מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:44 pmלמעשה די קעטסקילס וואקסט מער ווי קרית יואל! דאס איז די מציאות, עס זענען צוגעקומען מער דירות איז די קעטסקילס די לעצטע 10 יאר ווי אין קרית יואל די לעצטע 10 יאר !א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:38 pm
איך האב בס"ה ארויסגעברענגט פארוואס אין ארץ ישראל גייט גרינגער דאס שיקן מענטשן אין נייע געגנטער, ווייל דארט רעדט מען פון געגנטער וואס קענען בדרך הטבע וואקסן גענוג. משא"כ דא.
דאס איז די מציאות!
די זעסט נישט איין זאך אז די ביזט קעגן די קעטסקילס בלינדערהייט,אדער בעסער געזאגט קעגן יעדע זאך פון צושטעלן דירות אויסער קרית יואל?
און די שרייבסט נאך אמאל איבער און נאכאמאל איבער דעם זעלבן ליגענט דעבודי לגילויי?
אין די קעטסקילס קענסטו בויען וויפעל די ווילסט , עס פעלט נאר אויס די קלייענטעל!
נישט דא פארוועם כעת,
סאיז דא צענדליגע עפראווט דעוועלעפמענטס אפצוקויפן און בויען, אבער אינוועסטערס ווילן נישט אינוועסטען אין אזא ריסקי פראזשעקט אן וויסן אז סאיז טאקע דא קונים
מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
איך כאפ נישט וואס דו שרייבסט דא, איך האב געזען די פלענס, און אויף דעם האב איך קאמענטירט.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:24 pmאגב די פיצי דירות וואס די רעדסט,מאטאווירט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:11 amשרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:37 pm
יא די תירוץ איז פון די אנטיסימיטען! און עס קומט זיך ערליך פאר אונז ליידער , וועגן אונז זענען פויל צו וואוטען, אז יעדע שטום בארעכטיגטע איד וואוט דארט וואלסטו שוין לאנג געאוינט די קעטסקילס אזוי ווי בלומינגבערג און בלומינגראוו,
אין מאנסי און אין קרית יואל קומען אויך נישט צו קיין צענדליגע טויזענטער דירות, וויפיל דירות איז צו געקומען אריין געמופט אין פרישע דירות אין די גרעניצן פון קרית יואל ווילעדש/פאלם טרי די לעצטע 5 יאר?
אין די מאונטענס קומען צו הונדערטע פרישע זוממער הייזער יעדע איינציגע יאר , דאס איז שוין מיט די אנטיסימיטען,
וויזניץ קיימישע יעצט מיט זייער נייע אייגענע ווילעדש וועלן זיי אנהייבן בויען הונדערטע דירות וועגן ביז יעצט האט מען זיי אויסגעטיילט צרות
דא האסטו צוויי דעוועלעפמענטס וואס די קענסט מארגן אנהייבן גראבען מיט וואסער און סוער ,
איינס פון 300 יוניטס
א אנדערע 345 יוניטש
איך ווייס גראדע פון נאך אזאנע דעוועלעפמענטס פון 100 און 200 ,
די זאך איז נאר אז עס גייט פאר זוממער איינוואינער
ביטע שיק מיר אריין די קאמישען אויף א ווייער
@מאטאווירט
ברענגסט מיר א דעוועלאפמענט פון אפאר הונדערט פיצי דירות ווען מיר רעדן פון בויען טויזנטער? ריעלי? דו ביסט אין ליצנות מאוד?
רעדט מען יעצט אז די גרויסע דעוועלעפער פון מאנסי "בערל קארניאל" פלאנט צו בויען אויף יענע שטח בערך 300 דירות פאר בערך 350 טויזענט דאלאר א דירה!
סאיז די זעלבע סארט דירות וואס פארקויפן זיך יעצט פאר בערך 700 טויזענט דאלאר אין קרית יואל ,
שיס נישט צוריק זאכן וואס די ווייסט נישט,
דאכט זיך אז האלב די פרייז ביליגער פון קרית יואל פאר די זעלבע דירה איז א מציאה !
סתם אוועקצומאכן יעדע זאך און שרייען ניין מען קען נישט , אן אפילו וויסן די דעטאלן איז ליצנות פון דיין זייט
אינטערסירט מיר לגמרי נישט וויפיל מ'בעט פאר אזאנס אין קרית יואל... די רעדע איז פון אפאר הונדערט קליינע דירות, אין א גרויסע קאנדא בילדינג, און זאג דו מיר פארוואס איינער זאל דאס נעמען.
דער דעוועלאפמענט איז שוין דורך צענדליגע הענט פון אינוועסטירער, און פאר א סיבה האט עס יעדער תיכף אפגעווארפן.
איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין אלע דאונסיידס דערפון, אבער אדרבה, טרעף מיר 5 אינגעלייט וואס זענען גרייט צו גיין וואוינען אין א געגנט וואו מהאלט נאך איידער די חבלי לידה, 1800 סקווער פוס דירות, פאר 700 טויזנט, און אין גרויסע קאנדא געביידעס. גיי טרעף.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
ליין איבער וואס כהאב געשריבן ביז אהער, ותמצא נחת.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:39 pmבקיצור קומסט צו צו די זעלבע נקודה וואס אנדערע שרייבן דא , אז סאיז נישט דא קיין רבי'ס אין אמעריקע וואס קענען/ווילן טין וואס רביס האבן געטין 40 יאר צוריק אין אמעריקע אדער וואס רביס טיען יעצט אין ארץ ישראל!
סאיז זייער קלאר די פראבלעם אז נישט קיין וואסער אדער א פלאץ ווי צו בויען איז די פראבלעם, נאר אז מענטשן זיכן עפעס וואס איז נישט מעגליך צו האבן און עס איז קיינמאל אין די היסטאריע קיינמאל געווען,
וועגן סאיז נישט מעגליך צו האבן א פלאץ גרייט פאר אפאר טויזענט אידן אויף איינמאל צו מופן אויסער אין א "לאגער" השם ישמרינו,
מען הייבט אן מיט איין משפחה אויף אמאל,און אזוי וואקסט עס
ווי געוויסע טיען טאקע ווי למשל היינט צוטאגס,
ווי לינדען קאסאן רבי האט געטין, און יעצט וואינען שוין דארט קרוב צו 600 משפחות , איבער טויזענט הייזער געאוינט ביי אידן, לכאורה איז עס נישט גענוג פאר דיר, די ווילסט דוקא טויזענטער אבער דאס איז נישט עפעס רעאליסטיש וואס קען געשען,
בעלזא לעיקוואד האבן שווערע הונדערטע משפחות געקויפט דירות פאר שפאט ביליג א דאנק זייער רבי האט געהייסן גיין, און זיי האבן שוין 5 בתי מדרשים אין לעיקוואד,
סתם שרייען אז סאיז נישט דא ווי צו גיין און אז מען קען נישט בויען,
ווען די אליינס שרייבסט קלאר איין מאל און נאכאמאל אז די עולם וויל נישט גיין און די רביס אינטערסירט עס נישט , אדער קענען נישט פועלען ביי זייערע חסידים,
דעמאלטס וואס האקסטו אין קאפ מיט וואסער און סוער אדער ווי צו בויען ? ווען די שרייבסט אז די פראבלעם אז דער עולם איז עם קשה עורף און זיין האלטען נישט ביים פאלגן זייער רבי
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
ביטע... מדמה זיין "קעטסקילס" צו "קרית יואל" איז ווי צו מדמה זיין "לי עוועניו" צו "אראנדזש קאונטי"...
