באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
- סאטמארע נייעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 130
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
- x 135
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל נשואי נכדתו למז"ט, היינט פארנאכטס אין די זאלן פון שאפינג סענטער.
סאטמאר'ע נייעס
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
ווידיאוס
בילדער גאלעריע צו זעהן און דאונלאודן
https://www.filemail.com/d/pcvhwqncubebtar

- פיילס
-
- IMG_20231102_015535_334.jpg (217.38 KiB) געזען געווארן 1023 מאל
-
- IMG_20231102_015535_644.jpg (221.01 KiB) געזען געווארן 1023 מאל
-
- IMG_20231102_015535_126.jpg (209.14 KiB) געזען געווארן 1023 מאל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
בצל הקודש
=מיטוואך וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל אראן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון שאפינג סענטער ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת בנו הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול איבער עניני נשואין און איבער די שווערע מצב בארה"ק,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן און פארן דיין שליט"א, מחותנים און די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און דערנאך מיט די מחותנים און עקסטער אין א מחול לצדיקים מיטן דיין שליט"א און מיט די אנדערע חשובע זיידעס,
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:25 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די חשוב'ע סופרים פון ק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
ביים שבע ברכות האט צום ערשט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פונעם איגוד הסופרים וואס איז געגרינדעט געווארן בברכת ובעידוד הקודש פון רבינו שליט"א,
במשך די סעודה האבן עטליכע סופרים אויפגעטרעטן ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר סופרים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת,
דערביי האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע נייע הידורים בעניני סת"ם און אויסגעשמיעסט באריכות אלע צדדים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארום גערעדט בעניני שמחת חתן כלה און איבער די חשיבות פון סופרים און אנגעוואונטשן פאר די אלע סופרים ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן און ארומגעטאנצן די זאל פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק',
ברכות ראשונות: הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ר"י דושינסקיא ירושלים,
ברכה אחריתא: הר"ר יואל יעקב דושינסקיא שליט"א - רב דקהילת דושינסקיא לאנדאן,
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
א גוטע נאכט.
~~

אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
בצל הקודש
רבינו שליט"א ביים שמחת השבע ברכות לרגל נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א צוגעשטעלט דורכ'ן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די צענדליגע סופרים פון ק"י, פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

- 5051095434218548268_121.jpg (126.36 KiB) געזען געווארן 974 מאל
-
- 5051095434218548269_121.jpg (113.13 KiB) געזען געווארן 974 מאל
-
- 5051095434218548270_121.jpg (148.64 KiB) געזען געווארן 974 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 9:25 am בצל הקודש
רבינו שליט"א ביים שמחת השבע ברכות לרגל נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א צוגעשטעלט דורכ'ן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די צענדליגע סופרים פון ק"י, פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
~~
- פיילס
-
- 5051095434218548277_121.jpg (140.12 KiB) געזען געווארן 974 מאל
-
- 5051095434218548274_121.jpg (122.18 KiB) געזען געווארן 974 מאל
-
- 5051095434218548276_121.jpg (145.93 KiB) געזען געווארן 974 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מאמשינוב השתתף אמש בהכנס"ת לבית מדרשו ברחוב אבא שאול בביתר מהשעה 11 עד השעה 4 לפנו"ב.
- פיילס
-
- 1000246168.jpg (174.69 KiB) געזען געווארן 901 מאל
-
- 1000246169.jpg (122.9 KiB) געזען געווארן 901 מאל
-
- 1000246170.jpg (168.94 KiB) געזען געווארן 901 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
היינט קומט פאר די גרויסארטיגע מעמד חנוכת הבית פאר די נייע פראכטפולע בנין התלמוד תורה דחסידי באבוב 45 אין שטאט בארא פארק, וואס איז געבויעט געווארן לשם ולתפארת דורכאויס די לעצטע פאר יאר
- פיילס
-
- 1000246389.jpg (342.49 KiB) געזען געווארן 901 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אנשטאט פלארידע?לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:10 pm Screenshot_20231101_204122_Gmail.jpg
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
מבחן פומבי ה' לך לך
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
בצל הקודש
תהילים שיעור פון היינט דאנערשטאג וירא אין ישיבה סניף ברך משה, ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די מצב אין ארה"ק.
