אינטערסאנט צו באמערקן ווי מענטשן וועלן צומאל פרובירן זיך צו אריינשטעלן אין א פרעים און ציען קל וחומר'ס און גזירה שוה'ס פון א משל צו א נמשל ווען דער איינציגער עכטער שייכות פונעם משל צום נמשל איז א קליינע פונק פון האפענונג וואס דער בעל הנמשל האפט איין טאג צו שליסן שידוך און ווערן דעם משל'ס נמשל.
*
דער בעל עגלה דער עושר
מיין חבר ברעזל איז ארויס פון כולל און איידער וואו וואס ווען זיך געלאזט אויף די יארכע צו טרעפן א געשעצטע פאסטן, ווען ער קוקט נישט אויף גארנישט אויסער דאס וואס זיין מח און הארץ שרייען אז דארט באלאנגט ער.
קענענדיג מיין חבר האב איך אים פרובירט צו אפפערן אפאר פיינע דזשאבס, ער איז גאנץ א טיכטיגער אינגערמאן, טאקע ווייט פון קלוג ווי ווייט א ספעיס שאטעל קען פליען, אבער האט צוויי רעכטע הענט און צוויי פיס מיט לאנגע נעגל דערויף. בקיצור, ער וואלט געווען גאנץ גוט אין סיי וועלכע פיזישע ארבעט און וואלט געקענט פארדינען שיין געלט.
כרעמזי וויל אבער פון גארנישט הערן, ער האט א ציהל, ער איז סטרעיט פאקוסט, ער וויל איין זאך, און נאר איין זאך, א פאזיציע אין א קאר סערוויס פירמע! ער וויל דרייוון דעם אויטא און טראגן פאסאנדזשירן ימין ושמאל און איז גרייט אפילו צו פארדינען קליין געלט, ער אפפערט זאגאר פאר'ן קאר סערוויס פירמע זיי קענען אים צאלן ווייניגער ווי זיי צאלן געווענליך, אבער אהער מיט'ן באסטיקערטן קאר!
ערקלערט ער מיר אז ער האט א "סטראטעגיע" דערביי... "קענסט דעם עושר וואס האט געקויפט חתן שלישי פאר גרויס געלט? הא? ווייסט וואו ער האט אנגעהויבן?! א קאר סערוויס דרייווער איז ער געווען!! און קוק וואס ער האט היינט!"
*
כבוד קדושת רבן של כל בני הגולם
גארנישט, ער איז אמאל געווען א מענטש צווישן מענטשן וועמען איך האב געקענט פון ביהמ"ד און אסאך געשמועסט מיט אים. אלעס נארמאל. גארנישט ספעציעל.
איין טאג אבער, האט שעפסיל באשלאסן אז דאס איז עס, דער אויבערשטער האט אים דאך געשיקט אויף דער וועלט פאר א תכלית און ער איז אבאוט צו ערפולן דעם ציהל.
פון איין טאג אויפ'ן צווייטן שפאנט ער אריין געשפינט און געקרישמעוועבט מיט סאמעט אויפ'ן קאפטן און א רוקן עטרה אויפ'ן טלית, והנה און אט, ער איז א רב.
ער האט א פשוט'ע חשבון וויאזוי ער גייט איין טאג אויסשטייגן אלס א וועלטס אימפעריע און זאגאר א נוקלעארע מאכט אין די וועלט פון רבנים ואדמורים, אין זיין טרוים זעט ער זיך זיצן און דן זיין בכובד ראש איבער'ן נאכנישט ערשינענעם קול קורא, יא אונטערשרייבן אדער נישט, ער באוואשט דעם עסקן וואס פרובירט איינצורייסן און שטעלט קלאר אז ער פאלט נישט פאר טעראר, ער בעט דעם גבאי'ן זאל ארויסטראגן דעם מחוצף, און לאזט וויסן אז ער ברויך נאך א טאג זיך איבערצוקלערן, איבערצוקערן, און איבערצוקוילערן.
פראמינענטע רבנים, די גרעסטע פון די גרעסטע, שטייען און בעטן זיך ביי אים ער זאל אונטערשרייבן ווייל אן אים איז גארנישט דא, אבער ער האקט מיט די פויסטן אויפ'ן טיש מיט'ן באצירטן קישעלע ספעציעל פאר אזעכע האקערייען "איך האב אן אחריות, איך בין א מנהיג העדה, און איך געב נישט ארויס אזאכע חתימות כלאחר יד!!".
