ווילידזש און טאון; גרינדן און אנעקסירן

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
גמילות חסדים
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:04 pm
x 12

ווילידזש און טאון; גרינדן און אנעקסירן

פאוסט דורך גמילות חסדים »

אביסל קלארקייט וועגן די ווילעדזש גרינדונג געזעצן.

געזעצליך קען מען מאכן א ווילעדזש אין א טאון, אבער נישט א ווילעדזש אין א ווילעדזש. אנעקסירן קען מען פון סיי וואו צו סיי וואו, פון א טאון צו א ווילעדזש און פארקערט. דער הויפט חילוק איז, אז גרינדן א ווילעדזש קען מען אן די הסכמה פון די טאון, נאר איינמאל מ'געט אריין די אפליקאציע פאר'ן טאון, מוזן זיי עס באשטעטיגן אדער אפווארפן, און ווען זיי באשטעטיגן, דאן ווערט דורכגעפירט וואלן בלויז צווישן די איינוואוינער אינעם געפלאנטן ווילעדזש, און אויב ס'ווערט באשטעטיגט איז דא א נייע ווילעדזש.

אנעקסעישאן מוזן ביידע זייטן מסכים זיין. סיי דער משמר היוצא און סיי דער משמר הנכנס. נאטורליך, איז אסאך גרינגער צו מאכן א נייע ווילעדזש וואו נאר איין צד דארף מסכים זיין, קעגן אנעקסעישאן, וואס מוז זיין מתי שיתרצו שני הצדדים. כאטש וואס דער טאון קען אויך שטערן ביים גרינדן א ווילעדזש, אבער ווייט נישט אויף דעם פארנעם ווי שטערן אנעקסעישאן.

בנוגע די לאקאלע פאקטן:

מאנרא

תשל"ז האט קרית יואל זיך אפגעריסן און געגרינדעט א אייגענע ווילעדזש, כדי צו פארשווערן פאר די מאנרא אנטיסעמיטן וואס האבן געזוכט צו בלאקירן די אנטשטייאונג פון קרית יואל.

ס'איז שוין געווען דארט די ווילעדזש אוו מאנרא, וואס נעמט אויף א קליינע חלק פון טאון אוו מאנרא, און איז קנאפע 120 יאר אלט. אויך איז דא די ווילעדזש אוו הערימאן, וואס א חלק דערפון איז אין וואדבערי.

מאמענטאל איז פאראן אן אפליקאציע אויפ'ן טיש דורך חסיד'ישע אפליקאנטן צו גרינדן די ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס אינערהאלב טאון אוו מאנרא. דער טאון באקעמפט עס, און האט לעצטנס פארלוירן אין געריכט ווערנדיג געצווינגען צו גיין ווייטער מיט די אפליקאציע. ס'איז אויך דא א געזעץ - שוין באשטעטיגט דורכ'ן סענאט און אסעמבלי, אבער נאכנישט אונטערגעשריבן דורכ'ן גאווערנאר - וואס האט א שטארקע מעגליכקייט צו שטערן די ווילעדזש פון ווערן פארמירט.

בנוגע איבערנעמען די עקזיסטירנדע טאון און/אדער ווילעדזשעס. מאמענטאל זענען פאראן אפשר טויזנט חסיד'ישע וויילער אינעם טאון, וואו עס זענען דא העכער 13,000 רעגיסטרירטע וויילער. אידן קענען אויסמאכן א חילוק אויב ס'ווערט א שמאלע פארמעסט צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער וכדו', אבער ס'וועט לכאורה דויערן א לאנגע צייט בעפאר אידן וועלן האבן גענוג שטימען צו קענען איבערנעמען דעם טאון אינגאנצן.

אינעם ווילעדזש זענען פאראן עטליכע הונדערט אידישע וויילער (אסאך אידישע איינוואוינער אין טאון וואוינען אויסער די ווילעדזש גרעניצן), און דארט איז טעכניש היפש גרינגער צו קענען איבערנעמען, אבער שווער צו זען אז ס'זאל קענען פאסירן אין נאנטער צוקונפט.

