הרבנית חיה רויזא ע״ה בת מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע

אונזער היסטאריע
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 238

הרבנית חיה רויזא ע״ה בת מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע

פאוסט דורך פלעשלייט »

היינט איז איר יארצייט.

מרת חיה רויזא בת רבינו יואל ע"ה

זי האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1276

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

זי איז אוועק בחיו פון איר גרויסע פאטער, ל"ע.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1097
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 3482

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך עדיטאריעל »

היינט זונטאג פרשת וירא געפאלט די יארצייט פון הרבנית הצדיקת חיה רויזא ע"ה
בת רביה"ק יואל זצוקללה"ה


די סעמיהאלער רעבעצין הרבנית הצדיקת מרת חי' רויזא ז"ל, אדער ווי מ'האָט איר גערופן רויזא'לע איז געבוירן געווארן אין יאר תרס"ז, צו אירע הייליגע עלטערן מרן רבינו הקדוש זי"ע און מחברתו הטהורה בזיווג ראשון הרבנית הצדיקת המפורסמת מרת חוה ז"ל, די טאכטער פון הגה"ק רבי אברהם חיים האראוויץ זי"ע מפּלאנטש ולמעב"ק מגזע ראפּשיץ.
שוין פון יונגווייז אן האט מען איר געזעהן די גינוני מלכות מיט וואס זי וואקסט אויף, ברענגענדיג אסאך כבוד פאר די הייליגע משפחה און האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אירע געוואלדיגע מידות טובות און צדקה וחסד, האבנדיג דאס געזעהן ביי איר הייליגן פאטער דער עמוד החסד והצדקה.


בית צדיקים יעמוד
י"ב אלול תרפּ"ד האָט זי חתונה געהאַט מיט איר מאַן הגה"צ המפורסם רבי חנני' יו"ט ליפּא טייטלבוים זצוק"ל.
דער סעמיהאליער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן יום כיפור תרס"ה לפ"ק, צו זיין טאטן דער קערעצקיער רב הגה"ק רבי חנוך העניך מייער זצ"ל, אן איידעם פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע. זייענדיג בתוך שנת האבל פונעם זיידן דער קדיו"ט זי"ע איז ער נקרא געווארן על שמו חנני' יו"ט ליפא.
אלס קינד איז ער נתגדל געווארן און ער האט געלערנט ביים זיידן הרה"ק רבי שלמה מסאסוב זי"ע, און שפעטער ביי זיין טאטן דער קערעצקיער רב זצוק"ל. און ער האט באקומען התרת הוראה פון הגאון בעל "בית יצחק" דער לעמבערגער רב זצוק"ל.
אין די הזמנה קארטל צו די חתונה שרייבט דער רבי אויף זיין באליבטן איידעם "הבחור החריף ובקי חתן תמים למעלות בנש"ק מו"ה חנניא יום טוב ליפא נ"י".
די חתונה איז פאָרגעקומען ברוב פּאר והדר אין אָרשיווא, וואו דער רבי זי"ע האָט דעמאָלט מכהן געווען ברבנות, מיט דער באַטייליגונג פון זקני חסידי סיגוט, ובראשם דעם רבי'נס עלטערער ברודער מרן הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע וועלכער איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין.
נאך די חתונה זענען זיי געבליבן וואוינען ביים רבי'ן אין אָרשיווא, וואו הגה"צ רבי ליפא'לע זצ"ל האָט זיך משלים געווען על התורה ועל העבודה מיט גרויס התמדה. זיי האבן שפּעטער באַגלייט דעם רבי'ן זי"ע קיין קראלי און סאַטמאַר.
דער שווער דער רבי זי"ע האט אים ליב געהאט אהבת נפש, ולא זזה ידו מתוך ידו. ער האט אים אריינגענומען אין די ישיבה, און ער האט דארט פארגעלערנט שיעורים קבועים עטליכע מאל א טאג, אזוי אויך האט ער צוגעהאלפן דעם רבי'ן מיטן פארהערן די בחורים אין די ישיבה. מיט די יארן האט אים דער רבי ממנה געווען אלס ראב"ד אין די שטאט סאטמאר, איבער אלע דיינים אין די שטאט, און אלס רב אב"ד אין די שטאט סעמיהאלי.
אין יענע תקופה נאך איר חתונה איז שוין דער רבי זי"ע באַקאַנט געווארן אלס איינער פון די גדולי וצדיקי הדור און חסידים ואנשי מעשה האבן גענומען שטראמען צום רבי'ן, קודם קיין ארשיווא און נאָכדעם קיין קראָלי. צענדליגער און הונדערטער אידן האָבן אָנגעהויבן פאָרן אויף שבתים וימים טובים לתחמם לאורו ולהתבשם מזיו תורתו וקדושתו פון רבי'ן זי"ע.
די רעביצין חוה ז"ל איז אין יענער צייט שטאַרק נישט געזונט געוואָרן, ליידענדיג פון ערנסטע האַרץ-פּראבלעמען, און די עלצטע טאָכטער די רעבעצין רויזא'לע האט געמוזט איבערנעמען די גאַנצע הויז-ווירטשאַפט און איז פאקטיש געווען די עקרת הבית.
די ווירטשאַפט ביים רבי'ן איז געווען גאָר אַ גרויסער. דעם רבי'נס כח הצדקה האט אָפּגעקלונגען און יעדער עובר ושב האָט געוואוסט אז ביים רבי'ן אין שטוב קען מען באַקומען עסן און טרונקען מיט אַ שיינע מטבע פונעם גרויסן בעל צדקה. אין די קאָך ביים רבי'ן איז געוואָרן צוגעגרייט גרויסע טעפּ מיט מאכלים אויף שבת ויום טוב פאַר די פילע אורחים, אין צוגאב פאַר די פילע חסידים וועלכע זענען געקומען צופאָרן אויף שבתים וימים טובים און מיטגעגעסן די סעודות אינאיינעם מיטן רבי'ן. דאָס אַלעס איז געווארן אָנגעפירט און צוגעגרייט דורך די רעבעצין רויזא'לע ע"ה.
ה' שבט תרצ"ו האָט דעם רבי'ן זי"ע פּאסירט אַ גרויס אומגליק, ווען די רעביצין הרבנית הצדיקת מרת חוה ז"ל איז נפטר געוואָרן נאך לאַנגע יאָרן האַרץ קראַנקהייט. ביים הספּד אויף די רעבעצין האָט דער רבי ציטירט דעם פּסוק "כל משבריך וגליך עלי עברו" און דערמאַנט מיט יאָמערליכע געוויינען די אַלע שווערע זמנים און צרות וואָס זיי האָבן צוזאַמען דורכגעלעבט אין די דרייסיג יאָר. ער האָט מיט גרויס געוויין דערמאַנט די פריצייטיגע פּטירה פון זיינע אַנדערע צוויי טעכטער, הרבנית הצדיקת רחל ז"ל (אשת הגה"ק רבי זלמן לייב זצ"ל אב"ד סיגוט בן מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע) און הבתולה אסתר ע"ה.