~~
תהילים שיעור פון היינט דאנערשטאג וירא אין ישיבה סניף ברך משה, ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די מצב אין ארה"ק.
~~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
.
- פיילס
-
- 5053347234032233405_121.jpg (209.08 KiB) געזען געווארן 773 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
עס קומען געהויבענע טעג אין אמעריקא במחיצת שר התורה מנהיג קהילה קדושה פני מנחם גור
- פיילס
-
- 1000111163.jpg (133.54 KiB) געזען געווארן 706 מאל
-
- 1000111162.jpg (108 KiB) געזען געווארן 709 מאל
-
- 1000111160.jpg (121.2 KiB) געזען געווארן 709 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
יא! דאס איז טאקע א דביקות צעטל!וואסאפשט האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 10:08 pm סאטמאר מהרי"י וומ"ס
וְהַמִּכְתָּב מִכְתַּב אֱלֹקִים הוּא חָרוּת:
מוסדות סאַטמאַר פּראָקלאַמירט היסטאָרישן ״אחד יחיד ומיוחד״ גורל אויף אומשאַצבאַרער ״כתב דביקות״ פון רביה״ק מסאטמאר זי״ע, ״אנכי ה׳ אלקיך״, וועט טוישן אייגנטומערשאַפט צום ערשטן מאָל אין 55 יאָר
הייליגער האַנטשריפט פון צדיק הדורות בשנת תשכ״ט, אַ שטיק צייט נאָכ׳ן סטראָוק, ווען דער באַרימטער מח-ספּעציאַליסט ״דאָקטאָר בענדער״ האָט געבעטן דעם רבי׳ן עפּעס צו שרייבן, צו זען אויב דער מח אַרבעט געהעריג, האָט דער צדיק אמת מיט אָנשטרענגונג געשריבן די דריי הייליגע ווערטער וואָס איז אַלעמאָל געווען חרות על לבו הטהור, די יסוד האמונה הטהורה בה׳: ״אנכי ה׳ אלקיך״!
הייליגער כתב דביקות ה׳ איז געווען עד היום אונטער אייגנטומערשאַפט פונעם ״הויז בחור״ הרה״ח ר׳ מאיר שניטצלער שליט״א, וועלכער האָט אַליין מיטגעהאַלטן די הייליגע מחזה ווי דער צדיק יסוד העולם שרייבט דאָס אָפּ, צום שאָק און וואונדער פונעם דאָקטאָר, וראו כל עמי הארץ כי ״שם ה׳״ נקרא עליך!
איינמאָליגער פּראָיעקט, אַן איינציגער כתב, צו שענקען אַן איינמאָליגע געלעגנהייט
$1,800 אָנשלוס להחזקת מורשת צדיק, מוסדות סאַטמאַר, וועט שענקען אַ שאַנס אינעם היסטאָרישן גורל אויף אומשאַצבאַרן חפץ קודש לשמירה ולהצלחה
מיט׳ן זיך אָנשטרענגען צו שענקען אַ נדבה פון 1,800 דאָלער פאַר די המשכה פון הייליגן רבינ׳ס עמל ויגיעה, די מוסדות הק׳ וואו העכער 12,000 קינדער כ״י ווערן נתחנך בדרכו הקדושה, און דאָס איז געווען משאת נפשו כל הימים, וועט מען באַקומען דעם גאָלדענעם זכות נשגב, אַ שאַנס אינעם הייליגן גורל, צו קענען געווינען דעם רבינ׳ס ״כתב דביקות בה׳״, להניח ברכה אל תוך ביתכם, לעד ולנצח!
unnamed (3).jpg
אבער א שטיקל פארעכטונג, די נקודה איז נישט ווי געשריבען דא אז ער האט זיך בשארות כוחותיו אנגעשטרענגט צו שרייבן אט די הייליגע ווערטער. ניין, דאס ווייזט אביסל וואס איז שטענדיג געליגן און חקוק געווען אין דעם הייליגן מוח! א קלארע קאפ אדער א אפגעשוואכטע קאפ האט די אנכי ה' אלקיך געפלאקערט! אוי! די דביקות פונעם הייליגן צדיק! התבוננו נא!
