הילף, מיין ווייב'ס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נישט דא קיין נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:50 pm
Location: אין וואלד
x 17

הילף, מיין ווייב'ס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נישט דא קיין נייעס »

א גוט יאר אלע חברים.

איך מוטשע מיך מיט א געפערליכע פראבלעם וואס איז "מיין ווייבס שייטל "
מיין ווייב איז א פשוטע היימישע פרוי, און זיכט בכלל נישט צו זיין מער אויפגעקלערט מאדערן וכו', אבער די שייטל איז ביי איר הייליג,
די אמת'ע סיבה פארוואס זי איז אזוי איז ווייל אין סקול האט מען זייער אראפגעקוקט שייטלעך און איר מאמע גייט מיט אזאנס ממילא איז זי געווארן זייער פרא שייטלעך.
די פראבלעם איז אבער אז ס'קומט אן ביז נאך די אקסל און ס'צופלויגן (וואס קען מען טוהן, די היינטיגע וועלט זאגט אז ס'שיין...)
און לפי עניית דעתי הקטן פאסט עס נישט פאר א אידישע פרוי.
איך עס מיך אסאך די געזונט איבער דעם, און שוין געטרייט מרמז צו זיין אויף אלע אופנים אבער זי קען נישט.
ס'צו פערזענליך פאר איר.
און ס'נישט אז איך בין פרום אדער עפעס אזוי, איך בין א פלענע עמך איד וואס וויל זיין גוט,
אבער זי קען עס נישט פארשטיין.
און איך זארג פאר מיינע קינדער.

אבער לאמיר זאגן איך גיי איר יא קענען איבעררעדן און זי עט מסכים זיין פאר א טויש,ווי למשל שניידן אביסל, צודעקןוכו', גייט זי נישט קענען פעיסן אירע שוועסטערס און מומעס וכו' אויף די טויש וואס זי האט געמאכט.

איז טייערע חברים, ביטע, אויב איינער האט מיך עני עצה, חיזוק הדרכה, קלאפ אין רוקן וכו' העלפט מיך ארויס!
איך קען שוין נישט אליינס, איך האב נישט מיט וועם דאס אויסצושמועסן.

א ריזיגן דאנק פון פאראויס!!
''כ'האב באמערקט אז מ'קען אויך לעבן אן מיטהאלטן די נייעס''
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן.

פאוסט דורך איד »

פרעג דיין מורה דרך וואס איז ריכטוג צי טוהן אין אזא פאל, וואס איז די אמת'ע רצון ה' אין אזא אופן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רעד זיך אדורך מיט אן ערליכער איד וואס איז אויך קלוג און האט ערפארונג אין אזעלכע ענינים.
אוועיטער
פילעזאף
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:03 pm
x 11

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פילעזאף »

ביי די בני ישיבה איז אנגענומען צו ג'יין אביסל לענגער ווי ביי אונז, און זיי האבן אויך גדולי ישראל, ס'איז נישט שווארץ אויף ווייס אסור, חוץ אויב ס'איז ממש גאר לאנג. נישט ווערט זיך צו עסן די געזונט אדער ח''ו זיך קריגן פאר דעם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:35 am און זיי האבן אויך גדולי ישראל
... וואס ווייטאגן.
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 222

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:40 am
פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:35 am און זיי האבן אויך גדולי ישראל
... וואס ווייטאגן.
למשל גערער רעביצן גייט צוגעדעקט...

אויב באלאנגט נישט דא ביטע מעקן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ליין איבער...
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 222

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

.

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:50 am ליין איבער...
איך ווייס אז ער האט גערעדט פון די בני הישיבות אבער היינו טעמא דגער היינו טעמא דבני הישיבות וסדו”ק
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מ'האט נישט גערעדט דא פון צודעק.

אין גור האט מען פארנאכלעסיגט די לבושי נשים, פאר סיבות וואס איך פארשטיי נישט, אבער די לעצטע פאר יאר האט גור'ע רבי שליט"א שטארק פרובירט צו אראפשטעלן תקנות איבער די לענג פונעם שייטל ועוד.
אוועיטער
נישט דא קיין נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:50 pm
Location: אין וואלד
x 17

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן.

