ווער קען דעם באקאנטן אלטן ניגן: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
ס'איז שוין טאקע א וואך נאך די הייליגע טעג אבער נעכטן איז נאך געווען ל' תשרי. אין בעלז האט מען נאך געגעסן האניג שבת בראשית - מ'האט עס גערופן שבת "נאך" יו"ט - בלשון ס'איז נאכאלץ יו"ט. בקיצור ביז יעצט איז נישט געווען קיין צייט צו נעמען די פעדער אין די האנט.
ערגעץ אין דעם הייליגן יו"ט איז אויפגקומען א שאלה מיט מיינע ערוואקסנע קינדער. זיי פרעגן מיט פארדרוס פארוואס זיי האבן שוין נישט היינט די געגועים און התרגשות פאר א יו"ט, די ברען פון קענען קוים ווארטן אז דער יו"ט זאל אנקומען.
זיי בענקען זיך באמת דערנאך.
ס'איז געקומען פארשינדענע תירוצים.
א) די קינדער זענען אסאך ריינער און תמימות'דיג פון אונז - ממילא זיי הערן איבערן הייליגקייט פונעם יו"ט ווערן זיי שטארק איבערגענומען.
ב) ווי אז יאר גייט דורך ווערט עס מער מצות אנשים מלומדה, וועפט אויס די עקסטאז - והראיה די יאר ווען מ'האט געמיינט אז ס'גייט רעגענען און ס'האט נישט איז דער עולם געווען זייער נתרגש.
ג) קינדער לערנען מער פאר יו"ט מיט די מלמדים - יעדע זאך וואס א מענטש טוט זיך אריין דערין ווערט ער מער פארקאכט דערין.
וואס זאגט דער עולם?
ווי נעמט מען די הייליגע טעג, זיי זענען אוועקגעגאנגען...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14958
Re: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
לכאורה זייער ריכטיג אלע 3 תשובות.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
אדער קען זיין אז ס'האט גארנישט מיט קדושה, ס'איז פשוט אן עקסייטמענט וואס די קינדער האבן פונקט ווי זיי ווערן עקסייטעד מיט פשוט'ע קענדי אדער קארעלע.
Re: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
יא, שאור שבעיסה ושעובד גליות, ווען מ'איז עלטער און תריד מיט אזויפיהל ענינים, אלעס אוודאי לעבודת הבורא, האט מען שוין נישט די קאפ צו זיין עקסיטעד, נאר מ'טרעפט זיך פלוצלינג אריינגעפאלן אינעם יום טוב, און אופס שוין ארויס דערפון מיט געוואלד.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
דורכן יאר ווערט מען דערווייטערט און פארבלאטעט. דעם ציל פון חודש אלול איז טאקע דאס, זיך אפצוהאקן פון הבלי עוה"ז און זיך צוריק דערנענטערן. ווי מער מען טוט דאס, אלס זיסער זענען די הייליגע טעג און אלס מער קוקט מען ארויס.
ווער רעדט נאך אן איד וועלכער היט זיך א גאנץ יאר נישט צו ווערן דערווייטערט, דער גלוסט און בענקט טאקע מתי יבוא לידי.
ווער רעדט נאך אן איד וועלכער היט זיך א גאנץ יאר נישט צו ווערן דערווייטערט, דער גלוסט און בענקט טאקע מתי יבוא לידי.
- צוקוקער
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 67
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:48 pm
- Location: קיין חילוק
- x 141
Re: ווי נעמט מען די הייליגע טעג.. זיי זענען אוועק געגאנגען...
לענ"ד איז עס היפש פשוט ווי שוין געשריבן דא, ביי קינדער לערנט מען פון 9-5 שוין צוויי וואכן פאר יום טוב איבער דעם יום טוב, ס'איז ווי זייער ביזנעס דיעל וואס דו ארבעטס אויף צוויי וואכן טאג און נאכט און ענליך קומט עס אן און עס טאנצט זיך פון שמחה.
ליידער זענען אונז אזוי פאריאגט און פארפלאגט, אפילו די כולל אינגערלייט לערנען דאך הלכות מליחה וכדו' און נישט קיין לימודים פון ענינא דיומא, ממילא ווערט עס מער און מער אפגעוועבט פון יאר צו יאר
די עצה דערפאר איז צווייפאכיג, קודם זאל מען נישט צובראכן ווערן פון דעם, נאר ווייטער טוען אלעס, דאווענען ערליך מיט פשוטע פירוש המילות, און פרובירן דאס בעסטע, און וויסן אז געפילן איז 'נישט' די מצוה.
און אויב האט מען צייט צו לערנען אפילו א האלבע שעה איידער די יום טוב קומט צו גיין (און סתם אזוי יעדע שבת - פרובירט עס!!) לערן אביסל חסידישע ספרים, אדער אפילו רבי מילך בידערמאן, עפעס זאל אביסל אויפוועקן געפילן דאס מערסטע שייך.