חכמת נשים בנת"ה
נאך די פטירה פון די ערשטע רעביצין ז"ל האט זיך דער רבי געטרייסט מיט זיין איינציג - פאַרבליבן קינד די רעבעצין רויזא'לע, וועלכע איז געווען אַן אשה חכמה ומשכלת, באשאנקען מיט אויסערגעווענליכע מעלות ומדות טובות. איר ערליכקייט, פרומקייט און קלוגשאַפט איז געווען עד להפליא, מ'האָט דערקענט אויף איר די שטריכן פון איר הייליגן פאטער רבינו הקדוש זי"ע וועלכער איז געווען דער עמוד גמילת חסדים משחר טל נעוריו עד יומו האחרון. די רעבעצין רויזא'לע איז געווען באַקאַנט מיט אירע מצוות ומעשים טובים, זי פלעגט גיין זאַמלען געלט פאַר אָרימע קימפּעטארינס און אַנדערע נצרכים, צענדליגער ארימע חתנים און כלות האט זי געהאלפן חתונה מאַכן גענוי ווי זי האָט געזען ביי איר הייליגן פאָטער זי"ע.
עס דערציילט הרבנית מרת זאקס תחי' פון מאנסי (די שוועסטער פון הגה"צ מסעמיהאלי זצ"ל) אז די רעבעצין רויזא'לע ז"ל האט וואוינענדיג אין די שטאט סאטמאר און זעענדיג דעם מאנגל אין דאקטוירים האט זי אליינס געבויעט אן אייגענע שפיטאל און איז ארום צו אלע נגידים און רייכע אידן אין שטאט צוזאמצונעמען געלט דאס צו קענען אויפבויען.
זי האט אויך דאן אריבערגעברענגט וואוינען אין סאטמאר פארשידענע גרויסע דאקטוירים פון ראמעניע אין שפיץ פון דעם בארימטן דאקטער רייך פון די שטאט וויען וועמען זי האט געצאלט א חודש'ליכע געהאלט.
מ'האט אויף די רעבעצין רויזא'לע אויך דערקענט די שטריכן פון איר מוטער די צדיקת – אויף וועמען דער רבי זי"ע האָט איר געזאגט אז ס'איז נישט קיין וואונדער וואו עס נעמט זיך צו אַ פרוי אַזויפיל חכמה, ווייל זי איז אַן אייניקל פון ראפשיצער רב. איר הייליגער פאָטער דער רבי זי"ע פלעגט זיך מיט איר באַראטן ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן און האָט שטארק אָנגעקוואלן פון איר שכל הישר און קלארן פאַרשטאנד.
זעענדיג אין איר די חכמה ובינה יתירה פלעגט איר דער רבי אויך שיקן צו די גרויסע שטעט אויף געוויסע שליחות'ער און אפילו אויף איינצוקויפן זיינע ספרי קודש.
ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע פלעגט קומען קיין סאטמאר פלעגט ער האבן די אכסניא אין שטוב פון הגה"צ מסעמיהאלי זצ"ל און די רעבעצין הרבנית הצדיקת מרת חי' רויזא ז"ל.


