עקסקלוסיוו - כשר'ע POM פליפ פאון ארויס אויפ'ן מארקעט!

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
מים חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:03 pm
x 22

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך מים חיים »

די בלאקירן סווייפ איז נישט געווען קיין גוטע דעסישאן לדעתי, איך וואלט געצאלט 50 מער פאר א מאדעל מיט סווייפ
געוואוסע זאכן זענען נישט מעגליך צו מאכן פערפעקט אן סווייפ, אפגערעדט אז כעת האבן רוב באגס צו טון מיט דעם
(מסדר זיין טרעקס אין די פלעיער, קראפן און סקעילן א בילד, און נאך)

נ.ב. איך האב געטראפן 2 פלעצער ווי סווייפ ארבעט, פארשטיי איך אז זיי האבן עס נישט בלאקירט אויף די פאון בכללות נאר אין יעדע עפפ, און מעגליך אפילו יעדע פלאץ אין די עפפ עקסטער
אוועיטער
קרעימיש קעיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
x 47

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך קרעימיש קעיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:38 pm ייש"כ @וואוילער, כהאב נישט די צייט צו דורכגיין יעדע שורה, א גרויס טייל פון דא איז יא זאכן וואס איך האב אויך אריינגעגעבן.

יעצט שיק איך דיין ליסטע עקסטער.

איך קען נישט דעם QUIN און כ'ווייס נישט זיינע מעלות און חסרונות. אבער רוב פון דיינע הערות זענען כמעט נישט נוגע פאר א געווענליכע פליפ-פאון באנוצער. נאר אויב עפעס וועט ער דא טרעפן געוויסע נייע הוספות וואס די הוספה איז נאכנישט 100 פראצענט.

ווי קומט דאס אבער צו צום מעכטיגן "קייסערא" וואס גאנץ כלל ישראל האט איינגעהאנדלט, און די BUGS דערפון באגלייטן אויף טריט און שריט... וויפיל מאל זאגט דיר איינער אז ער גייט דיר מערזשן אויף א קאנפערענס און פלוצניגט הערסטו "please enter your password"... עס האט געקאלט די וואויסמעיל אנשטאט מערדזשן די קאנפערענס. ועוד הרבה כהנה.

ברוך שפטרני... מיט'ן POM לעב איך ב"ה א מחי', די קליינע באגס שטערן נישט די באנוץ.
זייער אינטערעסאנט.
איך האב שוין פרובירט א שיינע פאר פאונס, למעשה בין איך צוריק צי מיין אלטע E4610 קייסערע וואס גארנישט קען דאס נישט ביעטן, בעיקר מיט קענען שנעל ריפליען און שיקן אסאך טעקסט מעסעדזשעס באקוועם מיט T9word.

איך האב געזען אז די ביסט פרא פאר די POM נישט געויסט אז די קומסט פון קייסערע.

אויב איך מעג דיר טשעלענדזשן, וועלעכע חלק איז קייסערע בעסער? (איך וויל וויסן וואס איך פארליר אויב איך טויש צי POM)

ישר כח
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

אקעי ענדליך, סקרין שאט האט יא געארבעט היינט.
זעהט אויס מ'דארף כאפן וויאזוי צו דריקן, ווייל ס'ארבעט אפאר מאל יא און אפאר מאל נישט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:43 am אקעי ענדליך, סקרין שאט האט יא געארבעט היינט.
זעהט אויס מ'דארף כאפן וויאזוי צו דריקן, ווייל ס'ארבעט אפאר מאל יא און אפאר מאל נישט.
היות כהאב נאך קיינמאל נישט געהאט אז ס'זאל נישט ארבעטן, טראכט איך אז דיין פראבלעם איז דאס:

דער רעכטער קנעפל (רופט זיך סוב-סקרין-קנעפל) דינט אויך אלס א "אויסלעשן די סקרין" קנעפל. ממילא, גלייך נאכן מאכן א סקרין שאט איז אויטאמאטיש דער סקרין אויסגעלאשן. דרוק גלייך נאכאמאל דעם רעכטן קנעפל עס צו צוריק אנצינדן און דו האסט דעם סקרינשאט. (כמדומה אז ס'שטייט אין די אינסטראקשנס)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קרעימיש קעיק האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:37 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 5:38 pm ייש"כ @וואוילער, כהאב נישט די צייט צו דורכגיין יעדע שורה, א גרויס טייל פון דא איז יא זאכן וואס איך האב אויך אריינגעגעבן.

