דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3958
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5146

דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך שמח »

איינמאהל שפעט נאכמיטאג זעהט זיך ר' שעפטעל אן א ווייפערס אויף די קאר, זעהט אויס סאיז קאליע געווארן ביים פאריגן שניי. יעצט איז שוין 8 אזייגער צונאכטס און מען דארף ארויס פארן קיין קאנאדא און קיין געשעפט איז נישט אפן. איין פלאץ ווי מען קען דאס נאך באקומען אזוי שפעט, איז און וואל מארט, בלית ברירה פול מיט עגמת נפש פארט ער צו קיין וואל מארט, ער קומט אריין אין געשעפט, עס ווערט אים שלעכט, ער ווייסט נישט ווי ער הייבט אן זוכן, ער געט זיך א דריי אהער א דריי אהין און די זייגער ריקט זיך פאראויס. ענדליך האט אים איינער אנגעוויזן דאס פלאץ ווי עס ליגט, ער קומט אהין און ער זיכט און זיכט, ער איז שוין גוט אנגעצויגן אבער ענדליך ער טרעפט עס. ער שפאנט פאראויס שנעל צום קעשיער, ער פרייד זיך ווען ער זעהט אזויפיל קשיער'ס, ער וועט עס מאכן שנעל 1 2 3 און פארגעסן פון די גאנצע עגמת נפש. דערווייל זעהט ער אז נאר 2 3 קעשיער'ס זענען אפן. אנגעצויגן שטייט ער און די ליין אויף ציפעדיגע שפילקעס, ענדליך ווען ער זעהט זיך אינדרויסן פון געשעפט געט ער האסטיג א קוק אויפן זייגער און זעהט עס דאס גאנצע געשעפט האט אים גענימען קרוב צו א שעה.

נאך א שיינעם טאג וואס איז דורך אויף מרת קלאפהאלץ, טראכט זי צו זיך היינט נאכט וואלט געווען א רואיגער צייט זיך אריבער כאפן אויף וואל מארט פאר א פאר שעה, די קינדער שלאפן שוין די גרויסע בחור איז נארוואס צוריק אין ישיבה, דאס מיידל איז שוין אנפאנג וואך געפארן אין קעמפ אריין, עס איז א ראיגער צייט, און איינוועגס וועט זי שוין מיטנעמען איר פארוועלקטע ליסט וואס זי שרייבט אלס אויף זאכן וואס זי קען געברויכן אויב מען באגעגענט עס און געשעפט. א גוטער פלאן. זי נעמט מיט זיך א שכנטע וואס איז אויך און בערך די זעלבע ראיגע מצב יעצט און קען אויך ניצן אזא נאכט אויסליפטעריי, מיטן טראכטן אז פאר 3 שעה גייען זיי נישט ארויס פון געשעפט, מיר דארפן גארנישט פארציילן וואסערע אנגענעמע ראיגע אטמעספער עס איז געווען ווען מרת קלאפהאלץ מיט איר שכנטע אין געשעפט און באטראכטן זאכן און לייגן צירוק, גייען ווייטער און טרעפן א פאר גוטע זאכן וואס מען קען געברויכן און א אידישע שטוב.

יעצט לאמיר קלאהר מאכן וואס איז די חילוק פון ר' שעפטעל און ווידעראום מרת קלאפהאלץ, פארוואס ר' שעפטעל וואס איז געווען און די זעלבע געשעפט מיט אזא אנגסט און אנגעצויגנקייט, און ווידעראום מרת קלאפהאלץ האט געשעפט פון דעם חיזוק אויף די קומעדיגע וואך?

סאיז זייער קלאר אז ר' שעפטעל האט געדארפט איין זאך, ער האט געדארפט ווייפערס פאר די קאר, ער האט זיך נישט געראכטן אז ער וועט דאס יעצט דארפן ספראווען מיט דעם, מילא יעדע זאך וואס ציעט אויס די צייט צו פארברענגן מיט דעם ווערט ער צושפרינגן, ווייל אים ליגט פאר די אויגן די ווייפערס זאלן ליגן אויף די קאר, און ווי לאנג דאס וועט נישט זיין וועט ער שפרינגן, דאס זוכן די ווייפערס איז על אפו ועל חמתו דאס פארן צו וואל מארט איז אים אפקומעניש דאס שטיין ביי די רעטשיסטער און ווארטן אויפן ליין איז אים א אפקומעניש אלס ווייל דאס איז נאך א זאך און נאך א זאך וואס האלט אים בלויז אויף פון די זאך וואס ער וויל שוין זעהן לאנג פערטיג.

