די אלע דוגמאות זענען גוט פאר א שטיפ דא א שטופ דארטשרייב מיין קינד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:19 pmדי תירוץ איז peer pressure!גראסערי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:07 am @שרייב מיין קינד
בקיצור צוריק צום הויפט נקודה
פארוואס דא איז נישט דא קיין בית שמש?
די ענטפער איז זייער קלאר, עס איז נישט דא דערווייל די פלאץ דערפאר
אריינגיין ווער און וואס איז שולדיג אין צו די נישט גיין וואויטן מאכט אויס איז א 2טע נקודה
אבער כרגע זענען די עסקנים פון וואס די רעדסט נישט שולדיג
נישט מער און נישט ווייניגער,
שילדיג איז די מחלה וואס אונז זעמיר ליידער אלע געשלאגן הנקרא פיער פרעשור, אין ארץ ישראל איז עס נישט אויף אזא פארנעם ,
הגם וואס ווילסטו מען זאל דא בארעדן מנהיגים/רבנים בדורינו? אין ארץ ישראל למעשה שטיפען עס די רבי'ס און דא די פאקט נישט, אפשר האבן נישט די אמעריקאנע היינטיגע רביס די כוחות וואס די ארץ ישראל'דיגע האבן,איבערצוקומען פיער פרעשור אדער אנדערע זאכן,
אמאליגע רביס האבן געבויעט
קרית יואל
שיכון סקווירא
נייטרא
קאשוי
וויזניץ מאנסי,
בלומינגבערג קרית יטב לב איז אויך א אויפטי פאר היינטיגע טעג אבער עס האלט ביי 200 משפחות נאך 10 יאר,למעשה זייער רבי האט נישט געקענט קאנווינסען זייער עולם צו מופן ,יעצט האבן זיי זיך א שאקעל געגעבן אביסעל , זיי זאגן דער עולם לייגט דעפאזיטס יעצט אין גרויסן, לאמיר זען וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטען
הגם סקווירא בויעט יעצט אין די מאונטענס, קומט זיך זיי פולע קרעדיט ,ממנו ילמדו
בעלזא קיין לעיקוואד איז אויך געווען א מוראדיגע אויפטי, שווערע הונדערטע משפחות האבן געקויפט פאר גאר ביליג
אין ארץ ישראל האבן אלע קהילות אויף אמאל געשיקט דעם עולם צו איין גרויסע שטח, און טויזענטער אידן האבן זיך דארט באזעצט.