אידישע [קנאי'שע] הרגשים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:45 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:22 pm
► Show Spoiler
איך ברעך אויך ווען גאנץ ענדיגט צו מיטן פסוק ד' עוז לעמו יתן. און ווי אויך ווען נתניהו איז מסביר דעם כל ישראל ערבים זה לזה. וכדו'.
זיי זענען כופרים ואפיקורסים, לויט כמעט אלע פוסקים האבן זיי א דין פון מורידין ולא מעלין (האפענטליך וועלן זיי נאך אמאל תשובה טוהן, און האפענטליך וועל איך אויך אמאל תשובה טוהן אויף מיינע חטאים). זיי זענען לויט רוב פוסקים נישט קיין תינוקת שנשב. זיי זענען מצער דעם מלך מלכי המלכים אין זיין פאלאץ וואס דאס איז ירושלים עיר הקודש. זיי סעפורטען כל מיני תועבה שבעולם. זיי סעפורטען חילול שבת בפרהסיא. און נאך....

אבער איך זאגט מיך פאר אחינו בני ישראל שומרי תורה ומצוות שבארצינו הקדושה וואס זענען נתונים בצרה! געוואלד געשריגען, קיינער ווייסט נישט וואו דער מצב קען אנקומען. און די כאמאס האט שוין געקאסט כמה וכמה נפשות יקרות מישראל שומרי תורה ומצוות. און מדין השלחן ערוך זענען אלע פרומע אידן זיך מחיוב אנצושליעסן אין מיליטער עד יעבור זעם. ווייל אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז מען דארף טוהן בשעת מלחמה, און דאס איז אויך דוחה שבת מפני פיקוח נפש.
נאר וואס דען, איך דאנק דעם אויבערשטען אז עס זענען דא אזאלכע וואס האבן זיך מדעת עצמם אנגעשלאסען אין מיליטער, נישט פון היינט, נאר מיט יארן צוריק. אין הגם זיי זענען מיט דעם מורד במלכות שמים, איז אבער כעת א שעת פיקוח נפש. און אזוי ארום קענען די שומרי תורה ומצוות אנגיין ווייטער בתורה ותפלה, וואס דאס איז באמת וואס באשיצט כלל ישראל.
דו דאנקסט דעם אייבערשטן, בעת סאטמאר רב (אויף וועמען דו פאריפסט זיך) א געוויינט טייכן טרערן
אפשר זאל מען ארויסקומען אקעגן די צער פון רוסלאנד? די מישט אויס היסטאריע מיט מציאות
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1854
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5062

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:30 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 4:43 pm

4 ווערטער צו דיר:

רחמנא, ליצלן, מהאי, דעתא.

אין אזא טשולנט קוגל עולם הדמיון צו לעבן? אוי וויי.
איר ווייסט אז דער ראב''ד קריגט זייער שארף אויף איינער פון די י''ג עיקרים להרמב''ם. און אזוי ווי דער רמב''ם שרייבט אז ווער עס האט ספיקות אין איינער פון די עיקרים איז א מין און אפיקורס. נו אויב אזוי פיר דו אויס, לויט דעם איז דער ראב''ד געווען אן א***** (איך קען אפילו נישט שרייבען אזאלכע ווערטער)
ווייסט ווי מ'נוצט אסאך די מחלוקת השגת הראב"ד אויפן רמב"ם, איבער די י"ג עקרים
אויף די אפיקורסישע ק"ש
אויסער אויב אין די לעצטע עטליכע יאר וואס איך וויל אפי' נישט קוקן אויף PDF וואס קומט פון דארט, האט ק"ש תשובה געטוהן... ביזדערווייל לאזן עס נאך די פילטער'ס נישט דורך...
איך האב נישט קיין צוטרירט צו דעם פארום, וויבאלד דזשענטעג וואס איז א אידישע פילטערינג קאמפעני לאזט נישט דורך. ממילא ווייס איך בכלל נישט וואס דארט שטייט און פון וואס מען רעדט דארט...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1400
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4311