איך וואלט דאס נישט אוועקגעגעבן
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
הגאון הצדיק ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א בצל חותנו מרן אדמו”ר מוויזניץ שליט"א אצל שמחת הוואך נאכט והבר מצוה אין מאנסי
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
- קאץ און מויז
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:11 am
- x 3
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
וואס פשט פון שרייבן פאלשע נייעסדער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:42 am בצל הקודש סאטמאר מהר''א
=מאנטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יצחק בערנשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן זאגן די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים האט דער רבי געזאגט די סדר תהילים וואס איז באשטימט געווארן צו זאגן היינט דורך כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וביד"צ עדה החרדית לאור די מצב המלחמה בארה''ק, און נאכן יהי רצון געזאגט די תפילה פון אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה וכו'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 5:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,200 תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז מען דארף שטייגן אין ישיבה בתורה עבודה וגמ"ח, תורה: מען זאל לערנען און חזר'ן אז מען זאל קענען קונה זיין מסכת הש"ס און אזוי אויך מיטהאלטן די שיעורים הן אין גמרא און הן אין די שיעורי שו"ע און סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך צו לערנען מוסר ספרים בקביעות,
עבודה: די תפילות דארפן זיין ווי עס פאסט פאר א ישיבה בחור, דאווענען אויפן קול ובמקום קבוע,
גמ"ח: ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן סיי דורך גיין נאך געלט און סיי מיט א גוט ווארט אדער לערנען מיט א בחור וכו',
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און אויסניצן די מוצאי שבתים מיט תורה און סעודת מלוה מלכה, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
צום שלוס האט דער רבי דערמאנט די שווערע מצב המלחמה אין ארה"ק און די שווערע סכנה אין וועלכע כלל ישראל געפונט זיך.
דער רבי האט באוויינט די הרוגים, און דערמאנט אז כאטש די ביהמ"ק איז חרוב געווארן דורך די חטאים, דאך איז דער נביא מקונן אויף די חללים, וועלכע חללים? אלע! אפילו די וואס האבן חוטא געווען און דורך זיי איז געקומען די חורבן.
עמלק האט מלחמה געהאלטן מיט כלל ישראל, עמלק האט נאר געהאט א שליטה אויף וואס זענען געווען אויסגעשפיגן פונעם עמוד הענן, און דאס איז די וואס האבן געהאט א פסל מיכה, אבער דאך זאגט די תורה זכור את אשר עשה לך עמלק.
ביים צווייטן וועלטס קריג זענען א גרויסע רוב פון די זעקס מיליאן אידן ליידער נישט געווען קיין שותו"מ, דאך זאגט מען ה' ינקום דמם פון אלע זעקס מיליאן.
עס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן 1,400 אידן, טאקע צווישן זיי אזעלכע וואס די תורה זאגט מחלליה מות יומת, אבער אז א גוי האט גע'הרג'עט איז אן אנדערע מעשה.
הקב"ה איז זיך מצער בצרתן של ישראל, אפילו די וואס זענען מחויב מיתה, און אז הקב"ה איז זיך מצער דארף זיך יעדע איד מצער זיין.
דער רבי האט נאכגעברענגט א דרשה פון רבינו הקוה"ט בעל דבר"י זי"ע ביים קריג איבער הצלת פליטי פוילן, אז מען דארף העלפן אלע פלטים, אפילו נישט שומרי תורה ומצות, ווייל ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא.
ביים זעקס טאגיגן קריג האט רביה"ק זי"ע זיך זייער מצער געווען אויף 'אלע' הרוגים, עס איז געווען דעמאלט א יום תפילה האט דער רבי געזאגט מ'דארף מתפלל זיין פאר די הצלה פון די אידן, אבער נישט פאר די הצלחה פון די ציונים. וויאזוי? דער אויבערשטער איז א כל יכול.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז ליידער בשעת הקב"ה איז זיך מצער אויף די הריגות, זענען דא אידן וואס זיי טוט וויי עפעס אנדערש, די כחי ועוצם ידי, דאס וואס זיי האבן זיך פארלאזט אז די מיליטער איז שטארק, דאס האט געכאפט א שטארקן קלאפ, און האט געהאט א געוואלדיגע השפלה פאר די גאנצע וועלט, און עס איז דא מענטשן וואס דאס טוט זיי מער וויי ווי די הרוגים, און די בושה און כעס אויף דעם איז זייער גרויס, די גאות, די כפירה'דיגע לאזונג פון ישראל בטח בצה"ל האט געכאפט א שטארקער קלאפ.
