און ער איז נאך א סאטמארער....נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 3:30 pm
די ערשטע שאלה איז אויב מען מעג בכלל נעמען א מדינה, אויף דעם איז שיטת פון טייל גדולי ישראל געווען אז מען טאר נישט. און אנדערע האבן געהאלטן אז דאס איז גאר א חיוב און דאס איז וואס וועט ברענגען די גאולה.
אויף דעם איז דא ראיות מחז''ל אויף ביידע וועגן, פון איין זייט איז דא דער ספר ויואל משה, און מצד אחר איז דא דער התקופה הגדולה.
אני כשלעצמי בין נישט גענוג גדול צו מכריע זיין אין אזאלכע ענינים, און אזוי ווי מיין טאטע איז געווען א חסיד פון רבי'ן גיי איך אויך לאורו. (ווען איז עס מיר נוגע? איך גיי נישט צום כותל, הגם רוב פון מיינע משפחה מיטגלידער גייען יא)
יעצט איז דא נאך א שאלה, אויב אויף למעשה האט די הקמת המדינה געברענגט א טובה פאר כלל ישראל אדער נישט. דאס מאכט אבער נישט אויס אויף שאלה איינס.
די מזרחים וועלן זיך ווייטער שלאגען פאר שלימות הארץ, וויבאלד לויט זיי איז דאס א חיוב מן התורה אפי' אויב דאס ברענגט מער רציחות פאר אידן רח''ל. און איך וואס גייט לאורו פון האדמו''ר מסאטמאר זי''ע וועל נישט אנערקענען די מדינה אלץ א אידישע מדינה וואס רעפראזענט מיר, נאר אלץ א מדינה וואס איז געבויט געווארן דורך איסורי דאורייתא. אפי' אויב די מציאות זאל זיין אז די מדינה האט אסאך בעסער געמאכט פאר דאס אידישע פאלק!
כאפסט וואס איך זאג? די הלכה טוישט נישט די מציאות, און דער מציאות טוישט נישט די הלכה!
יעצט איז די שאלה אויב איך מעג מתפלל זיין פאר די הצלחה פון די צה''ל. זאג איך אז וויבאלד די צה''ל איז נישט אריין אין קריג צוליב שלימת הארץ אדער ישוב ארץ ישראל. נאר פשוט וויבאלד די לעבן פון אידישע קינדער זענען אין געפאר, און ס'איז א מצב פון פיקח נפש. ממילא זאל מען מתפלל זיין אז די צה''ל זאל מצליח זיין צו אראפברענגען די כאמאס, כיזבאלא,איסלאמיק דזשיהאד,פאטאח, איראן, ביז צו די אינגרויען טוי נעיל. אזוי ווי די הלכה איז גע'פסק'ענט אז הבא להורגך השכם להרגו. און עס שטייט נישט אין דעם קיינע תנאים איבער ווער עס האט אנגעהויבען די פייט.
קאמענטארן זענען איבריג.