יסוד היסודות ועמוד החכמות - יסוד השני שיסד הרמב''ם ז''ל

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

יסוד היסודות ועמוד החכמות - יסוד השני שיסד הרמב''ם ז''ל

פאוסט דורך נקודות טובות »

יסוד השני אחדות ד'

אינעם ערשטען יסוד שטעלט דער רמב''ם אוועק אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפען די וועלט, און ער פירט די וועלט. ער איז דער מצוי וואס איז אלעס ממציא, און קיין איינער פון די נמצאים זענען נישט די סיבה פון זיין מציאות!

יעצט גיי מיר אריבער צום צווייטען יסוד.
והיסוד השני, יִחוּד השם יתברך. כלומר שזה שהוא סיבת הכל אחד. ואינו כאחד הזוג, ולא כאחד המין, ולא כָאִישׁ האחד המורכב שהוא נחלק לאחדים רבים; ולא אחד כמו הגוף הפשוט האחד במניָן שמקבל החילוק וְהַפְּרִידָה לאין סוף. אבל הוא יתעלה אחד באחדות שאין כמותה אחדות בשום פנים. וזה היסוד השני מורה עליו מה שנאמר שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ד' אלוקינו ד' אחד

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא יָחִיד וְאֵין יְחִידוּת כָּמוֹהוּ בְּשׁוּם פָּנִים. וְהוּא לְבַדּוֹ אֱלֹקֵינוּ. הָיָה הֹוֶה וְיִהְיֶה.

דער רמב''ם איז מבאר און שטעלט אוועק אלץ יסוד, אז דער אויבערשטער איז איינס אבער נישט איינס אזוי ווי די נומבער איינס וואס מיר קענען, וואס דאס איז א לשון מושאל וואס טוט אנווייזען אויף איינס פון עטליכע. נאר איינס מיינט געאיינציגט, אז דער עצם מציאות הממציא לאזט נישט קיין מקום פאר צוויי!

דער רמב''ם איז מבאר אז צוויי איז נאר שייך אין א דבר גוש, וואס מען קען אפטיילען אויפן אויסזעהן, מהות וכדו'. אדער אפי' אויב זענען זיי גלייך קען מען עס אפטיילן אין מקום, זמן, וכדו'. משא''כ ביים אויבערשטען, וואס איז לא ישיגיהו משיגי הגוף, איז נישט שייך בכלל צו לאזן פלאץ פאר עפעס מער, ווייל אויב איז ער נישט מוגבל אין זמן (היה הוה ויהיה) ער איז נישט מוגבל אין מקום (אינו גוף) און ער איז נישט מוגבל אין יכולת (הוא ממציא כל הנמצא) איז נישט שייך בכלל אז ס'זאל קענען זיין חלילה נאך א רשות, ווייל אויב וואלט חלילה געווען מער ווי איין רשות וואלט עס געמוזט זיין אויף אן אופן פון גוף. און אויב איז ער א גוף, איז ער אטאמאטיש מוגבל צו גפניות'דיגע ענינים. און ער וואט נישט געקענט זיין קיין אין סוף. און ווי אויך זאגט די תורה כי ד' הוא האלוקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, און דאס איז נישט שייך אין א מוגבל!

ווי אויך איז דער רמב''ם מבאר, אז אמת איז נאר א זאך וואס איז זיכער, און זיכער איז נאר א זאך וואס איז נצחי, און נצחי איז נאר א זאך וואס איז אין סוף נישט מוגבל. משא''כ א מענטש וואס איז מוגבל קען קיין אמת נישט זיין. ווייל אויב איז ער נישטא געווען נעכטן און ער גייט נישט זיין דא מארגען, איז זיין יעצטיגע דא זיין אויך נישט אמת. משא''כ הבורא יתברך שמו, איז היה הוה ויהיה, און עס איז כמאמר הפסוק אין עוד מלבדו, און דערפאר זאגט די פסוק וד' אלוקים אמת!

ר' יוסף ג'קטיליא (איינער פון די ראשונים מימי הרשב''א) איז מסביר אז דער שם הויה טוט ווייזען אויף דעם היה הוה ויהיה, און אז דער אויבערשטער איז ממציא די גאנצע וועלט. און כדי די וועלט זאל קענען עקזעסטירן האט דער אויבערשטער געמוזט מאכן א צימצום און דאס איז דורך דעם שם אלוקים וואס איז בגמטריא הטבע און איז מרומז אנקעגן מידת הדין, און נאר אזוי האט די וועלט א קיום. און אזוי ברענגט אויך דער תניא אין שער יחוד המעשה, און ער לייגט אויף דעם צו די פסוק פון וידעת היום והשבת אל לבבך כי ''ד' הוא האלקים'', דהיינו אז דער שם אלוקים איז די זעלבע ווי דער שם הויה, און הגם הויה איז מידת הרחמים און אלוקים איז מידת הדין, איז דאס נאר כדי די וועלט זאל קענען עקזעסטירן.

הרב דעסלר איז מסביר וואס דער רמב''ם זאגט אז משה רבינו ע''ה האט געבעטן דעם אויבערשטען הראיני נא את כבודך, ער האט געוואלט אנקומען צו א מדריגה פון כביכול משיג זיין דעם אויבערשטען, האט אים דער אויבערשטער גענטפערט, כי לא יראני האדם וחי. דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, אויב קומסטו אן צו א מדרגה פון משיג זיין אין סוף ביסטו מער נישט קיין נברא, און דו קענסט נישט מער עקזעסטירן. אין עוד מלבדו אפס זלתו איז נישט קיין זאך וואס א נברא קען משיג זיין! און דערפאר ווען די מלאכים זאגן שירה, ווערן זיי תיכף דערנאך בטל כמבואר בחז''ל.

דער רמח''ל אין דעת תבונות לייגט צו, אז הוא הדין כוחות הכישוף וטומאה, וכן טוב ורע איז אלעס נאר ממלכותו יתברך. אזוי ווי די פסוק זאגט יוצר אור ובורא חשך עשה שלום ובורא רע אני ד' עשה כל אלה. הגם מיר פארשטייען נישט ווי אזוי דאס קען זיין, איז דאס אבער נכלל אין דעם ואין שום יחודת כמוהו בשום פנים!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוהב מדע
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:08 pm
x 2

Re: יסוד היסודות ועמוד החכמות - י''ג עיקרי האמונה שיסד הרמב''ם זכרונו לברכה

פאוסט דורך אוהב מדע »

נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:18 pm יסוד השני אחדות ד'

און אלקים, דין, איז נאר דא ווייל אז דער אויבערשטער וויל געבן השלמה פאר די נשמות, מוז קודם זיין א חסרון, עפעס וואס די השלמה זאל ערפילן. און השלמה איז גרעסער ווי זיין גאנץ פון אנפאנג.

דער אויבערשטער איז נישט איינס ווייל איינס איז רעלאטיוו, אבער דער אויבערשטער איז נישט רעלאטיוו צו גארנישט, נאר איז איינציג.
מיינונג איז דער צווישנשייד צווישן וויסנהייט און אומוויסנהייט.
שרייב פאוסט