די הילף אין די ביטערע יארן
די בלעטער זענען צו ווייניג צו שילדערן די געוואלדיגע מסירות נפש און אקטיוויטעטן וואס די רעבעצין רויזא'לע ז"ל האט געטוהן פאר די הצלה פון רבי'ן זי"ע אין די שווערע מלחמה יארן. זי איז אויך געפארן אויף פעסט צו פארשאפן פארן רבי'ן א סערטיפיקאט זיך צו קענען ארויסראטעווען.
די רעבעצין רויזא'לע ז"ל פלעגט אלס דערציילן א מורא'דיגע עובדא וואס ווייזט דעם וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, ווי ווייט פארהייליגט די הייליגע סיגוט'ער גזע זענען געווען אפילו ביי די ארטיגע גויים.
זי האט דערציילט אז ווען צווישן אנדערן האט זי אמאל אנגערופן צו איינעם פון די גרויסע מיניסטארן אין סיגוט ער זאל זעהן צו טוהן פאר די הצלה פון איר הייליגן פאטער דער רבי, האט ער איר געענטפערט: "איך קען אייך שוין גארנישט העלפן, דו האסט גרויסע זיידעס ליגן אין סיגוט, זיי זענען געווען וואונדער-ראבינער'ס, נאר זיי קענען אייך העלפן"...
אינאיינעם מיטן רבי'ן איז דער סעמיהאלער רב און די רעבעצין אנטלאפן קיין קלויזענבורג. עס איז זיי געלונגען זיך אויסצובאהאלטן, און פון קלויזענבורג האבן זיי זיך געראטעוועט דורך שווערצן די גרעניץ קיין רומעניע. פון רומעניע זענען זיי אַרויף קיין ארץ ישראל וואו דער סעמיהאַלער רב איז געוואָרן דער רב ומורה דרך אין סאטמארער ביהמ"ד "אוהל רחל" וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען אין ירושלים ווי שוין אויבענדערמאנט.
אין יענע טעג איז געגרינדעט געווארן א "וועד אנ"ש" וועלכע האבן געהאלפן פארן סעמיהאלער רב זצ"ל און די רעבעצין ז"ל.


חיתו"ן נעשו יפות
נאך די קריג ווען דער רבי איז בשלום אָנגעקומען קיין ארץ ישראל, איז זיין ערשטע אכסניא געווען ביי זיין באַליבטע טאכטער ע"ה אין די בית ישראל געגנט. ווען דער רבי זי"ע האָט דאַן מייסד געווען די ישיבה 'יטב לב', איז זיין איידעם דער סעמיהאלער רב געוואָרן ראש הישיבה און געהאלפן דעם רבי'ן אנפירן די ישיבה גענוי ווי אין דער אַלטערהיים אין סאַטמאַר.
עס דערציילט הרבנית החשובה מרת הארוויץ תחי' פון ירושלים, וועלכע האט געהאט די זכיה צו ארבעטן אלס העלפערן ביים רבי'ן אין שטוב אין לויף פון דעם ערשטן האלבן יאר נאך וואוינענדיג אין "בית ישראל" געגנט ביים איידעם דער סעמיהאלער רב זצ"ל, אז דא אין ירושלים געדענקט זי איז פארגעקומען עטליכע מאל א 'תנאים' שרייבן ביים רבי'ן אין שטוב, פאר חתנים וועמען דער רבי און די רעביצין דעם רבי'נס טאכטער הרבנית הצדקנית מרת חי' רויזא ז"ל און דער סעמיאהלער רב זצ"ל האבן אפיהרגעזוכט זייערע שידוכים.
זי דערציילט אז פיל מאל פלעגט דעם רבי'נס טאכטער די צדיקת די סעמיהאלער רעביצין ז"ל גיין בעפאר רעדן מיט די מדוברת און דערנאך וואס זי האט געזעהן אירע אלע מעלות און חסרונות, פלעגט זי דאס איבערגעבן פארן רבי'ן וועלכער האט דאס אנגעטראגן פאר דעם און דעם בחור און אזוי ארום זענען געשלאסן געווארן פילע שידוכים אין די ישיבה.
אזוי אויך אין די שפעטערע יארן, ווען דער רבי האט שוין געוואוינט אין אמעריקע האבן זיי געארבעט צו זוכן שידוכים פאר די פליטי הגולה און האבן זיי חתונה געמאכט ווי אייגענע קינדער. דער סעמיהאלער רב און די רעבעצין זענען אויך פיל מאל געשטאנען מצד החתן אדער צד הכלה און האבן זיך אפילו אונטערגעשריבן אויף די הזמנה קארטליך ווי אייגענע עלטערן.
"מצד החתן הרה"ג מוה"ר חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א ורעיתו"