יעצט שיק איך דיין ליסטע עקסטער.

איך קען נישט דעם QUIN און כ'ווייס נישט זיינע מעלות און חסרונות. אבער רוב פון דיינע הערות זענען כמעט נישט נוגע פאר א געווענליכע פליפ-פאון באנוצער. נאר אויב עפעס וועט ער דא טרעפן געוויסע נייע הוספות וואס די הוספה איז נאכנישט 100 פראצענט.

ווי קומט דאס אבער צו צום מעכטיגן "קייסערא" וואס גאנץ כלל ישראל האט איינגעהאנדלט, און די BUGS דערפון באגלייטן אויף טריט און שריט... וויפיל מאל זאגט דיר איינער אז ער גייט דיר מערזשן אויף א קאנפערענס און פלוצניגט הערסטו "please enter your password"... עס האט געקאלט די וואויסמעיל אנשטאט מערדזשן די קאנפערענס. ועוד הרבה כהנה.

ברוך שפטרני... מיט'ן POM לעב איך ב"ה א מחי', די קליינע באגס שטערן נישט די באנוץ.
זייער אינטערעסאנט.
איך האב שוין פרובירט א שיינע פאר פאונס, למעשה בין איך צוריק צי מיין אלטע E4610 קייסערע וואס גארנישט קען דאס נישט ביעטן, בעיקר מיט קענען שנעל ריפליען און שיקן אסאך טעקסט מעסעדזשעס באקוועם מיט T9word.

איך האב געזען אז די ביסט פרא פאר די POM נישט געויסט אז די קומסט פון קייסערע.

אויב איך מעג דיר טשעלענדזשן, וועלעכע חלק איז קייסערע בעסער? (איך וויל וויסן וואס איך פארליר אויב איך טויש צי POM)

ישר כח
הממ... עס איז זייער שווער צו זאגן א מעלה אויף די קייסערא ווען איך בענק זיך נישט צוריק פאר א רגע... אמת'דיג.

כהאב זיך דערמאנט נאך א צרה וואס כ'האב געהאט מיט קייסערא. ווען איך באקום דארט א טעקסט פון איינעם וואס ליגט אין מיין קאנטאקט, קען איך נישט זען פון "וועלכע נומער" עס קומט. ס'איז פון אים? צו פון זיין ווייב? צו פון זיין ארבעטס פאון? און עס האט זיך מיר איינמאל געמאכט א היבש ערנסטע פאנמטשער אדאנק דעם.... וואס דערפאר געדענק איך עס.... לאמיר עס נישט אויפוויקלען :oops: .

אה, איין זאך יא, דארט ווען כהאב גענומען די מי צו רעקארדן א וואויסנאוט און עס שיקן דורכ'ן דורכגיין די 15 סטעפס דערפאר... האב איך געקענט זען צו יענער האט שוין געליינט מיין וואויסנאוט, דא נישט (ביזדערווייל).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:25 pm
אה, איין זאך יא, דארט ווען כהאב גענומען די מי צו רעקארדן א וואויסנאוט און עס שיקן דורכ'ן דורכגיין די 15 סטעפס דערפאר... האב איך געקענט זען צו יענער האט שוין געליינט מיין וואויסנאוט, דא נישט (ביזדערווייל).
האסט געקענט זעהן אויב יענער האט עס באקומען, אזויווי יעדע טעקסט, אבער נישט אויב יענער האט עס געליינט. אזוי מיינעך.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווי געשפראכן האב איך נעכטן געשיקט די הערות פון @וואוילער פאר די באטרעפנדע. יעצט זע איך זיין ענטפער פון אינמיטן די נאכט.

