א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

שכוח, אבער כאפ אז דו האסט געמאכט (נאכגעזאגט, נישט משַנה) א סטעיטמענט: "יעדער האט ליב נאטורליכקייט", בשעת ווען דו האסט נישט אויסגעקלארט, צי דו מיינסט צו זאגן דעם נאטירליכקייט פון סיי וועלכע טייפ, ווען ער קומט צוריק צו זיין נאטירליכקייט, אדער, די נאטירליכקייט פון א 4'ער. וועמען וואלסטו גערופן א נאטירליכע 4'ער? מיילעך קאהן?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

איז, אפשר פארדעם איז דא אזא זאך ווי "כשרונות" אויף קול מבשר...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:41 pm שכוח, אבער כאפ אז דו האסט געמאכט (נאכגעזאגט, נישט משַנה) א סטעיטמענט: "יעדער האט ליב נאטורליכקייט", בשעת ווען דו האסט נישט אויסגעקלארט, צי דו מיינסט צו זאגן דעם נאטירליכקייט פון סיי וועלכע טייפ, ווען ער קומט צוריק צו זיין נאטירליכקייט, אדער, די נאטירליכקייט פון א 4'ער. וועמען וואלסטו גערופן א נאטירליכע 4'ער? מיילעך קאהן?
נאטורליכקייט האב'ך געמיינט אז דו עקסט זיך, טוסט וואס דו האסט עכט ליב, און די פילסט זיך גוט מיט דעם.
נישט קיין חילוק די טייפ אדער סטייל, זיי נאטורליך און קאנפידענט וועט עס יעדער עפרישיעיטן.

#מיינונג פון א ניינער
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

יוי ביסטו זיס... דיינע ווערטער זענען זייער גוט, און זענען זייער וויכטיג פאר א 9'ער צו הערן, כדי אז ער זאל קענען ארויסקריכן פון זיין 9'קייט יכולת, אדער בעסער געזאגט, זיין שלאס פון 9-1'קייט (אסאך מאל איז געזונט, מ'רעדט בלויז ווען ס'איז נישט...).

ווען א 9'ער פארשטייט אז "גענוג געווען מיט פליזן מענטשן, און אז אין די רגע וואס מענטשן וועלן אויפכאפן אז דו ווילסט זיי פליזן, וועלן זיי אנפאנגען דיך צו אויסניצן, אויסקוועטשן און נאכדעם אוועקווארפן", וועט ער אויפגעבן זיין 9'ער יכולת'דיגקייט, און אנשטאט דעם אנפאנגען הערן די אנדערע מידות, אזויווי:

1) אביסעלע 8'קייט, איך טו וואס מיר שמעקט, איך בין נישט יענעמ'ס עבד.
2) אביסעלע 3'קייט, מיין וועג איז גענוג חשוב, איך מוז נישט זיין צעקוועטשט פאר יעדן.
3) אביסעלע 4'ייט, אריגינאלקייט, ארויסברענגען אביסל דער אייגענער נשמה...
4) אביסעלע 5'קייט, אנשטאט זיין פארנומען צו טראכטן וויאזוי יענער וויל עס עכט, לאמיר טראכטן אביסל וויאזוי עס דארף טאקע זיין...
5) אביסעלע 2'קייט, איך קען מיך אביסעלע אויסשפרייטן, איך מוז נישט זיין איינגעשפארט אין בטלנות...
6) אביסעלע 6'קייט, איך קען מיך אביסל פראטעקטן, איך מוז נישט לאזן יענעם טרעטן אויף מיר...
7) אביסעלע 7'קייט, איך קען אביסל ענדזשויען, איך דארף נישט זיין פארקלאפט...

אבער איז נישט אמת לגבי א 4'ער...