שכר שיח"ה נא"ה
עס דערציילט הרבנית מרת זאקס תחי', ווי אזוי די צדיקת ז"ל איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון איר הייליגן פאטער דער רבי, אין יעדן הינזיכט און בפרט אין די עבודת הקודש מיטן ראטעווען די הונדערטער פליטי הגולה.
די רעבעצין רויזא'לע ז"ל אליינס פלעגט ארויספארן צו די "השומר הצעיר" לאגערן אינאיינעם מיט הגה"צ רבי אהרן קאצינעלנבויגן זצ"ל און הרה"צ רבי זלמן בריזל זצ"ל און זיי פלעגן ארויסראטעווען אומצאליגע קינדער.
דער רבי פלעגט איר דירעקט שיקן אויף אזא שליחות, וויבאלד זי איז געווען אן אשה חכמה און זי האט געהאט א גאר געשליפענעם מויל, און זי פלעגט איבעררעדן די יונגע קינדער און בחורים'לעך זיי זאלן קומען קיין ירושלים און אנטלויפן פון די ציונים וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר זיי מכלומר'שט אלס זייערע אויסלייזער און העלפער, און דערווייל מיינען זיי בכלל נישט זייער טובה.
די רעביצין חי' רויזא ז"ל פלעגט צוגיין צו די קינדער, וועלכע זענען געווען זייער צובראכן, און ווען זיי האבן מיט קיינעם אפילו נישט געואלט קומען אין ווארט האט זי זיי מיט איר פקחות און חכמה צוגעצויגן, צומאל פלעגט זי זאגן פאר די קינדער אזעלכע ווערטער ווי "איך בין דיין מומע", "איך געדענק דיין מוטער זי איז געווען מיין בעסטע פריינדין", און אזוי ארום האט זי זיי צוגעצויגן צו זיך און אריבערגעברענגט קיין ירושלים.
עס דערציילן די ירושלימער אידן אז זיי געדענקען ווען די שטאט ירושלים האט גע'רעש'ט ווען די רעבעצין רויזא'לע איז אנגעקומען אין שטאט אינאיינעם מיט 23 קינדער פליטי הגולה וועמען זי האט באוויזן ארויסצוכאפן פון אונטער די ציוני'סטישע נעגל און האט זיי יעדן באזונדער ערלעדיגט א מוסד וואו צו זיין תחת כנפי השכינה.


מוסדות "אור החיים - בית רויזא"
מיט די צייט האט די רעביצין חי' רויזא ז"ל באוויזן צו ראטעווען הונדערטער קינדער, און אזוי אויך שפעטער ווען עס האבן אנגעפאנגען ארויפצוקומען הונדערטער ספרדי'שע קינדער קיין ארץ ישראל, האט זי ארויסגעראטעוועט פון די ציוני'סטישע הענט הונדערטער ספרדי'שע קינדער, און האט דאן אויפגעשטעלט א מוסד פאר זיי "אור החיים" אין בני ברק, וועלכע האט אין די ערשטע יארן געטראגן דעם נאמען "בית רויזא" אויף איר חשוב'ן נאמען, דארט האט זי אריינגעלייגט איר קאפ און מח, נאכצוגיין אין איר הייליגן פאטער'ס וועגן צו ראטעווען דעם דור פון שמד און נישט גיין ח"ו לטמיון אונטער די נעגל פון די ציוני'סטן ימ"ש.