מרת קלאפהאלץ איז נישט דא פאר די זאכן וואס זי קויפט יעצט, זיכער קויפט זי נישט קיין איבריגע זאך, אבער דאך איז זי נישט פארדעם דא, סאיז דא צו אטעמן יעצט ראיגע ליפט און דאס האט זי זיי אויפן וועג צו וואל מארט סיי ביים ווארטן אויפן ליין, און אפילו ווען זי דארף עפעס זוכן, ווייל וואס אימער זי טוט יעצט דא איז א חלק פונעם אויסליפטעריי וואס איז דער עיקר ציל דא.

*

יעצט לאמיר זעהן וואס איז אינזער ציל ווען מיר דאווענען צון אייבערטשן ווען מיר בעטן פון אים אינזערע תפילות.

ווען איינער בעט דעם אייבערשטן זיינע צרכים, למשל העלף מיר איך זאל אנקומען צו מיין איפוינטמענט פינקטליך, געב מיר געלדט איך זאל יעצט קענען ארויס גיין עפעס קויפן, געב מיר הצלחה און די נייע בייפאל וואז איך גיי היינט אנהייבן טרייען ביי מיר און געשעפט, דאס איז א סתורה צו אמונה, עס טראגט א פנים ווי יענער וואס איז ארום געפארן די בלאק צו טרעפן א ליידיג פלאץ צו פארקן זיין קאר, און אזוי זיכנדיג שעפשעט ער א תפילה צום אייבערשטן באשעפער העלף מיר איך זאל שוין טרעפן ווי צו פארקן, פליצלינג באמערקט ער פאר זיין נאז אויף זיין לינקע זייט א ליידיג פלאץ צו פארקן, געט ער א זאג, סאיז שוין אקעי באשעפער, איך האב שוין געטראפן א פלאץ איך דארף שוין נישט, שכח עני וועי.

ווער זאגט דיר אז עס איז אזוי גוט אז די זאלסט אנקומען צו די איפוינטמענט אזוי פינקטליך אפשר דער באשעפער וואס זעהט יעצט זאכן וואס די זעהסט נישט זעהט אז עס איז גאר א טובה די זאלסט אנקומען אביסל שפעטער, ווער זאגט די אז אויב די וועסט האבן געלדט צו קויפן עפעס גייט דיר אזוי גוט זיין, די ווייסט דאך נישט אלעס, ער ווייסט יא אלעס, און אפשר לויט זיין אינפערמעשן כביכול איז בעסער פאר דיר אז די זאלסט נישט האבן יעצט קיין געלדט, די זעלבע זאך ווען די האסט א נייע בייפאל און געשעפט אפשר האט דער אייבערשטער א בעסערע באפאל, מילא מתפלל זיין אז זאכן זאלן גיין מיין וועג וואס האב מיר אויספלאנירט אז עס איז גוט איז קלאר א סתורה מיט אמונה.

אויב איינער וויל זיך דינגען מיט דעם אז ער האט יא אמונה והראי' ווען נישט וואלט ער דאך נישט געבעטן דעם אייבערשטן, אמת ער האט מער אמונה ווי איינער וואס גלייבט נישט אינגאנצן, סאיז זיכער א געוויסע דרגה און אמונה אבער ווילאנג ער האלט אז ער ווייסט וואס איז גוט פאר אים, וועט זיין ציל ביים דאווענען זיין נאר צו האבן וואס ער וויל, און ווי שוין געזאגט אויבן וועט ער פון אזא אמונה האבן די זעלבע עגמת נפש וואס ר' שעפטעל האט געהאט מיט די ווינדוי ווייפערס פאר זיין קאר.

*

נאר ווי אזוי דען דארף אויסקוקן אונזערע תפילות?

אינזער ציל ווען מיר בעטן דעם אייבערשטן אינזערע געברויכן איז בעיקר דריי זאכן.