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:27 pm @מסתמא איך בין שאקירט פון דיר!
דו ביסט א געלערנטער מאן, דיינע תגובות קען מען נישט געווענדליך אפליינען אין איין שאס צוליב דעם תוכן וואס מען דארף זיך קאנצעטרירן. אבער דא האסטו מיך איבעראשט! ביסט מדמה ענינים כעור הממש באפילה.
וואס איז דער דמיון פון א משיח (שקר?) וואס חז''ל האבן באמת נישט געקענט מכריע זיין אויב ער איז באמת משיח אדער נישט, נאר ווען לבסוף איז גברה שיטת המכחישים? (און אפי' אזוי איז נישט שייך צו זאגן אז דער גדול הדור ר' עקיבא האט זיך טועה געווען, נאר מיר פארשטייען בכלל נישט אין די ענינים)
א מיליטער וואס האט אויסגע'הרג'עט מיליאנען גיום, איינגענומען פילע לענדער. אלעס מיטן ציל אויסצולייזן די אידן פון גלות און בויען דעם דריטען בית המקדש וואס מיסוד הנבואה וועט דאס בלייבן לעולם. אבער (א טייל פון)די חכמים האבן געהאלטען אז ס'איז עדיין לא הגיע זמן, און דעריבער האט מען אים דן געווען למיתה, ממילא האבן די רומיים באקומען שליטה אויף אים.
וואו איז דא א פסק אין א מציאות כמציאותינו? ווער נאך אזוי ווי דיר האט אזוי שיין מחלק געווען צווישען א געווענדליכע מלחמה, ביז די יעצטיגע מצב? האסט אן הוראה אין ויואל משה אויף דעם? האבן זיך די אידן אין ביתר זיך נישט קעגן געשטעלט?
בעפאר איר רעדט אויף מיר קוקט אין ויואל משה סימן קלט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1854
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5062

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:53 pm

איך האב שוין געלערנט דעם שטיקעל מערערע מאל...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

צו אלע סאטמערער אידן. ביטע מיר נישט שינדן די הויט לעבעדיגערהייט, אבער איך וויל עפעס פארשטיין.

ציוניזם איז געגרינדעט געווארן אין אייראפע, און ס'איז געווען א שוידערליכע באוועגונג. ציוניזם האט ליידער אראפגעפירט זייער אסאך אידן פון דעם ערליכן וועג און רובא דרובא פון די ערליכע רבנים זענען ארויס דערקעגן בכל תוקפם דער בעלזער רב זצ''ל בתוכם.

ציוניזם איז געווען צוזאמגעשטעלט דורך צוויי אידילאגיע'ס איינס איז געווען אז מיר זענען אידן און מיר געהערן צו זיין אין ארץ ישראל. און דער צווייטער שיטה איז געווען אז מען מוז טרעפן א נייע ארט ווי צו וואינען ווייל די אנטיסעמעטיזם אין אייראפע איז געווען צו געפערליך. אזוי צו אזוי האבן די רבנים דאס ג'אסר'ט צוליב צוויי סיבות. איינס, די שיטה אז מען גייט אליין ארויס גיין פון גלות, כוחי ועוצם ידי, ועוד, ס'איז נישט געווען די וועג ווי אזוי ערליכע אידן האבן זיך געפירט. און צווייטענס, רוב פון די ציונים זענען געווען אפגעפארענע וועלכע האבן געזוכט צו אפארן אנדערע.
פיין.

יארן זענען אריבער, די מדינה האט זיך געגרינדעט.
ס'האט ליידער געקאסט אסאך קרבנות און מחלל געווען שם שמים.

למעשה, די אלע וועלכע האבן געגרינדעט די מדינה לעבן שוין לאנג נישט,זייער קינדער און אייניקלעך וועלכע פירן די מדינה כהיום, האבן שוין גארנישט מיט זייער זיידעס אידעלאגיע צוטון. נאדא. (אפי' דו וועלכע זענען פארנומען צו אריינעמען אין מיליטער, זיי זענען ברוגז אז זייער קינדער געבן אוועק זייער לעבן פאר די לאנד בעת די חרדים דרייען זיך ארויס, נישט אז זיי זענען גערעכט, אוודאי אז די תורה איז דאס וואס היט אפ, און זייער מילטער קען גארנישט נישט אויפטון, אבער פון זייער פרייע בליק. און ס'קען אויך זיין א קליינע פראצענט מענטשן אין די מדינה וואס ווילן מאכן די חרדים פאר פרייע, אבער דאס איז א קליינע פראצענט...)

טא, אויף וועמען שרייט מען ? יא, די וועלכע האבן אויפגעשטעלט די מדינה זענען געווען כופרים און באנדיטן, אבער זייער אייניקלעך זענען תינוקות שנשבי.

נאך א נקודה, ס'איז זיכער אז דער באשעפער האט צוגעלאזט אז די מדינה זאל געשען, ווייל ווען נישט וואלט דאס נישט געווען. און עס איז נישט דא קיין וועג צו צונעמען די מדינה, צוריק גייט א קאזע. סא וואס ווילט איר??? אלע אידן וועלכע זענען ליידער אפגעפרעמדעט פון תורה אין מצוות זאלן ווערן אויסגעשאחטן??? דאס איז וואס דער רבש''ע וויל? דאס איז וואס די סאטמערער רבי זצ''ל וויל?