ווען דו זאגסט פאר'ן 4'ער אז ער זאל זיין אריגינאל, מיינט עס צו זאגן (אין זיין איבערזעצונג), אז ער זאל רעדן מיט א פארשטאפטע נאז, און ארויפציען פונעם נידריגסטן סקעיל גלייך צו די העכסטע און נאכדעם גלייך צוריק. ווייל בלויז דאס הייסט עכט אויטענישט אריגינאל, אזוינס וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט.... (אה יע, אויף כשרונות...). און נאכדעם איז ער נאכאמאל צעקלאפט פארוואס ער געוואונט נישט און פארוואס די מבינים פארשטייען נישט צו זיין ניגון, ער האט דאך, ווי דו זאגסט:
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:39 pm הממ... כ'וועל אים ערשט זאגן אז אויב וועט זיין קאנפידענט און אליינס הנאה האבן פון וואס ער מאכט, וועט דאס די עולם גלייכן, אפילו ס'נישט פונקטליך וואס זיי ווילן און זענען געוואוינט, אבער יעדער האט ליב נאטורליכקייט.
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:50 pm נאטורליכקייט האב'ך געמיינט אז דו עקסט זיך, טוסט וואס דו האסט עכט ליב, און די פילסט זיך גוט מיט דעם.
נישט קיין חילוק די טייפ אדער סטייל, זיי נאטורליך און קאנפידענט וועט עס יעדער עפרישיעיטן.

(מ'היילט נישט קיין 4'קייט מיט'ן אים אריינצווינגען אין נאך 4'קייט... אפשר געב אים אביסל 4'קייט אז ער זאל זיין צופרידן, און צוביסלעך עפן אים אויך אויף די אנדערע מידות).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:01 pm יוי ביסטו זיס... דיינע ווערטער זענען זייער גוט,
כ'קען נישט מער ווי דיך זאגן די ווערטער.
האסט דאך אזוי גוט ארויס די זאך.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:13 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:01 pm יוי ביסטו זיס... דיינע ווערטער זענען זייער גוט,
כ'קען נישט מער ווי דיך זאגן די ווערטער.
האסט דאך אזוי גוט ארויס די זאך.
אבער דו ביסט טאקע זיס..., און אויך עכט וואויל...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

אלזא די עצה פאר'ן 4'ער איז אין שורש דאס זעלבע ווי די עצה פאר יעדן, און דאס איז צו כאפן אז מ'איז צו שטארק איינגעטונקן אין דער איינער מידה, וואס איז טאקע זייער גוט, אבער כדי עס צו מאכן עפעקטיוו, דארף מען עס אביסל לויז מאכן, און אנהייבן צו ניצן אלע אנדערע מידות אינאיינעם דערמיט.

יעצט גיי מיר צוריק צו כשרונות...

זיצן מיר דא און מיר ווילן שאפן עפעס א ניגון וואס זאל בעזהשי"ת ארויסברענגען א נאטירליכע און אויטענטישע וויבראציע, צו וואס מענטשן קענען זיך קאננעקטן... עס דארף זיין אינעם ניגון אביסל לעכצעניש, אביסל בענקשאפט, אביסל זיכן ארויסצוגיין פונעם ים פון חומר אין וואס מיר זענען איינגעטינקען... מיר טרעפן דאס אסאך אין אלע גאר פארצייטישע חסידישע ניגונים, אבער אפילו אין א היינטיגע וועט מען הערן א למשל: צמאה לך נפשי.. (באמת, דער ליובאוויטשער צמאה לך נפשי, איז דאך פארשטייט זיך, א דבקות'דיגער ניגון, אבער דאך, גענוג קלאסיש. זעט אויס, אז איינמאל מ'זאגט שוין ארויס קלאר "צמאה לך נפשי" קען מען שוין זיין קלאסיש אויך...).

אבער....

מיר דארפן קודם פארשטיין אז מענטשן זענען צוזאמגעשטעלט פון די אלע עשר ספירות, טראצדעם וואס ביי יעדן מענטש איז אן אנדערע מידה מער פועל...

און נאר נאכדעם וואס מ'וועט אנערקענען אלע אנדערע מידות, וועט מיין מידה ארויסקומען בהתאם מיט אלע אנדערע...