ביטע האלט זיך ראציאנאל.
(אגב, כ'ווייס נישט וועגן מיינע אגענדעס פון וואס דו רעדסט, אבער איך פערזענליך האב שוין אינוועסטירט אין צוקונפטיגע דעוועלאפמענטס אין די קעטסקילס... איך פארמאג מער ריעל עסטעיט אין די קעטסקילס ווי אין קרית יואל - וואו איך פארמאג בס"ה מיין דירה'לע וואו איך וואוין...)
ביטע האלט זיך ראציאנאל.
(אגב, כ'ווייס נישט וועגן מיינע אגענדעס פון וואס דו רעדסט, אבער איך פערזענליך האב שוין אינוועסטירט אין צוקונפטיגע דעוועלאפמענטס אין די קעטסקילס... איך פארמאג מער ריעל עסטעיט אין די קעטסקילס ווי אין קרית יואל - וואו איך פארמאג בס"ה מיין דירה'לע וואו איך וואוין...)
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
אה מיטאמאל אינטערסירט דיר נישט גארנישט!מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:53 pmאיך כאפ נישט וואס דו שרייבסט דא, איך האב געזען די פלענס, און אויף דעם האב איך קאמענטירט.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:24 pmאגב די פיצי דירות וואס די רעדסט,
רעדט מען יעצט אז די גרויסע דעוועלעפער פון מאנסי "בערל קארניאל" פלאנט צו בויען אויף יענע שטח בערך 300 דירות פאר בערך 350 טויזענט דאלאר א דירה!
סאיז די זעלבע סארט דירות וואס פארקויפן זיך יעצט פאר בערך 700 טויזענט דאלאר אין קרית יואל ,
שיס נישט צוריק זאכן וואס די ווייסט נישט,
דאכט זיך אז האלב די פרייז ביליגער פון קרית יואל פאר די זעלבע דירה איז א מציאה !
סתם אוועקצומאכן יעדע זאך און שרייען ניין מען קען נישט , אן אפילו וויסן די דעטאלן איז ליצנות פון דיין זייט
אינטערסירט מיר לגמרי נישט וויפיל מ'בעט פאר אזאנס אין קרית יואל... די רעדע איז פון אפאר הונדערט קליינע דירות, אין א גרויסע קאנדא בילדינג, און זאג דו מיר פארוואס איינער זאל דאס נעמען.
דער דעוועלאפמענט איז שוין דורך צענדליגע הענט פון אינוועסטירער, און פאר א סיבה האט עס יעדער תיכף אפגעווארפן.
איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין אלע דאונסיידס דערפון, אבער אדרבה, טרעף מיר 5 אינגעלייט וואס זענען גרייט צו גיין וואוינען אין א געגנט וואו מהאלט נאך איידער די חבלי לידה, 1800 סקווער פוס דירות, פאר 700 טויזנט, און אין גרויסע קאנדא געביידעס. גיי טרעף.
נישטא ווער עס זאל לאכן,
געמיינט אז די ווילסט בויען ביליגע דירות פאר כלל ישראל?
אז סאטמאר רבי למשל, נישט קיין חילוק וועלכע, הייסט הונדערט אינגעלייט דארט צו קויפן א 4 בעדרום דירה פאר 350 טויזענט דאלאר,
אנשטאט צאלן 650 טויזענט דאלאר אין קרית יואל פאר די זעלבע סארט דירה , ווייס איך פון איבער 10 אינוועסטערס וואס זענען גרייט צו בויען דארט!
קיינער בויעט נישט דארט , וועגן סאיז נישט דא פארוועם,
אגב די וויכטיגסטע זאך איז צו בויען אפאר הונדערט חתן כלה רענטעל דירות אדער שנה ראשונה שניה דירות, וואס די פראזשעקט איז געגאסן פאר דעם, אבער ווייטער סאיז נישט דא די רביס וואס זאלן הייסן חתן כלה אהינמופן אזוי ווי אין ארץ ישראל! נעם דעס אריין אין קאפ , דאס איז איין זאך וואס סאיז נישט דא!
אבער בערל קארניאל קלערט אז 4 בעדרום דירות וועט גיין ענדערשער, און דאס איז יעצט איינע פון די פלענער, צו טוישן די פלאן און בויען בערך 300 גרעסערע דירות.
אבער אונז זעמיר פארטיג מיט דיר ,
היות די שרייבסט דיר אינטערסירט נישט לגמרי וואס מען בעט אין קרית יואל פארדעם, הייסט דיר אינטערסירט צו שטיפען איין אגענדע אז נאר אין קרית יואל קען מען וואינען און ניטאמאל אין די גלילות,
האסט זייער קלאר געשריבן דיין סוף פסוק אז "דיר אינטערסירט נישט לגמרי גארנישט!
זיי געזונט , מאך משיגע א צווייטען ביטע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
מאנטיסעלא שטעטל למשל איז פונקט ווי קרית יואל, צו עס געפעלט דיר יא צו נישט, מיט אלע דיינע אגענדעס באנאזאם,
אין מאנטיסעלא וואינען יעצט איבער 100 חסידישע משפחות, איבער 500 הייזער געאוינט ביי אידן גרייט פאר משפחות וואס ווילן קומען וואונען, א שטייגער ווי לינדען והגלילות,
נאך הונדערטער הייזער גרייט צו קויפן,
נאך צענדליגע שטחים גרייט צו בויען איבער טויזענט פרישע דירות,מיט וואסער און סוער, עטליכע סטיילס
ווי פריוואטע הייזער,
קאנדאס אין הויעך שטאקיגע בנינים ווי דיין באליבטע קרית יואל ,
טאון האומס אזוי ווי לעיקוואד ,
וכולי וכולי
נאך צענדליגע צו הונדערטע שטחים וואס מען קען בויען דערויף ,מען דארף נאר גיין פאר עפפראוועלס,
סאיז דא א הערליכע נייע אידישע שאפינג סענטער אין צענטער פון שטעטל, און א הערליכע נייע סופערמארקעט, עס איז דא בתי מדרשים און מקוואות, און אויך מוסדות,
יעצט זאג מיר נאך איינמאל אז עכט ווילסטו בויען ביליגע דירות פאר אידן נאר אז סאיז נישט דא ווי,
ביי ביי , was nice seeing you
You failed big Time with all your lies
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
איך בין מער ווי צופרידן צו הערן אז דו פארלאזט דעם שמועס. איטס אבאוט טיים.
