מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך רואה חשבונות »

ע"פבקשת ר' @מענדל_הערש_פאנעט
רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:07 pm @מענדל_הערש_פאנעט

ערשטע שאלה צו הרב ר' מענדל הערש,

קודם א דאנק פארן געבן פון אייער טייערע צייט.

איינער וואס וויל מופן פון וויליאמסבורג אדער פון בארא פארק צו איינע פון די ניי אדער אלט-נייע געגענטן צוליב עפארדעביליטי, מער רחבות וכו' און האט שוין גרעסערע און קלענערע קינדער.

יעצט, ער האט ער פאר זיך אפשענס פון גיין קיין לעיקוואד (טאמס ריווער און דזשעקסאן), סטעטן איילענד, לינדען, מאנסי (עירמאנט, טעשסנאט רידטש) א.א.וו.

אויף וואס דארף דער פאטעציאלער מופער קוקן? דאס מערסטע וואס אפעקטירט א מענטש דאס מערסטע?

אפשר די מוסד? די שכנים? ביהמ"ד אינעם געגענט? טראספארטאציע? פרייז? רחבות?

כ'ווייס פון מענטשן וואס האבן זיך נישט געראכטן פארן מופן אויף געוויסע זאכן און זיי האבן געהאט היפש א דיסעפוינטמענט וכן להיפך.

באופן כללי, וואס זענען די מעלות פון די אויבערדערמאנטע געגענטן איינס איבער דעם צווייטן?
א גוטע וואך
קודם כל, סאיז זייער א וויכטיגע פראגע
אבער עס באלאנגט נישט דא
איך האב אפאר מאל געמופט אין לעבן, דעריבער האב איך אביסל עקספירינעס,
מען קען מאכן א פרישע אשכול איבער די נושא ווי איך וועל גערן ענטפערען
[/quote]

דער עולם וועט אוודאי הנאה צו הערן [ליינען] אייער עקספיריענס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10149

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נישט צו פארדרייען די נושא, אבער פונקט דעם שבת האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן פון סאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון לעיקוואד פון די נייע שכונה נאכ'ן וואוינען דארט עטליכע יאר.

ס'שיינט אז דער מצב דארט איז אביסל צופאלן.
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 228

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:10 pm נישט צו פארדרייען די נושא, אבער פונקט דעם שבת האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן פון סאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון לעיקוואד פון די נייע שכונה נאכ'ן וואוינען דארט עטליכע יאר.

נישט צו פארדרייען די נושא... אבער זיי מסביר וואס הייסט צופאלן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10149

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אביסל נישט מסודר, נישט צופרידנשטעלנד פאר'ן ציבור.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 399
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 262

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:10 pm נישט קרדרייען די נושא, אבער פונקט דעם שבת האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן פון סאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון לעיקוואד פון די נייע שכונה נאכ'ן וואוינען דארט עטליכע יאר.

ס'שיינט אז דער מצב דארט איז אביסל צופאלן.
דאכט זיך אז קיין געלד האט ער נישט דערלייגט אופן געשעפט. איא?
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 228

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:15 pm אביסל נישט מסודר, נישט צופרידנשטעלנד פאר'ן ציבור.
איך בין דארטן געווען לעטצטענס, יא גוט אויסגעזהן בבחינת א גאסט אויף א ווייל, אבער נישט דורך געטוהן די ישוב, דו האסט גערעדט צו א יחיד, כבדהו וחשדהו, (אין קרית יואל האבן ביי די וואטס טויזנט מענטשען געשריגן מיר זענען נישט צופרידן און נאך אלץ איז דא א פעסטע הנהגה,) מוז נישט מיינען אז סאיז טאקע אזוי..
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 278

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

נישט צו פארדרייען די נושא.... די נושא איז שוין פארדרייט....
אז מ'טויגט טויגט מען...
טייפינג...
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:18 pm
Location: brooklyn
x 21

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך טייפינג... »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:10 pm נישט צו פארדרייען די נושא, אבער פונקט דעם שבת האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן פון סאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון לעיקוואד פון די נייע שכונה נאכ'ן וואוינען דארט עטליכע יאר.