איז, אויסער די מידה פון שאיפה, העכערקייט און אויטענטישקייט, אויף דא א מידה פון בינה, וואס לערנט אונז אויס, וויאזוי יעדע קנייטש איז פועל, סיי ארויסברענגען די געפיל אדער יענע געפיל, און סיי דער אריבערגאנג צווישן איין מידה און אן אנדערס, און סיי וויאזוי עס ווערט פראקטיש אויפגעכאפט און געזינגען, און סיי וויאזוי אנדערע מענטשן וועלן עס הערן...

די מידה לייגט אריין א ניגון, דאס וואס מ'טרעפט (אביסל צו) אסאך אין די ניגוני חב"ד, און אויף א קלאסישן אופן, אינעם ניגון "כי הרבית", די אלע קלייטשיגע אויסגערעכנטע סטעפס (עס איז אויסגעלייגט סטראטעגיש, וואס דאס איז שוין א 6'קייט).

און נאכדעם איז דא א מידה פון חסד, וואס דאס איז ברייטקייט. כדי אז אז א מידה זאל זיך צעשפרייטן, דארף זיין אביסל צעשפרייטקייט אינעם ניגון אליין. עס דארף זיך ארויסזינגען פון דיר עפעס וואס זאלן מאכן מענטשן פילן היימיש, נאנט, אסאך צוזאמען וואס ווילן די זעלבע זאך.

למשל: דער סאטמערע שלום עליכם, אדער להבדיל, נשמת, נשמת כל חי, איז א צוזאמשטעל פון השראה מיט אהבה (בינה האט נשמת ווייניג). איך האב נישט אויף דער מינוט קיין משל פון א ניגון, וואס ברענגט ארויס שטארק אהבה אן קיין השראה.

(המשך יבוא בעז"ה, איך מוז גיין, אבער ביז דערווייל זאל דער עולם אריינקומען מיט זייערע משלים, הוספות און הערות. יישר כח).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 3:39 pm אלזא די עצה פאר'ן 4'ער איז אין שורש דאס זעלבע ווי די עצה פאר יעדן, און דאס איז צו כאפן אז מ'איז צו שטארק איינגעטונקן אין דער איינער מידה, וואס איז טאקע זייער גוט, אבער כדי עס צו מאכן עפעקטיוו, דארף מען עס אביסל לויז מאכן, און אנהייבן צו ניצן אלע אנדערע מידות אינאיינעם דערמיט.
כ'האב געמיינט אז וועסט קומען מיט עפעס גרינגער.
אזא שווערע עצה האסטו געטראפן?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

@המברך יתברך פארשטיין צו תורת הנפש און נאטורן גייט ביינעזאם מיט נגינה?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 5:07 pm @המברך יתברך פארשטיין צו תורת הנפש און נאטורן גייט ביינעזאם מיט נגינה?
אלעס בויעט זיך אויף די זעלבע צען מידות. און איך קען נישט די לאגיסטיקס פון נגינה, בלויז די נפש דערפון.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 5:06 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 3:39 pm אלזא די עצה פאר'ן 4'ער איז אין שורש דאס זעלבע ווי די עצה פאר יעדן, און דאס איז צו כאפן אז מ'איז צו שטארק איינגעטונקן אין דער איינער מידה, וואס איז טאקע זייער גוט, אבער כדי עס צו מאכן עפעקטיוו, דארף מען עס אביסל לויז מאכן, און אנהייבן צו ניצן אלע אנדערע מידות אינאיינעם דערמיט.
כ'האב געמיינט אז וועסט קומען מיט עפעס גרינגער.
אזא שווערע עצה האסטו געטראפן?
יעפס. ליידער איז נישטא קיין גרינגערע עצה פאר קיינעם.

