אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
אזערביידזשאנע דראונס ווישן אפ ארמעניע'ס ארמיי קאלום'ס
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
א ראטגעבער צום פרעזידענט פון אזערביידזשאן אליעוו זאגט פאר TASS אז 'די צילן פון די קאראבאך אפעראציע זענען שוין כמעט דערגרייכט'
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
אין 2020 האט אזערביידשאן איינגענומען א גרויס חלק פון די שטחיםניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:14 pm נאך לאנגע יארן פון מיליטערישע קאנפליקטן און ראבערייען האט היינט אויסגעבראכן א פולקאמע מלחמה צווישן ארמעניע און ארביידזשאן אין די נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך ראיאן.
דאס איז א מלחמה צווישן צוויי ציוויליזירטע לענדער, אין די שלאכטן באנוצן זיך ביידע זייטן מיט העליקאפטערס, עראפלאנען, טאנקען, ארטילעריע און צענדליגער שטארבן טאג טעגליך. דאס איז נישט די ערשטע מלחמה צווישן די צוויי, נאר א פארזעצונג פון א קאנפליקט וואס גייט שוין אן צענדליגער יארן.
אינפארמאציע איבער ביידע לענדער וואס איז וויכטיג צו וויסן:
ארמעניע
פאפולאציע: 3 מיליאן
טעריטאריע: 10.810 סקווער מייל
רעזשים: דעמאקראטיע
זיכערהייט מיניסטעריום בודזשעט: 634 מיליאן דאללער
הויפט פארבינדעטע: רוסלאנד
אזערביידזשאן
פאפולאציע: 10 מיליאן
טעריטאריע: 33.204
זיכערהייט מיניסטעריום בודזשעט: 267 מיליאן דאללער
הויפט פארבינדעטע: טערקיי
אויף וואס שלאגט מען זיך?
די שלאכטן קומען פאר אין נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך - א זעלבסט שטענדיגע ארמענישע לאנד אין אזערביידזשינע טערירטאריע. זינט די ענדע פון נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך אין 1994, קאנטראלירט ארמעניע די אקופירטע שטחים. די ארמענישע ארמיי פארמאגט פאזיציעס אין שטחים וואס באלאנגט צו אזערביידזשאן. אזערביידזשאן, וואס האט פארלוירן די מלחמה אין די פריע ניינציגער יארן, האט עטליכע מאל פראבירט צו צוריק אייננעמען נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך אבער איז דורכגעפאלן ביי יעדן פרואוו. אין נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך וואוינען ארום 150,000 ארמענער און זיי רעגירן ווי א זעלבסט שטענדיגע לאנד. זיי פארמאגן א אייגענע פארלאמענט, רעגירונג, מיליטער און פאליציי. די בירגער פון נאַגאָרנאָ-קאַראַבאַך זענען רובם ככולם ארמענער און די ארמענישע ארמיי העלפט זיי צו אכטונג געבן זייערע גרעניצן.
מאפע פונעם ראיאן
Screenshot_20230919_210919_Chrome.jpg
אזערביידזשאן איז אינטערסירט צו אייננעמען די מערב זייט פון זייער לאנד וואס געפינט זיך אונטער ארמענישע קאנטראל.
וואס האט יעצט פאסירט?
נאך די לעצטע דורכפאל פון אזערבייזשאן צו איינעמען ארמענישע פאזיציעס אין אפריל 2016, איז די רוף פאר נקמה שארפער געווארן צווישן די פירער און דאס פאלק. די צוגרייטונגען פאר די 2016 מלחמה האט געדויערט דריי יאר, פאר די יעצטיגע מלחמה האט אזערביידזשאן זיך צוגעגרייט במשך פיר יאר. זיי האבן געשלעפט די שלום פארהאנדלונגען אין מינסק און געדאפלט יערליך זייער דעפענס בודזשעט.
