באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:40 am
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 4:00 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:53 pm
ווייל סזענען דא געוויסע וואס ווילן עס נישט אנערקענען
נאכאמאל ספעלט נאך אין זיין רבנות אבער בעזר השם בהמשך וועט עס נאכקומען
געוויסע אינערהאלב די קהילה? אין קר"י אדער וויליאמסבורג?
און וואס פעלט נאך אין די רבנות?
מאכט נישט קיין סענס אין מיינע אויגן, מהרי"י האט עם מכתיר געווען און דער איד און געוויסע אין די קהילה אין וויליאמסבורג זענען נישט מסכים ווער האט זיי געפרעגט? און אויך אויף מערכת סאטמאר רופן זיי עם ירושלים רב, סאמטינג איז מיססינג נישט אז איך ווייס יא אבער פארט זייער אינטערעסאנט
פארוואס מאכט נישט קיין סענס? לויט געוויסע האט סאטמאר רב זצ"ל קלאר נישט גיוואלט אן עירוב אויף ראדני, און די קהלה האט געפיפן דרייסיג יאר...

#סאמטינג איז מיססינג
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 222

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

ברית זלמן לייב.jpg
ברית זלמן לייב.jpg (360.47 KiB) געזען געווארן 1647 מאל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 976
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1398

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א
=דינסטאג חיי שרה=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל פיש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' ישעי' צבי בריעף שליט"א - אב"ד תורת שמעון יערוסלאב לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר בנו החתן.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן איינלאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו הק' 15טע עוו. ב"פ שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן איינלאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען צו די לא שאטאו זאלן צום שמחת השבע ברכות פון חתן כלה נכדי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס,
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און עקסטער מיטן זיידן האדמו"ר מספינקא שליט"א,
ארום 12:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.

א גוטע נאכט.
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 976
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1398

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
הרה"ג ר' ישעי' צבי בריעף שליט"א - אב"ד תורת שמעון יעריסלוב אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בעת די זמני כניסה אין וומ"ס.
~🌴~
פיילס
5068998550125390949_120.jpg
5068998550125390949_120.jpg (136.28 KiB) געזען געווארן 1606 מאל
5068998550125390948_120.jpg
5068998550125390948_120.jpg (139.06 KiB) געזען געווארן 1606 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער גערער »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:02 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 6:01 pm
זקנים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:26 am.בילד
ווער איז די איד ?
איז דאס נישט דער מחותן פון גור רבי? מען האט גערעדט אז ער גייט איבערנעמען אין כנסה”מ
@דער גערער
יא דאס איז עם, ער איז א זוהן פון ח"כ הרב מוניא שפירא
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 976
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1398

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א
=מיטוואך חיי שרה=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ציון סאאל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר אברהם שמעון אפפענהיים שליט"א.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות זענען געקומען אויף א פארהער בביתו נאוה קודש די עלטסטע כתה פון די נייע אפטיילונג פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ סדר ויקרא,
דער רבי האט פארהערט די קינדער פאר א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה, און דערנאך פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די קינדער.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט"א - ר"י תורת חסד לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אורי יודא קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה וויזעל הי"ו - בית שמש,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

א גוטע נאכט.
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 976
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1398

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א

‏"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט, בת הנולד אצל הרה''צ רבי יוסף רוקח שליט''א - חדב''ן, ורב ביהמ''ד קול אליהו, בן הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א.

"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך וואסאפשט »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:40 am
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 4:00 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 3:53 pm
ווייל סזענען דא געוויסע וואס ווילן עס נישט אנערקענען
נאכאמאל ספעלט נאך אין זיין רבנות אבער בעזר השם בהמשך וועט עס נאכקומען
געוויסע אינערהאלב די קהילה? אין קר"י אדער וויליאמסבורג?
און וואס פעלט נאך אין די רבנות?
מאכט נישט קיין סענס אין מיינע אויגן, מהרי"י האט עם מכתיר געווען און דער איד און געוויסע אין די קהילה אין וויליאמסבורג זענען נישט מסכים ווער האט זיי געפרעגט? און אויך אויף מערכת סאטמאר רופן זיי עם ירושלים רב, סאמטינג איז מיססינג נישט אז איך ווייס יא אבער פארט זייער אינטערעסאנט
ארויסגעשיקט צו נדיבים בעם לכ' א מסיבה ביים רב אין שטוב פארגאנגענעם מוצש"ק
מערקט שטייט אויך קרית יואל
אבד ורמ.png
אבד ורמ.png (99.93 KiB) געזען געווארן 1256 מאל
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 222