ליין אבער ביטע איבער מיינע ווערטער... דער ווארט "גארנישט" האסטו אריינגעלייגט אהין, מאכט סענס?
אין אמעריקע שיקן רבנים נישט קיין פרישע פארפעלקער גיין וואוינען בארץ לא זרועה אן קיין פלאן אויף פאראויס. האסט עס גוט געזאגט.
אין ארץ ישראל אויך נישט, נאר אין ארץ ישראל האבן זיי יא א פלאן אויף פאראויס.
בנוגע דער דעוועלאפמענט, וועל איך מגלה זיין נאך איין פרט. ווען איך האב באקומען די פלענער פון דעם דעוועלאפמענט האב איך צוזאמגערופן א קבוצה חברים וועלכע זענען געווען אין מיין מצב, געזוכט א דירה און געווען גרייט צו קוקן אויף נייע געגנטער, און כ'האב עס פארגעשטעלט פאר זיי.
האסט נישט קיין אנונג וואסערע ליצנות איך בין געווען... זיי האבן מיר געוואלט געבן איבער'ן קאפ... פאר אזא זאך בלייב איך שוין ענדערש דא צאלן טייערע פרייזן!

דא לאכט מען...א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:06 pmנאך צענדליגע צו הונדערטע שטחים וואס מען קען בויען דערויף ,מען דארף נאר גיין פאר עפפראוועלס,
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
טייערע אידן.
יעצט אז ער איז ארויס פונעם שמועס קען מען אנהייבן רעדן עכט תכלית.
די שטעט וואו אידן וואוינען יעצט זענען אויסגעוואקסן. דאס איז דער אומאפלייקנבארע פאקט אז די טראדיציאנאלע שטעט ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און אפילו די נייע געגנטער אין קרית יואל, פארנעמען שוין נישט דעם וואוקס בליעה"ר.
דאס איז זיכער אז מ'דארף זיך אויפהייבן און טרעפן נייע געגנטער.
עס זענען שוין דא נייע געגנטער, א שטייגער ווי לינדען, בלומינגבורג, און די ווייטערע א שטייגער ווי טעמפא, לעיק פראנט, און קאסא גראנדא.
די נייע געגנטער האבן צו זיך מעלות, אבער האבן אויך חסרונות.
איינס פון די גרעסטע חסרונות וואס זיי אלע האבן, איז אז די סטראגל וואס מ'גייט אריבער דארט דארף מען קענען פארנעמען, איבערהויפט ווען ס'נאכנישט זיכער אז דער געגנט גייט זיך עווענטועל האלטן און נישט אויפגעלעזט ווערן ווי אסאך אזעלכע בעבר - וואס דאן ווערט מען ממש אויסגעשפילט פון ביידע וועלטן...
די עכטע לעזונג דערצו איז לכאורה זיך ארויפציען צו די בערג, די קעטסקילס באשטייען פון ענדלאזע שטחים וואו מ'האפט אז עווענטועל וועט מען קענען בויען, און טראץ וואס ס'איז נאכנישט מעגליך כהיום, האט עס די מערסטע פאטענציאל.
די פראגע בלייבט נאר, וויאזוי הייבט מען אן אזא זאך?
פון איין זייט וואלט געווען דאס בעסטע ווען קהלות זאלן זיך צוזאמנעמען און גרינדן אייגענע ווינקלען איבעראל אין די בערג.
דאס האט אבער צוויי פראבלעמען:
1. אין פאקט טוט מען שוין דאס, און עס נעמט זייער לאנג צו קענען בויען אן אייגן שטעטל.
2. אפילו אויב זאל מען נישט ווילן בויען אן אייגן שטעטל נאר אפקויפן אלטע הייזער, קומט אריין דער צווייטן פראבלעם אז אנפארטשענעטלי, די רגע מ'ווערט געוואר פון אזא זאך לאזן זיך אינוועסטירער אריין און די פרייזן שפרינגען אין נאו טיים.
די בעסטע וועג וואלט לכאורה געווען צוזאמנעמען 50 אינגעלייט און אינאיינעם אקופירן א געגנט, און הערשט נאך וואס די אלע האבן א יד אויף הייזער אינעם געגנט זאל מען עס לאזן גיין פובליק.
מיר טארן זיך נישט אונטערשאצן. דער דורכברוך קען באמת ארויסקומען פון דעם אשכול...
איך האב נאכנישט קיין אקטועלע פלאן און וויזיע, אבער איך פרוביר אין זייטיגע צייטן זיך צו נאכפרעגן און ארבעטן אויף אזאנס.
איז קודם ברענג איך אויף מיין חלום, און אדרבה, לאמיר הערן וואס דער ציבור זאגט.

טאמער די מאונטענס הייסט ביי דיר אן קיין פלאן פון פאראויס וואס דארט איז שוין דא אלעס ! האב איך אפאר בריקן דיר צו פארקויפןמאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:09 pm איך בין מער ווי צופרידן צו הערן אז דו פארלאזט דעם שמועס. איטס אבאוט טיים.
ליין אבער ביטע איבער מיינע ווערטער... דער ווארט "גארנישט" האסטו אריינגעלייגט אהין, מאכט סענס?
אין אמעריקע שיקן רבנים נישט קיין פרישע פארפעלקער גיין וואוינען בארץ לא זרועה אן קיין פלאן אויף פאראויס. האסט עס גוט געזאגט.
אין ארץ ישראל אויך נישט, נאר אין ארץ ישראל האבן זיי יא א פלאן אויף פאראויס.
בנוגע דער דעוועלאפמענט, וועל איך מגלה זיין נאך איין פרט. ווען איך האב באקומען די פלענער פון דעם דעוועלאפמענט האב איך צוזאמגערופן א קבוצה חברים וועלכע זענען געווען אין מיין מצב, געזוכט א דירה און געווען גרייט צו קוקן אויף נייע געגנטער, און כ'האב עס פארגעשטעלט פאר זיי.
האסט נישט קיין אנונג וואסערע ליצנות איך בין געווען... זיי האבן מיר געוואלט געבן איבער'ן קאפ... פאר אזא זאך בלייב איך שוין ענדערש דא צאלן טייערע פרייזן!
די ברויכסט נאר מאווינג טראקס!
אין ארץ ישראל מופן זיי טאקע אן קיין פלאן פון פאראויס! אן קיין בתי מדרשים אן קיין מקוואות, אן גארנישט, אן קיין שטחים , נאר געציילטע קאפעלס אויף אמאל!