פאוסט דורך נישט דא קיין נייעס »

איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:15 am פרעג דיין מורה דרך וואס איז ריכטוג צי טוהן אין אזא פאל, וואס איז די אמת'ע רצון ה' אין אזא אופן
איך האב נישט וועם צו פרעגן
''כ'האב באמערקט אז מ'קען אויך לעבן אן מיטהאלטן די נייעס''
אוועיטער
נישט דא קיין נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:50 pm
Location: אין וואלד
x 17

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נישט דא קיין נייעס »

פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:35 am ביי די בני ישיבה איז אנגענומען צו ג'יין אביסל לענגער ווי ביי אונז, און זיי האבן אויך גדולי ישראל, ס'איז נישט שווארץ אויף ווייס אסור, חוץ אויב ס'איז ממש גאר לאנג. נישט ווערט זיך צו עסן די געזונט אדער ח''ו זיך קריגן פאר דעם.
איך בין א קרית יואל'ע תושב
''כ'האב באמערקט אז מ'קען אויך לעבן אן מיטהאלטן די נייעס''
אוועיטער
פילעזאף
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:03 pm
x 11

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פילעזאף »

באדערט דיך אזוי שטארק, אויך די הינזיכטן וואס דו ביזט געשלאגן אין אידישקייט? די פוינט איז, טראכט אריין צו די סיבה וואס באדערט דיך איז טאקע ווייל דו ביזט איבערצייגט אז ס'איז אסור, אדער צוליב קולטור, Image, וואיזוי דו ווילסט אויסזעהן און באלאנגען צו א געוויסע סארט שניט, וואס איז אויך לעגעטים אבער דו האסט נישט די Levarege פון ''הלכה''.
מיין פוינט אויבן איז, אויב איז עס די הלכה חלק, יש על מי לסמוך. איינמאל ס'איז נתברר אז נישט דאס איז דיין פראבלעם, דארפסטו פרעגן אנדערש די שאלה, אזוי: ס'באדערט מיך אז מיין ווייב גייט א שייטל וואס איז אנדערש ווי די שטוב וואס איך וויל אויפשטעלן" א לעגעטימע שאלה.
אוועיטער
נישט דא קיין נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:50 pm
Location: אין וואלד
x 17

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נישט דא קיין נייעס »

פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:08 pm באדערט דיך אזוי שטארק, אויך די הינזיכטן וואס דו ביזט געשלאגן אין אידישקייט? די פוינט איז, טראכט אריין צו די סיבה וואס באדערט דיך איז טאקע ווייל דו ביזט איבערצייגט אז ס'איז אסור, אדער צוליב קולטור, Image, וואיזוי דו ווילסט אויסזעהן און באלאנגען צו א געוויסע סארט שניט, וואס איז אויך לעגעטים אבער דו האסט נישט די Levarege פון ''הלכה''.
מיין פוינט אויבן איז, אויב איז עס די הלכה חלק, יש על מי לסמוך.
ניין ח"ו, פארקערט,
וואס קרית יואל עט זאגן זארג איך מיר נישט.

די שאלה איז צו דארף איך מיך זארגן אויב למשל זי איז מכשל אנדערע וכו' איז עס מיין אחריות,
אדער זאל איך מיר פשוט אויסלאכן פון מיינע געפילן, און זאגן אז "למעשה זענען דא מתירים"
איך ווייס נישט,
און אויך נישט מיט וועמען דאס אדורך רעדן
''כ'האב באמערקט אז מ'קען אויך לעבן אן מיטהאלטן די נייעס''
אוועיטער
פילעזאף
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:03 pm
x 11

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פילעזאף »

לויט ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ האסטו נישט קיין וועג פון איר טוישן אן מחלוקת סייווי, וואס איז פשוט אז ס'קומט נישט אין באטראכט, איז וואס איז דיין דילעמע? צו ס'זאל דיך באדערן? וואס וועט באדערן העלפן?
אוועיטער
נישט דא קיין נייעס
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:50 pm
Location: אין וואלד
x 17

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נישט דא קיין נייעס »

פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:19 pm לויט ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ האסטו נישט קיין וועג פון איר טוישן אן מחלוקת סייווי, וואס איז פשוט אז ס'קומט נישט אין באטראכט, איז וואס איז דיין דילעמע? צו ס'זאל דיך באדערן? וואס וועט באדערן העלפן?
ניין, נאר צו איז עס טאקע נישט גוט?
דארף איך נאך עפעס טוהן?
איז דא א עצה?
און וויאזוי הער איך מיך אויף עסן דאס געזונט
''כ'האב באמערקט אז מ'קען אויך לעבן אן מיטהאלטן די נייעס''
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נקודות טובות »

א שייטל לענגער פון די אקסעל, איז אסור ע''פ הלכה כמבואר במגן אברהם. הגם עס זענען דא חולקים אויף דעם, איז אבער די פשטות הלכה כמגן אברהם. און אזוי פסק'ענען אונזערע פוסקים. נאר קיין עוברת על דת קען מען נישט אנרופן איינער וואס גייט אנדערש, וויבאלד למעשה זענען דא גדולי הפוסקים מדורות הקודמין וואס קריגען אויפן מגן אברהם.

א שייטל, איז מותר ע''פ הלכה כמבואר בשלחן ערוך. הגם ס'איז יש חולקים, איז אבער אין שלחן ערוך נישט גע'פסק'ענט אזוי. און ע''פ הלכה דארף עס נישט זיין צוגעדעקט. נישט מיט קיין בענד, און נישט קיין העט.

א מאן האט א חיוב צו מאכן זיכער אז ביי אים אין שטוב פירט מען זיך ע''פ השלחן ערוך!

דו שרייבסט אז דו האסט שוין מרמז געווען. אויב ביסטו שוין גענוג לאנג נאך די חתונה, דארפסטו איר זאגן קלאר אז ס'איז שלא כהלכה, און רמזים איז נישט גענוג. פארשטייט זיך אבער נישט הענגען קיין מוחאה פלאקאטען, ודברי חכמים בנחת נשמעים, ודרכיה דרכי נועם.

כדי א מאן זאל קענען פועלען ביי זיין ווייב אין די ענינים, מוז די ווייב זעהן קלאר אז אים באדערט נאר די הלכה'דיגע חלק, און נישט זיין אייגענע עיגא.

כדי א פרוי זאל קענען האבן די דרייסט צו טוהן אזא זאך, דארף זי האבן די פולע חיזוק און support פונעם מאן, אבער אויך מוז די מאן איר באמת פארשטיין, און באמת מיטפילן מיט די צער פונעם פרוי. א מאן דארף ארויסצוברענגן די חשיבות פון מקריב זיין פון זיך, אז דאס איז אסאך אסאך גרעסער ווי א קרבן אויפן מזבח, און אז דער נחת רוח אין הימעל ווען א פרוי שניידט אראפ אן אינטש פון א שייטל איז פאררעכנט אלץ מסירת נפש. און מאכן א גרויסע מצב פון דעם.

מען דארף ארויסצוברענגן דעם אין אדם שומע לי ומפסיד, און די זכותים פון דעם וועט ענק באגלייטען א גאנץ לעבן.

די טויש איז אן איין מאליגע, און נאך דריי פיר וואכען ווערט די פרוי, מיט אלע ארומיגע צוגעוואוינט צו דעם.

ביי זיך דארף מען וויסען אז מ'האט געטוהן דאס ריכטיגע, און זיך פילען שטאלץ מיט דעם. אבער פאר די געשוויסטער איז נישט ראטזאם צו רעדן דערפון צו פיהל, ווייל דאס וועט בעקפייערען.

אפי'אויב נאכן פראבירן געלאנגט עס נישט, זאל די מאן נישט אויפגעבן נאר גלייבען ביי זיך אין הארץ אז אויב מיין איך עס אמת'דיג, וועט דער אויבערשטער נאך אמאל העלפן.