לך לך ... בית אביך
נאכדעם וואָס דער רבי האט באַשלאסן צו פאַרבלייבן וואוינען אין ניו יארק, האָט די רעבעצין רויזא'לע ז"ל באַשלאסן אויך צו קומען קיין ניו יארק, צו זיין נאנט צום גרויסן טאטן. זיי האבן זיך באַזעצט אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד עוועניו, קעגנאיבער 500 בעדפארד עוועניו וואו ס'איז דעמאלט געווען ביתו נאוה קודש פון רבי'ן זי"ע.
די שמחה פון רבי'ן זי"ע ווען די טאכטער האָט זיך באַזעצט נעבן אים איז געווען געוואלדיג גרויס. דער רבי האָט שטענדיג געהאפט מיט גרויס השתוקקות צו זען פון איר ווייטערדיגע דורות. ליידער האָט אבער כלל ישראל נישט זוכה געווען דערצו. די רעבעצין רויזא'לע ז"ל האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו קינדער, וואס האט פאַרשאפט דעם רבי'ן פיל צער און עגמת נפש. זי פלעגט דעם רבי'ן מפציר זיין ביי יעדע געלעגנהייט געהאלפן צו ווערן בדבר ישועה ורחמים, אדער ליידער זענען די שערי שמים געווען פאַרמאכט.
מיט די צייט האבן זיי זיך אוועקגעצויגן קיין וועסט-סייד וואו דארט האט דער סעמיהאלער רב געעפנט אן אייגענעם ביהמ"ד לתורה ולתפילה.


והוא מחולל מפשעינו
די פילע צרות, טלטולים ומכאובים האט שטארק אפּגעשוואכט איר הארץ, און דאנערשטאג נאכט אור ליום עש"ק פרשת וירא, י"ד חשון תשי"ד, האט די צדיקת חי' רויזא ז"ל צוריקגעגעבן איר אויסגעלייטערטע נשמה צום בוכ"ע.
באלד ווי די ביטערע ידיעה איז באקאנט געווארן זענען תלמידי וחסידי סאטמאַר שטאַרק ערשיטערט און צעטרייסלט געוואָרן פונעם גרויסן אומגליק. עס איז אַנטשטאַנען אַ פּראבלעם ווער עס זאל גיין מבשר זיין די ביטערע בשורה פארן רבי'ן זי"ע.
אין די פאַרטאגס שעה'ן זענען צוויי שלוחים, הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק און ר' ליפּא פריעדמאן ע"ה, אַריבערגעקומען צום דעמאלטסדיגן סיגוטער רב, מרן הברך משה זי"ע, אים בעטן אַז היות ער איז ביים רבי'ן פאררעכנט ווי אַן אייגן קינד, זאל ער נעמען אויף זיך די ערשיטערנדע אויפגאבע אנזאגן דעם צעבראכענעם הייליגן טאַטן אז זיין לעצט-פאַרבליבן קינד, דאס לעצטע צווייגעלע פון זיין גאָרטן, איז ליידער אוועק פון דער וועלט.
דער רבי דער ברך משה זי"ע, אַליין צעשוידערט און צעטרייסלט פונעם אומגעהויערן בראך, האָט אנהויב געקווענקלט, אבער לסוף האט ער זיך אנגעגארטלט מוט און אַריבער צום הייליגן פעטער זי"ע.
אריינקומענדיג אל הקודש פנימה האט דער ברך משה זי"ע זיך אנגערופן צום פעטער אז "דעם פעטער'ס טאכטער פילט נישט גוט", האט זיך דער רבי אנגערופן "וואס טוט זיך"? האט דער ברך משה גארנישט געענטפערט דערויף, האט דער רבי ווייטער געפרעגט, "מ'קען נאך דאווענען"?... האט דער ברך משה ווידעראמאל גארנישט געענטפערט.
דיו אילו ימי וואלט מען נישט געקענט שילדערן די אויסטערלישע מינוט ווען דער רבי זי"ע האָט געהערט די בשורה רעה ומרה. טייכן טרערן האבן זיך גענומען גיסן פון זיינע הייליגע אויגן און עס האבן זיך געהערט טיפע קרעכצן מעומקא דליבאי. "אוי", האט דער רבי געזאגט במרירות הלב, "ווען מען וואלט מיר געזאגט, אפשר וואלט איך געקענט איר אויסבעטן א ישועה".
די לוי' איז פאָרגעקומען יענעם פרייטאג פון סעמיהאַלער ביהמ"ד אויף דער וועסט-סייד. פאַר די באַטייליגטע גיייט נאָך היינט דורך אַ סקרוך אין די ביינער זיך דערמאנענדיג דעם רירענדן הספד פון רבי'ן זי"ע אשר אם אבן הוא נימוח.
דער רבי האט צווישן אנדערן נאכגעזאגט מיט הארצרייסענדע בכיות דעם מדרש רבה (פתיחתא דאיכה רבתי אות ב') משל למלך שהיו לו שנים עשר בנים ומתו שנים התחיל להתנחם בעשרה, מתו עוד שנים והתחיל להתנחם בשמונה וכו' וכיון שמתו כולם התחיל מקונן עליהם איכה ישבה בדד ע"כ.
מיט א הארצרייסענדע ביטערליכע וויי געשריי האט ער אויסגעשריגן " "...