אין די קעטסקילס איז דא טויזנטער אקער לאנד געאוינט ביי אידן וואס ווארט פאר קונים!עס איז נישט דא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס איז דא א פלאן פון פאראויס אווי די מאונטענס!
אלעס איז דא,
עס ברויכן זיך נאר צוזאמנעמען רבנים און שיקן זייערע חסידים אהין מיט די נעקסטע מאווינג טראק !
די רעדסט פון ארץ ישראל אז די מיינסט אז דער עולם דא איז טאקע משוגע צוריקגעשטאנען,און די קענסט פארקויפן לגיונות,
איך בין געווען אין עטליכע געגענטער אין ארץ ישראל און גערעדט מיט אידן פון כל ערליי חסידות דערוועגן שוין 10 יאר צוריק!,
עס קומען כסדר דא משולחים שנארן פאר נייע געגענטער בתי מדרשים ווי תולדות אברהם יצחק וכדומה, קענסט כאפן א שמועס מיט זיי זייער פונקטליך,
כאב פאר דיר נייעס אז די חלומס'ט און די שרייבסט ווייטער לגיונות צו שטיפן דיין אגענדע! אז דארט גייט מען בכלל נישט מיט קיין פלאן! מען גייט שטאפעל ווייז און די באשעפער העלפט!
והא ראיה אז גור,בעלזא,וויזניץ,באיאן,צולדות אהרן וכדומה איז שוין אין 10 שטעטלעך ווייסט פארוואס? וועגן זיי גייען אן קיין פלאן, ווען די ערשטע דעוועלאפמענט ווערט באוואינט און די צווייטע קאסט שוין דאפעלט, וויבאלד זיי זענען געגאנגען אן קיין פלאן!
גייען זיי צו די נעקסטע שטעטל, און אזוי ווייטער !
Check your facts please
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
ראונג אשכול.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:17 pmטאמער די מאונטענס הייסט ביי דיר אן קיין פלאן פון פאראויס וואס דארט איז שוין דא אלעס ! האב איך אפאר בריקן דיר צו פארקויפןמאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:09 pm איך בין מער ווי צופרידן צו הערן אז דו פארלאזט דעם שמועס. איטס אבאוט טיים.
ליין אבער ביטע איבער מיינע ווערטער... דער ווארט "גארנישט" האסטו אריינגעלייגט אהין, מאכט סענס?
אין אמעריקע שיקן רבנים נישט קיין פרישע פארפעלקער גיין וואוינען בארץ לא זרועה אן קיין פלאן אויף פאראויס. האסט עס גוט געזאגט.
אין ארץ ישראל אויך נישט, נאר אין ארץ ישראל האבן זיי יא א פלאן אויף פאראויס.
בנוגע דער דעוועלאפמענט, וועל איך מגלה זיין נאך איין פרט. ווען איך האב באקומען די פלענער פון דעם דעוועלאפמענט האב איך צוזאמגערופן א קבוצה חברים וועלכע זענען געווען אין מיין מצב, געזוכט א דירה און געווען גרייט צו קוקן אויף נייע געגנטער, און כ'האב עס פארגעשטעלט פאר זיי.
האסט נישט קיין אנונג וואסערע ליצנות איך בין געווען... זיי האבן מיר געוואלט געבן איבער'ן קאפ... פאר אזא זאך בלייב איך שוין ענדערש דא צאלן טייערע פרייזן!
די ברויכסט נאר מאווינג טראקס!
אין ארץ ישראל מופן זיי טאקע אן קיין פלאן פון פאראויס! אן קיין בתי מדרשים אן קיין מקוואות, אן גארנישט, אן קיין שטחים , נאר געציילטע קאפעלס אויף אמאל!
אין די קעטסקילס איז דא טויזנטער אקער לאנד געאוינט ביי אידן וואס ווארט פאר קונים!עס איז נישט דא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס איז דא א פלאן פון פאראויס אווי די מאונטענס!
אלעס איז דא,
עס ברויכן זיך נאר צוזאמנעמען רבנים און שיקן זייערע חסידים אהין מיט די נעקסטע מאווינג טראק !
די רעדסט פון ארץ ישראל אז די מיינסט אז דער עולם דא איז טאקע משוגע צוריקגעשטאנען,און די קענסט פארקויפן לגיונות,
איך בין געווען אין עטליכע געגענטער אין ארץ ישראל און גערעדט מיט אידן פון כל ערליי חסידות דערוועגן שוין 10 יאר צוריק!,
עס קומען כסדר דא משולחים שנארן פאר נייע געגענטער בתי מדרשים ווי תולדות אברהם יצחק וכדומה, קענסט כאפן א שמועס מיט זיי זייער פונקטליך,
כאב פאר דיר נייעס אז די חלומס'ט און די שרייבסט ווייטער לגיונות צו שטיפן דיין אגענדע! אז דארט גייט מען בכלל נישט מיט קיין פלאן! מען גייט שטאפעל ווייז און די באשעפער העלפט!
והא ראיה אז גור,בעלזא,וויזניץ,באיאן,צולדות אהרן וכדומה איז שוין אין 10 שטעטלעך ווייסט פארוואס? וועגן זיי גייען אן קיין פלאן, ווען די ערשטע דעוועלאפמענט ווערט באוואינט און די צווייטע קאסט שוין דאפעלט, וויבאלד זיי זענען געגאנגען אן קיין פלאן!
גייען זיי צו די נעקסטע שטעטל, און אזוי ווייטער !
Check your facts please
ווי געשמועסט האסטו שוין פארלאזט דעם שמועס.
ביטע לופטער אטאקירנדע רעטאריק אויף זייטלעך וואו דאס איז וועלקאם.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
הער ביטע אויף מיטן אראפרייסן פרישע געגענטער אז עס האט חסרונות!מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:17 pm טייערע אידן.
יעצט אז ער איז ארויס פונעם שמועס קען מען אנהייבן רעדן עכט תכלית.
די שטעט וואו אידן וואוינען יעצט זענען אויסגעוואקסן. דאס איז דער אומאפלייקנבארע פאקט אז די טראדיציאנאלע שטעט ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און אפילו די נייע געגנטער אין קרית יואל, פארנעמען שוין נישט דעם וואוקס בליעה"ר.
דאס איז זיכער אז מ'דארף זיך אויפהייבן און טרעפן נייע געגנטער.
עס זענען שוין דא נייע געגנטער, א שטייגער ווי לינדען, בלומינגבורג, און די ווייטערע א שטייגער ווי טעמפא, לעיק פראנט, און קאסא גראנדא.
די נייע געגנטער האבן צו זיך מעלות, אבער האבן אויך חסרונות.
איינס פון די גרעסטע חסרונות וואס זיי אלע האבן, איז אז די סטראגל וואס מ'גייט אריבער דארט דארף מען קענען פארנעמען, איבערהויפט ווען ס'נאכנישט זיכער אז דער געגנט גייט זיך עווענטועל האלטן און נישט אויפגעלעזט ווערן ווי אסאך אזעלכע בעבר - וואס דאן ווערט מען ממש אויסגעשפילט פון ביידע וועלטן...
