שלום בית

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שבת גוי
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 9:59 pm
Location: willimsbrg
x 62

Re: שלום בית

פאוסט דורך שבת גוי »

[/Gform]
שבת גוי האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 8:06 pm המגיד מראשית אחרית!! האט מיך במשך די יארן אלץ די מאן, געמאכט אינוועסטירן אין דעם ענין פון שלום בית, א וועלט מיט צייט אין מחשבה, עס ליגט דאך אין דעם ענין, בלוט אין שווייס פון טויזענטע אידן, זה בכה וזה בכה יעדעם מיט זיינס, ווי אזוי און וואס, ס'איז פארשריבן אויבן! איז דאך מער ווי וויכטיג עפעס צו אריין ווארפן. כ'בעט פון ענק, זאגטס אויך!! ווי עס איז שוין געשריבן אויבן במשך די אשכול. ומיניה ומנך תסתיים שמעתיה!

חלק א' עולם המחשבה: אלעס איז לעכטיג און גוט! דאס איז דאך די אמת'ע לעבן! מען קען עס בעיקר ארויסווייזן /אנווייזן פארשידענע צייטן, ליב האבן די צווייטע האלב! ווי אזוי זי איז! אן אז ס'זאל זיך ווענדן אין פרטים! אין זיכער איז נישט די מהלך אז לויט זאכן וואס זי טוט האט מען די ליבשאפט צו איר, ליב בלויז מיט א לויטערע ליבשאפט! ווי עס שטייט אין פסוק, "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד", דא זאגט אונז די תורה אז חתונה האבן מיינט אז מ'דארף ווערן ווי איינ'ס, און דאס געשעהט דורך איר אינגאנצן עקסעפטן אז דאס איז די אויסדערוועלטן וואס די האסט באקומען!!

עס צו ארויסברענגן בדרך צחות: איינמאל חנוכה ווען דאס בני בית האט געמאכט א טשיז קעיק אזאנס אין אזעליכ'ס, דער מאן האט פארשטייט זיך ארויס געוויזען גרויס עקסטאז! ווי עס באדארפט צו זיין, דערנאך נאך צו גילייגט מיט א ווערטל, איך האב דיך גארנישט מער ליב באקומען וועגן דעם טשיז קעיק ווייל איך האב דיך סיי ווי ליב די מערסטע וואס מען קען!

סא! חלק א' איז זיי איר מקבל! עקסעפט איר מיט א שמייכל!

און אגב איז דאס אויך ביי א מענטש אליין פאר זיך, כדאי ער זאל זיך קענען ריכטיג ליב האבן און זיין באקוועם מיט זיך אליין, איז כדאי ער זאל זיך עקסעפטן, און זיך מוחל זיין אז וואס ס'איז געווען איז געווען, און איך עקסעפטעט מיינע דורכפעלער אין חסרונות! די פועל יוצא ווי מען וועט עס אנזעהן וועט זיין אז פונקט ווי די קעיר'סט פון דיין גוף און די גיבסט אכטונג אז די זאלסט אלץ זיין צופרידן וועסטו וועלן אז זי זאל אויך אלץ זיין צופרידן, וכן להיפך זי פאר דיר, מ'דארף פילן ווי מ'איז ממש איינ'ס און דאס מיינט אמת'ע אהבה.

צוליב דעם איז וויכטיג צו באטאנען אז דאס מושג פון גערעכט! קומט נישט אריין אין די נושא, ווייל שלום! צופרידן דאס איז וואס מען דארף שפירן ווען מ'איז חתונה געהאט, און ווי וואונדערליך איז, אז לאמתו של דבר, וויל ממש יעדער דאס צושטעלן אין שטוב!

חלק ב': עולם העשיה: די פראבלעם איז אבער אז ווען א מענטש וועט שפירן זיינע חסרונות טאג טעגליך וועט ער ווערן נישט באקוועם מיט זיך, איז די זעלבע פאסירט מיטן אשת חיל אז ווען א מענטש שפירט אז ער קען איר נישט הענדלן! ווערט עס אים שווער!!, און שווערער, ובלשון בני אדם אהט אויף הענד!

דאס איז די טויזענט דאללער דיגע קשיא ווען איך וויל עפעס זאל זיין אנדערש ווי ס'איז יעצט! קריטיק! דארף מען דא אפי' נישט אויסשמועסן אז דאס איז אפגערעט פון זיין א אפציע, ס'איז נישטא אזא מהלך, ס'הרג'ט אלעס!!! אפציע צוויי איז צו ארויסברענגן צוביסלעך אלעס ווען זי טוט גוט! זי באקומט א קאמפלעמנט!? - געווענדליך איז עס אויף א וועג פון חיזוק - וואן! - טא! - טרי! קאמפלעמענט! דאס איז אויך נישט די בעסטע מהלך! ווייל דאס וואס ליגט אינטער דעם איז אז זי איז א מענטש וואס דארף חיזוק! דאס איז אפגערעט פון זיין א אפציע, דאס איז נישט Respectful דאס איז נישט בכבוד! איז צוריק די קשיא ווי אזוי קומט צו פירן!?! איך וויל זאכן זאלן געשען! אדער זאכן זאלן נישט געשען!?

