פרויען רעכטן פאליסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ווינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:06 am
x 54

פרויען רעכטן פאליסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?

פאוסט דורך ווינקל »

נאכדעם ווי מ'זעט ווי די דעמאקראטישע פארטיי געווינט איין עלעקשאן נאכן צווייטן באזירט אויף דעי פרויען רעכטן פאלעסיס וואס רעפובליקאנער זענען מאוסטלי דערקעגן. וואס איז די מהלך וואס רעפובליקאנער דארפן נעמען פון יעצט און ווייטער אויף דעי אישו? ווי גייט מען פון דא ווייטער?
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 563

Re: פרויען רעכטן פאלעסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?!

פאוסט דורך קיינמאל »

שטארקע פראגע

קודם דארף מען זען צו עס איז בכלל אמת אז די דעמאקראטן געווינען טאקע
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 563

Re: פרויען רעכטן פאלעסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?!

פאוסט דורך קיינמאל »

די אמת איז אז זייט ביידען איז געווארן פרעזידענט האבן רעפאבליקאנער געווינען אלע סעפציעל עלעקשען ביז די סופרים קאורט האט צירוק געדרייט די דאאבאס פסק האבן זיי אנגעהויבן פארלירן

העמיר עפשער שפעטער ברענגען די טשארט
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 563

Re: פרויען רעכטן פאלעסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?!

פאוסט דורך קיינמאל »

די ערשטע זאך דארף מען אויפהערן רופן רציחות, פרויען רעכטען

דאס מיינט אז די רעפאבליקאנער רייסן נישט צירוק די דעמאקראטן איבער די אישו זיי פארענטפערן זיך נאר אז וויפיל וואכן

אנשטאט צירוק ווארפן די נישא אין פנים פאלן זיי פאר דעמאקראטן
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 196

Re: פרויען רעכטן פאליסיס; וואס זאל זיין דער רעפובליקאנער מעסעדזש?

פאוסט דורך גראז »

צו די שאלה:

אינוועסטן אין א אייגענע עדיוקעישאן סיסטעם, און אויך צוביסלעך ארבייטן איבערצוטוישן די עקזעסטירענדע עדיוקעישאן סיסטעם.

פאוקוסן אין זייער מעסעדזש מער איבער אויסברייטערן און אויסבעסערן אדאפשען פראגרעמ'ס אד"ג.

ארויסשטעלן אייגענע אלטערנאטיווע אמענדמענט'ס אויף דעי נושא, נישט אזוי ווי ס'איז געווען יעצט אין אהייאו ווי רעפובליקאנ'ס האבן נישט ארויסגעשטעלט א אייגענע ווערסיע פון א געזעץ אין דעי נושא, ס'איז דזשאסט געווען א יעס אדער נאו אפשען.

אנהייבן רופן די דעמאקראטן "אנטי לייף" אנשטאט "פרא עבארשען", און די פרא אבארשען געזעצן "בעיבי'ס קילינג געזעצן" אנשטאט "אבארשען פראטעקשאן געזעצן", און "קילינג רייט'ס" אנשטאט "אבארשען רייט'ס".


רעפובליקאנער זענען אזוי בעד מיט מעסעדזשינג און מיט עקטשולי אימפלעמענטן זייערע געדאנקענגענג אין די לאנד'ס קולטור אז ס'איז א שרעק.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 327

Re: פרויען רעכטן פאליסיס; וואס זאל זיין דער רעפובליקאנער מעסעדזש?

פאוסט דורך Programming »

זיי קענען (און בפשטות, וועלן) זיך פשוט אפלאזן פון דעם, אויב דאס וועט ווייטער אנהאלטן אלס א אישו וואס מאכט די פארטיי וואס שטעלט זיך ארויס דערקעגן אומערוועלבאר

רעפובליקאנער זענען אריגינעל געווען להשמיד קעגן רוזוועלט'ס ניו דיעל, סאושעל סעקיוריטי, מעדיקעיר א.א.וו. אבער נאכדעם וואס דעמאקראטן האבן געווינען 5 פרעזידענטליכע פארמעסטן אין די רייע, און אנגעהאלטן באקוועמע מאיאריטעטן אין קאנגרעס און סענאט פאר צענדליגער יארן, האבן די רעפובליקאנער געכאפט אויפן ווינק... אז דאס פאלק איז נישט אינטערעסירט אין די סחורה וואס זיי האבן צו פארקויפן, און זיך גערוקט פאראויס צו אנדערע אישו'ס.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 563

Re: פרויען רעכטן פאליסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?

פאוסט דורך קיינמאל »

אין ווירדזשיניע א היבש לינקע סטעיט וואס ביידען האט געווינען מיט איבער 10 פערצענט האט די רעפובליקאנע גאווערנאר דארט קאמפיינט פאר פרא לעבן אויף א 15 וואכן בען

דעס זענען געווען די רוזאלטאטן


VA Generic Ballot 2022: 🟦D+3.39

VA Generic Ballot 2023: 🟥R+0.70

2022->2023 Swing: 🟥R+4.09
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: פרויען רעכטן פאליסיס - וואס זאל זיין די רעפובליקאנער מעסעדזש?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

האף איך אז @Programming איז נישט גערעכט. כאטש שכל'דיג איז ער יא...

ירחם ה'.
שרייב פאוסט