וואדבערי

אין 06' האט וואדבערי באשלאסן צו מאכן א ווילעדזש אויף כמעט די גאנצע גרעניץ פוון וואדבערי טאון, ווייל זיי האבן מורא געהאט אז חסידישע אידן גייען דארט מאכן א נייע ווילעדזש (כ'מיין קהלת מהרי"י האט געוואלט דאן קויפן עיס פארעם און מאכן דארט א נייע ווילעדזש נאך אריינברענגען 500 אידישע נפשות. למעשה האט ועד הקרי' זיי אויסגעכאפט, אבער ס'האט אויפגעוועקט וואדבערי צו נעמען שריט קעגן חסידישע איינוואוינער).

די ווילעדזש אוו וואודבערי נעמט אריין כמעט די גאנצע טאון, אויסער א קליין חלק וואס איז טייל פון ווילעדזש אוו הערימען (און, ווי געזאגט, מ'קען נישט מאכן א נייע ווילעדזש אינערהאלב א עקזיסטירנדע ווילעדזש).

עס זענען פאראן מעגליכע פלענער צו אנעקסירן שטיקער פון וואדבערי קיין קרית יואל. ועי' לעיל.

בנוגע עס איבערנעמען. אין וואדבערי זענען דא בערך 7,500 וויילער, און אנדערש פון מאנרא, מוז מען דארט בויען די דירות היפש אפגערוקט איינס פון צווייטן, אזוי אז ווייניג חסידי'שע איינוואוינער קוקן אפי' אין יענע ריכטונג, און ס'איז שווער צו זען א מציאות פון האבן 5-6 טויזנט חסידישע וויילער עס צו קענען איבערנעמען.

בלומינג גראוו

אין בלומינג גראוו איז געווען די זעלבע זאך, ממש די זעלבע צייט ווי די גרינדונג פון ווילעדזש אוו וואדבערי. נאך וואס ר' אברהם בער יאקאבאוויטש מיט נאך אינוועסטירער פון קהלת מהרי"י האבן געקויפט א גרויסע 800 עיקער פראפערטי מיט'ן חשבון צו מאכן דארט א ווילעדזש נאכ'ן אריינברענגען 500 נפשות, זענען געגאנגען די גויים און געגרינדעט דעם ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו, אויף א שטח פון ארום 3,000 עיקער, ארייננעמענדיג די גאנצע אידישע שטח, און אזוי פארמיטן פון קענען מאכן דארט א נייע ווילעדזש, וויבאלד ס'איז שוין דא א ווילעדזש.

אבער אנדערש פון וואדבערי, האט בלומינג גראוו נישט געמאכט דעם ווילעדזש אזוי גרויס ווי די טאון, וואס מיינט אז דער גאנצער ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו האט נישט קיין סאך וויילער, אזוי אז איינמאל אידן האבן אנגעהויבן אהין אריינמופן, איז געווארן זייער שנעל קלאר אז ביום מן הימים גייען עס אידן איבערנעמען, איינמאל זיי האבן גענוג וויילער.

למעשה, אדאנק עטליכע בליציגע מאנעוורעס, האט מען באוויזן עס איבערצונעמען אויך אין דער צייט וואס ס'זענען דא מער גוי'אישע וויילער ווי אידישע. און די יעצטיגע ווילעדזש פירערשאפט איז סימפאטיש געשטימט צו אידן.
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 640

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

מורא'דיג!
אזא קלארקייט נאכנישט געזעהן אין די נושא!

יישר כחכם
קמיאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:41 pm
x 39

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך קמיאל »

@גמילות חסדים זייער קלאר, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג.
די אלע וואס דו האסט אויסגערעכנט איז בנוגע א טאון אדער וויליזש, וואס טוט זיך איבער א סקול דיסטריקט, קען מען נוצן אנעקסעישאן צו טוישן די דיסטריקט גרעניצן?
גמילות חסדים
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:04 pm
x 12

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך גמילות חסדים »

סקול דיסטריקט גרעניצן מוזן נישט זיין געבינדן צו מוניציפאלע טאון/ווילעדזש גרעניצן.