די עכטע לעזונג דערצו איז לכאורה זיך ארויפציען צו די בערג, די קעטסקילס באשטייען פון ענדלאזע שטחים וואו מ'האפט אז עווענטועל וועט מען קענען בויען, און טראץ וואס ס'איז נאכנישט מעגליך כהיום, האט עס די מערסטע פאטענציאל.
די פראגע בלייבט נאר, וויאזוי הייבט מען אן אזא זאך?
פון איין זייט וואלט געווען דאס בעסטע ווען קהלות זאלן זיך צוזאמנעמען און גרינדן אייגענע ווינקלען איבעראל אין די בערג.
דאס האט אבער צוויי פראבלעמען:
1. אין פאקט טוט מען שוין דאס, און עס נעמט זייער לאנג צו קענען בויען אן אייגן שטעטל.
2. אפילו אויב זאל מען נישט ווילן בויען אן אייגן שטעטל נאר אפקויפן אלטע הייזער, קומט אריין דער צווייטן פראבלעם אז אנפארטשענעטלי, די רגע מ'ווערט געוואר פון אזא זאך לאזן זיך אינוועסטירער אריין און די פרייזן שפרינגען אין נאו טיים.
די בעסטע וועג וואלט לכאורה געווען צוזאמנעמען 50 אינגעלייט און אינאיינעם אקופירן א געגנט, און הערשט נאך וואס די אלע האבן א יד אויף הייזער אינעם געגנט זאל מען עס לאזן גיין פובליק.
מיר טארן זיך נישט אונטערשאצן. דער דורכברוך קען באמת ארויסקומען פון דעם אשכול...
איך האב נאכנישט קיין אקטועלע פלאן און וויזיע, אבער איך פרוביר אין זייטיגע צייטן זיך צו נאכפרעגן און ארבעטן אויף אזאנס.
איז קודם ברענג איך אויף מיין חלום, און אדרבה, לאמיר הערן וואס דער ציבור זאגט.
און שיסן נעגעטיוועטי אויף יעדע געגענט אז סאיז א דורעכפאל!
די שפילסט דיך מיט א שפיל מיט פייער !
מיר בעטן דיר מיטן שיינעם,
צו ארויסהייבן דיינע אזשענדעס ברויכסטו נישט אראפרייסן געגענטער ווי עס וואוינען שוין היינט טויזענטער משפחות באנאזאם,
קענסט שרייבן דיינע אגענדעס אויף א שיינע אופן אן אראפרייסן אנדערע אידן!
ביטע פיר דיך אויף מענטשליך און הער אויף שרייבן לגיונות און נעגעטיוועטי אויף אנדערע געגענטער,
קענסט ווייטער שרייבן דיינע אזשענדעס , אבער עס פעלט נישט אראפרייסן אנדערע הונדערטע צו טויזענטער משפחות וואס זענען געווען נחשונים און זיצן נישט אויף א בענקעל און שרייבן נעגעטיוועטי אויף א פובליק פארום,
מען וועט דיר פרובירן צו אויסהערן, אבער ביטע האב רעספעקט פאר אנדערע הונדערטע חסידישע משפחות מיט זייערע ווייבער און קינדער,
נעמט עס נישט פאר גרינג ביטע
א דאנק פון פאראויס
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
ווילאנג די גייסט נישט אויפהערן שרייבן אפענע גראבע שקרים און אראפרייסן אנדערע אידן און נייע געגענטער , פלאן איך נישט צו אויפהערן !מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:20 pmראונג אשכול.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:17 pmטאמער די מאונטענס הייסט ביי דיר אן קיין פלאן פון פאראויס וואס דארט איז שוין דא אלעס ! האב איך אפאר בריקן דיר צו פארקויפןמאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:09 pm איך בין מער ווי צופרידן צו הערן אז דו פארלאזט דעם שמועס. איטס אבאוט טיים.
ליין אבער ביטע איבער מיינע ווערטער... דער ווארט "גארנישט" האסטו אריינגעלייגט אהין, מאכט סענס?
אין אמעריקע שיקן רבנים נישט קיין פרישע פארפעלקער גיין וואוינען בארץ לא זרועה אן קיין פלאן אויף פאראויס. האסט עס גוט געזאגט.
אין ארץ ישראל אויך נישט, נאר אין ארץ ישראל האבן זיי יא א פלאן אויף פאראויס.
בנוגע דער דעוועלאפמענט, וועל איך מגלה זיין נאך איין פרט. ווען איך האב באקומען די פלענער פון דעם דעוועלאפמענט האב איך צוזאמגערופן א קבוצה חברים וועלכע זענען געווען אין מיין מצב, געזוכט א דירה און געווען גרייט צו קוקן אויף נייע געגנטער, און כ'האב עס פארגעשטעלט פאר זיי.
האסט נישט קיין אנונג וואסערע ליצנות איך בין געווען... זיי האבן מיר געוואלט געבן איבער'ן קאפ... פאר אזא זאך בלייב איך שוין ענדערש דא צאלן טייערע פרייזן!
די ברויכסט נאר מאווינג טראקס!
אין ארץ ישראל מופן זיי טאקע אן קיין פלאן פון פאראויס! אן קיין בתי מדרשים אן קיין מקוואות, אן גארנישט, אן קיין שטחים , נאר געציילטע קאפעלס אויף אמאל!
אין די קעטסקילס איז דא טויזנטער אקער לאנד געאוינט ביי אידן וואס ווארט פאר קונים!עס איז נישט דא נאך א פלאץ אין די וועלט וואס איז דא א פלאן פון פאראויס אווי די מאונטענס!
אלעס איז דא,
עס ברויכן זיך נאר צוזאמנעמען רבנים און שיקן זייערע חסידים אהין מיט די נעקסטע מאווינג טראק !
די רעדסט פון ארץ ישראל אז די מיינסט אז דער עולם דא איז טאקע משוגע צוריקגעשטאנען,און די קענסט פארקויפן לגיונות,
איך בין געווען אין עטליכע געגענטער אין ארץ ישראל און גערעדט מיט אידן פון כל ערליי חסידות דערוועגן שוין 10 יאר צוריק!,
עס קומען כסדר דא משולחים שנארן פאר נייע געגענטער בתי מדרשים ווי תולדות אברהם יצחק וכדומה, קענסט כאפן א שמועס מיט זיי זייער פונקטליך,
כאב פאר דיר נייעס אז די חלומס'ט און די שרייבסט ווייטער לגיונות צו שטיפן דיין אגענדע! אז דארט גייט מען בכלל נישט מיט קיין פלאן! מען גייט שטאפעל ווייז און די באשעפער העלפט!