ס'שיינט אז דער מצב דארט איז אביסל צופאלן.
נישט צו פארדרייען די נושא...

פון זשערסי סיטי האט לעצטנס דער מנהל המוסד אוועקגעמופט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10149

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:15 pm אביסל נישט מסודר, נישט צופרידנשטעלנד פאר'ן ציבור.
איך בין דארטן געווען לעטצטענס, יא גוט אויסגעזהן בבחינת א גאסט אויף א ווייל, אבער נישט דורך געטוהן די ישוב, דו האסט גערעדט צו א יחיד, כבדהו וחשדהו, (אין קרית יואל האבן ביי די וואטס טויזנט מענטשען געשריגן מיר זענען נישט צופרידן און נאך אלץ איז דא א פעסטע הנהגה,) מוז נישט מיינען אז סאיז טאקע אזוי..
איך בין גראדע דארט געווען אליינס 2 יאר צוריק אויף א שבת. כהאב מורא'דיג הנאה געהאט. ממש א מחי' דער געגנט דארט.

נאר לויט ווי איך פארשטיי איז דער חלל אז ס'נישטא קיין רוחניות'דיגע פירערשאפט, און דא גילט נישט דער "גאסט אויף א ווייל", דאס שפירט מער איינער וואס וויל דארט אויפציען זיינע דורות. גראדע דעם שבת וואס איך בין געווען איז דער דיין פון בארא פארק דארט געווען לכבוד א זכרו סיום בשעתו, און דאס האט טאקע אסאך צוגעגעבן.
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 228

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:53 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:15 pm אביסל נישט מסודר, נישט צופרידנשטעלנד פאר'ן ציבור.
איך בין דארטן געווען לעטצטענס, יא גוט אויסגעזהן בבחינת א גאסט אויף א ווייל, אבער נישט דורך געטוהן די ישוב, דו האסט גערעדט צו א יחיד, כבדהו וחשדהו, (אין קרית יואל האבן ביי די וואטס טויזנט מענטשען געשריגן מיר זענען נישט צופרידן און נאך אלץ איז דא א פעסטע הנהגה,) מוז נישט מיינען אז סאיז טאקע אזוי..
איך בין גראדע דארט געווען אליינס 2 יאר צוריק אויף א שבת. כהאב מורא'דיג הנאה געהאט. ממש א מחי' דער געגנט דארט.

נאר לויט ווי איך פארשטיי איז דער חלל אז ס'נישטא קיין רוחניות'דיגע פירערשאפט, און דא גילט נישט דער "גאסט אויף א ווייל", דאס שפירט מער איינער וואס וויל דארט אויפציען זיינע דורות. גראדע דעם שבת וואס איך בין געווען איז דער דיין פון בארא פארק דארט געווען לכבוד א זכרו סיום בשעתו, און דאס האט טאקע אסאך צוגעגעבן.
יעצט זאגסטו עפעס אנדערש ווי פריער.
און אז מ’רעדט שוין, צו וואו האט דער אינגערמאן געמופט?
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 160

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:10 pm נישט צו פארדרייען די נושא, אבער פונקט דעם שבת האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן פון סאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון לעיקוואד פון די נייע שכונה נאכ'ן וואוינען דארט עטליכע יאר.

