פון די זיסע אייוועלט ניק משה’עלע ק/פ
--------
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p4645110
@נקדימון איך טשעק ארויס מחמת כמה סיבות, איז זיי מוחל מאך א סך הכל.
אפאר נקודות כעין סך הכל. אויף די אלע נקודות איז דא וואס צו מאכען א סך הכל וואס איך לאז פאר נקדימון.
מדינת ישראל האט זיך באנוצט מיט זייער לעזער כיפת ברזל נעכטען ביינאכט, זייאראפגענומען צענזור דערפון פאר א וויילע, און זעהט אויס גלייך נאכדעם עס צוריק ארויף געשטעלט, פאר פארשטענדליכע סיבות, היינט איז געווען באריכטען פון ציווילע מענטשען וואס האבען געכאפט דעם לעזער'ן, און אים געוואלט פארשפרייטען קבל העולם ומלאו.
עס איז נאךדעם ערשינען א צוויי קליפס, וואס ווי נקדימון זאגט זענען זיי אויך געווען אויף מוסד אקאונט'ס, און דערנאך איז נתפרסם געווארען אז זיי קומען גאר פון א געים.
(מיין השערה אז היות מען האט צוריק געלייגט צענזור און מענטשען האבען באריכטעט ווי זיי זעהן לעזער'ן, האט מען געמוזט מאכען אויף א וועג אז דער עולם זאל לאכען פון דעם... סאיז נאר א שפיל מסתמא אינטערען קריג).
און אלע נייעס פון נעכטען איבערגעחזרט היינט, צימאל האט דאס פאסירט נאך אמאל, רוב מאל נישט, נאר באריכטעט פון אנדערע קוועלער, און צימאל דאס אויך נישט נא סתם איבער געחזרט.
אנגעצויגן און צפון, חיזאללא שיסט הארגעט פארוואנדעט, מישט זיך נישט אריין, גייט זיך יא ארייינמושען, אבער זיי גייען גארנישט טוען, נאר אויב מען טוט זיי עפעס, מארגען איז שוין צו שפעט, עס איז קיינמאל נישט שפעט, חד גדיא חד גדיא. יעצט לייג אריין די ווערטער איראן.
וואסער: עס רעגענט פיין, מדינת ישראל צינד אן וואסער און דרום עזה נאך דרוק פון אמעריקע, צוליב די פארלאנג פון מצרים, כדי מען זאל עפענען די גרעניץ פאר אמעריקאנע בירגער, בילדער ווי עזה איינוואוינער שעפען וואסער בשעת זיי באריכטען אז מדינת ישראל האט נישט אויפגעמאכט די וואסער. חד גדיא חד גדיא.
אז מען רעדט פון חד גדיא, די עמבעסי לאזט נישט מיטנעמען קיין פעטס ווען מען עקוואירט מדינת ישראל מיט זייערע טראנספארט מיטלען, און עזה האט נישט גענוג דאנקיס.
עגעפטין האלט איין זייער חלק און גייט מארגען אויפמאכען די גרעניץ.
די ווייסע הויז זאגט אז עס איז נישט און פלאן דערווייל נאך א נסיעה פאר ביידען, טראץ די רוף פון נתניהו, אבער אויף איי וועלט איז ערשטהאנטיג באשטעטיגט אז ביידען קומט קיין מדינת ישראל.
די בעסטע עצה פאר מדינת ישראל איז: אז דער אייבישטער זאל העלפען.
(הרבה דרכים למקום ער קען זיי אלע שיקען א באנה און קאפ און זיי זאלען שלאפען און נישט אויפשטיין ווי ביי סנחריב און זיי זאלען בלייבען שלאפען, אלע טונעלען קענען פלאצען פון די וואפען ארסנעל וואס ליגט דארטען און א דאמינא אפעקט, כידוע די טונעלען זענען עבודה ערבית, די ערד ציטערניש וואס שווארצע מוחמחים זאגען קומט אט אט קען זיין און עזה, סתם אזוי קענען זיי זיך אויסשעחטן איינע דעם צווייטען ווי די מעשה פון די 10 רויבער, ער קען היינט ברענגען משיח. לאמיר אייך אזויפיל זאגען די אלע אויבערדערמאנטע עצות האבען מער טשענסעס צו געשען ווי א מדינת ישראל זיג אן גרויס אידיש בלוט).
משהע'עלע אנגעקומען צו 1000 און מיר פארגאנגען די אפעטיט צו שרייבען דא היינט. צוליב חזרות כמעט אלעס וואס איך נעכטען געמאלדען און יין סך הכל ברוח קדשי איז היינט בריכטעט געווארען ערשט האנטיג איצטיגע נייעס, פלוס שקרים ודמיונות ומדבר שקר תרהחק (בנוסח ספרד).
שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל (אפי' ישראל) האומרים שמע ישראל.
אפי א איד וואס איז נאר א איד ווען עס קומט צו זאגען שמע ישראל די לעצטע מינוט