והא ראיה אז גור,בעלזא,וויזניץ,באיאן,צולדות אהרן וכדומה איז שוין אין 10 שטעטלעך ווייסט פארוואס? וועגן זיי גייען אן קיין פלאן, ווען די ערשטע דעוועלאפמענט ווערט באוואינט און די צווייטע קאסט שוין דאפעלט, וויבאלד זיי זענען געגאנגען אן קיין פלאן!
גייען זיי צו די נעקסטע שטעטל, און אזוי ווייטער !
Check your facts please
ווי געשמועסט האסטו שוין פארלאזט דעם שמועס.
ביטע לופטער אטאקירנדע רעטאריק אויף זייטלעך וואו דאס איז וועלקאם.
האסט א ברירה צו אויפהערן שיסן פעך און שוועבעל אויף א חלק ניכר אין כלל ישראל !
איך וועל מיך מוסר נפש זיין פאר דעם , אז עס זאל נישט קומען א איד און חרוב מאכן שווער געהארעוועטע געגנטער מיט אזא נידריגקייט פון שרייבן ליגענט און אן קיין בושה אראפרייסן פריש געבויעטע געגנטער וואס האט געקאסט דמים תרתי משמע
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
אויסצוגן פון א מעסעדזש וואס איז לעצטנס פארעפנטליכט געווארן דורך א ווארטזאגער פון די @א גוטע איד און @שרייב מיין קינד קאאליציע.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:25 pm
הער ביטע אויף מיטן אראפרייסן פרישע געגענטער אז עס האט חסרונות!
און שיסן נעגעטיוועטי אויף יעדע געגענט אז סאיז א דורעכפאל!
די שפילסט דיך מיט א שפיל מיט פייער !
מיר בעטן דיר מיטן שיינעם,
נעמט עס נישט פאר גרינג ביטע
אינעם מעסעדזש באציהט זיך דער ווארטזאגער צו א מאטאווירטן רעבעל וועלכע האט לויט זיי אראפגעריסן אידן, געגנטער, ווייבער, און זאגאר כלל ישראל!
דער ווארטזאגער אנטזאגט זיך צו צושטעלן באווייז צו זיינע באהויפטונגען, אבער דראעט מיט א שטרענגן געזיכט אז דאס איז א שפיל מיט נישט עפעס אנדערש ווי פייער!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
עס זעט אויס ווי די לעבסט אין א ריזיגע באבעל פון אז יעדע נייע געגענט איז שלעכט , אז ניטאמאל כאפסטו ווי די רייסט אראפ יעדע געגענט, אפילו די געגענטער האבן געהאלפן טויזנטער משפחות טרעפן זייער וואינארט פאר ביליג , אבער דאס הייסט ווייטער ביי דיר גארנישט, און די זעסט נישט דיין אגענדע געטריבענע נעגעטיווע תגובות,מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:35 pmאויסצוגן פון א מעסעדזש וואס איז לעצטנס פארעפנטליכט געווארן דורך א ווארטזאגער פון די @א גוטע איד און @שרייב מיין קינד קאאליציע.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:25 pm
הער ביטע אויף מיטן אראפרייסן פרישע געגענטער אז עס האט חסרונות!
און שיסן נעגעטיוועטי אויף יעדע געגענט אז סאיז א דורעכפאל!
די שפילסט דיך מיט א שפיל מיט פייער !
מיר בעטן דיר מיטן שיינעם,
נעמט עס נישט פאר גרינג ביטע
אינעם מעסעדזש באציהט זיך דער ווארטזאגער צו א מאטאווירטן רעבעל וועלכע האט לויט זיי אראפגעריסן אידן, געגנטער, ווייבער, און זאגאר כלל ישראל!
דער ווארטזאגער אנטזאגט זיך צו צושטעלן באווייז צו זיינע באהויפטונגען, אבער דראעט מיט א שטרענגן געזיכט אז דאס איז א שפיל מיט נישט עפעס אנדערש ווי פייער!
ווילאנג די וועסט שרייבן שלעכט אויף אנדערע געגענטער, גיי איך דיר נישט צורי לאזן בלי נדר,
קענסט שרייבן אלע דיינע הוילע דמיונות אבער אן אראפרייסן פרישע געגענטער וואס בליען ב"ה , אפילו די גלייכסט זיי נישט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
WowowowowoW
פון עטליכע טויזענט דירות ביזטו אראפ געפארן ביז 50 משפחות?
די שרייבסט שוין דא אפאר טאג אז 50 משפחות וויל קיינער נישט גיין, און די זיכסט דייקא א פלאץ מיט אפאר טויזענט משפחות,
און מאנטיסעלא וואינען שוין כמעט 3 מאל 50 משפחות, די הייזער דארט זענען די ביליגסטע וואס די קענסט באקומען אין יעדע אידישע געגענט כעת קאמפערט עפעלס טא עפעלס ,עס איז שוין דורך די חבלי לידה,
אידישע אינפראסטראקטשער איז שוין דא,
עטליכע פאריעקטן וואס איז שוין עפראווט צו בויען איבער טויזענט דירות, נאך צענדליגע פאריעקטען האלטן אינמיטן עפראוועלס,
וואס איז שלעכט דערמיט?
ווארטן מיר אויף א תירוץ
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
איך וועל דא ענטפערן וואס איינער האט געפרעגט פריוואט וועגן מאנטיסעלא.
אין מאנטיסעלא זענען דא עטליכע גרויסע דעוועלאפמענטס וועלכע זענען שוין יארן אין די פלאנירונגען, און לעצטנס האבן זיך זאכן אביסל גערוקט און עס קוקט אויס ווי עס וועט עפעס ווערן דערפון.
אויב דאס פאסירט איז עס א ריזן דורכברוך, עטליכע גרויסע קהלות וועלן עס לכאורה אפיציעל שטופן, אבער אפילו אויב נישט, די חברה שטייען גרייט מיט אלעם, אריינגערעכנט ארויסברענגען מורי הוראה און אלעס וואס פעלט זיך אויס.
די פלענער זענען אבער נאכנישט אין קיין פיינעל שטאפלען, און קיין אפראוועלס זענען נאכנישט דא.
פארט וואלט איך געזאגט אז דער פאקוס זאל זיין אהין, ווייל דארט איז דאס מערסטע אויסגעשטעלט צו ווערן א סטאבילער געגנט גאנץ שנעל.
-
אנדערע געגנטער, א שטייגער ווי סאוט פאלסבורג וכו', וועלן לכאורה עווענטועל אויך ווערן שיינע אידישע געגנטער, אבער זענען שווערער מיט די צרכי ציבור וואס פעלט זיך אויס, עפעס וואס אין מאנטיסעלא האלט מען שוין היבש פאראויס.
פון די אנדערע זייט איז יתכן אז מאנטיסעלא וועט (ליידער) זיין היבש טייער באלד אין אנהייב, טאקע פאר דעם טעם.
