מדינת ישראל אין מלחמה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
וויקטאריע רואיז וואס איז א פאבליק פארטיידיגער אין די ניו יארקער געריכט סיסטעם האט זיך אפגעזאגט פון איר אמט, דאס איז געקומען נאך א ווידעא וועלכע איז ארומגעפארן אויף סאציאלע מידיע ווי מען זעהט איר מיט א שמייכל אויפן פנים אראפ רייסן פלאקאטן מיט די נעמען אין בילדער פון די פארכאפטע אין עזה, דאס האט געברענגט צו דעם אז איר דירעקטאר זאל לייגן דריק אז זי זאל רעזיגנירן.
אין א סטעיטמענט וואס זי האט ארויסגעגעבן האט זי זיך אנטשולדיגט פאר איר אקט זאגענדיג אז זי האט נישט געמיינט צו בארעכטיגן די פארכאפונג פון די משכונות.
אין א סטעיטמענט וואס זי האט ארויסגעגעבן האט זי זיך אנטשולדיגט פאר איר אקט זאגענדיג אז זי האט נישט געמיינט צו בארעכטיגן די פארכאפונג פון די משכונות.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
גוט מארגן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
עטליכע נייעסער בחצרות מדנ"י-עזה:
- צה"ל ווארטזאגער מפרסם רוף צו פארבליבענע צפון עזה איינוואוינער זיך אנצושליסן צו די טויזענטער וועלכע האבן שוין זייט צופרי עוואקואירט קיין דרום. די הומענטארישע קארידאר איז פארלענגערט געווארן מיט א שעה, ביז דריי נאכמיטאג. פרישע קליפס צייגן ווי פילע מאסן עוואקואירן, טייל מיט אויפגעהויבענע ווייסע פענער אין די הענט.
- פרישע אויפרייס אויסטוישן ביי לבנון גרעניץ.
- 51 אינטערנאציאנאלע פרויען ארגאניזאציס מיט דרינגענדע רוף צו יו-ען יומען רייטס קאונסיל זיך אריינצומישן לטובת די באפרייאונג פון די פארכאפטע וואס זענען אין געפענגעניש ביי כאמאס. (יו-ען רעאגירט: מיר זארגן בלויז פאר די פאלעסטינער ציווילע).
- פאלעסטינער אויטאריטעט אנטזאגט איבערצונעמען די פאלעסטינער שטייער געלטער פון מדנ"י צוליב דער באשלוס אראפצורעכענען דערפון די געלטער וואס פלעגט גיין קיין עזה.
- פרישער אומגעקומענער צה"ל זעלנער, 22 יעריגער יונתן חצור פון קציר, הי"ד.
- אלעזר שטערן (יש עתיד): די ריכטיגע זאך איז אז יש עתיד זאל זיך אנשליסן אין די רעגירונג וויבאלד אחדות שטייט אצינד איבער אלעם, איי פארוואס האט יש עתיד זיך נישט נאכגעשלאסן? "דאס דארף מען פרעגן פאר לפיד".
- הויכראנגיגער כאמאס'ניק, חליל אל-חיה, אין אן אונטערוויאו מיט'ן נ"י טיימס: דער הויפט ציל פון די 7 אקטאבער אקציע (שחיטות) איז געווען צוריקצוברענגען די פאלעסטינער טעמע אויפ'ן טיש, כאמאס'ס ציל איז נישט צו פירן עזה און אהינברענגען וואסער און לעקטער און נישט צו פארבעסערן די סיטואציע, דער קאמף איז נישט געווען וויבאלד מיר האבן געוואלט האבן גאזאלין אדער ארבעטער, דער איינציגער ציל איז געווען דראסטיש צו טוישן די סיטואציע, "מיר האבן אויפגעוועקט די וועלט פון זיין טיפער שלאף און געוויזן אז די טעמע דארף בלייבן אויפ'ן טיש".

- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 898
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1588
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איך מיין אז א שיינע חלק דא זענען אידן ניין?ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:01 amדי 22 דעמאקראטן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די רעפאבליקאנערניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:42 pm קאנגרעס האט געשטימט שארף צו פארדאמען ראדיקאל פראגרעסיווע קאנגרעספרוי ראשידא טלאיב פארן פארשפרייטן פאלשע רעטאריק איבער די איזראעלי טעראר קריג און נוצן די אויסדרוק "פראם די ריווער טו די סי" וועלכע רופט פאר די פארטיליגונג פון אלע אידן אין ארץ ישראל רח"ל.
די וואוט איז אריבער מיט 22 דעמאקראטן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אלע רעפובליקאנער און האבן געשטימט פארן ביל, עס איז אדורך מיט 234-188
Screenshot_20231108_000057_WhatsApp.jpg
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
איראנע פארשטייער און די יו ען זאגט אז איראן האט נישט קיין חלק און די אטאקעס אויף די אמעריקאנער באזעס און איראק/סיריע
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געזונטהייט מיניסטעריום פון עזה
10,569 טויטע
2,500 פעלן
העכער 26,000 פארוואונדעטע
10,569 טויטע
2,500 פעלן
העכער 26,000 פארוואונדעטע
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
פרישע הונדערטער פאלעסטינער פארלאזן היינט צפון עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
צוויי זעלנער זענען פארוואונדעט געווארן דורך אן אנטי-טאנק מיסיל געשאסן פון לבנון אויף מיליטער אין די געגנט פון צפון
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
צה"ל
מדינת ישראל מיליטער האט שוין פארניכטעט העכער 130 טונעלן און עזה