ס'שיינט אז דער מצב דארט איז אביסל צופאלן.
איין מענטש מופט אוועק ווייזט נישט אויף גארנישט,
ווי באקאנט האט סאטמאר מהרי"י טאקע נישט געוואלט גיין אויף לעיקוואד ווען די דעוועלעפער איז געקומען די ערשטע מאל, אפאר יאר שפעטער האט מען מסכים געווען, וואס די דיינים האבן עכט נישט געהאלטען דערפון,
למעשה איז לעיקוואד נישט א היימישע אוויר פאר א עכטע סאטמאר'ע וויליאמסבורגע אינגערמאן, ווייבעל און קינדער, און מען ווערט נאכגעשלעפט נאכן מנהג המקום, איבערהויפט אז סאיז נישט דא קיין גאר שטארקע רוחניות הנהגה צו האלטען דעם עולם, די מוסדות נעמט אן כמעט יעדע חסידישע קינדער, לאו דוקא וואס האט עפעס מיט סאטמאר אדער די קהילה, אטאמאטיש איז עס נישט קיין לכתחילה פאר א איינער וואס זיכט סאטמאר וויליאמסבורג/קרית יואל פשוטע איד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10149

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שרייב מיין קינד רישא לאו סיפא...

אבער איך שיהי', איך דענק אז מהר"א האט נישט אנגענומען דעם שטעטל פארשלאג פאר די סיבה וואס דו זאגסט דא.

למעשה אבער זייענדיג דארט א שבת האט מיר יא געפאלן דאס פלאץ. ס'האט מיר אויסגעזען אז דער היימישער עולם דארט לעבט היבש ווי א באזונדערע שטעטעלע.
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 10

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך כשר ישר »

אויב איינער מופט צו א צווייטע שטאט, לוינט זיך צי מיטנעמען אלעס אדער קויפן נייע?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1612
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1750

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך שבת קודש »

איך וויל פארשטיין, פארוואס אין ארץ ישראל ווען עס איז געווען א דירות קריזיס האבן זיך צוזאמגענומען אלע קהלות און צוזאמען זיך ארויסגעצויגען הונדרעטע אידן פון זייערע קהלות צו איין נייע שטאט ווי בית שמש און אשדוד וכו' אויפבויענדיג דארט טויזענעטע טויזענטע דירות וואס האבן געלעזט די דירות פראבלעם פאר אסאך יארן, און זענען אפילו איבערגעשטיגען די עקזעסטירענדע שטעט ווי ירושלים בני ברק.

משא''כ אין אמעריקא זעהט מען נישט דאס, א פרישע שטעטעלע דא א פרישע שטעטעלע דארט אבער נישט קיין נייע גרויסע שטעט וואס זאלן לעזן די פראבלעם אויף א גרויסע פארנעם, די קהלות טועהן נישט עכט קיין גרויסע זאכן צו לעזן די פראבלעם, עס בלייבט מיט די יעצטיגע פינף גרויסע שטעט ב''פ וומ''ס מאנסי קר''י לעקוואיד וואס זיי מיט זייערע גלילות'ער קענען בכלל נישט לעזן די פראבלעם פאר יעצט און אוודאי נישט פאר'ן עתיד, עס קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך טוישן בעתיד.

וואס איז די הסבר דערויף?
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

ווייל דא ווען איינער וויל מופן מאכט מען לצנות פון דעי אינגערמאן ממילא וויל מען נישט מופן
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך בעריש סגל »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:29 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:10 pm נישט צו פארדרייען די נושא, אבער פונקט דעם שבת האב איך גערעדט מיט א אינגערמאן פון סאטמאר (מהרי"י) וואס האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון לעיקוואד פון די נייע שכונה נאכ'ן וואוינען דארט עטליכע יאר.