דער ראש הכופרים האט זיך אויפגעטון מיטן כחי ועוצם ידי, פון הימל האט מען אים געוויזן, און דאס פארדריסט זיי זייער שטארק, און אויף דעם איז מען זיך נוקם, אונז גיי מיר זיי ווייזן איינמאל פאר אלעמאל.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די זארג וואס די נקמה אקציעס קענען חלילה צוברענגען, שוין יארן לאנג וואס אידיש בלוט ווערט פארגאסן אין די מערכות אהין און צוריק, און עס הערשט א סכנה אז די מלחמה זאל זיך נאכמער צעפלאקערן מיט נאך מדינות, און דאס טוט אריין שלעפן גאנץ כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט אין א סכנה.
מען דארף וויסן, פון איין זייט שטייען אכזריות'דיגע רוצחים, רוצחי הגופים. פון די צווייטע זייט שטייען רוצחי נפשות, גדול המחטיאו יותר מההרגו, במשך די יארן האבן זיי מעביר געווען על הדת טויזנטער אידן, דאס איז סאך ארגער ווי די רוצחי הגופים.
עס איז ליידער דא א מלכות המינות אינעם פלטרין של מלך וואס איז יעדן טאג מכעיס דער בוכ"ע מיט אלע עבירות שבתורה, כפירה בביאת המשיח, כפירה בכל התורה כולה. הקב"ה איז א כל יכול, דער אויבערשטער זאל מציל זיין כלל ישראל פון ביידע אנע שום היזק פאר אידישע קינדער.
כלל ישראל איז מתפלל שומר ישראל שמור שארית ישראל, א שמורה מעולה מכל צער ונזק, פאר תושבי ארה"ק, און פאר תושבי חו"ל, דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין על עמו ונחלתו און אפהיטן אלע אידישע קינדער.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה ארום 6:50.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מיכאל פעקעטע הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א און הר"ר יואל פיש שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
~~
מסדר קידושין איז געווען אדמו"ר מ'שיניאווא מאנסי א פעטער פון די כלה
(אדמו"ר מהר"א איז ניטאמאל דארט געווען)
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ס'איז נישט געמאכט צו ליינען...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
בצל התומר
סארמאר מהר״יי
מיטוואך פרשת וירא
מיטוואך פרשת וירא
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ יואל פאשקעס הי״ו פון בארא פארק
ובן הרה״ח ר׳ משה אהרן קארפען הי״ו
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און ביהמ״ד הגדול,
בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו,
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אום 11:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב אהרן טייטלבוים שליט״א בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר שליט״א ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר בנו הילד אלימלך ני״ו,
דער רבי האט אפגעשוירן די האר און אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב חיים הערש ראזענבערגער שליט״א בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק שליט״א רב דביהמ״ד בניני יאקאבאוויטש דקהלתינו הק׳
ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר בנו הילד יוסף מאיר ני״ו,
דער רבי האט אפגעשוירן די האר און אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין התלמוד תורה ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די הונדערטער קינדער פון קינדערגארטן, די קינדער האבן געזינגען ניגונים, דערנאך האבן די אפשערן קינדער געזאגט די אלף בית מיטן מלמד הר״ר דוד וועבער שליט״א דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים, פארטיילט שריים פאר די מלמדים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די כתה פון הר״ר ישראל מענדל אייגנער שליט״א ווי עס לערענט נכדו הילד אלימלך טייטלבוים ני״ו און אזוי אויך אין די כתה פון הר״ר ישראל חיים ווייס שליט״א ווי עס לערענט נכדו הילד יוסף מאיר ראזענבערגער ני״ו ווי מען האט געלעקט די האניג און גאזאגט די אלף בית.