שבת שבעה
הגה"צ רבי שמואל בראך ז"ל אב"ד נאנאש משב"ק ביים רבי'ן זי"ע דערציילט אז יענעם פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען פריער ווי געווענליך צום שולחן הטהור. דער רבי האט דאן געזאגט די דברי תורה אויפן פסוק "כי ידעתיו אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו".
שבת אינדערפרי איז דער רבי נישט צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ווי געווענליך, און האט אויך נישט געליינט ביי קריאת התורה, יענעם שבת איז דער רבי אפילו נישט ארויף אויפן באלעמער נאר ער איז געבליבן זיצן אויף זיין ארט.
שבת נאכמיטאג איז דער ברך משה זי"ע אריבערגעקומען למעון קדשו פונעם הייליגן פעטער זי"ע אים צו מחזק זיין בצרתו הגדולה.
צו סעודת רעווא דרעווין האט דער רבי געבעטן אז דער ציבור זאל נישט קומען צום טיש. דער רבי האט דאן געפירט ש"ס בביתו נאוה קודש, און האט נישט געזאגט קיין תורה.
ס'איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אינמיטן די וואך ווען כ"ק אדמו"ר הגה"צ מבלאזשוב זצ"ל איז געקומען מנחם אבל זיין דעם רבי'ן, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צו דער רבי האט געזאגט דברי תורה שבת ביים טיש, האט אים דער רבי געענטפערט אז פרייטאג צונאכטס האט ער געזאגט און ביי שלוש סעודות נישט. האט זיך דער בלאזשוב'ער רבי אנגערופן אז ווען דער הייליגער בני יששכר זי"ע איז געזעצן שבעה האט ער אויך שבת ביינאכט געזאגט דברי תורה אבער ביי סעודה שלישית האט ער שוין נישט געזאגט קיין דברי תורה.


ויקומו לנחמו
במשך די שבעה זענען צענדליגער רבנים ואדמורי"ם געקומען מנחם אבל זיין דעם רבי'ן זי"ע. אַ רירנדער מאמענט וואס די שטוב - מענטשן געדענקען איז געווען מוצאי שב"ק ווען דער רבי האָט זיך צוריק אַראפגעזעצט שבעה. האָט ער דעמאלט אַריינגערופן דעם ברך משה זי"ע און אים געהייסן פאַרשליסן די טיר. דער רבי זי"ע האָט זיך דעמאלט אויסגעגאסן זיין צעבראכן האַרץ פאַר זיין איינציג פאַרבליבן עצמו ובשרו. פון די אַנדערע זייט טיר האָט מען קיין ווערטער נישט געקענט הערן אבער די יללות ובכיות זענען געווען עד לב השמים.
ווען ס'האט פאסירט די ביטערע אומגליק, האט דער סטראפקובער רב הגה"ק רבי מענדעלע זצ"ל גאר שווער אויפגענומען די ביטערע בשורה, פרייטאג צו נאכטס ביים טיש האט ער געוויינט מיט בכיות נוראות נישט קענענדיג קומען צו זיך וויינענדיג "ווער קען דען משער זיין דעם צער פון דעם סאטמארער רב...".
אינמיטן די וואך איז דער סטראפקובער רב אריבערגעקומען מנחם אבל זיין דעם רבי'ן, אריינקומענדיג האט ער אויסגעבראכן אין א הארצרייסענדיג געוויין זאגענדיג "איך ווייס וואס דאס מיינט", מיינענדיג אז ער האט שוין געשפירט אויף זיך דאס וואס עס מיינט צו פארלירן א גאנצע שטוב מיט קינדער ר"ל. אזוי איז ער געזעסן דארט ביים רבי'ן א לענגערע צייט ווען פון ביידנס אויגן פליסן טייכן טרערן אן קיין אפהאלט, און קיין שום ווארט האבן זיי נישט געשמועסט צווישן זיך.
שפעטער ווען דער סטראפקובער רב איז אוועקגעגאנגען פון רבי'נס שטוב האט זיך דער רבי מתרעם געווען אויף דעם וואס מען האט דערציילט פון די בשורה פארן סטראפקובער רב, "פארוואס האט מען אים געדארפט מצער זיין?!" האט דער רבי געפרעגט.
טראץ דעם ביטערן אומגליק ל"ע ווען ס'איז אוועקגעריסן געווארן פון אים זיין לעצט פארבליבענע צווייגעלע, וואס איז געווען פארן רבי'ן א שרעקליכע צער אין ווייטאג פארלירענדיג בחייו דאס לעצטע פון זיינע דריי קינדער ל"ע וואס קיינער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות נאך זיך, פונדעסטוועגן האט דער רבי נישט נאכגעלאזט פון די הייליגע ארבעט און ווייטער אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש להעמיד הדת על תילה, און ער האט געפונען טרייסט אין די תלמידים הקרויין בנים וואס אין זיי האט ער געזען זיינע צוקונפטיגע ערליכע דורות.