פארדעם איז וויכטיג צו וויסן ווי אזוי די מאשין און נפש פון א אשה ארבעט.
א פרוי ווערט אנגערופן כל כבודה בת מלך פנימה! איר מאטריאל איז כבוד!
און דיין מאטריאל איז מלוכה! קעניג'ליך! זי איז דיין בת מלך,

סא לייג יעצט אין א זייט אלע אזעליכע קאמפלעמענטן וואס זענען איר נישט מחייב! ווי ליב... וכו' ווייל די ווילסט דאך איר פירן צו טון למעשה'דיגע זאכן! זי פון איר זייט דארף דאך האבן טאג טעגליכע מאטאוואציע פון דיך סא דיין ווילן! דאס דארף זי שפירן פון דיך!

א' אינוועסט:
ווען מען וויל עפעס זאל געטון ווערן צייגט מען ארויס אז איך האב דאס ליב אין אוודאי ווען א זאך וואס איז געטון געווארן וואס די ווילסט ס'זאל ממשיך זיין זאלסטו ארויס ווייזן יא דאס! האב איך ליב געהאט! לאמיר זיך נאכאמאל דערמאנען זי פון איר זייט וויל דאך האבן אנערקענונג פון דיך, דיין ווילן! דאס וויל זי שפירן פון דיך! איז די זעלבע ביי איר פערסינאל, אזאנ'ס ווי זי איז נישטא! דאס זאל ליגן אין א פלאץ פון א משמעות! אזוי אז ס'זאל איר נישט זיין א גאנצע אפענע מצב! און כדאי עס זאל נישט ווערן אפגעווארפן, איז גוט ס'זאל זיין באהאלטן א משמעות'דיגע קאמפלימענט! אויף אזא אופן, ווי כאילו די ביסט אומשילדיג אז זי איז יעצט געהויבן געווארן און כדאי עס זאל נישט ווערן אפגעווארפן, אז נישט וועט דאס נפש פון די פרוי נישט פארשטיין די זאך וואס די ווילסט איר געבן צו פארשטיין ובפרט אויב ס'נישט בכבוד) איינע פון די וועגן איז אז ווען מען זאגט א שאלה אויף א זאך וועט דעי זאך וואס ליגט אינטער דעם ווערן אטעמאטיק קאנפערמט אז ס'איז אזוי!

משלים: דער מאן וויל אז עפעס א גוטע פלייש זאל איר זאגן אריין גיין אין קאפ אז איך האב עס ליב, דאן פרעג איר דעי גוטע פלייש איז דאך מורידיג, ס'האט דיך נישט גענומען לענגער עס צו מאכן?! - אז זי זאל פילן אז די זארגסט דיך אויף איר דעמאלטס פרעג איר, פאר א יאר יו"ט האסטו געהאט דיין גרינע קלייד, ס'איז גוט פאר די קומענדיגע אויך? אדער ווילסט קויפן? - און לאו דוקא בדרך קשיא פלעין א סענטענס! - אזא טיפע שאלה? טראכט איך אז די וועסט וויסן! - זיי זיכן א פארטי פלענער פארוואס נישט דיך!

ב' בארג אויס: ווען די ווילסט עפעס זי זאל טון! קענסטע רוב מאל שפילן ווי זי טוט עס שוין! און רוב מאל טוט זי עס שוין טאקע אין איר קאפ, למשל: ווען די ווילסט א סארי פון איר זאג איר: די זאגסט דאך אלעמאל אזוי גרינג סארי! וויל איך דיך פארציילן וואס איז היינט געשען! (דאס ארבעט מעכטיג, פארשטייט זיך מיט שכל נישט ווי א שוטה) און עס איז גראדע אויך אמת, אבער אפילו נישט! מותר לשנות. - איך זאג עס פאר דיך, ווייל די הענדלסט זאכן רואיג!

