יסוד היסודות ועמוד החכמות - י''ג עיקרי האמונה שיסד הרמב''ם זכרונו לברכה

קלונימוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:59 am
x 28

Re: יסוד היסודות ועמוד החכמות - י''ג עיקרי האמונה שיסד הרמב''ם זכרונו לברכה

פאוסט דורך קלונימוס »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:37 pm די טעמע דא זעט אויס רייך און מורא'דיג. יישר כח.

בנוגע צו דער רמב"ם האלט טאקע אז מען דארף טון אין חקירה, איז נישט אזוי פשוט. אבער איך האב נאכנישט גענוג גליינט מיט ישוב הדעת צו קענען מעיר זיין. אולי בהמשך.

@דעת קדשי האט באופן כללי גאר שטארק קלארגעמאכט די פשוט'ע דרך האמונה מיט וואס אונז זעמיר נתחנך געווארן. איך גלייב ווייל איך בין איבערצייגט דערין צוליב די גראדע און קלארע ירושה מדור לדור אויף א מציאות וואס איז פארגעקומען דורך משה רבינו שליח ה' "בפני כל עם ועדה וכל העולם כולו" (נישט ווי להבדיל דער מוחאמעד אדער יוזל וואס האט געחלומט אז וכו').


אוהב מדע האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 3:53 am
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:20 am

איך פארשטיי נישט דיין שאלה, דו פרעגסט וואס איז די חילוק פון מציאות הבורא און השגחתו בתחתונים?

לא קרב זה אל זה.
זיין שאלה איז אז אויב איז דער אויבערשטער איינציג, דאן ווער נאך פירט די וועלט אויב נישט ער אליינס, און פארוואס דארף עקסטער שטיין אז הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
די ערשטע איז אויף יחידות, אז ס'נישטא קיין שתי רשויות ח"ו.

די צווייטע איז אז דער אויבערשטער איז שורה בתחתונים און איז משגיח אויף אונזערע "יעצטיגע" געשעענישן, אלעס געשעט נאר דורך אים, נישט דורך שלוחים אדער מזלות וטבעיות.
די שאלה איז וואס איז דער חילוק פונעם ערשטער איני מאמין\יסוד און דער צווייטער אני מאמין\יסוד נישט אויף דיוקי לשון פונעם ערשטער אני מאמין
שרייב פאוסט