דעריבער איז גוט צו האלטן די אויגן אפן און זיך אומקוקן, און געדענקען אז ווען מ'זעט א פראבלעם איז א געגנט איז עס נאכנישט גענוג צו פסל'ען דעם געגנט! כל התחלות קשות איז א פאקט און אויב וועט מען עס נישט דורכברעכן וועלן מיר אונטערברעכן.
מ'ברויך נאר זען דעם גאנצן בילד און זען וועלכע התחלות קשות איז מיר גרינגער צו פארנעמען.
-
נאך איין זייער וויכטיגע נקודה: קיינמאל נישט פאלן פאר א חלום... אינוועסטיר נישט קיין געלט אין חלומות איידער'ן עס דורכרעדן מיט מומחים אין דעם פעלד.

היות האסט אויפגעברענגט א גוטע פראגע וועל איך דיר ענטפערן.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:47 pmWowowowowoW
פון עטליכע טויזענט דירות ביזטו אראפ געפארן ביז 50 משפחות?
די שרייבסט שוין דא אפאר טאג אז 50 משפחות וויל קיינער נישט גיין, און די זיכסט דייקא א פלאץ מיט אפאר טויזענט משפחות,
און מאנטיסעלא וואינען שוין כמעט 3 מאל 50 משפחות, די הייזער דארט זענען די ביליגסטע וואס די קענסט באקומען אין יעדע אידישע געגענט כעת קאמפערט עפעלס טא עפעלס ,עס איז שוין דורך די חבלי לידה,
אידישע אינפראסטראקטשער איז שוין דא,
עטליכע פאריעקטן וואס איז שוין עפראווט צו בויען איבער טויזענט דירות, נאך צענדליגע פאריעקטען האלטן אינמיטן עפראוועלס,
וואס איז שלעכט דערמיט?
ווארטן מיר אויף א תירוץ
ערשטנס, דיינע ווערטער זאגן דאך אליינס דעם תירץ... זעסט דאך אז עס וואוינען שוין 300 אידן און נאכאלץ איז עס נישט אוועקגעשטעלט? טא וויאזוי ווילסטו יעצט קלערן אז אויב גייט מען ארויס 50 אויפאמאל וועט זיך יא עפעס טוישן?
נאר וואדען, עס ווענדט זיך וויאזוי מ'טוט דאס, און דערפאר פרעג איך אגאנצן צייט צי ס'דא ערגעץ "קאנצעטרירט".
ווען 300 "יחידים" מופן ארויס איז עס נישט אזא פאוער ווי ווען א "ציבור" פון 50 מופן ארויס.
איי, זאלן די קהלות אראנדזשירן א ציבור פון 50?
דא קומט אריין די אמעריקאנע שמעקערישקייט... קיינער גייט נישט גיין ווייל "דו" ווילסט איך זאל זיין א נחשון...
ווידעראום, אויב זענען דא די 50 נחשונים, וועלן שוין די קהלות קענען זיך צושטעלן און ארויסשיקן די נעקסטע 50.
אבער די 50 נחשונים רעד איך פון א קאנצעטרירטע ציבור וואס פארט ארויס צו גרינדן אזא אייגענעם שטעטל - און דוקא אויף א פלאץ וואס מ'קען באמת זיך אויסברייטערן!
- דאס איז מיין מיינונג, איך בין אפן צו הערן אז איך בין ראונג מיט דעם.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
I am lost
סארי איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט,
בקיצור די שטומסט צו מיט די מסקנא אז רביס ברויכן עס שטופען, און אן דעם קען עס נישט גיין
איך בין ברור אז רביס קענען עס טין אז זיי ווילן,
א שטייגער אז
קאסאן רבין אין לינדען האט געקענט,
רבי יואל ראטה אין ליבערטי,
סקווירא רבי יעצט אין סוואן לעיק ,
קענען עס כמעט אלע רביס נאך טין אז זיי ווילן עס עכט ,
וועגן מאנטיסעלא פעלט אויס איין זאך א רבי/רב/מורה דרך וואס זאל ברענגען מענטשן צו איז עס א רבי ווי אדמו"ר מקאסאן לינדען אדער קהילות ווי פאפא,בעלזא,ראחמסטריווקא,באבוב אדער סאטמאר,
מאנטיסעלא איז אלעס דא גרייט אויף א גאלדענע טאץ, קענסט מארגן אנהייבן בויען איבער טויזענט דירות, הונדערטע הייזער גרייט אפצוקויפן אדער אריינמופן אין הייזער וואס אידן אונען און באזעצן מיט אידן , פשוט מאנטיסעלא איז א געגענט וואס האט נישט קיין ערענסטע רבנים בראש,
עז איז שוין געווען צוויי רבנים און זיי האבן פארלאזט די פלאץ, זיי האבן נישט געהאט די כוחות עס צו נעמען אויף א נעקסטע שטאפעל,
אבער די רצון פון די אינגעלייט דארט זענען העכער די פיער פרעשור סטאטוס, און זיי זענען רעדי דארט צו וואינען און זייער צופרידן , עס איז די ביליגסטע פלאץ פון קויפן א הויז כעת פון יעדע אידישע געגענט

ווען דו ליינסט ווען מיינע ווערטער פון די ערשטע מינוט און ביסט נישט פארנומען אטאקירן ווי א קטן וואלטסטו געוויס נישט געווען LOST יעצט.
ס'איז פיין.
ס'איז פיין.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 56
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:29 pm
- x 28
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
שוין ווייטער?מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:57 pmזעסט דאך אז עס וואוינען שוין 300 אידן און נאכאלץ איז עס נישט אוועקגעשטעלט?א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:47 pmWowowowowoW
פון עטליכע טויזענט דירות ביזטו אראפ געפארן ביז 50 משפחות?
די שרייבסט שוין דא אפאר טאג אז 50 משפחות וויל קיינער נישט גיין, און די זיכסט דייקא א פלאץ מיט אפאר טויזענט משפחות,
און מאנטיסעלא וואינען שוין כמעט 3 מאל 50 משפחות, די הייזער דארט זענען די ביליגסטע וואס די קענסט באקומען אין יעדע אידישע געגענט כעת קאמפערט עפעלס טא עפעלס ,עס איז שוין דורך די חבלי לידה,
אידישע אינפראסטראקטשער איז שוין דא,
עטליכע פאריעקטן וואס איז שוין עפראווט צו בויען איבער טויזענט דירות, נאך צענדליגע פאריעקטען האלטן אינמיטן עפראוועלס,
וואס איז שלעכט דערמיט?
ווארטן מיר אויף א תירוץ
מאנטיסעלא איז זייער שיין אוועקגעשטעלט ברוך השם,
איבער 100 גאנץ יעריגע משפחות!