ארום 1 אזייגער איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
אום 3 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין בית האופה דקהלתינו הק׳, ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען און אלע אפטיילונגען פונעם בעקעריי פאר א לענגערע צייט.
אום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון
החתן בן הרה״ח ר׳ יואל פאלאטשעק הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ הערשל קויפמאן הי״ו און די זאלן פון ויואל משה
אום 8 אזייגער איז געווען זמני כניסה ביז 9:30 אויפדערנאכט
נאכן געזעגענען איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען מו״ה שרגא פעלדמאן הי״ו
אום 10 אזייגער האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג למעון קדשו אין קרית ייטב לב ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש.

רבינו שליט"א ביים שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פארגעקומען היינט פארנאכטס אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

- 5053347234032233455_121.jpg (142.17 KiB) געזען געווארן 426 מאל
-
- 5053347234032233452_121.jpg (155.29 KiB) געזען געווארן 426 מאל
-
- 5053347234032233453_121.jpg (185.24 KiB) געזען געווארן 426 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:36 am בצל הקודש
רבינו שליט"א ביים שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פארגעקומען היינט פארנאכטס אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~~
- פיילס
-
- 5053347234032233457_121.jpg (137.27 KiB) געזען געווארן 685 מאל
-
- 5053347234032233459_121.jpg (142.17 KiB) געזען געווארן 685 מאל
-
- 5053347234032233456_121.jpg (139.89 KiB) געזען געווארן 685 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 976
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1398
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
בצל הקודש
=דאנערשטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב אהרן בוקסבוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די מצב אין ארה"ק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מנחה איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פאר נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, וחתן הר"ר יושע רובין שליט"א - אב"ד ראדאוויץ בן הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, די סעודה איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט''א.
נאך די פלייש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מיט בענטשן האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם כהן, מען האט געענדיגט ארום 8:15.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

שבת שבע ברכות בשמחת בית טאלנא קומט פאר דעם שבת בחצר הקודש אין אשדוד בהשתתפות פולע געסט וואס קומען צופארן מיטהאלטן די געהויבענע שבת של שמחה בבית המלכות.
דורך אויס די ערשטע טעג פון די ימי השמחה האבן זיך צווישן אנדערע משתתף געווען האדמורי"ם מגור, צאנז, קארלין סטאלין, ראחמיסטריווקא, מכנובקא בעלזא, מאקאווא, פיטסבורג, סטריקוב ב"ב, סאדיגורה י"ם, סאדיגורה ב"ב, ביאלא ב"ב, ביאלא רמת אהרן, טריסק, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ר"י וויזניץ, הגאון הגדול רבי חיים פרץ ברגמן מראשי ישיבת פונביז, אב"ד צאנז ארה"ב, רבי ישראל מנחם אלתר בן האדמו"ר מגור, בני האדמו"ר מטשערנאביל ב"ב, הגאון רבי שמואל ראבינוויץ רב הכותל ועוד.
לרגל די שמחה איז ארויסגעקומען דורך מכון 'זכות אבות' דחסידי טאלנא א הערליכע נייע זמירות לשבת ויום טוב כפי נוסח ומנהגי רבותינו הקדושים לבית טאלנא.
די צענטראלע שבע ברכות וועט פארקומען מאנטאג אין אשדוד בשילוב סיום סדר נשים במסגרת לימוד 'הם חיינו' דחסידי טאלנא.

טאלנא
- פיילס
-
- 1000112104.jpg (118.26 KiB) געזען געווארן 619 מאל
-
- 1000112105.jpg (127.98 KiB) געזען געווארן 619 מאל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לונדון שליט"א ביים יארצייט טיש פון הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע אין שטוב פון הנגיד ר׳ אברהם שלמה איינהארן אין בארא
- פיילס
-
- 7367.jpg (90.67 KiB) געזען געווארן 453 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 996
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1587
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ביים יארצייט טיש פון הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע
- פיילס
-
- 94878.jpg (101.13 KiB) געזען געווארן 451 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com