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

מודעות לקראת ימי השמחה בחצרות הקודש סאטמאר בני ברק
.
IMG-20231110-WA0006.jpg
IMG-20231110-WA0006.jpg (224.62 KiB) געזען געווארן 1179 מאל
IMG-20231110-WA0017.jpg
IMG-20231110-WA0017.jpg (341.15 KiB) געזען געווארן 1179 מאל
IMG-20231110-WA0018.jpg
IMG-20231110-WA0018.jpg (234.05 KiB) געזען געווארן 1179 מאל
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

בצל הקודש אין קרית ייטב לב פרשת חיי שרה

מאנטאג פרשת חיי שרה

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳,
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יואל שמילאוויטש הי״ו

אלס בעל קורא האט געדינט הרה״ח ר׳ דוד מאיר שווארטץ הי״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
ראשון: הרה״ח ר׳ יוסף מאיר כהנא הי״ו
שני: הרה״ח ר׳ יוסף מאיר כהנא הי״ו
שלישי: הרב חיים הערש ראזענבערגער שליט״א נכד רבינו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ נטע פעלדמאן הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם בערקאוויטש הי״ו

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה יצחק ווייזער הי״ו

״קול רינה וישועה באהלי צדיקים״

אום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד הגדול אין קרית יואל צום שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב נתן נטע שליט״א בן הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א עב״ג הכלה בת הגה״צ ר׳ אפרים אהרן טייטלבוים שליט״א ראה״כ צעהלים בן הגה״צ אב״ד נעפלמיץ שליט״א חתן הגה״צ ר׳ נפתלי ארי לייבוש ט״ב זצ״ל מקאלוב
דער רבי האט געטאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געמאכט קבלת קנין, עדות זענען געווען הרה״ח ר׳ יושע אליעזר שטויבער הי״ו מזכיר הקהלה און הרה״ח ר׳ משה אלי עסטרייכער הי״ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,

עס האט אויפגעטרעטן דער רב שליט״א מיט דברי תורה לכבוד די שמחה
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הגה״צ ר׳ אפרים אהרן טייטלבוים שליט״א,

דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני קישור החיתון, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אין א ריקוד פאר א לענגערע צייט מיט די חתן, מחותנים און אין א עקסטערן ריקוד מיט בנו הגה״צ אב״ד ור״מ שליט״א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך איז די גאנצע ציבור אדורך וואונטשען מזל טוב.

דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און ביהמ״ד הגדול ווי עס איז אריין אל הקודש פנימה מחותנו הגה״צ ר׳ יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט״א האדמו״ר משאץ,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו,

ארום 10:30 איז דער רבי אהיים למעון קדשו און קרית ייטב לב.

דינסטאג פרשת חיי שרה

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳,
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יהושע רובין הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען העסקן ר׳ אלימלך בנציון מארקאוויטש הי״ו

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה וואלף גליק הי״ו.

מיטוואך פרשת חיי שרה

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳,
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יוסף מאיר כהנא הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען אויפן טעלעפאון הר״ר דוד וועבער שליט״א וואס זיצט שבעה ע״פ בנו ע״ה

אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אהרן יעקב רייכמאן הי״ו

ארום 8 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען העסקן ר׳ אלימלך בנציון מארקאוויטש הי״ו.

