האט געשריבן אזא בריוו פאר רבי יהושע'לע, ווען רבי יהושע'לע האט באקומען דעם בריוו, האט ער געזאגט 'א חידוש פון א זאך, איך זארג מיך אז זיי האבן צופיל, און ער זארגט זיך אז זיי האבן צו ווייניג'.
__
זיין ברודער דער טשערקאסער האט קודם געוואוינט אין הארנאסט ייפל, שפעטער האט ער זיך אוועקגעצויגן קיין טשערקאס, די בני העיר האבן געהאט טענות צו אים פארוואס ער פארט אוועק פון הארנאסטייפל, האט ער זיי געזאגט אז זיין אייניקל וועט נאך צוריק קומען, שפעטער איז טאקע דער אייניקל רבי מאטעלע געקומען אהין. הארנאסטייפל איז נישט ווייט פון טשערנאבל, און זיין פעטער רבי אהרן טשערנאבלער האט אים זייער מחבב געווען.

דער טאטע ז"ל האט דערציילט אז רבי מאטעלע האראנסטייפלער האט אמאל נישט געהאט קיין לולב, ער האט געוואוינט אין האראנסטייפל, און זיין פעטער רבי אהרן טשערנאבלער האט געוואוינט אין טשערנאביל, דאס איז נישט ווייט, און ס'איז געקומען שוין נאנט צו סוכות און ער האט נישט געהאט קיין לולב האט ער אריין געשיקט א שליח קיין טשערנאביל צום פעטער מיט א בקשה, ער האט געזאגט איך שטעל מיר פאר אז דער פעטער האט מערערע לולבים, וויל ער בעטן אז דער פעטער זאל אים שיקן א לולב, און רבי אהרן טשערנאבלער האט געהערט ווי דער שליח איז אריין געקומען זאגן אזוי, איז ער אריין געגאנגען צו דעם פלאץ וואו ס'איז געלעגן אלע לולבים, און ער האט אויסגעקליבן דעם שענסטן לולב, ער האט אהין געגעבן פאר'ן שליח ער זאל עס טראגן פאר רבי מאטעלע. און ער האט דאך געהאט זיינע קינדער דארט וואס זיי האבן געגעסן קאסט ביי אים, און רבי ישעי' משולם זושא האט געהאט געלייגט אן אויג אויף דעם לולב, אז ער וועט באקומען דעם לולב, און אזוי ווי ער האט אוועק גענומען דעם שענסטן לולב האט עס אים פארדראסן, האט ער געזאגט פאר'ן פאטער, דעם שענסטן לולב האט מען פאר אים געשיקט? האט אים זיין פאטער געענטפערט, ווען דו וועסט מאכן אזא שיינע ברכה אויפן לולב ווי ער וועסטו אויך האבן אזא שיינעם לולב.
__

ווען כ'בין געווען אין אוקריינא שוין לאנג צוריק, איז איינער צו מיר צוגעקומען אז איך זאל קויפן א זיגל, האב איך געפרעגט וויפיל בעטסטו פאר דעם זיגל, זאגט ער פופציג דאללער, דער זיגל איז געווען 'אהרן בן הרה"ק רבי מרדכי',... און נאכדעם האט עס אין די זייט, ווער ס'האט עס געגעבן, איינער פון זיטאמיר. כ'ווייס נישט צי ס'איז פון רבי אהרן טשערנאבלער צי ס'איז א צווייטער... אבער אזוי זאגט דער זיגל.

__
אין הארנאסטייפל בין איך שוין איינמאל געווען. דארט איז דער ציון אינמיטן די שטאט, עס איז דא דער אוהל. מיר זענען אבער נישט אריינגעפארן קיין טשערנאביל, מ'האט מורא געהאט אריינצופארן (מחמת רעל האטאם שיש שם) . אלעס דארט איז חרוב, הארנאסטייפל איז אויך אינגאנצן פוסט, אלעס איז ליידיגע הייזער, די מענטשן דארט האבן אלעס איבערגעלאזט, גאנצע מיילן נאך פאר הארנאסטייפל זעהט מען שוין אז עס איז ליידיג אין פוסט, אלע געגענטער ארום טשערנאבל איז געבליבן חרוב ונחרב. אין הארנאסטייפל האבן די רשעים חרוב געמאכט דאס ביה"ח ר"ל, און ארום דעם אוהל זענען אויפגעבויעט געווארן הייזער, אבער די הייזער שטייען ליידיג... דער אוהל האט מען שפעטער צוריק געבויעט. אבער ממש נעבן דעם אוהל שטייט א גרויסער בנין וואס מ'האט געהאלטן אינמיטן בויען, און מ'האט ד אס איבער געלאזט און נישט צוגעענדיגט, אזוי איז עס געבליבן האלב אויפגעבויעט, עס שטייט אזוי פוסט. אזוי זעהט מען דארט גרויסע פארמס, אן קיין מענטשן און אן קיין קוהען, אלעס איז ליידיג און פוסט.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2161

Re: רבי אהרן מטשערנאביל ז"ל - ח' כסליו תרל"ב

פאוסט דורך מירון »

היינט איז דער גרויסער יארצייט, זאל מען האבן געפועלט אלעס גוטס!
שרייב פאוסט