איך פעיסט עס אריין דא:

Off Topic
קודם סתם די ידיעה איז וויכטיג צו וויסן: "סאפטוועיר" דעוועלפמענט נעמט סאך מער צייט ווי מענטשן מיינען און יעדע באג וואס אונז האמיר געטראפן במשך די לעצטע חדשים איז אריין מוראדיג אסאך ארבעט צו פיקסן, ס'נישט קיין זאך וואס גייט פון איין מינוט אויפן צווייטן. סוי אז מ'וואלט געווארט אז ס'זאל גלייך אין אנהייב זיין ממש א דבר השלום יעדע ציעלע באג אויף 1000 פראצענט וואלט מען פשוט נישט פארטיג געווארן... ממילא האמיר געלייגט א פאקוס אז אלע מעין מעלות וואס דער פאון ברענגט איבער אנדערע זאלן זיין מסודר, און פון דא און ווייטער איז אין שיעור למעלה און מ'שטעלט זיך נישט אפ פאר א רגע ב"ה.

יעצט, אונזער ליסטע פון אפדעיט'ס ריקט זיך יעדן טאג, און אונז פרוביר מיר צוצולייגן צו די ליסטע יעדע קליינע אדער גרויסע הערה וואס קומט אריין. א זאך וואס איז ממש וויכטיג ווערט תיכף קעיר גענומען בסייעתא דשמיא, (א שטייגער, די אפדעיט ערב ראש השנה העכער צו מאכן די מייק לעוועל איז געווען ממש קריטיקל, האמיר עס גלייך געמאכט און ארויסגעשיקט. ענליך איז דא אנדערע פיקסעס וואס זענען שוין אויך פארטיג, נאר וועלן הערשט געשיקט ווערן מיט די נעקסטע אפדעיט).

אלע אנדערע זאכן פרובירט מען צוצטיילן, "באגס" מוז ווערן פארראכטן כמובן און דאס איז פריארעטי, ווידער אלע הערות און הארות וועגן "צוצלייגן אפציעס און פיטשערס" איז דאך אין שיעור למעלה און מען פרובירט צו צוטיילן די ליסט, די מער וויכטיגער זאל קודם ווערן צוגעלייגט. יעדער טעסטער אדער קאסטומער האט אנדערע 20 געדאנקען וואס ער וויל, האפנטליך וועט מען אפילו קענען אנקומען צו אלעס... ס'דא אסאך שיינע נייע איידיעס אויפ'ן טיש.

נאך א וויכטיגע נקודה, ס'דא געוויסע באג'ס וואס אונז מוזן צוקומען צו די קאסטומער'ס צו קענען אנקומען צו פיקסן אינגאנצן.

למשל א אינטערסאנטע אישו וואס אונז זעמיר געווען פארנומען היינט - האמיר שוין אפאר מאל באקומען קאמפלעינס "איך האב א פאם פאון, און ווען איך קאל מיין ברודער גייט נישט אדורך די קאל". אנפאנג האמיר געהאלטן אז די מענטשן דמיונ'ן.... אבער נאכן הערן פון נאך 2-3 מענטשן בערך די זעלבע זאך "איך קען קאלן יעדעם אבער ווען איך קאל מיין שוויגער גייט נישט אדרוך די קאל", האמיר זיך ארייגעלייגט אויסצופיגורן די פראבלעם, און נאך לאנגע שעות טרעקן און אויסטרייען האט זיך ארויסגעשטעלט א פאני זאך, אז די אישו איז א "קייסערע" אישו. דהיינו? זייער מאדעל 1048 נעמט נישט קיין קאלס פון געוויסע פאון'ס! למשל פון אן אייפאון... און די זעלבע נעמט עס נישט קיין קאלס פון פאם. (למעשה האבן זיי שוין ארלעדיגט אן אפדעיט פאר קייסערע). עניוועי וואס איך וויל ארויסברענגן אז נאר נאכן באקומען גענוג אינפאו פון גענוג מענטשן האמיר געקענט האבן א קלארע בילד ב"ה.