איטאליע גייט שיקן א שפיטאל שיף צו די ברעגעס פון עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
יונתן חצור 22
א פרישע אומגעקומענע און עזה
א פרישע אומגעקומענע און עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
ניו יארק טיימס אויספארשונג: די אטאקע פון חאמאס שבת איז גענוצט געווארן צו באשליסן אן אינערליכע סטראטעגישע סיכסוך אינערהאלב חאמאס - צו מען זאל זיך מצמצם זיין צו פירן א נארמאלע לעבן אין עזה פאס, אדער זיך אומקערן צום וועג פון טעראר. ובחרת ב... די עלטערע פירער אין עזה האבן בוחר געווען די מער עקסטרעמע מיליטערישע ליניע. נאך א הויפט ציל וואס די הויכע חאמאס באאמטע האבן געשטעלט בעפאר די אטאקע איז די באפרייאונג פון די פאלעסטינער געפאנגענע אין מדינת ישראל. די פירערשאפט פון דער ארגאניזאציע זעט די אקטאבער אטאקע ווי א וויכטיגער שריט צו ברענגן נענטער דעם ציל, אפילו פאר די שווער פרייז פון פאלעסטינער ציווילע פארלוסטן. (קרעדיט ישראל הלוי, אייוועלט)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
פרישע בילדער פון מדינת ישראל מיליטער און עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
חיזבאלא האט היינט געשיקט ראקעטן קיין מדינת ישראל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען:
מדינת ישראל וועט נישט קענען פירן עזה נאכן קריג
און מדינת ישראל גאווערמענט האט אונז געזאגט אז זיי פלאנען עס נישט צו פירן
מדינת ישראל וועט נישט קענען פירן עזה נאכן קריג
און מדינת ישראל גאווערמענט האט אונז געזאגט אז זיי פלאנען עס נישט צו פירן
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
נאך עטליכע נייעסער.
- בג"צ ווארפט אפ קלאגע פון אראבישע-איזראעלי גרופעס קעגן דעם מפכ"ל המשטרה יעקב שבתאי וואס האט פארבאטן דורכצופירן טעראריסטן קעגן די עה קריג אין אום אל פחם און סכנין צוליב וואס דאס קען בלויז אויפהעצן דעם צושטאנד. פראטעסטן איז טאקע א דעמאקראטישער גרונד-פרינציפ, אבער ס'איז אויך דא אויסנאמען ווען נישט.
- דער כאמאס סעקרעטאר פון די יו-ען, גוטערש, האט ווידעראמאל אטאקירט מדינת ישראל פאר די אפעראציע אין עזה, צוליב די טויזענטער אומגעקומענע קינדער און די קאטאסטראפאלע הומעניטארישע צושטאנד. ער האט געשיקט א מעסעדזש צו מדנ"י צו צווישנשיידן צווישן כאמאס און דער פאלעסטינער פאלק.
- די צאל צה"ל אומגעקומענע אין עזה זייט'ן אנהייב פון די עזה אפעראציע איז ליידער 33.
- נתניהו האט זיך געוואנדן צו א ריי וועלט פירער צו שיקן שיפן שפיטעלער קיין עזה, מיט'ן ציל צו עסטעבלישן פעלד שפיטעלער און שיף שפיטעלער וואס זאל דינען אלס אלטערנאטיוו פאר די עזה שפיטעלער וועלכע זענען פארוואנדלט געווארן אלס טעראר הויפטקווארטירן. איטאליע, פראנקרייך און גריכענלאנד זענען נאכגעקומען זיין ביטע, און האבן ארויסגעשיקט\גייען ארויסשיקן אזעלכע שפיטעלער.

גאנצע האב און גוטס
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
עמית סגל:
מען רוקט זיך נענטער צו א פייער-אפשטעל פאר באפרייאונג פון משכונות

גורם המקורב לחמאס מסר כי נערכות שיחות לקיום הפסקת אש של שלושה ימים בלחימה בעזה, בתמורה לשחרור 12 חטופים, ובהם שישה אזרחים אמריקנים. כך דיווח העיתון "א-שרק אל-אווסט", היוצא לאור בלונדון בשפה הערבית. (עינב חלבי)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
האיטיס און תימן זאגן אז זיי האבן אראפגעשאסן א אמעריקאנער דראון
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
נאך זאגן זיי אז זיי האבן געשיקט 500 דראונס קיין מדינת ישראל
לכאורה ביידע נייעס די זעלבע אמת
לכאורה ביידע נייעס די זעלבע אמת
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
מדינת ישראל מעלדט אז זיי האבן עלימינירט אבו זינא די וואפן פירער פון חאמאס