אויב דער פינעווער וועט עס נישט טון, וועט ער ליידער קיינמאל נישט קאננעקטן צו נארמאלע מענטשליכע געפילן, נאר אייביג האבן עפעס אן איפכא מסתברא'דיגע ענטפער וואס וועט אים אראפפירן גלייך אין גיהנום.
און אויב דער צווייער וועט עס נישט טון, וועט ער ליידער קיינמאל נישט פארשטיין וואס ער וויל און וואס יענער וויל, נאר זיין ביזי צו מישן און ווישן, מאניפולירן און משוגע מאכן, ביז יעדער ארום אים וועט ווערן צעדרייעט.
אויב דער איינסער וועט נישט טון, וועט ער קיינמאל נישט וויסן וואס אמת'ע ערליכקייט מיינט, נאר אוועקגעבן זיין גאנץ לעבן אויף צו פייניגן זיך און יעדן.
אויב דער דרייער וועט עס נישט טון, וועט ער דורכגיין זיין גאנץ לעבן, אן קיין שום געפיל פון אויפריכטיגקייט, אמת, און יראת שמים. אלעס נאר איך זאל אויסקוקן, אהערשטעלן וכו'.
אויב דער זעקסער וועט עס נישט טון, וועט ער קיינמאל נישט פילן קיין טעם אין גארנישט וואס ער טוט, אלעס וועט בלייבן געוואטשט און זיכער.
אויב דער זיבענער וועט עס נישט טון, וועט ער קיינמאל נישט האלטן ביי עפעס, אלעס וועט זיין פארווישט און פארגלאנצט.
אויב דער אכטער וועט עס נישט טון, וועט ער קיינמאל נישט האבן קיין געפיל פון חרטה, נאר דרוקן און מיט אכזרות אויף אלעס און יעדן.
און אויב דער ניינער וועט עס נישט טון, וועט ער זיך קיינמאל נישט קענען נעמען אין די הענט אריין, נאר אייביג בלייבן מיינען אז ער שטעלט איינעם צופרידן.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

צוריק צום ענין...

האלטן מיר ביים מידת הגבורה, וואס איז אויך זייער וויכטיג אין נגינה, נישט דווקא בשעת'ן קאמפאזירן, אבער בעפאר מ'לייגט עס ערגעץ ארויס, מוז מען דורכגיין די פינקטליכקייט דערפון. וואס הייסט?

גיי מיר צוריק צו ר' בעריש ווישאווער ז"ל.

ווי געזאגט, פלעגט ר' בעריש שיקן ניגונים צו אלע גרויסע הויפן... זאל ער האבן געזאגט, אז ווער ער שיקט א ניגון קיין סאטמאר, באקומט ער צוריק א מחוסר אבר... קיינער האט נישט קיין געדולד צו צולייגן קאפ גענוי צו אלע תנועות און קנייטשן, מ'זינגט עס וויאזוי ס'גייט, דער עיקר ס'זאל זיין א התעוררות. פאלט אראפ דא א שטיקל, דארט א וויכטיגע קנייטש, ולא נודע כי באו אל קרבנה...

שיקט ער א ניגון קיין וויזניץ, ווערט עס מיותר אבר..., עס קומען צו אסאך געפילן און ווארעמקייט, און דער ניגון ווערט היבש פארלענגערט, ווען צו יעדן פאל וואקסן צו אפאר נאטן...

אבער אויב שיקט ער עס קיין באבוב, איז עס א געביגלטע העמד, מיט אלע קנייטשן אזויווי ער האט עס געשיקט.

איז אפילו אויב די מעשה זאל נישט זיין אמת, איז אבער דא א וויכטיגע נקודה דא. און דאס איז אז, אפילו אויב די מענטשן וואס זינגען דעם ניגון גייען עס אפשר פארוואסערן, דער וועט עס ציען און יענער וועט עס שלעפן, דארפסטו אבער עס גענוג גוט אויסשלייפן אז ס'זאל ווערן אהערגעשטעלט מיט פינקטליכקייט, יעדע אות, יעדע נאוט, יעדע ביעט, יעדע תנועה.

מיר געדענקען מן הסתם ר' בנציון שענקער'ס מחאות אויף דעם וואס מ'האט פארדרייעט זיינע תנועות, און אויף וואס ר' יוסי גרין טענה'ט (און לענ"ד איז ער גערעכט...) אז אויב דער עולם גלייכט דעם ניגון אביסקעלע אנדערש, איז פשט אז זיי זענען עס ענדערש מקבל אזוי, ענד דעה קאסטומער איז אלוועיס רייט... מעגליך אז דו האסט אפילו געמאכט א טעות מיט דער נקודה, און עס וועט דיר סייווי גארנישט העלפן ווען דו פרובירסט זיי צו פאררעכטן...