אויב וויל מען עס טוישן דארף מען עקסטער מאכן אן אפשטימונג, אבער ס'נישט עפעס וואס ווערט ארויסגעשטעלט פאר'ן פאבליק.

ווען קרית יואל איז געווארן טאון אוו פאלם טרי, האט געדארפט זיין עקסטערע וואוט ביי די סקול דיסטריקט באורדס צו טוישן די גרעניצן. כ'געדענק נישט אויב ס'איז געווען עקסטערע רעפערענדום דערוועגן, כמעט זיכער אז נישט.
בלעטל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:08 pm
x 29

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך בלעטל »

@גמילות חסדים א גרויסע שכח,

למעשה, אנעקסירן איז די זעלבע פראצעדור פון א ווילידש ווי פין א טאון?

וויאזוי האט קרית יואל געקענט אנעקסירן 5 יאר צוריק אויב די טאון אוו מאנרא האט נישט מסכים געווען?
מאושר
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:00 pm
x 2

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך מאושר »

וואודבארי דארף נישט 5-6 טויזנט איבערצונעמען 7,500 טויזנט וויילער
די חשבון גייט אביסל אנדערש

קודם כל קוקט מען וויפיל פראצענט גוים גייען געווענליך לאקאל שטימען
געווענליך פאלט אראפ בערך 50%
(די נומבערס קען מען אויסטשעקן ס׳איז פובליק רעקארד)

נאכדעם דארפסטו אביסל מער ווי האלב פון די האלב דהיינו א פערטל אידישע וואויטערס צו קענען שאקלן די זאך

לענינו איז גענוג אין וואודבארי בערך 2,000 אידישע וואויטערס
וואס מיינט אונטער 1,000 אידישע משפחות
מאן און ווייב און קינדער העכער 18

וואודבארי ווילאס שטעלט צו א באדייטנדע צאל איינמאל ס׳איז פארטיג
פלאס אלע געגנטער אין היילענד מיללס היילענד לעיק קאנטרי האללאו דזשעפערזאן ברייגענטאן וכולהו

פארדעם ארבעטן זיי מיט כהיום אסאך בעסער ווי אמאל ווייל זיי קענען זייער גוט ליינען נומבערס…

ווילעדזש אוו מאנרא האט טשאנסעס אינעם עתיד אבער איז שווערער צוזאמצונעמען דערווייל

טאון אוו מאנרא איז א אנדערע מסכת וואס איז רחוק מהמציאות כהיום
אוועיטער
זייער גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
x 6

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך זייער גוט »

בלעטל האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:28 pm

וויאזוי האט קרית יואל געקענט אנעקסירן 5 יאר צוריק אויב די טאון אוו מאנרא האט נישט מסכים געווען?
דאס איז דאך געווען די דיעל. מ'האט דאך נאר גענומען ארום 270 אנשטאט די ארום 500
דו, ביסט זייער גוט!!!
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 315

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך משה רבינו »

מאושר האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:15 am וואודבארי דארף נישט 5-6 טויזנט איבערצונעמען 7,500 טויזנט וויילער
די חשבון גייט אביסל אנדערש

קודם כל קוקט מען וויפיל פראצענט גוים גייען געווענליך לאקאל שטימען
געווענליך פאלט אראפ בערך 50%
(די נומבערס קען מען אויסטשעקן ס׳איז פובליק רעקארד)

נאכדעם דארפסטו אביסל מער ווי האלב פון די האלב דהיינו א פערטל אידישע וואויטערס צו קענען שאקלן די זאך

