מעביר סדרה זיין יעדע וואך
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2319
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7770
מעביר סדרה זיין יעדע וואך
לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום ואפילו עטרות ודיבן שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו.
(גמרא ברכות דף ח'.)
אף על פי שאדם שומע כל התורה כולה כל שבת בצבור חייב לקרות לעצמו בכל שבוע פרשת אותו שבוע שנים מקרא ואחד תרגום. (מחבר סימן רפ''ה)
ס'איז נישט קיין סוד אז דאס איז אן ענין וואס פארלאנגט א גרויסע חיזוק. הגם ס'איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך, בלי חולק. אני כשלעצמי האט ליידער יארן לאנג נישט מעביר סדרה געווען. ב''ה די לעצטע פאר יאר בין איך יא מעביר סדרה.
אויב זענט איר נאכנישט מעביר סדרה, ביטע שמועסט אויס אייערע שווערעקייטן, כדי צו קענען נעמען חיזוק איינער פון צווייטען.

פיגער עס אויס!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2394
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
אגב, ס'דא א באקאנטע מעשה מיט רבי שלמה באבובער (השני) מיט מעביר סדרה זיין.
א פרוי האט אמאל זיך אפגערעדט פאר רבי שלמה באבובער ז"ל אז זי זעט קיינמאל נישט איר מאן לערנען. איר מאן איז גראדע געווען א בן תורה, אבער ער האט געלערנט אין ביהמ"ד אלעמאל.
רבי שלמה באבובער ארייגערופן דעם מאן און אים געהייסן מעביר סדרה זיין אינדערהיים. א שטיק צייט שפעטער האט ער אנגעפרעגט די פרוי צו ס'איז דא עפעס א שנוי אין מאן'ס התנהגות? האט זי געענפערט מיט עקסטאז אז ממש אן אנדערע מענטש, ער לערנט יעדע וואך אויפן קול ממש א מחי'.
א פרוי האט אמאל זיך אפגערעדט פאר רבי שלמה באבובער ז"ל אז זי זעט קיינמאל נישט איר מאן לערנען. איר מאן איז גראדע געווען א בן תורה, אבער ער האט געלערנט אין ביהמ"ד אלעמאל.
רבי שלמה באבובער ארייגערופן דעם מאן און אים געהייסן מעביר סדרה זיין אינדערהיים. א שטיק צייט שפעטער האט ער אנגעפרעגט די פרוי צו ס'איז דא עפעס א שנוי אין מאן'ס התנהגות? האט זי געענפערט מיט עקסטאז אז ממש אן אנדערע מענטש, ער לערנט יעדע וואך אויפן קול ממש א מחי'.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2319
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7770
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
פיגער עס אויס!
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2960
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6956
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
איז טאקע דא א פשוט'ע הסבר בזמן הזה פארוואס מען זאגט (דארף זאגן) די תרגום?
אדער איז עס אלס מנהג אבותינו בידינו, אדער אלס ענינים נסתרים?
אדער איז עס אלס מנהג אבותינו בידינו, אדער אלס ענינים נסתרים?
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2394
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
א גוטע עצה צו טראכטן די טייטש דאס מאכט דאס אויס אומ-מוטיג. גלייכציטיג איז מיט דעם יוצא לימוד התורה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2319
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7770
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
אמת.מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:29 pmא גוטע עצה צו טראכטן די טייטש דאס מאכט דאס אויס אומ-מוטיג. גלייכציטיג איז מיט דעם יוצא לימוד התורה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
אבער מיט א בלאט גמרא איז מען אויך יוצא לימוד התורה, און דאס איז מיר נאך עד היום אסאך גרינגער.
פיגער עס אויס!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2394
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2394
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
אבער אז מ'זאגט עס ענוועיס זאל מען כאטש אין צייט אריינכאפן מצות לימוד התורה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:34 pmאמת.מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:29 pmא גוטע עצה צו טראכטן די טייטש דאס מאכט דאס אויס אומ-מוטיג. גלייכציטיג איז מיט דעם יוצא לימוד התורה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:27 pm מיין עיקר שווערעקייט מיט דעם איז געווען אז איך האב נישט געקענט קיין טראפן, און דאס האט מיר געמאכט אומ-מוטיג די גאנצע ענין. נאכדערצו די לענגערע סדרות וואס קען נעמען 45 מינוט.
איך קען נאך ביז היינט נישט קיין טעמי המקרא, אבער ב''ה היינט איז עס שוין א געוואוינהייט, איז עס נישט אזוי שווער.
אבער מיט א בלאט גמרא איז מען אויך יוצא לימוד התורה, און דאס איז מיר נאך עד היום אסאך גרינגער.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2394
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
א גמרא אין מסכת מגילה: "תרגום של תורה אונקלוס הגר אמרו והא אמר רב איקא בר אבין אמר רב חננאל אמר רב מאי דכתיב (נחמיה ח, ח) ויקראו בספר תורת האלהים מפורש ושום שכל ויבינו במקרא ויקראו בספר תורת האלהים זה מקרא מפורש זה תרגום ושום שכל אלו הפסוקין ויבינו במקרא אלו פיסקי טעמים ואמרי לה אלו המסורת שכחום וחזרו ויסדום וכו'Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:28 pm איז טאקע דא א פשוט'ע הסבר בזמן הזה פארוואס מען זאגט (דארף זאגן) די תרגום?
אדער איז עס אלס מנהג אבותינו בידינו, אדער אלס ענינים נסתרים?
פון דא איז משמע אז תרגום איז תורה מסיני!
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסן אין מחבר שטייט דאס לשון חייב
איז דאס א חיוב מדרבנן אזויווי תפלה/הדלקת נירות שבת וחנוכה אדער נאר א חיוב אלס א געוויסע מנהג/ענין?
אין חדר איז מען נישט מחנך מעביר סדרה צו זיין ביז כתה ט' אזוי אויך האב איך קיינמאל נישט געזעהן א קינד פון 10 יאר זאל מעביר סדרה זיין
אויב איז עס א חיוב מדרבנן איז דא אויך א חיוב חינוך.
אין שו''ע איז דא א גאנצע סימן מיט הלכות דערוועגן פונקט ווי יעדע דרבנן.
איינער האט קלארקייט?