פארשטייט זיך אז מען טאר דעם ווייב נישט אראפקוקען צוליב דעם, נאר מ'דארף פארשטיין אז לבוש איז די שווערסטע נסיון פאר א פרוי. און מען דארף איר קלאר זאגן אז איך האב דיך ליב און עקצעפטיר דיר נישט קיין נפקה מינה איבער די לענג פון דיין שייטעך.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 154
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 188

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פלעשלייט »

נישט דא קיין נייעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:02 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:15 am פרעג דיין מורה דרך וואס איז ריכטוג צי טוהן אין אזא פאל, וואס איז די אמת'ע רצון ה' אין אזא אופן
איך האב נישט וועם צו פרעגן
דא שטעקט דיין פראבלעם.
נישט דא קיין נייעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:03 pm
פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 11:35 am ביי די בני ישיבה איז אנגענומען צו ג'יין אביסל לענגער ווי ביי אונז, און זיי האבן אויך גדולי ישראל, ס'איז נישט שווארץ אויף ווייס אסור, חוץ אויב ס'איז ממש גאר לאנג. נישט ווערט זיך צו עסן די געזונט אדער ח''ו זיך קריגן פאר דעם.
איך בין א קרית יואל'ע תושב
נישט דא דארט קיין גוטע איד וועם מ' קען פרעגן??
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נקודות טובות »

רבותי, קיינער עפענט נישט קיין אשכול ווייל ער וויל הערן פון אייך אז ער דארף פרעגן א רב, און אודאי נישט צו כאפן א פסק אז זיינע פראבלעמען זענען נאר וויבאלד ער האט נישט קיין רב.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פילעזאף
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:03 pm
x 11

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פילעזאף »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:45 pm א שייטל לענגער פון די אקסעל, איז אסור ע''פ הלכה כמבואר במגן אברהם. הגם עס זענען דא חולקים אויף דעם, איז אבער די פשטות הלכה כמגן אברהם. און אזוי פסק'ענען אונזערע פוסקים.
ווי איז די מגן אברהם ?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נקודות טובות »

פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 1:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:45 pm א שייטל לענגער פון די אקסעל, איז אסור ע''פ הלכה כמבואר במגן אברהם. הגם עס זענען דא חולקים אויף דעם, איז אבער די פשטות הלכה כמגן אברהם. און אזוי פסק'ענען אונזערע פוסקים.
ווי איז די מגן אברהם ?
סימן ע''ה ועיין פרי מגדים ומחצית השקל
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פילעזאף
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:03 pm
x 11

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פילעזאף »

קיינער רעדט נישט וועגן די לענג/אקסל דארט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך נקודות טובות »

פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 1:12 pm קיינער רעדט נישט וועגן די לענג/אקסל דארט.
האסט געזעהן דעם פרי מגדים ומחצית השקל?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פילעזאף
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:03 pm
x 11

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך פילעזאף »

מחצית, נישט פמ''ג
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: הילף, מיין ווייבס שייטל איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

פאוסט דורך שבת קודש »

נישט דא קיין נייעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:14 pm
פילעזאף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:08 pm באדערט דיך אזוי שטארק, אויך די הינזיכטן וואס דו ביזט געשלאגן אין אידישקייט? די פוינט איז, טראכט אריין צו די סיבה וואס באדערט דיך איז טאקע ווייל דו ביזט איבערצייגט אז ס'איז אסור, אדער צוליב קולטור, Image, וואיזוי דו ווילסט אויסזעהן און באלאנגען צו א געוויסע סארט שניט, וואס איז אויך לעגעטים אבער דו האסט נישט די Levarege פון ''הלכה''.
מיין פוינט אויבן איז, אויב איז עס די הלכה חלק, יש על מי לסמוך.
ניין ח"ו, פארקערט,
וואס קרית יואל עט זאגן זארג איך מיר נישט.

די שאלה איז צו דארף איך מיך זארגן אויב למשל זי איז מכשל אנדערע וכו' איז עס מיין אחריות,
אדער זאל איך מיר פשוט אויסלאכן פון מיינע געפילן, און זאגן אז "למעשה זענען דא מתירים"
איך ווייס נישט,
און אויך נישט מיט וועמען דאס אדורך רעדן
אויב דו קענסט גארנישט טועהן איז עס נישט דיין אחריות
שרייב פאוסט