לענינו איז גענוג אין וואודבארי בערך 2,000 אידישע וואויטערס
וואס מיינט אונטער 1,000 אידישע משפחות
מאן און ווייב און קינדער העכער 18

וואודבארי ווילאס שטעלט צו א באדייטנדע צאל איינמאל ס׳איז פארטיג
פלאס אלע געגנטער אין היילענד מיללס היילענד לעיק קאנטרי האללאו דזשעפערזאן ברייגענטאן וכולהו

פארדעם ארבעטן זיי מיט כהיום אסאך בעסער ווי אמאל ווייל זיי קענען זייער גוט ליינען נומבערס…

ווילעדזש אוו מאנרא האט טשאנסעס אינעם עתיד אבער איז שווערער צוזאמצונעמען דערווייל

טאון אוו מאנרא איז א אנדערע מסכת וואס איז רחוק מהמציאות כהיום
אידן גייען אויך קיינמאל נישט 100% וואטען
בלעטל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:08 pm
x 29

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך בלעטל »

זייער גוט האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:28 am
בלעטל האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:28 pm

וויאזוי האט קרית יואל געקענט אנעקסירן 5 יאר צוריק אויב די טאון אוו מאנרא האט נישט מסכים געווען?
דאס איז דאך געווען די דיעל. מ'האט דאך נאר גענומען ארום 270 אנשטאט די ארום 500
א דעיל איז שייך ווען ביידע זייטן ווילן/דארפן עפעס באקימען אדער דערלייגן,

אויב ממיז ציקימען אז זיי זאלן מסכים זיין, וואס איז שייך א דיעל? זאלן זיי זאגן איך וויל נישט אין פארטיג,
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

משה רבינו האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 11:09 am
מאושר האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:15 am וואודבארי דארף נישט 5-6 טויזנט איבערצונעמען 7,500 טויזנט וויילער
די חשבון גייט אביסל אנדערש

קודם כל קוקט מען וויפיל פראצענט גוים גייען געווענליך לאקאל שטימען
געווענליך פאלט אראפ בערך 50%
(די נומבערס קען מען אויסטשעקן ס׳איז פובליק רעקארד)

נאכדעם דארפסטו אביסל מער ווי האלב פון די האלב דהיינו א פערטל אידישע וואויטערס צו קענען שאקלן די זאך

לענינו איז גענוג אין וואודבארי בערך 2,000 אידישע וואויטערס
וואס מיינט אונטער 1,000 אידישע משפחות
מאן און ווייב און קינדער העכער 18

וואודבארי ווילאס שטעלט צו א באדייטנדע צאל איינמאל ס׳איז פארטיג
פלאס אלע געגנטער אין היילענד מיללס היילענד לעיק קאנטרי האללאו דזשעפערזאן ברייגענטאן וכולהו

פארדעם ארבעטן זיי מיט כהיום אסאך בעסער ווי אמאל ווייל זיי קענען זייער גוט ליינען נומבערס…

ווילעדזש אוו מאנרא האט טשאנסעס אינעם עתיד אבער איז שווערער צוזאמצונעמען דערווייל

טאון אוו מאנרא איז א אנדערע מסכת וואס איז רחוק מהמציאות כהיום
אידן גייען אויך קיינמאל נישט 100% וואטען
אבער א גרעסערע פראצענט ווי די גוים!!!!!

אזוי פלעגט זיין ווען קרית יואל איז נאך געווען אינטער טאון אוו מאנרא
קרית יואל פלעגט ארויסברענגען אסאך א גרעסערע פראצענט ווי די גוים
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

נייע דור האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:49 pm

וואודבערי האלט מען שוין אט אט ביים איבערנעמען
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 775
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 620

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך איך »

איך מיין אז די גאנצע שמועס דארף אריינגיין אין "היסטאריע" פון גרינדאנג קרית יואל נישט "נייעסן" ארום קרית יואל
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך אני-הק' »