סוי, יעדע פידבעק איז היילי אפרישיעיטעד.




איז אזוי לאמיר גיין צו דיין ליסט פון יענעם יוזער:

טרענסעלעיט - יא דירעקט אראפגענומען, אנפאנג האבן מיר עס געהאט אבער למעשה אראפגענומען די לעצטע מינוט ע"פ הוראת הרבנים (געווען שווערע פיל צו פארלירן אזא געשמאקע פיטשער... אבער כמובן איז אלעס מיט אנווייזונגען פון די רבנים ועל פיהם ישק כל דבר, די ועד הקהילות האט רבנים וואס קענען די נושא זייער ערנסט און טוען דערין און ווייסן מער ווי אונז וועלכע זאך עס האט שוין גורם געווען מכשולות, און אודאי וויל מיר אונז שלא יצא מכשול מת"י).

SD קארטל - די זעלבע זאך ווי פריער, נאר פונקט פארקערט... אונז האמיר לכתחילה עס נישט אריינגעלייגט ווייל געמיינט אז דאס וועט זיין די הוראה פון ועד הקהילות, למעשה האלטן זיי אז ס'נישט קיין פראבלעם אויף די טעקס פאונס.

צוצלייגן SD יעצט צום פאון, מיינט א נייע motherboard וואס קאסט צענדליגע אלפים מיט חדשים לאנג צו דעזיינען א נייע בלופרינט וכו'. ס'איז א וויכטיגע נוצבארע זאך פאר אסאך מענטשן, אבער נישט אזא גרויסע פראצענט פונעם ציבור), וואס יא, מען ארבעט אז די נעקסטע אפדעיט זאל אויך האבן א סאפטווער אז די פאון זאל קענען ליינען א SD דורך אן אדאפטער.

ריסענט עפפס - מ'זאל קענען אוועקנעמען איינס אויפמאל - א גוטע הערה, און א קלייניגקייט צוצולייגן בע"ה.

ספיד-דייל ביז 999 - ארבעט מען שוין לאנג דערויף, ס'היבש אביסל ארבעט, ס'איז א גאנצע נייע דעוועלפמענט. אויך דארף עס ארבעטן אנדערש ווי די ביז יעצטיגע 9 נומבערס אז מען דרוקט לאנג נומבער 2 און ס'דיילט זיך גלייך, יעצט דארף מען עס איבערמאכן אזוי ווי אלע בעיסק פאונס אז קודם קומט ארויף די נומבער און נאכדעם קען מען עס דיילן. מען ארבעט עס צוצולייגן.

גייט גלייך פון קאלקולעיטאר צו נומבער 3 - אונז האמיר נישט געהערט ביז נעכטן דעם פראבלעם, נעכטן האמיר באקומען פון נאך א קאסטומער די באג.

קאלקולעיטאר ארבעט נאר דורך טאטש - שוין געווען לאנג אויף אונזער ליסט צוצולייגן סזאל ארבעטן אויך מיט די קיפעד. נאכ'ן עס יעצט הערן פון עטליכע אידן, האמיר עס יעצט עס ארויפגעריקט אלס מער וויכטיג נאכן באקומען די ריקוועסט פון אפאר קאסטומערס.

סווייפ אישוס, קען נישט אראפסקראלן ביז סוף ביי אפאר פלעצער - וועט האפנטליך ליגן אינעם יעצטיגן נעקסטן אפדעיט אי"ה.

קאלענדער מישן חדשים יארן - קענסט דורך סעטינג גיי צו א דעיט. אזוי ווי עני אנדערע בעסיק פאון.