ס'שיינט אז דער מצב דארט איז אביסל צופאלן.
איין מענטש מופט אוועק ווייזט נישט אויף גארנישט,
ווי באקאנט האט סאטמאר מהרי"י טאקע נישט געוואלט גיין אויף לעיקוואד ווען די דעוועלעפער איז געקומען די ערשטע מאל, אפאר יאר שפעטער האט מען מסכים געווען, וואס די דיינים האבן עכט נישט געהאלטען דערפון,
למעשה איז לעיקוואד נישט א היימישע אוויר פאר א עכטע סאטמאר'ע וויליאמסבורגע אינגערמאן, ווייבעל און קינדער, און מען ווערט נאכגעשלעפט נאכן מנהג המקום, איבערהויפט אז סאיז נישט דא קיין גאר שטארקע רוחניות הנהגה צו האלטען דעם עולם, די מוסדות נעמט אן כמעט יעדע חסידישע קינדער, לאו דוקא וואס האט עפעס מיט סאטמאר אדער די קהילה, אטאמאטיש איז עס נישט קיין לכתחילה פאר א איינער וואס זיכט סאטמאר וויליאמסבורג/קרית יואל פשוטע איד
עס ווענדט זיך וואס דער מענטש זוכט. ריכטיג, איינער וואס קען נאר פארנעמען דעם ראדני און סענדז סטריט אידישקייט, וועט אפשר נישט טרעפן זיין פלאץ אין לעיקוואד. איך רעד נישט חלילה שפאטיש, מיט חוזק. פארקערט, פיל מענטשן זענען פון דעם סטיל אז זיי פארנעמען נישט עפעס אנדערש פון די ד' אמות אין וועלכע זיי זענען אויפגעוואקסן, ויונעם להם.

משא"כ פאר אזא איינער וועלכער פארמאגט א טראפקעלע מער ברייטקייט, בבחינת איש אשר רוח בו כפירש"י, איז לעיקוואד א הערליכע ישוב. עס איז רואיג, אידיש, און מ'קען דארט וואוינען אין א פאלאץ פאר'ן פרייז וואס מען צאלט אין ווילי פאר א וואאק אין קלאזעט. איך בין אויך געווען דארט גאנץ לעצטענס, און עס איז געווען באמת געשמאק און בא'טעמ'ט.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 788

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך מאטאווירט »

לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:18 pm ווייל דא ווען איינער וויל מופן מאכט מען לצנות פון דעי אינגערמאן ממילא וויל מען נישט מופן
אט דאס פרעגט ער.
פארוואס איז עס אזוי? (וויאזוי?)
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10149

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין ארץ ישראל לעבט מען מיט ווייניגער באקוועמליכקייט בכלליות, אזוי וואקסט מען אויף.

דאס קלאפט אויס אויף אסאך זאכן! ברוחניות ובגשמיות. דאר קען מען לערנען מיט קינדער מער ווי דא אויך. ווייל זיי עסן ווייניגער נאש און לעבן מיט ווייניגער עונג עוה"ז.

איינס פון די אפעקטס איז לכאורה דאס אויך, אז מ'איז נישט אזוי געבינדן צום פארטוך.
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

מאטאווירט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:42 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:18 pm ווייל דא ווען איינער וויל מופן מאכט מען לצנות פון דעי אינגערמאן ממילא וויל מען נישט מופן
אט דאס פרעגט ער.
פארוואס איז עס אזוי? (וויאזוי?)
דאס פרעג איך אייך...
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 788

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך מאטאווירט »

לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:51 pm

סא ער פרעגט, דו פרעגסט איבער, איך פרעג איבער, און דו פרעגסט מיר פארוואס איך פרעג וואס דו פרעגסט און ער פרעגט אויך.

דאס איז דאך געוואלדיג.

ער זאגט דאס וואס דו זאגסט, אז אין ארץ ישראל האבן קהלות אפיציעל געעפנט נייע ישובים און אהינגעשיקט זייערע מענטשן און דא נישט.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 160

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:43 pm איך וויל פארשטיין, פארוואס אין ארץ ישראל ווען עס איז געווען א דירות קריזיס האבן זיך צוזאמגענומען אלע קהלות און צוזאמען זיך ארויסגעצויגען הונדרעטע אידן פון זייערע קהלות צו איין נייע שטאט ווי בית שמש און אשדוד וכו' אויפבויענדיג דארט טויזענעטע טויזענטע דירות וואס האבן געלעזט די דירות פראבלעם פאר אסאך יארן, און זענען אפילו איבערגעשטיגען די עקזעסטירענדע שטעט ווי ירושלים בני ברק.