@גמילות חסדים
זייער קלאר ארויסגעברענגט, איך בין קלאר געווארן אין אסאך צושטיקלטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט און געליינט אין די לעצטערע חדשים
א דאנק
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

גמילות חסדים האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:19 pmאנעקסעישאן מוזן ביידע זייטן מסכים זיין. סיי דער משמר היוצא און סיי דער משמר הנכנס. נאטורליך, איז אסאך גרינגער צו מאכן א נייע ווילעדזש וואו נאר איין צד דארף מסכים זיין, קעגן אנעקסעישאן, וואס מוז זיין מתי שיתרצו שני הצדדים. כאטש וואס דער טאון קען אויך שטערן ביים גרינדן א ווילעדזש, אבער ווייט נישט אויף דעם פארנעם ווי שטערן אנעקסעישאן.
זייער קלאר אבער איין טעות, וואס מאכט גאר אסאך אויס.

ביי אנעקסעישן מוזן מסכים זיין "די לאנד" אייגנטומער (משמר היוצא) און "די וועלדזש/טאון" (משמר הנכנס). די טאון מוז נישט מסכים זיין, זיי מוזן געבן א גוטע סיבה פארוואס זיי לאזן נישט, אזוי ווי ביים עפענען א ווילעדזש.

הוה ראיה, קרית יואל'ס 164 אנעקסעישן האט געווינען אין קאורט "אן" די טאון'ס ווילן.
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:24 pm

ווייל צי ווערן אינקאפערעטעט (זיין אין א ווילעדזש) איז א רעכט וואס די קאנסטעטאשען האט געגעבן.

קען נישט קומען א טאון אין זאגן איך וויל נישט נאר אויב זיי האבן א גוטע סיבה, וועגן דעם האט מען געווינען!!

אבער אנעקסעישן פון איין ווילעדזש צי א אנדערע ווילעדזש איז נישט קיין רעכט, אין מען געווינט נישט קיין קארט אויב די צווייטע זייט וויל נישט (ווייל זיי זענען שוין סיי ווי אינקאפערעטעט)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

האסט געליינט וואס כהאב געשריבן? זאגסט א גוטע טעאריע. אבער אין מציאות איז עס נישט אזוי.

אזוי האט די קאורט גע'פסק'ט.
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

נייע דור האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:45 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:24 pm
גמילות חסדים האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:19 pmאנעקסעישאן מוזן ביידע זייטן מסכים זיין. סיי דער משמר היוצא און סיי דער משמר הנכנס. נאטורליך, איז אסאך גרינגער צו מאכן א נייע ווילעדזש וואו נאר איין צד דארף מסכים זיין, קעגן אנעקסעישאן, וואס מוז זיין מתי שיתרצו שני הצדדים. כאטש וואס דער טאון קען אויך שטערן ביים גרינדן א ווילעדזש, אבער ווייט נישט אויף דעם פארנעם ווי שטערן אנעקסעישאן.
זייער קלאר אבער איין טעות, וואס מאכט גאר אסאך אויס.

ביי אנעקסעישן מוזן מסכים זיין "די לאנד" אייגנטומער (משמר היוצא) און "די וועלדזש/טאון" (משמר הנכנס). די טאון מוז נישט מסכים זיין, זיי מוזן געבן א גוטע סיבה פארוואס זיי לאזן נישט, אזוי ווי ביים עפענען א ווילעדזש.

הוה ראיה, קרית יואל'ס 164 אנעקסעישן האט געווינען אין קאורט "אן" די טאון'ס ווילן.
ווייל צי ווערן אינקאפערעטעט (זיין אין א ווילעדזש) איז א רעכט וואס די קאנסטעטאשען האט געגעבן.

קען נישט קומען א טאון אין זאגן איך וויל נישט נאר אויב זיי האבן א גוטע סיבה, וועגן דעם האט מען געווינען!!