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
דאס אז דאס ענין פארלאנגט א גרויסע חיזוק איז א דבר פשוט וויל ס'האט נישט א באשטימטע צייט ברבים ווען מען טוט דאס און משטופט עס אפ און ווי געזאגט אז געוויסע מענטשן שפירן נישט קיין טעם דערין , לגבי צו רוב ציבור איז נזהר דערין איז נישט שייך צו וויסן נאר דורך אויספרעגן אבער אויף געוויסע מענטשן איז גאנץ גרינג צו וויסן אפילו אן פרעגן סיי לטב און סיי למוטב, לגבי חיזוק איז לכאורה די שטערקסטע חיזוק צו וויסן אז סאיז א חיוב אן בלכה פסוקה אין שו"ע וואס מ'קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון ווי שווער סזאל נאר נישט זייןנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:06 pm לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום ואפילו עטרות ודיבן שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו.
(גמרא ברכות דף ח'.)
אף על פי שאדם שומע כל התורה כולה כל שבת בצבור חייב לקרות לעצמו בכל שבוע פרשת אותו שבוע שנים מקרא ואחד תרגום. (מחבר סימן רפ''ה)
ס'איז נישט קיין סוד אז דאס איז אן ענין וואס פארלאנגט א גרויסע חיזוק. הגם ס'איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך, בלי חולק. אני כשלעצמי האט ליידער יארן לאנג נישט מעביר סדרה געווען. ב''ה די לעצטע פאר יאר בין איך יא מעביר סדרה.
אויב זענט איר נאכנישט מעביר סדרה, ביטע שמועסט אויס אייערע שווערעקייטן, כדי צו קענען נעמען חיזוק איינער פון צווייטען.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
עס זענען דא עטליכע שטאפלען אין הידור הענין, ווען און וויאזוי צו מעביר סדרה זיין.
וועלכע צייט אין וואך (דוקא פרייטאג נישט פריער, ענדיגן פרייטאג פאר חצות, ענדיגן פאר די סעודת צפרא דשבתא וכו')
אופנים (מיט די תפילין, שטייעדיג, ברציפות בלי הפסק וכו')
וויאזוי (2 מאל יעדע פסוק און דערנאך תרגום, א פרק אויפאמאהל, 1 מאל פסוק מיט תרגום און די 2טע מאל מיטן בעל קורה שבת וכו', און אויך מיט טראפן אדער נישט).
און לענ״ד דעס אז אין ישיבה מאכט מען א פרעשור פון די חומרות, או מ'שטעלט אוועק די סטאנדארט אז מ'מוז דאס טוהן מיט אלע הידורים, ער"ש פאר חצות מיט די תפילין מיט טראפן פסוק בפסוק, מאכט ליידער א צימישעניש און א אפשאקלונג ביי רוב ציבור.
זייט כ'האב דאס אנערקענט פאר בערך 2 יאר צוריק, נאך יארן פון נישט מעביר סדרה זיין, האב'ך אנגעפאנגען ווי פאלגנד:
יעדן טאג פון וואך א חלק, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, אא״וו
1 מאל די פסוק די גאנצע שטיקל, דערנאך די גאנצע תרגום
אמאהל כאפט מען אריין צו בליקן אין רש״י
נאכדעם שבת די גאנצע סדרה מיטן בעל קורא!
עס לוינט זיך (פאר איינעם וואס איז נישט געהעריג מעביר סדרה) זיך צו גרינגער מאכן, ווילאנג ס'איז נאך על פי הלכה, ווי איידער בכלל נישט...