בערך 75 אינגעלייט וואינען אין זייער אייגענע געקויפטע הויז,
אייגענע מוסדות פאר אינגלעך און מיידלעך,
6 בתי מדרשים און עטליכע מקוואות,
עס בויעט זיך יעצט א הערליכע ברענד נייע מקוה טהרה ,
א כולל פאר אינגעלייט
וואס פונקטליך איז נישט אוועק געשטעלט?
עטליכע דעוועלעפמענטס אין די לעצטע שטאפלען פון אנהייבן בויען דירות און הייזער,
עס איז א שיינע רוהיגע ישוב וואס וואקסט צוביסלעך ברוך השם צו גאט און צו לייט
לאמיר זיין פאיזיטיוו און קוקן אויפן האלבען גלעזעל וואס איז פול,נישט אויף פארקערט,
ווען לינדען קאסאן רבי טראכט ווי דיר וואלטען נישט געוואינט קרוב צו 600 משפחות אין לינדען,
מיר ברויכן נאך אזאנע רבנים ווי לינדען קאסאן רבנים
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
אה, אידאך גוט.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 4:32 pmשוין ווייטער?מאטאווירט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:57 pmזעסט דאך אז עס וואוינען שוין 300 אידן און נאכאלץ איז עס נישט אוועקגעשטעלט?א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:47 pm
WowowowowoW
פון עטליכע טויזענט דירות ביזטו אראפ געפארן ביז 50 משפחות?
די שרייבסט שוין דא אפאר טאג אז 50 משפחות וויל קיינער נישט גיין, און די זיכסט דייקא א פלאץ מיט אפאר טויזענט משפחות,
און מאנטיסעלא וואינען שוין כמעט 3 מאל 50 משפחות, די הייזער דארט זענען די ביליגסטע וואס די קענסט באקומען אין יעדע אידישע געגענט כעת קאמפערט עפעלס טא עפעלס ,עס איז שוין דורך די חבלי לידה,
אידישע אינפראסטראקטשער איז שוין דא,
עטליכע פאריעקטן וואס איז שוין עפראווט צו בויען איבער טויזענט דירות, נאך צענדליגע פאריעקטען האלטן אינמיטן עפראוועלס,
וואס איז שלעכט דערמיט?
ווארטן מיר אויף א תירוץ
מאנטיסעלא איז זייער שיין אוועקגעשטעלט ברוך השם,
איבער 100 גאנץ יעריגע משפחות!
בערך 75 אינגעלייט וואינען אין זייער אייגענע געקויפטע הויז,
אייגענע מוסדות פאר אינגלעך און מיידלעך,
6 בתי מדרשים און עטליכע מקוואות,
עס בויעט זיך יעצט א הערליכע ברענד נייע מקוה טהרה ,
א כולל פאר אינגעלייט
וואס פונקטליך איז נישט אוועק געשטעלט?
עטליכע דעוועלעפמענטס אין די לעצטע שטאפלען פון אנהייבן בויען דירות און הייזער,
עס איז א שיינע רוהיגע ישוב וואס וואקסט צוביסלעך ברוך השם צו גאט און צו לייט
לאמיר זיין פאיזיטיוו און קוקן אויפן האלבען גלעזעל וואס איז פול,נישט אויף פארקערט,
ווען לינדען קאסאן רבי טראכט ווי דיר וואלטען נישט געוואינט קרוב צו 600 משפחות אין לינדען,
מיר ברויכן נאך אזאנע רבנים ווי לינדען קאסאן רבנים
מאנטיסעלא איז שוין א געהעריגע אנערקענטע שטאט, אידן ציען זיך אהין אין די מאסן, רבנים ואישי הציבור שטופן עס בגדול, אלעס קלאפט א מחי'!
נו וואס רעדן מיר נאך אפילו? וואס ברויך נאך א תיקון דא?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10141
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
בלומינגראוו איז שוין עטליכע יאר אין אידישע הענט. סוי וואס רעדסטו דא?שרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 3:14 pm בלומינגראוו און טשעסטער האט קיין פראבלעם מיט וואסער אדער סוער! זיי קענען בויען פלענטס פונקט ווי אלע זוממער היימען!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10141
Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע
דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט.א גוטע איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:12 pm לאמיר צוריק גיין א מינוט מיט 10 יאר צוריק ,
ביפאר הונדערטע אידן האבן געקויפט זייערע הייזער פאר שפאט ביליג פאר בערך 300 טויזענט דאלאר ,
אין בלומינגראוו
אין קאנטרי האללאו
אין ווינטשעסטער
אין היילענד לעיק עסטעיטס
אין העלף האללאו
אין וואדבערי זשאנקשען ווען סאיז געווען ביליג
אין סמיט גארדענס ווען סאיז געווען ביליג
וכולי וכולי די ליסט איז לאנג
Fast forward
צען יאר שפעטער
איז בלומינגראוו אויסגעוואקסען א עיר ואם בישראל ממש במלוא מובן המילה, א דאנק וואס די הונדערטער אידן האבן געוואוט,
און יעצט 10 יאר שפעטער בויען זיך כעת אדער גענדיגט בערך 10 ריזיגע מולטי מיליאן דאלער'דיגנ בתי מדרשים ,
וואס פינעף יאר צוריק איז נישט געווען קיין הוא מינה פון אזא מציאות,
יעצט ענדיגט זיך די צווייטע כשר'ע גראסערי לאקאל פאר די תושבים,
צוויי ריזיגע פאריעקטען פון טויזענטער דירות האלטן ביי די לעצטע שטאפלען צו קענען האקן שטיקער, הגם ביי ביידע פון די פאריעקטען בויעט מען שוין! ביידע פון די זענען 5 יאר צוריק נישט געווען א מציאות פון דאס באווייזען,
דאס איז נאר איין געגענט פון די גלילות וואס איז נישט געלונגען , פאר אלע מיינע פריינט געווינטשען אזא הצלחה,
יא בלומינגראוו בויט ריזיגע בתי מדרשים, הערליכע גראסעריס וואס קענען בלויז עקזיסטירן ווייל זיי סערווירן די גאנצע שטאט נישט נאר זייער אומגעגנט, פשוט ווייל אין בלומינגראוו וויבאלד מען בויט נישט קיין דירות קען מען בויען גרעסערע גראסעריס... און ביזנעס צענטערן מיט מער פארקינג... אא"וו אלעס וואס ברויך נישט קיין סוער.
נעם דיין משל! בלומינגראוו! נו??? פארוואס בויט מען נישט דארט טויזנטער דירות?! פארוואס? אלעס איז גרייט, אידישע קינדער פירן דעם ווילעדזש, שטחים איז דא לרחצה עד אין שיעור, אויף וואס ווארט מען? איינער ווייסט? פארוואס איז מען ביזי מיט פערמיטס פאר 100 בעיסמענטס און מיט פךענער פאר 150 דירות אויף 5 יאר ארום?