ניין. דער אייבערשטער וויל אז זיי זאלן תשובה טון! און ווען זיי טון תשובה וועט ער זיי אפהיטן פון אלע שלעכטס און פון אלע אראבער. און מיר פרומע אידן זאלן טון וואס מעגליך זיי צו מחזיר בתשובה זיין.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1854
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5062

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך האב אסאך צו זאגן נאך, אבער דא זענען דא מנהלים וכל הכבוד להם. אויב די מנהלים שפירן אז מיינע ווערטער זענען נישט ווי עס דארף צו זיין בין איך מיך מכניע אונטער זיי (איך האב נישט קיין ברירה סיי ווי, אבער אפי' אזוי טוה איך עס מרצוני הטוב)

הגם א מנהל קען נישט צווינגען מכריח זיין מיין מיינונג צו איין זייט אדער דאס צווייטע, דא אויפן פארום זענען זיי בעל הבית און איך רעפעקטיר זיי!
אבער מיין מיינונג פריוואט דארף זיך צוליב דעם נישט טוישן.

ביטע מיך נישט ציטירן אדער מענשענען אין דעם נושא.
א דאנק!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6070
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13483

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm צו אלע סאטמערער אידן. ביטע מיר נישט שינדן די הויט לעבעדיגערהייט, אבער איך וויל עפעס פארשטיין.

ציוניזם איז געגרינדעט געווארן אין אייראפע, און ס'איז געווען א שוידערליכע באוועגונג. ציוניזם האט ליידער אראפגעפירט זייער אסאך אידן פון דעם ערליכן וועג און רובא דרובא פון די ערליכע רבנים זענען ארויס דערקעגן בכל תוקפם דער בעלזער רב זצ''ל בתוכם.

ציוניזם איז געווען צוזאמגעשטעלט דורך צוויי אידילאגיע'ס איינס איז געווען אז מיר זענען אידן און מיר געהערן צו זיין אין ארץ ישראל. און דער צווייטער שיטה איז געווען אז מען מוז טרעפן א נייע ארט ווי צו וואינען ווייל די אנטיסעמעטיזם אין אייראפע איז געווען צו געפערליך. אזוי צו אזוי האבן די רבנים דאס ג'אסר'ט צוליב צוויי סיבות. איינס, די שיטה אז מען גייט אליין ארויס גיין פון גלות, כוחי ועוצם ידי, ועוד, ס'איז נישט געווען די וועג ווי אזוי ערליכע אידן האבן זיך געפירט. און צווייטענס, רוב פון די ציונים זענען געווען אפגעפארענע וועלכע האבן געזוכט צו אפארן אנדערע.
פיין.

יארן זענען אריבער, די מדינה האט זיך געגרינדעט.
ס'האט ליידער געקאסט אסאך קרבנות און מחלל געווען שם שמים.

למעשה, די אלע וועלכע האבן געגרינדעט די מדינה לעבן שוין לאנג נישט,זייער קינדער און אייניקלעך וועלכע פירן די מדינה כהיום, האבן שוין גארנישט מיט זייער זיידעס אידעלאגיע צוטון. נאדא. (אפי' דו וועלכע זענען פארנומען צו אריינעמען אין מיליטער, זיי זענען ברוגז אז זייער קינדער געבן אוועק זייער לעבן פאר די לאנד בעת די חרדים דרייען זיך ארויס, נישט אז זיי זענען גערעכט, אוודאי אז די תורה איז דאס וואס היט אפ, און זייער מילטער קען גארנישט נישט אויפטון, אבער פון זייער פרייע בליק. און ס'קען אויך זיין א קליינע פראצענט מענטשן אין די מדינה וואס ווילן מאכן די חרדים פאר פרייע, אבער דאס איז א קליינע פראצענט...)

טא, אויף וועמען שרייט מען ? יא, די וועלכע האבן אויפגעשטעלט די מדינה זענען געווען כופרים און באנדיטן, אבער זייער אייניקלעך זענען תינוקות שנשבי.
למאי נפק"מ צו זיי לעבן צו נישט?

אלס משל: די רעפארמער זענען שוין היינט צוריק א חלק פון כלל ישראל, ווייל די וועמען די תלמידי חת"ס האבן אויסגעשלאסן לעבן שוין נישט?

ס'איז היינו הך, נאו טשעינדזש. ס'איז א מרידה בה', א כפירה בה', וזהו. בעבר ובהוה.

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm נאך א נקודה, ס'איז זיכער אז דער באשעפער האט צוגעלאזט אז די מדינה זאל געשען, ווייל ווען נישט וואלט דאס נישט געווען.
אודאי אזוי. דער אויבערשטער האט געוואלט מנסה זיין כלל ישראל. און ליידער גייט נאך דער נסיון ווייטער אן.