אה, זיין חשבון וויאזוי ער קומט אן אהין? זייער פשוט! "וויפיל חסידים האט סאטמארע רב (מערק ווי ער איז שוין נישט דער ראצערל וואס זאגט רבי ז"ל... ער זאגט שוין "סאטמאר רב"... אמער, ער איז דאך שוין אן אוטסיידער... ער האט שוין זיין אייגן קרעמל) געהאט אין אנהייב? הא? געעפנט א מוסד מיט 6 קינדער!" און ער איז עס משלב מיט א היינטיגע מעשה "איך בין גענוג אלט צו געדענקען ווען ר' מיילעך בידערמאן האט נישט געהאט קיין מנין מקשיבים! אזוי גייט עס! במתי מעט, פרוטה ופרוטה, טיקעט פליקיט!"
*
שטערקער אין די פויסטן
שלומיאל איז געפערליך אויפגעברויזט אויף זיין לענדלארד. סארא חוצפה דאס, ווער איז ער און ווער מיינט ער זיין שוויגער איז??
פאריגע וואך האט זיך אנגעהויבן דעם סכסוך ווען שלומיאל האט שטייף באשלאסן אז ער עפנט אויף דעם וואנט צווישן זיין דיינינג רום און זיין ספרים צימער, און נייע צייטן באווייזן זיך אויפ'ן האריזאנט. קומט א ריזן דיינינג רום מיט פארענטשעס און פענער.
יא יא, אבער דא קומט דער פראבלעם, ווען זיין לענדלארד מישט אריין זיין נאז כאילו איינער פרעגט אים... נישט גענוג ער לאזט נישט רענאווירן דעם הויז, שרייט ער נאך ווי א שור תם אז ער ווארט נאך אויף די רענט פון די לעצטע 3 חדשים!
ניין, אבער אמת'דיג, רעאליסטיש גערעדט, קענסט מיר זאגן וואס דער לענדלארד וויל?? ער וואוינט דא? אדער איך? - שרייט שלומיאל הויך אין קאווע שטיבל צום טאקט פון די פארוועטשטע רויך וואס שטופן זיך ארויס פון זיין קאווע גלעזל.
ער זעט נישט קיין צוויי ברירות און שרייט אויס דעם לעגענדארן "איך וויל דעם באנדיט ביי א דין תורה!". די ארומיגע פרובירן זיך צו איינ'טענה'ן מיט אים אז ס'א שאד די מיה, דער לענדלארד האט א גערעכטע טענה און ביי א דין תורה וועט ער זיכער זיין שטערקער.
שלומיאל געבט א וויש די וואנצעס, און מיט א שטויס דעם קעפל פאראויס פרעגט ער אזוי כיטריש געשטימט "געדענקסט נאך ווען יעדער איז געווען זיכער אז רוסלאנד איז שטערקער פון אוקריינע? הע? היסטארי רעפיעטס, בראו!"
*
און דער נמשל איז...
העמיר ענדיגן מיט'ן באקאנטן אינספירירנדע געשיכטע, ארויסגענומען פונעם דרשה וואס דער גרויסער גביר און נגיד האט געהאלטן ביים דינער וואו ער איז געווען אורח הכבוד און גערעדט צו די אינגעלייט איבער סוקסעס אין ביזנעס און וויאזוי ער איז רייך געווארן:
געבוירן בין איך אין אן ארימע פאמיליע, קוים געהאט צו קויפן ברויט און הויזן, און מיר פלעגן זיך שפייזן פון נעכטיגע מאלצייטן וואס גוטהארציגע אידן האבן אונז געשאנקען ווען זייערע נעזער האבן שוין נישט געקענט פארנעמען די ריחות דערפון.
ווען איך בין עלטער געווארן האב איך באשלאסן אז איך וועל נישט זיין דער ארימאן און שלעפער, און איך וועל זיך בויען א רייכע קאריערע מיט כבוד און רום.
איך האב אנגעהויבן זייער צושטייטליך, אבער געבויט א שטארקע יסוד פאר הצלחה, און אט איז וואס איך האב געטון.