משא''כ אין אמעריקא זעהט מען נישט דאס, א פרישע שטעטעלע דא א פרישע שטעטעלע דארט אבער נישט קיין נייע גרויסע שטעט וואס זאלן לעזן די פראבלעם אויף א גרויסע פארנעם, די קהלות טועהן נישט עכט קיין גרויסע זאכן צו לעזן די פראבלעם, עס בלייבט מיט די יעצטיגע פינף גרויסע שטעט ב''פ וומ''ס מאנסי קר''י לעקוואיד וואס זיי מיט זייערע גלילות'ער קענען בכלל נישט לעזן די פראבלעם פאר יעצט און אוודאי נישט פאר'ן עתיד, עס קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך טוישן בעתיד.

וואס איז די הסבר דערויף?
אכמ''ל
אבער סאיז די ראשי הקהילה וואס זענען דערקעגן וואס מען קען נישט דא שרייבן, סאיז מער אויך אז זיי אינטערסירט עס נישט מילד גערעדט( נאר זיי שטערן בפועל, כעת איז אביסעל בעסער געווארן ) וועגן זיי זענען מסודר,און האבן מורא אז נייע געגענטער וועלן זיי ווערן ווייניגער אנערקענט וכדומה

פון די אנדערע זייט קען מען זאגן ב"ה אז מען האלט דא און מען לאזט אינגעלייט טין און ווי למשל אדמו"ר מהרי"י זיצט יעצט אפאר וואכן אין בלומינגבערג, א שטייגער ווי די רבי זי"ע ווען ער האט געבויעט קרית יואל האט ער געוואוינט אין קרית יואל באלד מער ווי וויליאמסבורג, די זעלבע מיט די ברך משה אפילו ער האט נישט געבויעט קרית יואל, געווען גאר אסאך אין קרית יואל,
צו בויען א שטעטל דארף די רבי אליינס וואינען דארט,

ביי מהר"א בויעט זיך אסאך דירות אין קרית יואל , טאקע זייער שטייט, אבער די פרייזן זענען אסטראנאמיש הויעך ,אויך האט מען געגרינדעט מוסדות און מען בויעט א בית המדרש אין לינדען, ווי אויך סאטמאר מאנסי מהר"א וואקסט אויף הייווען, אסאך מענטשן מופן ארויס

סאיז ווייט ווייט וואס דארף ווען זיין , אבער בעסער ווי גארנישט ,ווען מען קוקט צוריק פון 15 יאר צוריק האט זיך אסאך געריקט ,אינקלודינג גלילות געגענטער אין קרית יואל און מאנסי
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך פרייליך »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:43 pm איך וויל פארשטיין, פארוואס אין ארץ ישראל ווען עס איז געווען א דירות קריזיס האבן זיך צוזאמגענומען אלע קהלות און צוזאמען זיך ארויסגעצויגען הונדרעטע אידן פון זייערע קהלות צו איין נייע שטאט ווי בית שמש און אשדוד וכו' אויפבויענדיג דארט טויזענעטע טויזענטע דירות וואס האבן געלעזט די דירות פראבלעם פאר אסאך יארן, און זענען אפילו איבערגעשטיגען די עקזעסטירענדע שטעט ווי ירושלים בני ברק.

משא''כ אין אמעריקא זעהט מען נישט דאס, א פרישע שטעטעלע דא א פרישע שטעטעלע דארט אבער נישט קיין נייע גרויסע שטעט וואס זאלן לעזן די פראבלעם אויף א גרויסע פארנעם, די קהלות טועהן נישט עכט קיין גרויסע זאכן צו לעזן די פראבלעם, עס בלייבט מיט די יעצטיגע פינף גרויסע שטעט ב''פ וומ''ס מאנסי קר''י לעקוואיד וואס זיי מיט זייערע גלילות'ער קענען בכלל נישט לעזן די פראבלעם פאר יעצט און אוודאי נישט פאר'ן עתיד, עס קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך טוישן בעתיד.