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm און עס איז נישט דא קיין וועג צו צונעמען די מדינה, צוריק גייט א קאזע. סא וואס ווילט איר??? אלע אידן וועלכע זענען ליידער אפגעפרעמדעט פון תורה אין מצוות זאלן ווערן אויסגעשאחטן??? דאס איז וואס דער רבש''ע וויל? דאס איז וואס די סאטמערער רבי זצ''ל וויל?

ניין. דער אייבערשטער וויל אז זיי זאלן תשובה טון! און ווען זיי טון תשובה וועט ער זיי אפהיטן פון אלע שלעכטס און פון אלע אראבער. און מיר פרומע אידן זאלן טון וואס מעגליך זיי צו מחזיר בתשובה זיין.
נו געגאנגען. זיי מחזיר בתשובה. לאמיך וויסן ווען ס'איז מסודר.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:20 pm

#1 גערעכט , די וועלכע האבן גע'עפענט די מדינה בלייבן כופרים (עכ''פ צדוקים). אבער וואס דארפסטו פון זייערע אייניקליך?

#2 יא, זייער אסאך פון זייער אייניקלעך האט מען שוין מחזיר בתשובה געווען! און די וועלכע פארברענען גארבידשעס אויף די גאסן אדער שטעלן אפ די כניסה לעיר זענען די גרעסטע שטער פאר די קירוב ארגענעזאציעס!

#3 וועלכע חלק פון די נסיון גייט אן?
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 222

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm צו אלע סאטמערער אידן. ביטע מיר נישט שינדן די הויט לעבעדיגערהייט, אבער איך וויל עפעס פארשטיין.

ציוניזם איז געגרינדעט געווארן אין אייראפע, און ס'איז געווען א שוידערליכע באוועגונג. ציוניזם האט ליידער אראפגעפירט זייער אסאך אידן פון דעם ערליכן וועג און רובא דרובא פון די ערליכע רבנים זענען ארויס דערקעגן בכל תוקפם דער בעלזער רב זצ''ל בתוכם.

ציוניזם איז געווען צוזאמגעשטעלט דורך צוויי אידילאגיע'ס איינס איז געווען אז מיר זענען אידן און מיר געהערן צו זיין אין ארץ ישראל. און דער צווייטער שיטה איז געווען אז מען מוז טרעפן א נייע ארט ווי צו וואינען ווייל די אנטיסעמעטיזם אין אייראפע איז געווען צו געפערליך. אזוי צו אזוי האבן די רבנים דאס ג'אסר'ט צוליב צוויי סיבות. איינס, די שיטה אז מען גייט אליין ארויס גיין פון גלות, כוחי ועוצם ידי, ועוד, ס'איז נישט געווען די וועג ווי אזוי ערליכע אידן האבן זיך געפירט. און צווייטענס, רוב פון די ציונים זענען געווען אפגעפארענע וועלכע האבן געזוכט צו אפארן אנדערע.
פיין.

יארן זענען אריבער, די מדינה האט זיך געגרינדעט.
ס'האט ליידער געקאסט אסאך קרבנות און מחלל געווען שם שמים.

למעשה, די אלע וועלכע האבן געגרינדעט די מדינה לעבן שוין לאנג נישט,זייער קינדער און אייניקלעך וועלכע פירן די מדינה כהיום, האבן שוין גארנישט מיט זייער זיידעס אידעלאגיע צוטון. נאדא. (אפי' דו וועלכע זענען פארנומען צו אריינעמען אין מיליטער, זיי זענען ברוגז אז זייער קינדער געבן אוועק זייער לעבן פאר די לאנד בעת די חרדים דרייען זיך ארויס, נישט אז זיי זענען גערעכט, אוודאי אז די תורה איז דאס וואס היט אפ, און זייער מילטער קען גארנישט נישט אויפטון, אבער פון זייער פרייע בליק. און ס'קען אויך זיין א קליינע פראצענט מענטשן אין די מדינה וואס ווילן מאכן די חרדים פאר פרייע, אבער דאס איז א קליינע פראצענט...)

טא, אויף וועמען שרייט מען ? יא, די וועלכע האבן אויפגעשטעלט די מדינה זענען געווען כופרים און באנדיטן, אבער זייער אייניקלעך זענען תינוקות שנשבי.