דאנערשטאג פרשת חיי שרה

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יצחק רובינשטיין הי״ו

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳,
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ שאול יחזקאל לעבאוויטש הי״ו

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
ראשון: הרה״ח ר׳ אהרן אפרים סאנדער הי״ו
שני: הרה״ח ר׳ אהרן אפרים סאנדער הי״ו
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יצחק רובינשטיין הי״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ יצחק רובינשטיין הי״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו,
דערנאך איז אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחור ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש,

אום 6 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען החתן בנציון ב״ר נטע פירטה הי״ו

ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יואל יעקב דאסקאל הי״ו.

פרייטאג פרשת חיי שרה

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳,
בעל תפילה איז געווען הב׳ ב״ר צבי מרדכי מארקאוויטש הי״ו.

~🌴🌴~
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

שב״ק פרשת חיי שרה מברכים חודש כסלו בצל הקודש אין קרית ייטב לב



ליל שב״ק

אום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א

נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

יום שבת קודש

אום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש,
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ שמאל בנימין שישא הי״ו

צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ זיידא ישראל חיים בערקאוויטש הי״ו מבוני העיר

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן

כהן: חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א
לוי: העסקן ר׳ חיים שלמה זלמן מאנן הי״ו פון וויליאמסבורג
שלישי: הרה״ח ר׳ ליפא וואלנער הי״ו פון וויליאמסבורג
רביעי: הרה״ח ר׳ זיידא ישראל חיים בערקאוויטש הי״ו מבוני העיר
חמישי: הרה״ח ר׳ אלימלך הוראוויץ הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי הרב שמעון מייזליש שליט״א נכד רבינו
אחרון: הרה״ח ר׳ יואל ברוין הי״ו פון קרית יואל
מפטיר: הרב ליפא גלאנץ שליט״א
הגבה: הרה״ח ר׳ מענדל לייב לייטנער הי״ו
גלילה: הב׳ יצחק מיכאל ענגלענדער ני״ו משב״ק

נאכן ליינען האט דער רבי ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב

צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ שמואל יצחק קאהן הי״ו פון וויליאמסבורג
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ אברהם שמחה קליין הי״ו פון וויליאמסבורג

מען האט פארענדיגט ארום 12 אזייגער

אום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין די זאלן פון עטרת פעסיל לאה,
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יואל טייטלבוים הי״ו

ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן מיט
כהן: הרה״ח ר׳ אהרן אפרים סאנדער הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ יואל יעקב שישא הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ ישעי יעקב בינער הי״ו מגבאי הביהמ״ד
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ אברהם אבא פאללאק הי״ו

דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ משה שמילאוויטש הי״ו מבוני העיר
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישעי יעקב בינער הי״ו מגבאי הביהמ״ד
דער רבי האט געזאגט תורה

ידיד נפש: הרה״ח ר׳ הערשל שטערן הי״ו
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה דוד פערלמוטער הי״ו
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.

נאך הבדלה איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה״ח ר׳ יואל פאלקאוויטש הי״ו חבר הנהלת מוסדותינו הק׳, לרגל די חתונה פון קינד
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.

~🌴🌴~
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך כרוספדין »

פארגאנגענע וואך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:39 am מרן אדמו"ר משיכון וויזניץ ביי יום כיפור קטן אין ביהמ"ד צאנז אין נתניה ווי די רבי האלט זיך אויף למנוחה
1000269154.jpg
1000269154.jpg (169.83 KiB) געזען געווארן 881 מאל
1000269156.jpg
1000269156.jpg (199.25 KiB) געזען געווארן 881 מאל
1000269155.jpg
1000269155.jpg (192.08 KiB) געזען געווארן 881 מאל
איך ווייס נישט וואס ס’איז מער ארויפגעקוקט, אז צאנז לאזט אריין צו זיך אזא גרויסע רבי אדער אז א אזא גרויסע רבי איז גרייט צו גיין צו א צווייטן, צד השוה שביניהם זייער א שיינע זאך, תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.... wow....
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך יום טוב »

46447.jpg
46447.jpg (158.31 KiB) געזען געווארן 732 מאל
46449.jpg
46449.jpg (185.34 KiB) געזען געווארן 732 מאל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך יום טוב »