וואס איז די הסבר דערויף?
די פאר גאר גרויסע קהילות לעבן מוראדיג באהבה ואחוה וכו' ממילא איז דאס א היבשער גורם אויף דעם וואס יעדער בויעט זיך קליינע ווינקעלעך אנשטאט ארבעטן אינאיינעם אויף איין גרויסע פלאן וואס זאל ארבעטן פאר אלעמען
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

מאטאווירט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:08 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:51 pm
מאטאווירט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:42 pm

אט דאס פרעגט ער.
פארוואס איז עס אזוי? (וויאזוי?)
דאס פרעג איך אייך...
סא ער פרעגט, דו פרעגסט איבער, איך פרעג איבער, און דו פרעגסט מיר פארוואס איך פרעג וואס דו פרעגסט און ער פרעגט אויך.

דאס איז דאך געוואלדיג.

ער זאגט דאס וואס דו זאגסט, אז אין ארץ ישראל האבן קהלות אפיציעל געעפנט נייע ישובים און אהינגעשיקט זייערע מענטשן און דא נישט.
און איך פרעג פארוואס די פריוואטע מענטש מאכסט לצנות איך גלייב איר האט א תירוץ... אפשר איז עס די זעלבע סיבה פארוואס די קהילות שטיפן עס נישט
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 3:43 pm איך וויל פארשטיין, פארוואס אין ארץ ישראל ווען עס איז געווען א דירות קריזיס האבן זיך צוזאמגענומען אלע קהלות און צוזאמען זיך ארויסגעצויגען הונדרעטע אידן פון זייערע קהלות צו איין נייע שטאט ווי בית שמש און אשדוד וכו' אויפבויענדיג דארט טויזענעטע טויזענטע דירות וואס האבן געלעזט די דירות פראבלעם פאר אסאך יארן, און זענען אפילו איבערגעשטיגען די עקזעסטירענדע שטעט ווי ירושלים בני ברק.

משא''כ אין אמעריקא זעהט מען נישט דאס, א פרישע שטעטעלע דא א פרישע שטעטעלע דארט אבער נישט קיין נייע גרויסע שטעט וואס זאלן לעזן די פראבלעם אויף א גרויסע פארנעם, די קהלות טועהן נישט עכט קיין גרויסע זאכן צו לעזן די פראבלעם, עס בלייבט מיט די יעצטיגע פינף גרויסע שטעט ב''פ וומ''ס מאנסי קר''י לעקוואיד וואס זיי מיט זייערע גלילות'ער קענען בכלל נישט לעזן די פראבלעם פאר יעצט און אוודאי נישט פאר'ן עתיד, עס קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך טוישן בעתיד.

וואס איז די הסבר דערויף?
סאטמאר מהר"א ארבעט אויף א שטעטל ערגעץ סקווירא האלט פעסט אינמיטן בויען א שטעטל לאמיר מתפלל זיין אז דאס זאל זיך אויסארבעטן אפשר וועט עס זיין די ישועה
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 788

Re: מופן פון איין שטאט צו די צווייטע

פאוסט דורך מאטאווירט »

לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 12:32 am
מאטאווירט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:08 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:51 pm
דאס פרעג איך אייך...
סא ער פרעגט, דו פרעגסט איבער, איך פרעג איבער, און דו פרעגסט מיר פארוואס איך פרעג וואס דו פרעגסט און ער פרעגט אויך.

דאס איז דאך געוואלדיג.

ער זאגט דאס וואס דו זאגסט, אז אין ארץ ישראל האבן קהלות אפיציעל געעפנט נייע ישובים און אהינגעשיקט זייערע מענטשן און דא נישט.
און איך פרעג פארוואס די פריוואטע מענטש מאכסט לצנות איך גלייב איר האט א תירוץ... אפשר איז עס די זעלבע סיבה פארוואס די קהילות שטיפן עס נישט
איך מאך ליצנות פון א מענטש וואס מופט ארויס??

איידער איך האב געקויפט מיין דירה האב איך עס באמת קאנסידערט, נאר באשלאסן אז ס’נישט פאר מיר, ווי שוין געשריבן אין א צווייטן טעמע.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב פאוסט