דער ערשטער טאג בין איך ארויס אין מארק און געקויפט 5 עפעלעך ביים טישל וואו עס זענען געשטאנען די ביליגע שמוציגע עפלעך צו פארקויפן. איך האב פאר די 5 עפעלעך געצאלט 10 רייניש, און אהיימגעגאנגען דערמיט.
אינדערהיים האב איך גענומען א קליין בערשטל, און אנהויבן מיט געדולד אפפוצן עפעלע נאך עפעלע פון די שמוץ, ביז ווען עס איז געווען ציכטיג און זויבער, גלאנציג און אפעטיטליך. דאן האב איך עס גענומען, און ארויס אין מארק וואו איך האב דאס פארקויפט פאר 50 רייניש.
דעם קומענדיגן טאג האב איך שוין מיט די 50 רייניש געקענט קויפן 25 עפעלעך, און אזוי איבערגעמאכט דעם זעלבן שפיל נאכאמאל, ווען היינט זענען שוין די רעזולטאטן מער ווי נעכטן.
אזוי איז די ביזנעס געוואקסן, נאך א שטיק צייט האב איך זיך שוין איינגעהאנדלט א וועגעלע צו שלעפן די אלע עפעלעך און אויפגענומען אן ארבייטער צו העלפן פוצן די עפעלעך, און אינאיינעם מיט די הכנסות זענען די הוצאות געוואקסן, אבער דער סך הכל האט זיך ארויפגערוקט יעדן טאג, רייניש נאך רייניש, און איך האב געזען מיין סוקסעס געשיכטע זיך וועבן.
ביז... ביז... ביז... נאכ'ן זיך אנזאמלען א שיינע פאר רובל נאך חדשים און יארן האראוואניע, איז געקומען דער גוטער טאג און איך האב געוואונען דעם לאטערי!!
און דאס איז מיין סוקסעס געשיכטע וואס איך וויל היינט מיט אייך מיטטיילן, און איך וויל איר זאלט אלע ארויסנעמען פון דעם א מוסר השכל, אז יעדע מענטש, באשר הוא שם, אפילו מ'מיינט אז ס'אי ---------
------- הא? די מייק האצעך אויסגעלאשן?!
*
בקיצור, קומטס אריין מיט נאך ביישפילן, און דערווייל האטס א לעכטיגן זונטאג און א שמחת תמיד!
שטומפיג-אינספירירנדע משלים
שטומפיג-אינספירירנדע משלים
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
א פרייליכן תמיד!
אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8763
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21884
Re: שטומפיגע משלים
חחח...
קענסט שוין באלד געבן א אינטערוויו אין משפאחא וויאזוי דו האסט עררייכט דיין קאריער.
מיינסט איך ווייס נישט? איך גיי אויך קניפן ציצית! אזוי וועל איך אנקומען צו קענען שרייבן זאפטיג א_ווי דיר!
קענסט שוין באלד געבן א אינטערוויו אין משפאחא וויאזוי דו האסט עררייכט דיין קאריער.
מיינסט איך ווייס נישט? איך גיי אויך קניפן ציצית! אזוי וועל איך אנקומען צו קענען שרייבן זאפטיג א_ווי דיר!
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1367
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2192
Re: שטומפיג-אינספירירנדע משלים
א גרינגער זונטאג געהאט, יישר כח.
געמיינט אז @פופציגער מיינט עפעס מער ווי רייניש,
געמיינט אז @פופציגער מיינט עפעס מער ווי רייניש,
Re: שטומפיג-אינספירירנדע משלים
יויש ביסטו זאפטיג און זיס.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2933
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9125
Re: שטומפיג-אינספירירנדע משלים
איי איי רעבע פופציגער...
יעדעס פאראגראף
צום פינטל שארף
פארשפרייטן מען דארף
מיט אזא שפראך
זאפטיג אין רייך
די בערג דמיונות עס מאכט פלאך...
יעדעס פאראגראף
צום פינטל שארף
פארשפרייטן מען דארף
מיט אזא שפראך
זאפטיג אין רייך
די בערג דמיונות עס מאכט פלאך...
Re: שטומפיג-אינספירירנדע משלים
שכח פופציגער
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: שטומפיג-אינספירירנדע משלים
נא ווארטס