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
טויזענטער מענטשן פארזאמלט ביי די עירפארט און קאראביקא ארמעניע זוכנדיג צו אנטלויפן פון לאנד נאך די באמבאדירונגען פון די אזערביידזשאנע מיליטער
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
דער פרעזידענט פון אזערביזשאן זאגט אז זיין מיליטער האט ערפולט אלע צילן א טאג נאך וואס ער האט געמאלדן איבער די אפעראציע און ארמעניע
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
די ארמעניע און קיראבעיק האבן זיך אונטערגעגעבן צו די אזערביידזשאנע!
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
ביזדערווייל איז דא 200 טויטע און 400 פארוואונדעטע פון די אזערביידזשאנע אטאקעס און ארמעניע
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
זיי וועלן אוועקגיין צוריק אריין טיף און ארמעניע
ארמענישע איינוואוינער פון קאראבאך וועלן זיך מארגן טרעפן מיט די אזערביידזשאנער באאמטע צו דיסקוסירן די ענינים פון זיך צוריק איינגלידערן מיט אזערביידזשאן באזירט אויף דער קאנסטיטוציע און געזעצן פון דער רעפובליק פון אזערביידזשאן
ארמענישע איינוואוינער פון קאראבאך וועלן זיך מארגן טרעפן מיט די אזערביידזשאנער באאמטע צו דיסקוסירן די ענינים פון זיך צוריק איינגלידערן מיט אזערביידזשאן באזירט אויף דער קאנסטיטוציע און געזעצן פון דער רעפובליק פון אזערביידזשאן
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
א פייער אפשטעל איז אריין און קראפט...
ביז..... לאל
ביז..... לאל
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
די רוסישע שלום היטערס גייען אויסארבעטן די אפמאך
די ארמענישע פרעזידענט זאגט אז ארמעניע האט נישט אנטיילגענומען און די אפמאך בכלל
די ארמענישע פרעזידענט זאגט אז ארמעניע האט נישט אנטיילגענומען און די אפמאך בכלל
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
אמעריקע וועט פאראויס גיין מיט א געפלאנטע מיליטערישע עקסערסייז מיט ארמעניע סעפטעמבער 20.
אמעריקאנער אפישעלזאכט עס ס האט גארנישט צו טאן מיט קאראבאך.
אמעריקאנער אפישעלזאכט עס ס האט גארנישט צו טאן מיט קאראבאך.
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
סעטעלייט בילד צייגט א מאסיווע ארויסווארדערונג פון קאראבאך געגענט אריין קיין ארמעניע
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
העכער 100 טויזענט האבן שוין פארלאזט דעם קאראבאך געגענט זינט די קריג
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
הרב זמיר איסייב פון די פירער פון די אידישע קהילה אין אזערבידזשאן האט זיך געוואנדן מיט א שארפע ווארענונג צו די איבערגעבליבענע אידן אין ארמעניע, אנטלויפטס! בעוד מועד! דאס קומט נאכדעם וואס דער בית המדרש אין יערוואן דער הויפטשטאט פון ארמעניע איז וואנדיליזירט געווארן במשך סוכות און טעראר גרופעס האבן געסטראשעט מיט נאך אטאקעס ה"י.
הרב איסייב האט זיך געבעטן ביי די ארטיגע אידן אז אויב דארפן זיי סיי וואספארא הילף זיך ארויסצוזען פון לאנד זאלן זיי אים לאזן וויסן וואס פריער.
הרב איסייב האט זיך געבעטן ביי די ארטיגע אידן אז אויב דארפן זיי סיי וואספארא הילף זיך ארויסצוזען פון לאנד זאלן זיי אים לאזן וויסן וואס פריער.
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
אויב מעג מען פרעגן וואו זענען די לענדער?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
און די מיענטיים און ארמעניע/אזערביידזשאן די פרעזידענט פון אזערביידזשאן האט זיך היינט באטייליגט ביי א צערעמאניע און ארויפגעצויגן די אזערביידזשאנע פאן און די קארבאך געגנט
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 786
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
בטעות אריין געפאלן דא?
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
נישטא מער
Re: אנגעצויגענע מצב צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן
אזערביידזשאן האלט אפ א מיליטערישע פאראדע צו פייערן ניצחון