הגה"צ דער סעמיהאלער רב זצ"ל האָט חתונה געהאט בזיווג שני. אין יאר תשכ"ה ווען דער רבי זי"ע איז געווען אין ארץ ישראל איז שוין דער סעמיהאלער רב שטאַרק נישט געזונט געווען און דער רבי איז אים געגאנגען באַזוכן אין שפּיטאל. בייוואוינער דערציילן אז דער באגעגעניש איז געווען גאר רירנד, דער רבי און דער סעמיהאלער רב זענען אַרויפגעפאַלן איינער אויפן אַנדערן און ביטער געוויינט. דער סעמיהאלער רב איז נפטר געווארן פון יענע קראנקהייט אין יאר תשכ"ו. ער האט איבערגעלאזט אַ דור ישרים יבורך, בנין וחתנין רבנין.
אַזויווי די צדיקת רויזא'לע ז"ל האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, געדענקען סאטמארער חסידים די בכל אתר ואתר איר זכרון לטובה און לערנען משניות און געבן צדקה לעילוי נשמת הרבנית חיה רויזא בת מרן רבינו יואל זי"ע.
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 537
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 925

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך פייל און בויגן »

ווי ליגט זי?
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 238

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך פלעשלייט »

איר קבר.
פיילס
Screenshot_20231029-160328~2.png
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 238

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך פלעשלייט »

עדיטאריעל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:56 pm
► Show Spoiler
דו האסט א זאפטיגע פעדער.

שכוח.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 583

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך צווייטער »

זייער שיין.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 515
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 555

Re: הרבנית חי-ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מסאטמאר

פאוסט דורך איד »

זכרונה לברכה לחיי העולם הבא
איר נשמה זאל האבען א עליה

איך האב אמאל געהערט אז מהאט איר קודם באגראבן דא און ערשט נאך א שטיק צייט מפנה געווען קיין א"י, אויב איינער קען באשטעטיגן?
און אזוי אויכט די סיבה פארוואס?
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 515
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 555

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך איד »

פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:58 pm ווי ליגט זי?
אין די אלטע בית החיים אין טבריה
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1276

Re: הרבנית חי-ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מסאטמאר

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

מיט וועם איז זי געווען חתונה געהאט בעפאר די מלחמה?

זי האט געהאט קינדער בעפאר די מלחמה?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 583

Re: הרבנית חי-ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מסאטמאר

פאוסט דורך צווייטער »

די וועלט ווייסט צו פארציילן ווי שטארק איר הייליגן טאטע הגה''ק מסאטמאר זי''ע איז געווען שבור ורצוץ יענע תקופה נאכן פארלירן זיין לעצט פארבליבענע טאכטער. (דער עולם ווייסט אויך די געוואלדיגע שלום עליכם יענעם פרייטאג צונאכט, געציילטע שעות נאך די לויה, ווי די רבי האט פארקאכטערהייט געזינגען דעם מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי)

אבער עס איז כדאי צו וויסן וואס הגה''צ מפאיע זצ''ל האט פארציילט, וואס די מעשה דעקט אביסל אויף די גדלות אין דביקות פונעם הייליגן צדיק אפילו אין גאר שווערע צייטן.

געווען איז עס אין די ערשטע שבעה טעג וואס די רבי איז געזיצן נאך זיין טאכטער, און דער פאיע רב וואס איז געווען א שטענדיגער שטוב מענטש ביים רבי'ן אין שטוב האט יעצט זיך נישט געוואלט באווייזן, ער האט נישט געוואלט זען דעם רבי'ן אין אזא מצב (והסמיכו למ''ש בדגל מ''א פ' במדבר). אבער ווען די רבי האט באמערקט אז ער איז עפעס נישט דא האט ער אים געשיקט רופן, (די רבי האט אים זייער ליב געהאט כידוע). און אז דער רבי האט גערופן איז ער פארשטייט זיך געקומען.

אזויווי ער איז אריינגעקומען צום רבי'ן אין צימער און די רבי האט אים באמערקט, האט אים די רבי געזאגט, משה בער לאמיר דיר פארציילן א מעשה. און די רבי האט אים פארציילט אזוי, ווען דער הייליגער דברי חיים איז געזיצן שבעה נאך א קינד, און דעם ערשטן טאג פון די שבעה האט ער געדאווענט אן תפילין אזויווי די הלכה. און דער טאטע ז''ל דער קדושת יום טוב איז דארטן געווען, האט דער טאטע ז''ל געזאגט אז אזויווי ער האט געדאוונט אן די תפילין, מ'קען נישט זאגן אז ס'האט געהאט א טעם פון שבת, אבער א טעם פון יום טוב האט עס געהאט, ע''כ וואס די רבי האט אים פארציילט.