אבער אויב דו לייגסט ארויס דעם ניגון, איז עס שוין לכתחילה צעווישט, אזוי אז מ'ווייסט נישט וויאזוי עס וואלט געדארפט געזינגען ווערן, פילט עס ענדערש ווי א סילי פוטי, ווי איידער א פראפעסיאנאלע ניגון. מענטשן פילן נישט ווי זיי ווייסן וואס דא טוט זיך, און מ'מישט גלייך אוועק...

רוף זיי צו דין תורה, הלמאי זיי זענען נישט מכיר אין דיינע אויטענטישע געפילן וואס מ'קען נישט מגשם זיין...

(המשך יבוא בעז"ה).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

ווען איז דער עולם גרייט צו גיין ווייטער?

---------

בד"וו, איינמאל איך האב געגעבן צוויי משלים אויף א ניגון וואס דרוקט אויס אהבה, איינס דער הייליגער סאטמארער שלום עליכם און דאס צווייטע, להבדיל, דער "נשמת כל חי" פון יהודה גרין, האב איך מיך געוואונדערט פאר מיר אליין, אז אויב ביידע דריקן אויס אהבה און ביידע נאך אין קאמבינאציע מיט השראה, אויב אזוי, וואו שיילט זיך ארויס דער חילוק צווישן די צוויי?

און דער תירוץ קען קודם זיין: "איך ווייס נישט", ווייל איך ווייס נישט איז זייער א גוטע תירוץ. אויב איינס קומט פון א הייליג מקור און דאס צווייטע פון אן אנדער סארט מקור, איז זיכער דא א חילוק, וואס אפילו אויב איך קען נישט אנצייגן פינקטליך וואס דער חילוק איז, וועט עס דאך האבן אן אנדער סארט השפעה. קדושה און להבדיל, מעגן אפילו פילן אייניג, און נישט יעדער וועט קענען מחלק זיין, אבער דאס מיינט נישט ח"ו, אז עס איז בכלל נישט דא קיין חילוק.

אבער דאך, וועל איך פרובירן.

און דער תירוץ לענ"ד, איז ווי פאלגענד:

דער "שלום עליכם" ווען ער גייט מיט אהבה צוזאמען מיט השראה, גייט אבער צוזאמען מיט דעם א הכנעה'דיגער אויסדרוק, מה שאין כן, דער נשמת כל חי ארבעט מיט א תקיפות'דיגער אויסדרוק.

און וואס איז? צי דען איז הכנעה אייביג בעסער ווי תקיפות? עס איז דאך דא אזא זאך ווי "ויגבה לבו בדרכי ה'", און תקיפות דקדושה איז דאך בכלל נישט אפגעפרעגט, און מיר טרעפן אפילו גענוג הייליגע ניגונים וואס פארמאגן אין זיך גענוג תקיפות דקדושה, אויב אזוי, דאן פארוואס זאל מען באטראכטן דאס אנדערע ווי אן אנדער סארט ניגון?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

מיין איך אז דער חילוק איז אזויווי מיין רבי פלעגט זאגן (יא, דיין רבי אויך? אה, איך האב נישט געוואוסט), אז ס'ווענדט ווי דער חמר שטייט איין (כ'נעם אן אז דער ליינער ווייסט פון וואס איך רעד, און פארשטייט דער מכוון פון די ווערטער). און לעניננו, ווען דו ביסט צעקלאפט, און דו זינגסט א "הוד" ניגון דיך אויפצולעבן, און אין דעם איז דא דער שטארקער פאנטש פון די גור'ע ניגונים, איז דאך דאס פארשטענדליך, דו דארפסט דאך דיך שטארקן און השי"ת וויל דאך דאס פון דיר, איז ממילא אדרבה: האק, זעץ, פאנטש, לעב דיך אויף און גיי לויף ארבעטן!!! האלט דיך נישט אפ פון גארנישט!!!