46445.jpg
46445.jpg (167.66 KiB) געזען געווארן 730 מאל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך יום טוב »

יום טוב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:08 pm 46445.jpg
איינער קען מסביר זיין פשט פון נישט מאכן א געהעריגע אויבן אן ביי די סיומים?
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 778
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 625

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איך »

יום טוב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:11 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:08 pm 46445.jpg
איינער קען מסביר זיין פשט פון נישט מאכן א געהעריגע אויבן אן ביי די סיומים?
עס איז נישט דא אזוי סאך נדבנים
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך וואסאפשט »

סאטמאר מהרי"י קרית יואל
ווייטערדיגע באריכטן פונעם רב
unnamed.jpg
unnamed.jpg (155.31 KiB) געזען געווארן 621 מאל
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

זונטאג פרשת תולדות


זונטאג פרשת תולדות


אום 7:45 אינדערפרי האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית ייטב לב אויפן וועג קיין וויליאמסבורג,

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול,
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יצחק שלום טירנוער הי״ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה פאר התאומים הנולד אצל הרה״ח ר׳ חיים הערש פריעדמאן הי״ו ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וקריאת השם
אין די ברית מילה לבן הנולד אצל הרה״ח ר׳ שמואל בער הערשקאוויטש הי״ו ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וקריאת השם
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די ברית סעודת, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די בעלי שמחה און די זיידעס,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אום 5 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם שטיין הי״ו
ארום 6 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ ברוך יודא רייך הי״ו

ארום 10 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צום מעמד אדיר ׳הדעה והדיבור׳

ווי דער רבי האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש, און איבערגעחזר'ט די שיטה הברורה פון רביה״ק זי"ע, און די קלארע הוראות קודש וויאזוי מען דארף זיך צו פירן אין אזא שווערע תקופה.

דער רבי האט ארויסגעברענגט א וויי געשריי איבער די שרעקליכע חילול השם וואס מ'זעהט ווען געוויסע אידישע קרייזן שטייען צו די האנט פון די מלכות המינות, און ווערן נכשל יעדע מינוט אין טאג מיט די הארבסטע עבירות רח"ל, און וויאזוי עס איז מעגליך בכלל אז א חסידישער איד א שומר תורה ומצוות וואס גלייבט בה' ובתורתו, זאל קענען נתפעל ווערן פון די הצלחות פון די רשעים, און זיך פרייען מיט זייערע דערגרייכונגען אויפן פראנט, וואס איז א קלארע איסור.

דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די צער און טרויער וואס יעדער איד שפירט מיט די בארבארישע רציחות ווען די אראבער ימ"ש האבן אויסגעשאכטן הונדערטער אידישע קינדער אויף א גרויזאמע פארנעם רח"ל, טוט אבער נאכנישט בארעכטיגן די שריט פון די ציונים צו נקמה נעמען און מלחמה האלטן קעגן די אראבער, אונזער תפקיד איז צו מתפלל זיין ביים בורא כל עולמים ער זאל אונז העלפן, ה' ילחם לכם, אבער ואתם תחרישון, אונז דארפן און אונז טארן נישט טון קיין מלחמה שריט נקמה צו נעמען אין די רוצחים.

ווידער האט דער רבי ארויסגעברענגט א שארפע קול מחאה קעגן די אלע אידישע מנהיגים וואס שטיצן די מלכות המינות, און שטעלן אריין זייערע פארשטייער אין די רעגירונג, וואס העלפן ארויס מאכן די באשלוסן צו גיין מלחמה האלטן אין עזה קעגן די אראבערס, דער רבי האט קלארגעשטעלט אז די דאזיגע שריט איז גורם אידישע פארלוסטן, און עס ליגט דערין שפיכת דמים ממש, ווען מ'שטעלט אריין אידישע קינדער אין א מצב סכנה, אין די צייט וואס מען איז בכלל נישט בארעכטיגט זיך אריינצולאזן דערין. אויך האט די רבי פארדאמט אזעלכע וואס שיקן ארויס תשמישי קדושה אין דאס גלייכן צו די זעלנער אויפן פראנט, אין אויך שארף אראפגעריסן די אגודת ישראל אין אמעריקא וועלן גייען ארויס מיט די ציונים אויף זייערע ראלי'ס בראש כל חוצות.