מישן שנעל צו אונטערשטע קאנטאקטס - קודם עפעס קען מען יא דורך דרוקן אויפן פלאץ פון די סליידינג באר, אבער באמת ביסטו גערעכט אז מ'וואלט געדארפט צולייגן נאך עפעס, העמיר רעדן מיט'ן דעוועלאפער וועגן א געדאנק.

רוקן די וואליום ווען די סקרין איז פארמאכט - מען קען יא רוקן. אדרבה, די פראבלעם איז נאר פארקערט.... די זעסט גארנישט אויף די דרויסענדגיע סקרין ווי עפעס טוישט זיך... די הערה האבן מיר באקומען פון היפש קאסטומערס. ס'איז היפש ארבעט עס צוצולייגן.

ווייבערייט ווערט געטוישט מיטן דרוקן אויפן סקרין - דאס איז שוין פארראכטן ב"ה און גרייט ארויסצוגיין.

דארף דרוקן 2 מאל די מיטעלסטע באטן - די סיבה איז ווייל אנפאנג איז בכלל נישט געוווען די אפציע, נאר דורך די אויבערשטע לינקע MENU קנעפל. די איינציגסטע וועג פאר אונז עס צוצלייגן שנעל, איז נאר דורך צוויי מאל, דורך איינמאל איז שוין א לענגערע ארבעט (פרעג מיר יעצט נישט פארוואס..), די זעלבע סיבה איז מיט MUTE אז ס'ארבעט נאר מיט לאנג דרוקן, ווייל מען האט צוגעליייגט די לעטצטע מינוט אויפ'ן ראט פון טייל טעסטערס.

ענד באטן זאלן אויפהענגן - יא יא דו האלטסט עס אין איין בעטן, אבער ס'איז נישט קיין זאך וואס מען קען טוישן אין אייין מינוט, ס'נעמט אריין אסאך דעוולאפמענט, און קען מיטברענגן א גאנצע פעקל נייע באגס אויב ס'נישט געמאכט פארזיכטיג. אבער מען ארבעט דערויף.

ס'קומט נישט ארויף אינדרויסן נייע MMS - יישר כח! נישט געוואוסט דערפון, ביסט דער ערשטער עס צו אויפמערקן. איך שיק עס יעצט אריין פאר די דעוועלאפער (וואויסמעיל ווייס מיר שוין לאנג).

קאלענדער - ביי די נעקסטע אפדעיט גייט עס זיין אפפליין און פרי-לאודעד, אן זמנים, דאס וועט געשמאקער מאכן אפאר זאכן ביי קאלענדער.

2 טיימערס קען נישט ווישן - פשיהא, נישט געכאפט ביז יעצט, מען דארף האבן גאר א לאנגע נאז אנצוקומען ביז אהין... איך צייכן עס אויף (נישט עמערדשענסי..)

אימאודזשיס - איז געווען נישט איידעלע און געמיינע בילדער, ממילא האמיר געמוזט מאכן אייגענע.

וואויס נאוט איז לאו קוואליטי - לכאורה איז די אישו מיט די קעריער (די זעלבע אישו איז מיט בילדער וואס ווערן א שוואכערע רעזולאשען ווען מען שיקט עס אויף טעקסט, צוליב נישט זיין רעגעסטריט מיט ווערייזאן אזוי ווי רוב פליפ פאון'ס).

דיילט זיך א נומבער - יאפס, ערנסטע אישו דאס. מאכט נערוועיז אסאך מענטשן, שוין פארראכטן ב"ה (כ'האב נישט קיין נערווען יעצט מסביר זיין פארוואס די אישו האט פאסירט...)

סעלעקטן א סימבאל אין GBORD - איך ווייס נישט אויב מען קען עפעס טון דערצו, לכאורה א דזשי באורד אישו.