1) מתפלל זיין פאר אנדערע אידן, אריין ברענגן און אינזער הארץ א געפיל פאר אנדערע אידן און בעטן פאר זיי, מיר טרעפן ביי איוב וואס דער אייבערשטער האט אים געשטראפט, ער האט פארלוירן זיינע קינדער זיין גאנצע פארמעגן און ער איז אליין געווארן געשלאגן מיט יסורים, ווי אזוי איז ער געהוילפן געווארן זאגט דער פסוק

והשם שב את שבות איוב בהתפללו בעד רעהו ויסף השם את כל אשר לאיוב למשנה... והשם ברך את אחרית איוב מראשתו, אלעס נאר ווייל ער האט מתפלל געווען פאר זיינע חברים.

מען טרעפט ביי יצחק און רבקה, יצחק האט געבעטן פאר רבקה, און רבקה האט געבעטן פאר יצחק און אזוי זענען זיי געהאלפן געווארן, דער ענין דערפון איז ד' צילך דער אייבערשטער פירט זיך מיטן מענטש גענוי מיט די מידות וואס דער מענטש זעלבסט פירט זיך, און אויב די האסט רחמנות אויף יענעם האט דער אייבערשטער רחמנות אויף דיר, דאס מיינט אז ער העלפט אינז נישט ווייל מיר האבן אזוי געוואלט און געבעטן פון אים, מיר האבן זיך געפירט אזוי ווי ער וויל לויט זיין רצון מיט רחמנות אויף אנדערע, דאן און זיין דרך זיך צו פירן מיט אינז אויפן זעלבן וועג.

מיר זעהן חז"ל לערנען ארויס פון אברהם אבינו ווען ער האט מתפלל געווען אויף אבימלך אז ער זאל נפקד ווערן בשעת ער האט נאך נישט געהאט קיין קינדער, אז המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה, ווייל דאס איז דער ריכטיגער וועג פון תפילה.

פארדעם וען מיר זענען מתפלל תפילת שמונה עשרה איז אלעס בלשון רבים מיר זענען מתפלל פאר אלע אידן און אגב זענען מיר אויך א חלק פון כלל ישראל, חננו מאתך חכמה איז א לשון רבים, די זעלבע השבינו, סלח לנו, ראה נא בענינו, רפאינו, א.א.וו. מיר בעטן נישט געב "פאר מיר" דעס אדער יענס וואס איך וויל זייער שטארק עס זאל מיר גיין גוט, מיר זענען מתפלל פאר אלע אידן און פארשטייט זיך אז מיר זענען אויך נכלל און דעם, און אלע תפילות וואס איז נאר דא פון פריעדיגע גייט מיט דעם נוסח, ביי געוויסע פעלער נאכן בעטן פאר אנדערע זאגט מען ובכללם זאלסט מיך אויך העלפן.

2) אויך טרעפן מיר ביי אלע בקשות וואס מיר בעטן ביי שמונה עשרה פאר אינזערע צרכים ענדיגט זיך די ברכה מיט א נתינת טעם, כי קל טוב וסלך אתה, כי קל גואל חזק אתה, כי קל מלך רופה נאמן ורחמן אתה, כי קל טוב ומטיב אתה ומברך השנים, כי אתה שומע תפילת כל פה. דאס מיינט אז מיר זענען מגלה דעת נאכן בעטן פאר זיך אז מיר גלייבן אז די ביסט דער וואס טוט די אלע זאכן, דאס מיינט אויב כי קל גואל חזק אתה איז נישט קיין סתירה צום ראה נא בענינו, מיר בעטן נאר אויב עס איז איינשטימיג מיט דיר, איי פארוואס דארפן מיר בעטן, דא קומט די דריטע זאך.

3) דער אייבערשטער האט געוואלט מיר זאלן גלייבן און אים און שפירן נאנט מיט אים און רעדן צו אים אלעס וואס באדערט אינז זיך אויסשמועסן מיט אים, און מיר דאווענען נאר ווייל דער אייבערשטער האט געזאגט אז דאס איז זיין רצון.

ווען מען האט די אויבנדערמאנטע צילן ווען מיר דאווענען, זעהן מיר ענדרשט אויס ווי מרת קלאפהאלץ מיר טוען זיך פארבינדן מיט אינזער באשעפער און מיר רעדן מיט אים, מיר בעטן אויף אינזערע ברידער, און איין וועגס וועלן מיר אויך געהאלפן ווערן ווייל דער אייבערשטער וועט גיין מיט וועג מיט ער פירט די מענטשן און וועט געבן וואס מיר האבן געבעטן פאר אנדערע.