.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס

-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1332
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3675
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
אני הקטן איז שוין ב"ה מעביר סדרה יארן לאנג מידי שבוע בשבוע. פאר מיר איז א גאנצע קונץ אויב איך קען מעביר סדרה זיין פרייטאג פאר חצות. זיי זאגן נאך בשם דעם חת"ס אז מעביר סדרה זיין פאר חצות איז א סגולה פאר יראת שמים.
ס'איז דאך היינט א וועלט פון סגולות, די גמרא (ברכות ח.) זאגט, כל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו. די הייליגע אמורא רב הונא זאגט צו אריכת ימים, סאיז גאר קיין קלייניקייט.

- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1414
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2314
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
איך בין מעביר סדרה במשך די וואך,
געהערט אזוי פון רבי אברהם הערש וואזנער אב”ד סאטמאר מאנסי.
געהערט אזוי פון רבי אברהם הערש וואזנער אב”ד סאטמאר מאנסי.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
איך בין ב״ה מעביר סדרה שנים מקרא, תרגום, מיט רש״י.
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
זונטאג בין איך מעביר סדרה איין מאל, דערנאך יעדן טאג די יום נאכאמאל מיט תרגום און רש״י.
היות איך האב גאר ווייניג צייט איבערן וואך איז דאס די אייציגסטע וועג וואס ארבעט…
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2319
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7770
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
כה לחי! חוץ די הלכה'דיגע חיוב פון מעביר סדרה זיין, איז דאס א רעכטע קבעת עתים לתורה!
פיגער עס אויס!
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
וואס מיינט מעביר סדרה זיין מיט רש"י?
אפלערנען אבער אריינבליקן וואס רש"י זאגט?
אדער זאגן רש"י פסוק ביי פסוק?!
דשודעאיזעם - יעס! זייאוניזעם - נאו!
דע סטעיט אוו איזראעל מאסט, גאו!
וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר,
פייוו, סיקס, סעווען, עיט,
- איזראעל איז נאט, עי דשואיש סטעיט!
נתחבר ע"י הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, מנהיג ד'נטורי קרתא

- חוט של חסד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 305
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
- x 587
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
וכן אני נוהגבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:06 pm איך בין מעביר סדרה במשך די וואך,
געהערט אזוי פון רבי אברהם הערש וואזנער אב”ד סאטמאר מאנסי.
זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, וכן הלאה על זה הדרך
פון מאל צו מאל בליק איך אויך דורך די הייליגע רש"י'ס, אבער ליידער רוב מאל נישט.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
די לעצטע תקופה בין איך מעביר סדרה שב"ק בשעתן ליינען...
איך האף בעז"ה צו קענען האלטן נאכן מעביר סדרה זיין דעמאלטס אזוי זאל איך געהעריג קענען אויסהערן די בעל קורא...

אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
די הלכה'דיגע חיוב איז אז יעדער איד זאל דורכגיין די גאנצע תורה יעדע יאר און וויסן וואָס עס שטייט דארטן, און דאס דארף לכתחילה זיין יעדע וואך זיין סדרה.
דאס הייסט אז חז''ל האבן געוואלט אז א יעדער איד זאל לעבן מיט די סדרה, וויסן וואספארא פרשה גייט די וואך, און וואס שטייט אין די פרשה, פארדעם האבן חז''ל מחייב געווען צו דורכגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך מיט תרגום, די פשוטע פשט פארוואס אויך די תרגום איז צוליב ''טייטש'', מ'זאל וויסן עברי טייטש וואס שטייט אין די תורה.
שפעטער ווען רש''י הק' האט געמאכט זיין פירוש האלטן די ראשונים אז ס'איז פונקט אזוי גוט ווי תרגום, און ס'האט נאך א שטיקל מעלה ווייל ער ברייטערט עס אויס און ס'איז מיוסד אויף מדרשי חז''ל. ממילא א איד וואס ''לערנט'' חומש מיט רש''י (נישט סתם זאגן די ווערטער) האט יוצא געווען די חיוב פון דורכגיין די סדרה.
לעומת זה האט תרגום א שטארקע מעלה, ס'איז נישט בלויז א טייטשער, ס'איז ניתנה מסיני! ממילא שטייט אין שולחן ערוך אז א ירא שמים זאל טון ביידע, ער זאל דורכגיין די פרשה סיי מיט די תרגום, וועגן ס'איז ניתנה מסיני און אויך זאל ער לערנען מיט רש''י ווייל ער האט א בעסערע פירוש.
אבער נישט פארגעסן אז די עיקר חיוב און די ציל וואס חז''ל האבן געוואלט איז אז א יעדער איד זאל וויסן און קענען די סדרה, ממילא שטייט אין טורי זהב אז אויב א איד קען נישט קיין לערנען, ער פארשטייט נישט רש''י, זאל ער לערנען די אידישע טייטש וואס ער פארשטייט יא, למשל צאינה וראינה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
הייסט חוץ וואס די תרגום איז בעצם געשטעלט געווארן אז מען זאל פארשטיין די פסוקי התורה, (וואס דאס איז געווען די שפראך בימים ההם), איז כאטש וואס מיר פארשטייען בכלל נישט היינט, זאל מען נאך אלץ "זאגן", ווייל: ס'איז מסיני.צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:59 amדי הלכה'דיגע חיוב איז אז יעדער איד זאל דורכגיין די גאנצע תורה יעדע יאר און וויסן וואָס עס שטייט דארטן, און דאס דארף לכתחילה זיין יעדע וואך זיין סדרה.
דאס הייסט אז חז''ל האבן געוואלט אז א יעדער איד זאל לעבן מיט די סדרה, וויסן וואספארא פרשה גייט די וואך, און וואס שטייט אין די פרשה, פארדעם האבן חז''ל מחייב געווען צו דורכגיין די גאנצע סדרה יעדע וואך מיט תרגום, די פשוטע פשט פארוואס אויך די תרגום איז צוליב ''טייטש'', מ'זאל וויסן עברי טייטש וואס שטייט אין די תורה.
שפעטער ווען רש''י הק' האט געמאכט זיין פירוש האלטן די ראשונים אז ס'איז פונקט אזוי גוט ווי תרגום, און ס'האט נאך א שטיקל מעלה ווייל ער ברייטערט עס אויס און ס'איז מיוסד אויף מדרשי חז''ל. ממילא א איד וואס ''לערנט'' חומש מיט רש''י (נישט סתם זאגן די ווערטער) האט יוצא געווען די חיוב פון דורכגיין די סדרה.
לעומת זה האט תרגום א שטארקע מעלה, ס'איז נישט בלויז א טייטשער, ס'איז ניתנה מסיני! ממילא שטייט אין שולחן ערוך אז א ירא שמים זאל טון ביידע, ער זאל דורכגיין די פרשה סיי מיט די תרגום, וועגן ס'איז ניתנה מסיני און אויך זאל ער לערנען מיט רש''י ווייל ער האט א בעסערע פירוש.
אבער נישט פארגעסן אז די עיקר חיוב און די ציל וואס חז''ל האבן געוואלט איז אז א יעדער איד זאל וויסן און קענען די סדרה, ממילא שטייט אין טורי זהב אז אויב א איד קען נישט קיין לערנען, ער פארשטייט נישט רש''י, זאל ער לערנען די אידישע טייטש וואס ער פארשטייט יא, למשל צאינה וראינה.
אבער דאס וואס דער שלחן ערוך זאגט: א ירא שמים מיט רש"י - צוליב די איינציגסטע סיבה אז מען זאל "פארשטיין" די תורה. מיינט דאס נישט דווקא רש"י. דער עיקר איז א פירוש צי שפראך וואס מען פארשטייט.
ס'דא וואס שוועבן מיט רש"י ביים מעביר סדרה זיין אלץ א פארהויכטע זאך אזוי ווי אונקעלעס, אן דעם וואס זיי זאלן דווקא פארשטיין וואס שטייט דארט.
אז א ירא שמים זאגט מיט רש"י, איז בלויז א דוגמא וואס דער שלחן ערוך ברענגט. מקען לערנען מיט פירושים, טייטש וכו' אז מען זאל פארשטיין.
דשודעאיזעם - יעס! זייאוניזעם - נאו!
דע סטעיט אוו איזראעל מאסט, גאו!
וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר,
פייוו, סיקס, סעווען, עיט,
- איזראעל איז נאט, עי דשואיש סטעיט!
נתחבר ע"י הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, מנהיג ד'נטורי קרתא
דע סטעיט אוו איזראעל מאסט, גאו!
וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר,
פייוו, סיקס, סעווען, עיט,
- איזראעל איז נאט, עי דשואיש סטעיט!
נתחבר ע"י הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, מנהיג ד'נטורי קרתא
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
ישר כח…נקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 4:59 pmכה לחי! חוץ די הלכה'דיגע חיוב פון מעביר סדרה זיין, איז דאס א רעכטע קבעת עתים לתורה!
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 898
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1592
Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?
איך פלעג נישט זיין אזוי נזהר אין דעם פעלד און אנפאנג יאר די יאר האב איך אפגעמאכט אז איך גיי טוהן די עצה איך בין מעביר סדרה יעדן טאג די יום נאך זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין גלייך נאך פרשת היראה והתשובה והמן און ס'פארט א מחי' (ביזדערווייל)...