בכלליות בנוגע אז ס'האט נאר טאטש און נישט סווייפ - מיר האבן געוואוסט בעפאר אז ס'וועלן זיין צוויי סארטן מיינונגען אויף דעם... ביזדערווייל איז דא סאך א גרעסרע קלייינטעל וואס וויל דירעקט נישט סווייפ. היינט דינסטאג אליינס האט איינער געקויפט און געזאגט אז ער צאלט 360 נאר פאר דעם ווייל ער שעמט זיף צו סווייפן אין שול... (ער איז א קאנסטראקשון ארבעטער).


אקעי א גוטע נאכט, (אדער גוט מארגן...), אויב עפעס אויסגעלאזט? וועט זיין ביי דיין נעקסטע פעקל הגהות....
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

wow א ריזיגן ש'כח @דער תהלים איד, כ'האב הנאה צו הערן די ענטפערס.

קאלענדער מישן חדשים יארן - קענסט דורך סעטינג גיי צו א דעיט. אזוי ווי עני אנדערע בעסיק פאון. - גיין צו א דעיט איז נישט די זעלבע ווי רוקן א חודש, ביי די בעסיק פאונס קען מען רוקן מיט די ערראוי באטענס א חודש ארויף און אראפ, כ'דארף נישט אריינלייגן א געוויסע דעיט, נאר כ'וויל שנעל זעהן די פלאן פאר די נעקסטע 2 חדשים, אדער ווען געפאלט נעקסטע פורים.

וואויס נאוט איז לאו קוואליטי - לכאורה איז די אישו מיט די קעריער (די זעלבע אישו איז מיט בילדער וואס ווערן א שוואכערע רעזולאשען ווען מען שיקט עס אויף טעקסט, צוליב נישט זיין רעגעסטריט מיט ווערייזאן אזוי ווי רוב פליפ פאון'ס). - נישט מסתבר, ווייל איך אליינס הער עס שוואך נאך פארן עס ארויסשיקן.

סעלעקטן א סימבאל אין GBORD - איך ווייס נישט אויב מען קען עפעס טון דערצו, לכאורה א דזשי באורד אישו. - פארוואס GBOARD? די פראבלעם איז אז מ'קען נישט סווייפן.

נאכאמאהל א דאנק.

הצלחה מיט דיינע טיילס
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
קרעימיש קעיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
x 47

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך קרעימיש קעיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 3:05 pm
בכלליות בנוגע אז ס'האט נאר טאטש און נישט סווייפ - מיר האבן געוואוסט בעפאר אז ס'וועלן זיין צוויי סארטן מיינונגען אויף דעם... ביזדערווייל איז דא סאך א גרעסרע קלייינטעל וואס וויל דירעקט נישט סווייפ. היינט דינסטאג אליינס האט איינער געקויפט און געזאגט אז ער צאלט 360 נאר פאר דעם ווייל ער שעמט זיף צו סווייפן אין שול... (ער איז א קאנסטראקשון ארבעטער).
פון אפאר אידן וואס ווילן קויפן ווייל זיי שעמען זיך צי סווייפן (אגב אויב שעמט מען זיך, ניץ אין שול די קנעפלעך) מיינט נאנישט אז רוב עולם וויל דעיס, אפשר מאכן א וואוט
@דער תהלים איד
אפשר מאכט מען א וואוט דא אויפן טישל?
חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:42 am
x 29

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך חשבונות »

אפאר זאכן וואס איך זע קיינער האט נאכנישט גערעדט פון

ריסענט קאלס
ווען מען דרוקט די טאלק באטען קומט עס אן ביי דיפאלט צו פעיוועריט

סווייפ
אסאך פלעצער ווען מען טוט עפעס מיט טאטש פאלירט מען די ארויף און אראפ באטענס גריפ און מען דארף ארויסגיין און אריינגיין עס צו צוריק באקומען
אפאר פלעצער ווי איך האב עס באמערקט:
מיוזיק פלעיער
סעטינגס
ריסענט קאלס – עס פארט צרוק צו פעיוועריט