נאך א נקודה, ס'איז זיכער אז דער באשעפער האט צוגעלאזט אז די מדינה זאל געשען, ווייל ווען נישט וואלט דאס נישט געווען. און עס איז נישט דא קיין וועג צו צונעמען די מדינה, צוריק גייט א קאזע. סא וואס ווילט איר??? אלע אידן וועלכע זענען ליידער אפגעפרעמדעט פון תורה אין מצוות זאלן ווערן אויסגעשאחטן??? דאס איז וואס דער רבש''ע וויל? דאס איז וואס די סאטמערער רבי זצ''ל וויל?

ניין. דער אייבערשטער וויל אז זיי זאלן תשובה טון! און ווען זיי טון תשובה וועט ער זיי אפהיטן פון אלע שלעכטס און פון אלע אראבער. און מיר פרומע אידן זאלן טון וואס מעגליך זיי צו מחזיר בתשובה זיין.
דו רעדסט אויך צו מיר אפי' איך בין נישט קיין סאטמארער?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1868
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2215

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

@העלדיש

לשיטתך קען מען נישט האבן קיין טענות אויף די אראבער ימ''ש אויף זייערע רציחות ווייל וואס ווילסטו פון זיי זייערע עלטערן האבן דאך דאס זיי אויסגעלערנט

א כופר איז א כופר, נישט קיין נפק''מ צו ער איז אליין געווארן צו עס קומט פון זיינע עלטערן.

רעדט דען נישט ביבי כסדר אפענע דברי כפירה?
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 412

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:30 pm

נאך א מזל דו דערמאנסט ביי יעדע צווייטע תגובה אז דו ביסט נישט קיין סאטמארער...
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 957
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1323

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:20 pm
העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm צו אלע סאטמערער אידן. ביטע מיר נישט שינדן די הויט לעבעדיגערהייט, אבער איך וויל עפעס פארשטיין.

ציוניזם איז געגרינדעט געווארן אין אייראפע, און ס'איז געווען א שוידערליכע באוועגונג. ציוניזם האט ליידער אראפגעפירט זייער אסאך אידן פון דעם ערליכן וועג און רובא דרובא פון די ערליכע רבנים זענען ארויס דערקעגן בכל תוקפם דער בעלזער רב זצ''ל בתוכם.

ציוניזם איז געווען צוזאמגעשטעלט דורך צוויי אידילאגיע'ס איינס איז געווען אז מיר זענען אידן און מיר געהערן צו זיין אין ארץ ישראל. און דער צווייטער שיטה איז געווען אז מען מוז טרעפן א נייע ארט ווי צו וואינען ווייל די אנטיסעמעטיזם אין אייראפע איז געווען צו געפערליך. אזוי צו אזוי האבן די רבנים דאס ג'אסר'ט צוליב צוויי סיבות. איינס, די שיטה אז מען גייט אליין ארויס גיין פון גלות, כוחי ועוצם ידי, ועוד, ס'איז נישט געווען די וועג ווי אזוי ערליכע אידן האבן זיך געפירט. און צווייטענס, רוב פון די ציונים זענען געווען אפגעפארענע וועלכע האבן געזוכט צו אפארן אנדערע.
פיין.

יארן זענען אריבער, די מדינה האט זיך געגרינדעט.
ס'האט ליידער געקאסט אסאך קרבנות און מחלל געווען שם שמים.

למעשה, די אלע וועלכע האבן געגרינדעט די מדינה לעבן שוין לאנג נישט,זייער קינדער און אייניקלעך וועלכע פירן די מדינה כהיום, האבן שוין גארנישט מיט זייער זיידעס אידעלאגיע צוטון. נאדא. (אפי' דו וועלכע זענען פארנומען צו אריינעמען אין מיליטער, זיי זענען ברוגז אז זייער קינדער געבן אוועק זייער לעבן פאר די לאנד בעת די חרדים דרייען זיך ארויס, נישט אז זיי זענען גערעכט, אוודאי אז די תורה איז דאס וואס היט אפ, און זייער מילטער קען גארנישט נישט אויפטון, אבער פון זייער פרייע בליק. און ס'קען אויך זיין א קליינע פראצענט מענטשן אין די מדינה וואס ווילן מאכן די חרדים פאר פרייע, אבער דאס איז א קליינע פראצענט...)

טא, אויף וועמען שרייט מען ? יא, די וועלכע האבן אויפגעשטעלט די מדינה זענען געווען כופרים און באנדיטן, אבער זייער אייניקלעך זענען תינוקות שנשבי.
למאי נפק"מ צו זיי לעבן צו נישט?

אלס משל: די רעפארמער זענען שוין היינט צוריק א חלק פון כלל ישראל, ווייל די וועמען די תלמידי חת"ס האבן אויסגעשלאסן לעבן שוין נישט?

ס'איז היינו הך, נאו טשעינדזש. ס'איז א מרידה בה', א כפירה בה', וזהו. בעבר ובהוה.

