רבי יוסף אונגאר מדאמבראווא ז"ל - ב' חשון תרכ"ז וי"א תרל"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

רבי יוסף אונגאר מדאמבראווא ז"ל - ב' חשון תרכ"ז וי"א תרל"ז

פאוסט דורך מירון »

רבי יוס'לע איז געבוירן צו זיין פאטער הרב מרדכי דוד אונגאר, פון דאמבראווא ז"ל, בשנת תק"ס. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי משה'לע פון קאזניץ וואס איז געווען א זוהן פון דעם הייליגן מגיד פון קאזניץ.

ער איז געווען א תלמיד פון זיין טאטן, דער חוזה פון לובלין, און רבי אשר ישעי' פון ראפשיץ. אין בלויזן עלטער פון זיבן יאר האט אים זיין שווער מיטגענומען צום הייליגן חוזה.

רבי יוס'לע איז ערשט געווען רב אין קאזשניץ פאר בערך צוואנציג יאר, אין יאר ה'תר"ג נאך די פטירה האט ערממלא מקום געווען זיין טאטן אין דאמבראווא.

זיינע יוצא חלציו:
  • רבי ישראל אלימלך אונגאר - ער האט ממלא מקום זיין טאטן אין דאמבראווא.
  • מרת מירל גאלא איז געווען די רעבעצין פון רבי מאיר רובין פון גלאגאוו, וואס איז געווען א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו.
  • א טאכטער וואס איז געווען די רעבעצין פון רבי יהודה הכהן הארטשטיין - ראפפאפארט.
זכותו יגן עלינו

ווער ס'קען מוסיף זיין זאל עס ביטע טון. יישר כח!
שרייב פאוסט