נאוטס
איז א דיזעסטער

פייל מענעדשער
בעסער ווי די נאוטס אבער קען זיין בעסער

גאלערי
מען קען נישט עפענען א פייל מיט אסאך פיקטשערס (די עפפ קראכט)

הלאכיק טיימס
ווען מען איז אויף ווייבערעיט ווייבערעיט עס נישט ווען עס איז דא א נאטיפיקעשאן

די מעניו אין די מעסעדשעס און אין די געלערי עפפ איז זייער נישט פראקטיש
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:54 am קלארשטעלונג!
איך נוץ די פאון און כ'האב הנאה דערפון, ס'איז א פיינע פאון,
אבער נישט קיין דבר השלם.
דערווייל איז נישט דא עכט קיין בעסערס.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am אפאר זאכן וואס איך זע קיינער האט נאכנישט גערעדט פון
די פאלגענדע זאכן (ועוד) זענען נאך געוועהן אויף מיין ליסט צו שרייבן.
ריסענט קאלס
ווען מען דרוקט די טאלק באטען קומט עס אן ביי דיפאלט צו פעיוועריט
און עטליכע מאל אינמיטן אראפ פארן פליעט עס צוריק צו פעיווארייטס.

אז מ'רעדט שוין פון פעיווארייטס, מ'קען נישט דריקן ADD A FAVORITE דורך די קנעפלעך, נאר טאטש ארבעט.

און אז מ'רעדט שוין פון ריסענט קאללס, אפאר מאל ווען איך עפן ריסענט קאללס, און כפאר אראפ צו די ערשטע נומבער אויף די ליסט, כ'דריק קאלל, און אופס ס'קאלט א גאר אנדער נומבער וואס כ'האב פריער געקאלט, און אמאהל אפילו אויב יענע נומבער האב'ך שוין אויסגעמעקט פון די ריסענט קאללס.
נאוטס
איז א דיזעסטער
נאך שוואכער פון א פשוט'ע פליפ פאון.
אויסער דעם, עס פרעגט נישט איבער נאכן דריקן Delete, און ס'נישט דא קיין אפציט פון Restore.

גאלערי
מען קען נישט עפענען א פייל מיט אסאך פיקטשערס (די עפפ קראכט)

די מעניו אין די מעסעדשעס און אין די געלערי עפפ איז זייער נישט פראקטיש
ס'דא אסאך פראבלעמען אין די פיקטשערס פלאטפארמע, ועוד חזון.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע די RECENT CALLS האב איך באמערקט גלייך אנהייב אז עס ווערט אביסל צומישט, און כמדומה אז דאס איז אין טאפ אויף זייער ליסט. (אדער גאר שוין מסודר פארן אפדעיט)

בנוגע NOTES איז די מעשה אז איך נוץ עס קיינמאל נישט סוי האב איך עס נישט אויסגעטשעקט.

אלנפאלס, איך שיק ענקערע תגובות צו די חברה.
אוועיטער
צפרא טבא
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 71

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך צפרא טבא »

חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am אפאר זאכן וואס איך זע קיינער האט נאכנישט גערעדט פון

ריסענט קאלס
ווען מען דרוקט די טאלק באטען קומט עס אן ביי דיפאלט צו פעיוועריט
יא יא
דאס שטערט מיר אויכט עס וועט אי"ה זיין בקרוב געפיקסט
אוועיטער
צפרא טבא
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 71

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך צפרא טבא »

חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am
נאוטס
איז א דיזעסטער
טריי צו נוצן ביי נאוטס נאר די באטענס נישט די טאטש
אוועיטער
צפרא טבא
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 71

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך צפרא טבא »

חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am אפאר זאכן וואס איך זע קיינער האט נאכנישט גערעדט פון



פייל מענעדשער
בעסער ווי די נאוטס אבער קען זיין בעסער
גערעכט עס מאכט אסאך פראבלעמען
עס איז אויפן ליסט
אין וועט אי"ה זיין בקרוב
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