דער רבי האט אויך אויפגעהויבן א קול מחאה קעגן די אלע אידן וואס גייען ארויס אויף די גאסן און דרוקן אויס שטיצע מיט די אראבער ימ"ש, און ווי רביה״ק זי"ע האט שוין מוחה געווען אויף זיי און זיי דערווייטערט פון זיך, זאגענדיג אז אין כוחינו אלא בפה, און אויסדרוקן שטיצע מיט די אראבישע רוצחים איז ווידער א שריט וואס מען טאר נישט.

די איינציגע זאך וואס מען מעג טון איז דאווענען צום אויבערשטן, און זיך מחזק זיין באמונתו הטהורה מיט א קלארע השקפה, נישט ווערן נתפעל פון די ציונים, נישט אויסדרוקן שטיצע אויף סיי וועלכע וועג, און מיטשפירן צער און ווייטאג איבער די שרעקליכע רציחה בנפש וואס די ציונים פירן אדורך די לעצטע צענדליגע יארן אויף טויזענטער אידן, וואס ווערן נעבעך אריינגעשלעפט אין די ביטערע נסיונות.

דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו אז מען זאל האבן א שמירה עליונה ברוחניות ובגשמיות,
און זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב״א.


דערנאך האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים הגה״צ אב״ד גרינוויל שליט״א,

ארום 11:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש, ווי עס איז פארגעקומען א שטורעמישע אסיפה דחופה, לאור דער ביטערער גזירת החינוך וואָס איז עומד על הפרק, וועגן די רעגולאַציעס וואס לויטעט אַז ביז דעצעמבער מוז'ן אַלע מוסדות איבער די סטעיט אויסקלויבן איינע די מהלכים וואָס די סטעיט רעגולאַציעס האָבן אַרויסגעלייגט צו באַשטעטיגן אַז זיי קומען נאָך דעם געזעץ.
ביים אסיפה זענען אָנוועזנד געווען כ"ק מרן גאב"ד דקהלתינו מאָנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק ירושלים-קרית יואל שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, ואתם עמם די חברי הבד״ץ דקהלתינו שליט"א אינאיינעם מיט רבני ודייני דקהלתינו שליט"א פון גרעיטאָר ניו יאָרק.
מ'האָט אַ לענגערע צייט דן געווען איבער דער שטורעמישער תקופה אין וואָס די טויזנטער תלמידי המוסדות געפינען זיך, ס'איז געווען אנוועזענד די חשובע עסקנים און שפיץ פון די שר העסקנים הרב החסיד רבי משה דוד ניעדערמאן שליט"א, און אזוי אויך ראשי הנהלת המוסדות, און די רבנים האבן נושא ונותן געווען בכובד ראש פאר א לענגערע צייט און אויסגעפרעגט די לאיער ר' אבי שיק, וואס האט מסביר געווען די צדדים, און נאך אריבער א שעה האט דער רבי ארויסגעשיקט אלע עסקנים ואישי הציבור און די משמשים בקודש, און דן געווען מיט די רבנים הגאונים שליט"א פאר א לענגערע צייט,

נאך די אסיפה האט דער רבי געזעגענט, דערנאך ארום 2 אזייגער ביינאכט איז דער רבי צוריק געפארן למעון קדשו אין קרית ייטב לב למנוחת הנפש.