אבער יעצט ווען דו ביסט אין א מצב פון השראה, אזא התגלות, און נאך אז השראה וואס איז באגלייט מיט אהבה, אפענע געפילן פון נאנטקייט צום אייבערשטן, - פאק אביסל איין!!!!

וואס איז דער גאוה דא?

דו ווייסט צו וועמען דו רעדסט??
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

זאגסט דאך אזוי גוט!
אפשר ברויך דאס א עקסטערע נגינה אשכול, ניין?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:23 pm זאגסט דאך אזוי גוט!
אפשר ברויך דאס א עקסטערע נגינה אשכול, ניין?
שכוח,

און וועגן דיין הצעה: איך וואלט נישט געשריבן ווייטער וועגן נגינה, נאר איבער'ן פרט וויאזוי מ'דארף ניצן די מידות אין נגינה. און דער תכלית איז צו פארשטיין וויאזוי צו ניצן די עשר ספירות בכלל אין לעבן, אויף א געזונטע וועג.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 346
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 650

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך צייטווייליג »

כקלער אז די אשכול זאל זיך האלטן בלויז צום נושא פון די 9 נאטורן אניוגרעמס, די זייטיגע שמועסן ובפרט די אנדערע מהלכים זאלן באקומען אן אשכול פאר זיך.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

מיך גייט נישט אן. מ'האט מיך גערופן צו שרייבן, האב איך געשריבן וואס דער עולם האט געבעטן.

איך וועל מיך האלטן אפוועזנד, ביזווילאנג מ'איז מסדר די אשכולות לויט די טעמעס וואס מ'וויל שמועסן, און אויב מ'וויל מיין השתתפות זאל מען מיך רופן אינעם אשכול וואו מ'וויל מיין השתתפות, און מיר זאגן וואספארא טעמע מ'וויל הערן פון מיר דארטן.

יישר כח.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:43 am מיך גייט נישט אן.

איך וועל מיך האלטן אפוועזנד,
און אויב מ'וויל מיין השתתפות זאל מען מיך רופן אינעם אשכול וואו מ'וויל מיין השתתפות, און מיר זאגן וואספארא טעמע מ'וויל הערן פון מיר דארטן.

יישר כח.
וועלכע סארט פון די מידות איז דעס?
:roll:
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

עפעס האסטו געמעקט דארטן...

און לגופו של ענין,

צוויי אפשענס:

1) אלע מידות אויסער 9-1.
2) 9-1 נאכ'ן פלאצן פון ווערן אזויפיל מאל אויסגעניצט אומזינסט.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

סיריעסלי, איך קען נישט גענוג גוט דעם סיסטעם דא.
אויב איינער וויל עפענען די געבעטענע אשכולות פאר די צוגעפאסטע נושאים, דארט וואו עס געהער, וואלט איך ממשיך געווען דארט, לויט'ן נושא האשכול.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:06 pm עפעס האסטו געמעקט דארטן...

און לגופו של ענין,

צוויי אפשענס:

1) אלע מידות אויסער 9-1.
2) 9-1 נאכ'ן פלאצן פון ווערן אזויפיל מאל אויסגעניצט אומזינסט.
ווער האט געמעקט?
נישט איך, אפשר די הנהלה.

מיינסט צוזאגן אז כ'האב נאר ציטירט האלב פון דיינע ווערטער?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

געעפנט א באזונדער טעמע
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:04 am מיינסט צוזאגן אז כ'האב נאר ציטירט האלב פון דיינע ווערטער?
יא.
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:10 am געעפנט א באזונדער טעמע
איך האב שוין געפאוסט דארט מיין ערשטע תגובה (אפשר לייגן א לינק אהין?).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך וואוילער »

כ'האב ציטירט האלבע ווערטער ווייל כ'האב זיך באצויגן צו יענע ווערטער, סאררי.

דא האט איר א לינק צו די פרישע דערפרישענדע טעמע, קנקן חדש מלא ישן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שרייב פאוסט