צפרא טבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:53 am
חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am
נאוטס
איז א דיזעסטער
טריי צו נוצן ביי נאוטס נאר די באטענס נישט די טאטש
וויאזוי דארף מען ארויסגיין פון אינעווייניג פון א נאויט צוריק צו די ליסטע פון נאויטס?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 583
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1069

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

צפרא טבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:52 am
חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am אפאר זאכן וואס איך זע קיינער האט נאכנישט גערעדט פון

ריסענט קאלס
ווען מען דרוקט די טאלק באטען קומט עס אן ביי דיפאלט צו פעיוועריט
יא יא
דאס שטערט מיר אויכט עס וועט אי"ה זיין בקרוב געפיקסט
ביי מיר עפנט זיך עס יא צו די ריסענט קאלס. אינטערסאנט
אוועיטער
צפרא טבא
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 71

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך צפרא טבא »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:53 am
צפרא טבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:53 am
חשבונות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:47 am
נאוטס
איז א דיזעסטער
טריי צו נוצן ביי נאוטס נאר די באטענס נישט די טאטש
וויאזוי דארף מען ארויסגיין פון אינעווייניג פון א נאויט צוריק צו די ליסטע פון נאויטס?
מיט די מעניו באטען
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 583
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1069

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

צפרא טבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:10 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:53 am
צפרא טבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:53 am

טריי צו נוצן ביי נאוטס נאר די באטענס נישט די טאטש
וויאזוי דארף מען ארויסגיין פון אינעווייניג פון א נאויט צוריק צו די ליסטע פון נאויטס?
מיט די מעניו באטען
אדער מיט די רעכטע באטען
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מיין חברותא זאגט מיר היינט אז voice recognition ארבעט נישט אייביג
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 583
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1069

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:28 pm מיין חברותא זאגט מיר היינט אז voice recognition ארבעט נישט אייביג
דו מיינסט צו זאגן voice to text
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:30 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:28 pm מיין חברותא זאגט מיר היינט אז voice recognition ארבעט נישט אייביג
דו מיינסט צו זאגן voice to text
גערעכט
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Voice to text ארבעט אלעמאל א מחי', ס'איז ב"ה א ברכה צו מאכן.

קען זיין יענער פרובירט נישט אויפ'ן גוטן וועג? אדער וויל ער עס אויף אידיש. ס'איז דא נאר אויף ענגליש אדער עברית.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 1:48 pm בנוגע די RECENT CALLS האב איך באמערקט גלייך אנהייב אז עס ווערט אביסל צומישט, און כמדומה אז דאס איז אין טאפ אויף זייער ליסט. (אדער גאר שוין מסודר פארן אפדעיט)

בנוגע NOTES איז די מעשה אז איך נוץ עס קיינמאל נישט סוי האב איך עס נישט אויסגעטשעקט.

אלנפאלס, איך שיק ענקערע תגובות צו די חברה.
כהאב איבערגעפרעגט וועגן די נאוט'ס, זיי האבן פרובירט צו טרעפן א בעסערע אפליין עפפ דערפאר, אבער ביזדערווייל קוקט אויס אז זיי וועלן ענדערש ארבטן אויף די יעצטיגע עס צו משלים זיין מיט אלע אפציעס. אבער ס'איז נישט געלייגט אלס פריאריטי.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 583
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1069

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:20 pm Voice to text ארבעט אלעמאל א מחי', ס'איז ב"ה א ברכה צו מאכן.

קען זיין יענער פרובירט נישט אויפ'ן גוטן וועג? אדער וויל ער עס אויף אידיש. ס'איז דא נאר אויף ענגליש אדער עברית.
סמאכט זיך אמאל אמאל ווען די מייק הערט אויף צו ארבעטן אן קיין פריערדיגע ווארענונג, און נאכן ריסטארטן די פאון ארבעט עס ווייטער
שרייב פאוסט