(קרעדיט: עבודת הבורא, גענומען פון הד''א אימעילס)
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3724
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6017

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך וואוילער »

הערליכע נקודה ארויסגעברענגט!
מ'גייט דאווענען זיך צו אויסשמועסן מיט'ן טאטן אין הימל, לאמיר אינדזויען און אויסנוצן די צייט מיט א געשמאק!!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 745
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1294

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער שיין! שיינע ריכטיגע נקודה
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
הויזן זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:00 pm
x 92

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך הויזן זאקן »

זייער שיינע נקודה
וואס איז הד"א אימעילס? א וועכנטליכע זאך?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3958
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5146

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך שמח »

הויזן זאקן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:36 am זייער שיינע נקודה
וואס איז הד"א אימעילס? א וועכנטליכע זאך?
יא, זיי שיקן וועכענטליך אן אימעיל מיט קורצע געקליבענע געדאנקען, פון הד''א ענינים און סתם שיינע ענינים.

איך וועל פראבירן צו שאפן די לינק וואו מסיינט זיך אויף, אויב דארף עס איינער זאל מען דא איבערפרעגן.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3724
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6017

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך וואוילער »

שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:47 pm
הויזן זאקן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:36 am זייער שיינע נקודה
וואס איז הד"א אימעילס? א וועכנטליכע זאך?
יא, זיי שיקן וועכענטליך אן אימעיל מיט קורצע געקליבענע געדאנקען, פון הד''א ענינים און סתם שיינע ענינים.

איך וועל פראבירן צו שאפן די לינק וואו מסיינט זיך אויף, אויב דארף עס איינער זאל מען דא איבערפרעגן.
קודם זאג מיר וואס מיינט די ר״ת הד״א
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3958
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5146

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:23 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:47 pm
הויזן זאקן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:36 am זייער שיינע נקודה
וואס איז הד"א אימעילס? א וועכנטליכע זאך?
יא, זיי שיקן וועכענטליך אן אימעיל מיט קורצע געקליבענע געדאנקען, פון הד''א ענינים און סתם שיינע ענינים.

איך וועל פראבירן צו שאפן די לינק וואו מסיינט זיך אויף, אויב דארף עס איינער זאל מען דא איבערפרעגן.
קודם זאג מיר וואס מיינט די ר״ת הד״א
''היט דיין אויגן''
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
הויזן זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:00 pm
x 92

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך הויזן זאקן »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:23 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:47 pm
הויזן זאקן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:36 am זייער שיינע נקודה
וואס איז הד"א אימעילס? א וועכנטליכע זאך?
יא, זיי שיקן וועכענטליך אן אימעיל מיט קורצע געקליבענע געדאנקען, פון הד''א ענינים און סתם שיינע ענינים.

איך וועל פראבירן צו שאפן די לינק וואו מסיינט זיך אויף, אויב דארף עס איינער זאל מען דא איבערפרעגן.
קודם זאג מיר וואס מיינט די ר״ת הד״א
הויזן זאקן
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:00 pm
x 92

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך הויזן זאקן »

שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:52 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:23 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:47 pm

יא, זיי שיקן וועכענטליך אן אימעיל מיט קורצע געקליבענע געדאנקען, פון הד''א ענינים און סתם שיינע ענינים.

איך וועל פראבירן צו שאפן די לינק וואו מסיינט זיך אויף, אויב דארף עס איינער זאל מען דא איבערפרעגן.
קודם זאג מיר וואס מיינט די ר״ת הד״א
''היט דיין אויגן''
אויף שמירת עינים?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3958
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5146

Re: דער חילוק צווישן ר' שעפטל און מרת קלאפהאלץ

פאוסט דורך שמח »

הויזן זאקן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:06 am
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:52 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:23 pm

קודם זאג מיר וואס מיינט די ר״ת הד״א
''היט דיין אויגן''
אויף שמירת עינים?
יא, און אויך פאר אזעלכע וואס דארפן הילף מיט האקעלע ענינים וד''ל.

שרייב פאוסט