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm נאך א נקודה, ס'איז זיכער אז דער באשעפער האט צוגעלאזט אז די מדינה זאל געשען, ווייל ווען נישט וואלט דאס נישט געווען.
אודאי אזוי. דער אויבערשטער האט געוואלט מנסה זיין כלל ישראל. און ליידער גייט נאך דער נסיון ווייטער אן.

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:09 pm און עס איז נישט דא קיין וועג צו צונעמען די מדינה, צוריק גייט א קאזע. סא וואס ווילט איר??? אלע אידן וועלכע זענען ליידער אפגעפרעמדעט פון תורה אין מצוות זאלן ווערן אויסגעשאחטן??? דאס איז וואס דער רבש''ע וויל? דאס איז וואס די סאטמערער רבי זצ''ל וויל?

ניין. דער אייבערשטער וויל אז זיי זאלן תשובה טון! און ווען זיי טון תשובה וועט ער זיי אפהיטן פון אלע שלעכטס און פון אלע אראבער. און מיר פרומע אידן זאלן טון וואס מעגליך זיי צו מחזיר בתשובה זיין.
נו געגאנגען. זיי מחזיר בתשובה. לאמיך וויסן ווען ס'איז מסודר.
#1 גערעכט , די וועלכע האבן גע'עפענט די מדינה בלייבן כופרים (עכ''פ צדוקים). אבער וואס דארפסטו פון זייערע אייניקליך?

#2 יא, זייער אסאך פון זייער אייניקלעך האט מען שוין מחזיר בתשובה געווען! און די וועלכע פארברענען גארבידשעס אויף די גאסן אדער שטעלן אפ די כניסה לעיר זענען די גרעסטע שטער פאר די קירוב ארגענעזאציעס!

#3 וועלכע חלק פון די נסיון גייט אן?
די רבי שרייבט אז יעדע פעולה צו מחזק זיין די מדינה איז קעגן די שלש שבועות און דאס גייט אן יעדע רגע ביז משיח'ס טאג,

עקסטער זיך פרייען מיט זייערע נצחונות איז א פראבלעם.
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:33 pm @העלדיש

לשיטתך קען מען נישט האבן קיין טענות אויף די אראבער ימ''ש אויף זייערע רציחות ווייל וואס ווילסטו פון זיי זייערע עלטערן האבן דאך דאס זיי אויסגעלערנט

א כופר איז א כופר, נישט קיין נפק''מ צו ער איז אליין געווארן צו עס קומט פון זיינע עלטערן.

רעדט דען נישט ביבי כסדר אפענע דברי כפירה?
וואס מיינט דברי כפירה?

זארגט אייך נישט, איך פלאן זיך נישט צו משדך זיין מיט אים, און איך זאג אויך נישט אז ער איז א ערליכע איד. אבער ציוניזם עקזעסטירט נישט.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:35 pm
העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:20 pm

למאי נפק"מ צו זיי לעבן צו נישט?

אלס משל: די רעפארמער זענען שוין היינט צוריק א חלק פון כלל ישראל, ווייל די וועמען די תלמידי חת"ס האבן אויסגעשלאסן לעבן שוין נישט?

ס'איז היינו הך, נאו טשעינדזש. ס'איז א מרידה בה', א כפירה בה', וזהו. בעבר ובהוה.

אודאי אזוי. דער אויבערשטער האט געוואלט מנסה זיין כלל ישראל. און ליידער גייט נאך דער נסיון ווייטער אן.

נו געגאנגען. זיי מחזיר בתשובה. לאמיך וויסן ווען ס'איז מסודר.
#1 גערעכט , די וועלכע האבן גע'עפענט די מדינה בלייבן כופרים (עכ''פ צדוקים). אבער וואס דארפסטו פון זייערע אייניקליך?

#2 יא, זייער אסאך פון זייער אייניקלעך האט מען שוין מחזיר בתשובה געווען! און די וועלכע פארברענען גארבידשעס אויף די גאסן אדער שטעלן אפ די כניסה לעיר זענען די גרעסטע שטער פאר די קירוב ארגענעזאציעס!