אבער אנעקסעישן פון איין ווילעדזש צי א אנדערע ווילעדזש איז נישט קיין רעכט, אין מען געווינט נישט קיין קארט אויב די צווייטע זייט וויל נישט (ווייל זיי זענען שוין סיי ווי אינקאפערעטעט)
עס קען נישט קימען די אידן וואס וואוינען אויף די חברון גאס אין זאגן אינז ווילן מער נישט זיין אין ווילעדזש אוו קרית יואל אינז ווילן זיין אין ווילעדזש או סאוט בלומינגראוו
ווייל עס איז נישטא אזא רעכט נאר אויב ווילעדזש אוו קרית יואל איז מסכם

"דעמאלץ מיז די ווילעדזש פון ווי די וואס ווילן ארויס גיין נישט האבן א גוטע תירץ נישט צי לאזן"
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ער האט אייך שוין געענטפערט בעפאר איר האט געפרעגט:
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:46 pm האסט געליינט וואס כהאב געשריבן? זאגסט א גוטע טעאריע. אבער אין מציאות איז עס נישט אזוי.

אזוי האט די קאורט גע'פסק'ט.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נייע דור האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:54 pmעס קען נישט קימען די אידן וואס וואוינען אויף די חברון גאס אין זאגן אינז ווילן מער נישט זיין אין ווילעדזש אוו קרית יואל אינז ווילן זיין אין ווילעדזש או סאוט בלומינגראוו
זיי קענען יא. און אויב דער ווילעדזש זאגט זיי אפ קענען זיי גיין אין קאורט.
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:46 pm האסט געליינט וואס כהאב געשריבן? זאגסט א גוטע טעאריע. אבער אין מציאות איז עס נישט אזוי.

אזוי האט די קאורט גע'פסק'ט.
די 164 אנעקסעישן, איז די 164 נאך נישט געווען אין א ווילעדזש אין זיי האבן די רעכט צי ווערן אדער אריין גיין אין א ווילעדזש וועגן דעם האט מען געווינען.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נישט ריכטיג. עס מאכט נישט קיין שום חילוק צו מ'איז אונטער א סטעיט, א טאון, א ווילעדזש, אדער א העלמעט. נישט משמר היוצא און נישט משמרת הנכנס. אלעס הייסט "אנעקסעישן".
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעס ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:59 pm
נייע דור האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:54 pmעס קען נישט קימען די אידן וואס וואוינען אויף די חברון גאס אין זאגן אינז ווילן מער נישט זיין אין ווילעדזש אוו קרית יואל אינז ווילן זיין אין ווילעדזש או סאוט בלומינגראוו
זיי קענען יא. און אויב דער ווילעדזש זאגט זיי אפ קענען זיי גיין אין קאורט.
אין אמעריקא איז נישט דא אזא זאך ווי א מועט זאל זיך אפטיילן פון די רוב אויב די רוב וויל נישט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

צי ווערן א ווילעדזש (אדער אריין גיין אין א ווילעדזש) איז נאך נישטא ווער עס זאל זיין די רוב זיי זענען נאך נישט אין קיין ווילעדזש
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:02 pm נישט ריכטיג. עס מאכט נישט קיין שום חילוק צו מ'איז אונטער א סטעיט, א טאון, א ווילעדזש, אדער א העלמעט. נישט משמר היוצא און נישט משמרת הנכנס. אלעס הייסט "אנעקסעישן".
עס איז ריכטיג אז אלעס הייסט אנעקסעישן

"אבער האט אנדערע רעכטן"
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דו 'טראכסט' זייער גוט.

די אמעריקאנע קאסטיטוציע זאגט אנדערש.
נייע דור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:09 pm
x 1

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

פאוסט דורך נייע דור »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:09 pm דו 'טראכסט' זייער גוט.

די אמעריקאנע קאסטיטוציע זאגט אנדערש.
זאגן "די אמעריקאנע קאסטיטוציע זאגט אנדערש"
ווערט נאך נישט אזוי גיי פרעגן א לויער וואס טוט און אנעקסעישן

איך האלט שוין נאכדעם
שרייב פאוסט