דער פאיע רב איז ממש נתפעל געווארן פון די מעשה, ווי א צדיק אין זיין גרעסטע אבילות'דיגע טעג איז ער דבוק אין עפעס העכערס, ביי אים איז יעצט יום טוב!
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 583

Re: הרבנית חי-ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מסאטמאר

פאוסט דורך צווייטער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:26 pm מיט וועם איז זי געווען חתונה געהאט בעפאר די מלחמה?

זי האט געהאט קינדער בעפאר די מלחמה?
זי האט נאר איינמאל חתונה געהאט, און קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער ליידער
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 372

Re: מרת חי'ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מ'סאטמאר

פאוסט דורך וואסאפשט »

פלעשלייט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 4:09 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:56 pm
► Show Spoiler
דו האסט א זאפטיגע פעדער.

שכוח.
מיר דאכט זיך אז דאס איז ק/פ פון ערגעץ
איך זאג עס אלס האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 431

Re: הרבנית חיה רויזא ע״ה בת מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע

פאוסט דורך טיר »

וואס איז טאקע פשט אז זי ליגט אין ארץ־ישׂראל? איך פארשטיי אז זי איז נפטר געווארן אין אמעריקע
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1282
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5048

Re: הרבנית חי-ה רויזא בת רבינו יואל ע"ה מסאטמאר

פאוסט דורך Spa 42 »

צווייטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:42 pm די וועלט ווייסט צו פארציילן ווי שטארק איר הייליגן טאטע הגה''ק מסאטמאר זי''ע איז געווען שבור ורצוץ יענע תקופה נאכן פארלירן זיין לעצט פארבליבענע טאכטער. (דער עולם ווייסט אויך די געוואלדיגע שלום עליכם יענעם פרייטאג צונאכט, געציילטע שעות נאך די לויה, ווי די רבי האט פארקאכטערהייט געזינגען דעם מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי)

אבער עס איז כדאי צו וויסן וואס הגה''צ מפאיע זצ''ל האט פארציילט, וואס די מעשה דעקט אביסל אויף די גדלות אין דביקות פונעם הייליגן צדיק אפילו אין גאר שווערע צייטן.

געווען איז עס אין די ערשטע שבעה טעג וואס די רבי איז געזיצן נאך זיין טאכטער, און דער פאיע רב וואס איז געווען א שטענדיגער שטוב מענטש ביים רבי'ן אין שטוב האט יעצט זיך נישט געוואלט באווייזן, ער האט נישט געוואלט זען דעם רבי'ן אין אזא מצב (והסמיכו למ''ש בדגל מ''א פ' במדבר). אבער ווען די רבי האט באמערקט אז ער איז עפעס נישט דא האט ער אים געשיקט רופן, (די רבי האט אים זייער ליב געהאט כידוע). און אז דער רבי האט גערופן איז ער פארשטייט זיך געקומען.

אזויווי ער איז אריינגעקומען צום רבי'ן אין צימער און די רבי האט אים באמערקט, האט אים די רבי געזאגט, משה בער לאמיר דיר פארציילן א מעשה. און די רבי האט אים פארציילט אזוי, ווען דער הייליגער דברי חיים איז געזיצן שבעה נאך א קינד, און דעם ערשטן טאג פון די שבעה האט ער געדאווענט אן תפילין אזויווי די הלכה. און דער טאטע ז''ל דער קדושת יום טוב איז דארטן געווען, האט דער טאטע ז''ל געזאגט אז אזויווי ער האט געדאוונט אן די תפילין, מ'קען נישט זאגן אז ס'האט געהאט א טעם פון שבת, אבער א טעם פון יום טוב האט עס געהאט, ע''כ וואס די רבי האט אים פארציילט.

דער פאיע רב איז ממש נתפעל געווארן פון די מעשה, ווי א צדיק אין זיין גרעסטע אבילות'דיגע טעג איז ער דבוק אין עפעס העכערס, ביי אים איז יעצט יום טוב!
נורא נוראות.

דאס איז דאך געווען די לעצטע האפענונג אז די סאטמאר רב זי"ע זאל איבערלאזן דורות.

מ' האט שוין געווארט אויף די ריכטיגע מינוט, און ליידער איז אריינגעקומען אזא בשורה.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1823

Re: הרבנית חיה רויזא ע״ה בת מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע

פאוסט דורך נפתלי »

unnamed - 2024-11-14T173857.104.jpg
unnamed - 2024-11-14T173857.104.jpg (140.67 KiB) געזען געווארן 328 מאל
שרייב פאוסט