#3 וועלכע חלק פון די נסיון גייט אן?
די רבי שרייבט אז יעדע פעולה צו מחזק זיין די מדינה איז קעגן די שלש שבועות און דאס גייט אן יעדע רגע ביז משיח'ס טאג,

עקסטער זיך פרייען מיט זייערע נצחונות איז א פראבלעם.
און רעדן לשון הרה ליצנות מוציא שם רע איז א דאורייתא. לאמיר זאגן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן עפ''י הלכה. (על עף עס זענען דא אסאך שיטות דערין, אריינגערעכנט די וועלכע טאנה'ן אז די שלש שבועות זענען בטל וויבאלד די אמות העולם האבן נישט איינגעהאלטן זייער טייל. אן בכלל, איז לפי אסאך שיטות דאס נישט געווען קיין התגרות וויבאלד מען האט דאס באקומען און די פעולות וואס זיי האבן דאמאלטס געטון זענען איינצעלע... עכ''פ יעצט איז דאס נישט קיין התגרות, און אויך נישט קיין יעלו בחומה.)
אבער די שאלה איז ווי אזוי מיר גייען צו דערצו? גייען מיר שרייען אויף זיי כופר? אדער גייען מיר זיי מחזיר בתשובה זיין, און זיך זארגן פאר זיי ווייל זיי זענען אידן!

און בדרך עגב וואס איז זייער כפירה אנדערש פון די אלע עבירות וועלכע ווערן אפגעטון דורך די פרייע אידן אין אמעריקא??? הונדערטער טויזענטער! און קיינער קימערט זיך נישט איבער זיי, נישט איבער זייער חילול שבת און נישט איבער זייער אסימילאציע. מען איז נאר פארנומען שרייען ציוני...
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:33 pm @העלדיש

לשיטתך קען מען נישט האבן קיין טענות אויף די אראבער ימ''ש אויף זייערע רציחות ווייל וואס ווילסטו פון זיי זייערע עלטערן האבן דאך דאס זיי אויסגעלערנט

א כופר איז א כופר, נישט קיין נפק''מ צו ער איז אליין געווארן צו עס קומט פון זיינע עלטערן.

רעדט דען נישט ביבי כסדר אפענע דברי כפירה?
דו קריגסט דיך מיט די געדאנק פון תינוקות שנשבי???

(ברענג נישט אריין דא קיינע שמוציגע אראבער וועלכע לעבן אויף רצוחות און הרג'ענען זיך די גאנצע טאג)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6070
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13483

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראדע איז תינוקות שנשבו א חידוש פונעם חזון איש זצ"ל, אבער לאמיר נישט אריינגיין דערין, כ'האב נישט קיין מושג וואו עס קומט דא אריין.

מען איז נישט דן יעצט אויף זייער גיהנום בעולם האמת.

דא אויף דער וועלט איז דער חטא אייניג, און די עצם קיום מדינת ישראל איז א מרידה בה' יעדע רגע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6070
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13483

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:23 pm #1 גערעכט , די וועלכע האבן גע'עפענט די מדינה בלייבן כופרים (עכ''פ צדוקים). אבער וואס דארפסטו פון זייערע אייניקליך?
איך דארף פון זיי גארנישט. אבער זיי זענען כופרים, עוברים על ג' החמורות, די שכינה הקדושה אנטלויפט פון זיי נעבעך (שונא זימה).

און, זיי זענען ווייטער ממשיך דעם מרידה בה' הנקרא מדינת ישראל. און אונז "האשעם לאווערס" קענען דאס נישט צוקוקן און האבן דאס פיינט אין הארץ. עס טוט אונז וויי עד דכדוכה של נפש.
העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:23 pm #2 יא, זייער אסאך פון זייער אייניקלעך האט מען שוין מחזיר בתשובה געווען! און די וועלכע פארברענען גארבידשעס אויף די גאסן אדער שטעלן אפ די כניסה לעיר זענען די גרעסטע שטער פאר די קירוב ארגענעזאציעס!
וואויל פאר זיי! איך האף זיי האבן אויך זוכה געווען צוריקצוקומען צו די אמונה טהורה.

בנוגע די מיסטן, לאמיר נישט רעדן יעצט...

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:23 pm #3 וועלכע חלק פון די נסיון גייט אן?
דער נסיון וואס דו און איך האבן, זיך צו פרייען מיט די פעולות פון א מדינה של מכעיסי ה'.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

איים סארי אבער איך האב נישט קיין ענדלאזע קוואנטום פון צייט צו איבערשרייען די זעלבע זאך איבער און איבער.

וואס האבן זיי היינט געטון צו מורד זיין און ה'? און וואס זאלן זיי טון דאס צו פארעכטן?????
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6070
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13483

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'דארף טון פונדאסניי. די מדינה 'איז' א מרידה בה'.

אני ה' לא שניתי.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

האסט נישט גע'ענטפערט אויף די צווייטער פראגע וויל האסט עס נישט באמערקט? אדער ווייל דו האסט נישט וואס?