~🌴🌴~
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 352
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 561

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Joel »

וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:42 pm סאטמאר מהרי"י קרית יואל
ווייטערדיגע באריכטן פונעם רב
unnamed.jpg
ער איז נישט דא א גאנצע וואך ? ער וואוינט נישט און קרית יואל ?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3183
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3659

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שמח »

Joel האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 4:05 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:42 pm סאטמאר מהרי"י קרית יואל
ווייטערדיגע באריכטן פונעם רב
unnamed.jpg
ער איז נישט דא א גאנצע וואך ? ער וואוינט נישט און קרית יואל ?
ניין, ער איז צוגאסט אין קרית יואל אויף שבתים און צומאל אינמיטן די וואך פאר זיינע מתפללים ארויסצוהעלפן מיט וואס ער קען זיי העלפן.
דאפּעלט איז שטערקער...
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרייליך »

שמח האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:17 pm
Joel האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 4:05 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:42 pm סאטמאר מהרי"י קרית יואל
ווייטערדיגע באריכטן פונעם רב
unnamed.jpg
ער איז נישט דא א גאנצע וואך ? ער וואוינט נישט און קרית יואל ?
ניין, ער איז צוגאסט אין קרית יואל אויף שבתים און צומאל אינמיטן די וואך פאר זיינע מתפללים ארויסצוהעלפן מיט וואס ער קען זיי העלפן.
מתפללים אין אנדערע שילן נישט ?
א ווערטל נאר
זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:08 pm
Location: Bp
x 10

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך זקנים »

האדמו"ר מטאלנא פון אשדוד בסוד שיח מיט האדמו"ר מטאלנא פון ירושלים
פיילס
1000128397.jpg
1000128397.jpg (117.25 KiB) געזען געווארן 2527 מאל
הקוראים
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:19 pm
x 90

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך הקוראים »

אמר רבי אלעזר האט געשריבן: ריקארדינג

ווידיאוי

פארגאנגענע וואך האט געשריבן: כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א מיט כ''ק אדמו״ר מוואודרידזש שליט''א

בילד
בילד
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 260

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פשוטער איד »

פרייליך האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:20 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:17 pm
Joel האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 4:05 pm
ער איז נישט דא א גאנצע וואך ? ער וואוינט נישט און קרית יואל ?
ניין, ער איז צוגאסט אין קרית יואל אויף שבתים און צומאל אינמיטן די וואך פאר זיינע מתפללים ארויסצוהעלפן מיט וואס ער קען זיי העלפן.
מתפללים אין אנדערע שילן נישט ?
א ווערטל נאר
מתפללים פון אלע "זיינע" שולן
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

פרשת תולדות אין קרית ייטב לב בצל הקודש



מאנטאג פרשת תולדות


אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יואל הערש האלצער הי״ו

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
ראשון: הרה״ח ר׳ אהרן אפרים סאנדער הי״ו
שני: הרה״ח ר׳ אהרן אפרים סאנדער הי״ו
שלישי: הרה״ג ר׳ יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט״א דומ״ץ
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הב׳ גבריאל אלחדד ני״ו

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צום שטח ווי עס ווערט געבויט דעם נייעם גיגאנטישע בנין התלמוד תורה ׳בנין בראך׳ , דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די עסקנים און די עוסקים במלאכת הקודש,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

אום 5 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם בערקאוויטש הי״ו

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ שלום מאיר דאסקאל הי״ו

דינסטאג פרשת תולדות-ר״ח כסלו

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ לוי חיים ברייער הי״ו פון קרית יואל

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל התלמוד תורה ווי עס האבן מיטגעדאווענט די הונדערטער תלמידים פון כתה ז׳ ח׳ ט׳

בעל תפילה איז געווען הר״ר אברהם יושע קלאר שליט״א
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און פארגעדאווענט בהתעוררות רב

ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
ראשון: הר״ר יודא שמעון עוזר פישער שליט״א
שני: הר״ר יודא שמעון עוזר פישער שליט״א
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ לוי חיים ברייער הי״ו
דער רבי האט עולה געווען רביעי
הגבה: הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א
גלילה: הרה״ח ר׳ לוי חיים ברייער הי״ו

מען האט פארענדיגט ארום 9:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש

אום 5 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם בערקאוויטש הי״ו

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה וואלף גליק הי״ו

מיטוואך פרשת תולדות

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ דוד מאיר שווארטץ הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

אום 5 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אפרים ראבינאוויטש הי״ו

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יעקב זעליג גראס הי״ו.


~🌴🌴~
שרייב פאוסט