ג' גילטי: ווען מ'קלאקט איינעם אן אין קארט! איז דא צוויי אפציעס צו ענטפערן גילטי אדער טרייעל, משפט'ן אדער נעמען די שילד! דא! ווען די זעהסט עני סיגנעל פון אומצופרידענקייט אין איר! מאך נישט א דין תורה, בעסער נעם קעיר פון די ווייטאג וואס זי האט אויף דיר! מאך ענדערש א גילטי פנים ווי כאילו די האסט פוגם געווען אין די שכינה אליין! טייערע אינגערמאן די ביסט די קעניג! סא וויי נאט! ווען פון די אנדערע זייט איז די אמת, אז געווענדליך וועלן זיי נישט בעטן יעדן טאג א סארי! סא זאג ארויס יוש! איך בעט דיך איבער, סארי! איך גיי וואטשן נעקסט טיים! איז ווי אזוי האסטו ליב! אקעי! די פאקעס איז מאכן צופרידן איינע די אנדערע.

ד' דין: לאז דיך נישט טרעטן אדער זיך לאזן פילן אומבאטאמט ווייל ס'וועט אזוי בלייבן! אויספראבירט!!!! זאכן טוישן זיך נישט טאמער מען פארלאנגט נישט א טויש אבער מיט אזא איידעלקייט לאז אראפ דיין נאז און ברים אינטער נעי גארנישט סתם!. יא! יענץ!. ס'מיך נישט געווען באטעמט. איך האב נישט ליב געהאט. אין נעם ארויס פון איר די איין פלענע אבער וויכטיגע ווארט סארי! ווער אבער נישט אריין געשלעפט! האלט דיך! נעם נישט ארויס פון איר מער! אבער........ ווייל......... איז נישט וויכטיג און נישט ריכטיג! נעם און געב סארי! כ'האב נישט געמיינט! כ'האב זיכער דיך נישט געוואלט וויי טון!

ה' האלבע ווערטער: א וויכטיגע פונקט! ביי א זאך! אדער ביי א מצב! וואס די ווילסט ארויס ווייזן דיין געפיל איך וויל יעצט עפעס! אדער די ווילסט עפעס נישט! פעלט נישט אויס גאנצעטע הסברים! קענסט פלעין ברימען פון אינטערן נאז א ווארט צוויי אין געב איר צייט ביז זי קומט אראפ ווייל זי וויל באמת דיך מאכן פרייליך און איינמאל די האסט ארויסגעוויזן דיין רצון וועט זי שוין עס טון פאר דיך, געווענדליך וועט זי זאגן בערך אז די ווילסט נישט איז נישט! סא ענטפער נישט נעי עכט לאז איך! ווייל נאכדעם ביסטו נישט א קלארע מענטש זיי קלאר פאר דיך און זאג: איך זאג די אמת ס'איז מיך נישט געווען א גרינגע זאך, סארי! פארשטייט זיך נאך דעם נישט פארגעסן איר צו באצאלן מיט א קאמפלימענט וואו! האסט עכט נישט געמיזט אזוי שיין ווי די מאכסט מיך אלץ פרייליך!!

ו' ווארט: ווען די האסט גענדיגט די האלבע ווערטער בלייב שטיל און פלעין זיי דא! זעה ווי עס גייט אריין אין איר און עס צוברעכט איר מאטריאל! איר כבוד! זייט וויסן אז ס'איז איר נישט גרינג!! אבער דיין דא זיין קלאר שטארק, שטילערהייט פאר דיך, און איר לאזן.. מאכט איר! און געט איר שפירן, זיכער און שטארק! אזש אז זי קען ווערן שוואך און צובראכן כדי זיך צו מסדר זיין. ווען דו וואלסט געוואוסט ווי שטארק יעדע ווארט וואס דו זאגסט! (וואס דו זאגסט נישט!) גייט אריין, וואלטסטו... געווען א אשה! זאכן גייען אריין זייער שטארק און זייער טיף!, אפילו ס'איז געזאגט זייער קליין און שטיל פאר דיך!. סא! ווארט!, ווארט!, ווארט! יעדע זאך גייט זיך, אם ירצה השם, מסדר זיין. מ'דארף אסאך געדולד. זאכן גייען אריין זייער שטארק און זייער טיף, אפילו ס'איז געזאגט זייער קליין. זאכן רוקן זיך אבער ס'נעמט צייט.

דאס איז געשריבן פון מיין קוק ווינקעל, כ'מיין ס'קלאר, אדרבה לאמיך הערן פון ענק! וזה נלפענ"ד אז עס איז נאר אפאר פינקטן טאקע אבל לפענ"ד איז עס כולל אלעס הנצטרך לשלום בית! אדרבה איך וועל מיך פרייען צוריק צו הערן! והעולה על הכל ברכות טז: "ר"א בתר דמסיים צלותי' אמר הכי: יהר"מ ה"א שתשכן בפורינו אהבה אחוה ושלום וריעות וכו'"
[/hashtag]
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 919

Re: שלום בית

פאוסט דורך אוטובאס »

► Show Spoiler
וואוו, נישט געזען ביז יעצט, עס איז ממש להפליא
יישר כח
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
שרייב פאוסט