זיי מיר מסביר די מרידה, און זאג מיר פארוואס עס בלייבט א מרידה אויף יעדן טאג פונדאסניי?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6070
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13483

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די צווייטע פראגע איז נישט נוגע פאר אונז. זיי זאלן גיין פרעגן א דיין, נישט איך...
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1249

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 2:19 pm איך האב אסאך צו זאגן נאך, אבער דא זענען דא מנהלים וכל הכבוד להם. אויב די מנהלים שפירן אז מיינע ווערטער זענען נישט ווי עס דארף צו זיין בין איך מיך מכניע אונטער זיי (איך האב נישט קיין ברירה סיי ווי, אבער אפי' אזוי טוה איך עס מרצוני הטוב)

הגם א מנהל קען נישט צווינגען מכריח זיין מיין מיינונג צו איין זייט אדער דאס צווייטע, דא אויפן פארום זענען זיי בעל הבית און איך רעפעקטיר זיי!
אבער מיין מיינונג פריוואט דארף זיך צוליב דעם נישט טוישן.

ביטע מיך נישט ציטירן אדער מענשענען אין דעם נושא.
א דאנק!
איך האב פרובירט אויפצוזוכן ווי די מנהלים האבן עפעס געזאגט קעגן סיי וואס דו האסט געשריבן, און איך האב נאר דאס געטראפן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:44 pm
ציונות איז דא נישט ערלויבט. חס ושלום!

מזרחי איז דא טמא, אזוי ווי ביי אלע ערליכע אידן שומרי תורה היראים לדבר ה'.

וויכוחים איבער נושאים וואס זענן פארנעפלט, איז אדרבה, ס'איז בלויז א בענעפיט זינט גאר אסאך אינגעלייט זענען טאקע צומישט, און זיי ווערן נאר קלאר ווען עס ווערט געהעריג אויסגעשמועסט. ס'איז בלויז א טובה, און געווענליך דער וואס שרייבט דא אויפ'ן צווייטן צד וויל 'אליינס' אויך קלאר ווערן, כאטש עס קוקט צומאל אויס ווי ער איז פאר'עקשנ'ט.

אבער, ווי געזאגט פריער, מ'דארף זיין זייער נזהר אין וואס און וויאזוי מען שרייבט, ס'זאל ח"ו נישט קענען ארויסקומען קיין מכשול אדער קאלטקייט אין דברים העומדים ברומו של עולם, ועיקרי האמונה.

און ווידער א יישר כח פאר אלעמען, ס'איז ב"ה א קידוש השם די הערליכע שמועסן.

איך וואלט אפרישיעטעד זאלסט ענטפערן פאר @אני-הק' אויב דו שפירסט ער איז נישט גערעכט, כדי סזאל ארויקומען א קלארקייט אין די נושא
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1249

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:48 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט קיין צוטרירט צו דעם פארום, וויבאלד דזשענטעג וואס איז א אידישע פילטערינג קאמפעני לאזט נישט דורך. ממילא ווייס איך בכלל נישט וואס דארט שטייט און פון וואס מען רעדט דארט...
איז דאס טאקע די איינציגסטע תירוץ וואס דו האסט געהאט צו ענטפערן פאר אני הק' אויף אלע זיינע ענטפערס צו דיר??
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 412

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 4:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:48 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט קיין צוטרירט צו דעם פארום, וויבאלד דזשענטעג וואס איז א אידישע פילטערינג קאמפעני לאזט נישט דורך. ממילא ווייס איך בכלל נישט וואס דארט שטייט און פון וואס מען רעדט דארט...
איז דאס טאקע די איינציגסטע תירוץ וואס דו האסט געהאט צו ענטפערן פאר אני הק' אויף אלע זיינע ענטפערס צו דיר??
אז דו רופסט עס שוין ענטפערס, וויאזוי קענסטו ערווארטן א תירוץ.

בריסקער רב האט שוין געזאגט קשיות קען איך ענטפערן, תירוצים נישט.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 646
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1249

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 4:27 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 4:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:48 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט קיין צוטרירט צו דעם פארום, וויבאלד דזשענטעג וואס איז א אידישע פילטערינג קאמפעני לאזט נישט דורך. ממילא ווייס איך בכלל נישט וואס דארט שטייט און פון וואס מען רעדט דארט...
איז דאס טאקע די איינציגסטע תירוץ וואס דו האסט געהאט צו ענטפערן פאר אני הק' אויף אלע זיינע ענטפערס צו דיר??
אז דו רופסט עס שוין ענטפערס, וויאזוי קענסטו ערווארטן א תירוץ.

בריסקער רב האט שוין געזאגט קשיות קען איך ענטפערן, תירוצים נישט.
ווייל אני הק' האט געענטפערט אויף וואס נקודות טובות האט געשריבן, נקודות טובות קען עס אבער אפפרעגן. כאפסט?
שרייב פאוסט