
בצל הקודש

=שבת קודש פרשת נח - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו
החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א
בן הגה"צ ר' שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר
החתן נפתלי צבי בהר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א,
החתן דוד ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו,
החתן אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו.
נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערביי איז אנוועזנד געווען די זיידעס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די אנדערע זיידעס הרבנים שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים, און מען האט געזינגען כנהוג.
ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ר"י דושינסקיא בארה"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב אין בני ברק עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
ביים טיש זענען אריבערגעקומען די חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א.
מנוחה ושמחה: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה תולדות נח און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דבר שיש לו מתירין.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
ברכת המזון: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן מאור עינים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג י"א חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' שמואל זלמן שפיטץ שליט"א - אב"ד דושינסקיא הר יונה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אהרן זינגער שליט"א - ירושלים.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו טאנצן אויף ניגוני שמחה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:55.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה חיים בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ קהלתינו ב"ב.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו - מאנסי.
כהן: ר' אברהם יודא כ"ץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' מרדכי לעווינגער הי"ו.
שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
רביעי: הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א.
חמישי: החתן נכד רבינו הרב יואל דושינסקיא שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם אלי' פריעדמאן הי"ו.
ר' מנחם נחום ראזענבערג הי"ו.
ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו.
ר' אברהם ברמ"ז שטערן הי"ו.
ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו.
שביעי: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
הוספות: החתן שמואל זאנוויל בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א - באווארפען.
החתן דוד ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו - באווארפען.
החתן אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
החתן אהרן דניאל ב"ר יואל מאסרי הי"ו - באווארפען.
החתן שמעון ב"ר יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
החתן משה ב"ר יעקב יושע כהנא הי"ו.
החתן בנציון ב"ר אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
החתן יואל יושע בהר"ר אליעזר ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
החתן חזקי' פייביל ב"ר שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו.
החתן אפרים משה ב"ר יואל בר"ל גראס הי"ו.
הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו.
הגבה: הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יואל מאסרי הי"ו.
החזרת הס"ת: הרה"ח ר' ישעי' מרדכי בלייך הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל ב"ר יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'ואתם פרו ורבו' 'ואתם הדבקים בה' אלקיכם' 'ואתם תיהיו לי ממלכת כהנים' און ארויסגעברענגט אז טראץ נשים זענען נישט מצוה אויף פריה ורביה אבער וויבאלד מען קען עס נישט מקיים זיין אן זיי האבן זיי אויך א מצוה, די זעלבע איז ביי א איד וויבאלד די נשמה קען נישט מקיים זיין קיין מצוות אן די גוף האט די גוף אויך א קדושה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
די מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
ברוך ה' יום יום: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
ברוך קל עליון: הר"ר יושע שלום פריעדמאן שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אלה תולדות נח און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שמחה בר"ע הירש הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אהרן זינגער שליט"א.
נאכן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך למי שהמתענין בה"ב.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה תולדות נח און ארויסגעברענגט אז יעדע איד איז מקושר צו א אות אין די תורה הק' און דאס איז מושך חיות פאר יעדן איד און אזוי האט מען א דין ווי א בעל חי און פארדעם ניצט תשובה און מען זאגט נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר און מעורר געווען אז מען האט יעצט אנגעהויבן א נייע זמן יעדער לפי בחינתו און מעורר געווען איינצוהאלטן די קבלת טובות בעניני לימוד התורה און אזוי וועט מען זוכה זיין צו באקומען א חיות דקדושה פון די תורה הק'.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה בבית רבינו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:05.
נאך הבדלה האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי חיים יודא דייטש שליט"א - אב"ד חוג חתם סופר פתח תקוה וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין ק"י לרגל שמחת נישואי נכדתו אצל בנו הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די שטאט סאטמאר נאך די צווייטע וועלט מלחמה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו - חבר וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט,
דערביי זענען אנוועזנד געווען די חברי וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק, און איבער די גזירת הגיוס בארה"ק און איבער די בעפארשטייענדע בחירות הטמאות אין ארה"ק,
דערביי איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי די חברי וועד בעלי בתים האבן אינטערגעשריבן די שטרות אפצוקויפן גרויסע זכותים אינעם בנין הת"ת וביהמ"ד הגדול אין בני ברק וועלכע וועט ווערן פראכטפול איבערגעבויעט,
צווישן אנדערע האבן אינטערגעשריבן די שטרות הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו,
הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו,
הרבני הנגיד ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו,
הרבני הנגיד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו,
הרבני הנגיד ר' יואל בערנאטה הי"ו,
הרבני הנגיד ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, און אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען די פאנטאסטישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער!
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חתונה תקנות און מנהגי נשואין,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און די גאנצע משפחה,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
א גוטע וואך.
~

~